הצדיק מירושלים: רבי אברהם אבלי ליפשיץ - כ"א תמוז תרס"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

הצדיק מירושלים: רבי אברהם אבלי ליפשיץ - כ"א תמוז תרס"ז

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 06, 2015 11:31 am

מיללער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:אין די וואכיגע ענין אויסגאבע (ביילאגע צו המודיע) פון פרשת חקת ערשיינט די געשיכטע פונעם ירושלימ'ער צדיק רבי אבא'לי ליפשיץ. אלס משגיח פון ישיבת עץ חיים, אלס שד"ר פאר תושבי ירושלים, זיין אויסוואנדערונג אין לעבנס שטייגער אין אמעריקא, זיין פריצייטיגע פטירה און דער אנטדעקונג פון זיין באשיידענע רוה ארט נעבן וויליאמסבורג.

דאס אלעס מעשי ידי מורשת חכמי אמעריקא איבער גע'לע"ז'ד דורך'ן פאכמאנישער שריפט שטעלער מר. יוסף געססער שי'.

לייענט מיט שפאנונג.

http://kevarim.com/rabbi-abba-lifschitz/

בילד

היינט ארויס אויף אימעיל צו אלע ידידי "מורשת חכמי אמעריקא".

ביום ד' הבעל"ט כ"א תמוז דהאי שעת"ה ימלא 108 שנה מיום פטירת "הצדיק מירושלים" שעד עכשיו כמעט ונשכח זכרו, ומעט היתה הידיעה עליו בכלל. זכה הגה"צ רבי אברהם אבלי ליפשיץ זצ"ל שלמלאות מאה ושמונה שנה לפטירתו, ינציח לעד זכרו הבהיר, וזכתה "מכון מורשת חכמי אמעריקא" לשמש כאכסניא של תורה, ולהגיש לפני ציבור הקוראים פרטים מרתקים אודות אחת מהמציאות הכי חשובות ע"י המכון המפורסם לתהלה.

לפנינו מאמר חשוב שנערכה בלשה"ק ע"י חברי המורשת, ועיבדה באנגלית ע"י ידידינו מו"ה יוסף געססער הי"ו שעל ידו נתפרסמה במוסף "ענין" פרשת חוקת העעל"ט שע"י עיתון המודיע (האנגלית) שי"ל בארה"ב, תשוח"ח להכותב הנכבד ולבעלי העיתון שזכו לפרסם צדקת הצדיק להעלות זכרונו שנשכח ונאבד בתהום הנשיה, אחרי שנטמן הרב זצ"ל בארץ לא לו, ארץ אוכלת יושביה, בעת ששימש כשלוחא דרבנן מהתם להכא, לאסף נדבות עבור "ועד הכללי" של הישוב הישן בירושלים עיה"ק.

ובחדא מחתא נביע תודתינו העמוקה לכל אלו שעזרו וסייעו באיסוף החומר, כולל חברי המורשת שיחיו וידידיה, מבית ומבחוץ, ובלקוטי בתר לקוטי זכינו להנציח פעולות הצדיק, פועל אמת שפעולתו אמת, תורת ה' היתה בלבו, סבל ועוני ידע נפשו, ואשכלות מרורות למו בהאי עלמא דשיקרא. צדק לפניו יהלך בשמי מעל וצדקות ה' אשר עשה עם ישראל הולכים לאורו בעלמא דקשוט, וזכותו הגדול בוודאי מגין על אלו שדואגים לכבודו, ימלא ה' כל משאלות לבבם לטובה.

ומכאן הקריאה יוצאת, הרבה פרטים על האיש ופעולותיו עדיין מונחים בקרן זוית, ובפרט פרטים על צאצאיו, שבוודאי יש כהיום מאות מיוצאי חלציו שאולי לא יודעים על קיום מצבת זקיניהם ומיקומו, אולי לא יודעים להעריך את צדקותיו ומשפטיו, אין אתנו יודעים עד מה, ולכן נבקש מקוראינו הנכבדים שיש בידם דבר וחצי דבר להגיב ולהוסיף, להאיר ולהעיר, על הצדיק ועל יוצאי חלציו, על מפשחת גרינברג או על משפחת חזן, ובפרט אם יש ביד מי שהוא להעביר את המידע לבני המשפחה, ולבשרם על המציאה הכי נכבדה, שלא ימנע טוב מבעליו ואולי נוכל להיוודע על יתר הפרטים החסרים לנו.

ולהשלמת הדברים, לרגל יום היארצייט שיחול ביום ד' הבעל"ט נתעורר כולנו ללמוד משניות, להדליק נר ולהתפלל לעילוי נשמתו הטהורה, ולכל מי שיש בידו ללכת על קברו בוודאי שזכות הצדיק עמוד לו ולזרעו, להיוושע בכל מילי דמיטב, וביחד נזכה לישועות ורפואות, השפעות טובות וברכה מרובה אמן נצח סלה ועד.

החותם בברכה, יום ב' לסדר הנני נותן לו בריתי שלום
הק' יעקב דוב מיללער
נשיא מכון מורשת חכמי אמעריקא
צוגעלייגטע
Tzaddik of Jerusalem - Inyan.pdf
(6.94 MiB) דאונלאודעד 126 מאל

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » מאנטאג יולי 06, 2015 12:54 pm

אוואו ליגט ער?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 06, 2015 12:55 pm

דעוויס האט געשריבן:אוואו ליגט ער?
צוגעלייגטע
הצדיק מירושלים.pdf
(1.25 MiB) דאונלאודעד 137 מאל

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

די אידישע ווערסיע

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 06, 2015 1:23 pm

ציון פון ירושלימ'ער צדיק אנדעקט נעבן וויליאמסבורג

אזא שרייעדיגע נייעס-קעפל איז שוין היינט מער נישט קיין נאווינע פאר ברוקלינער איינוואונער, ווייל אין די לעצטע יאהרן הערט מען אזאנס און ענליכעס זייער אפט. אבער פאר די מיטגלידער פון 'מורשת חכמי אמעריקא' -אן ארגענעזאציע וועלכע פארנעמט זיך שוין פאר עטליכע יאהר מיט אויספארשן די אידישע היסטאריע פון אמעריקא און די גרויסע צדיקים וגאונים וואס האבן באטראטן די מדינה אין די פריע יאהרן- איז די יעצטיגע אנטדעקונג יא אן איבערראשונג. און עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די ארכיוון פונעם מכון זענען אנגעלייגט מיט אומצאליגע העכסט אינטערעסאנטע אנטדעקונגען וואס זענען אפיר געטראפן געווארן, און דוקא אזעלכע וואס קיינער האט וועגן זיי קיינמאל פריער נאכנישט געוואוסט און איז נאך איצט נישט באקאנט געמאכט. דאך אבער איז דער יעצטיגער פאל א חידוש.

מיט עטליכע טעג צוריק איז דער פאטאגראפירער פונעם מכון געווען אויף א רוטינע באזוך אין די מאונט ציון סעמיטערי, א גרויסער בית עולם וואס אנטהאלט אריבער הונדערט טויזנט אידישע באגרעבענישן און געפונט זיך אין די געגענט פון מאספעט-קווינס א קארגע צעהן מינוט דרייוו פון וויליאמסבורג. דער פאטאגראף פאזיציע ווערט געהאלטן דורך א טאלאנטפולער אינגערמאן מיט א זייער געניטער אויג אויפצוכאפן וויכטיגע צילן מיטן טאלאנט פון טביעת עין.

עס מוז באטאנט ווערן אז די מכון קויפט נישט אפ די אפגעשריבענע טיטלען פון א מציבה "פעיס וועליו". יענע צייטן זענען דאהי געווען גוטע פאעטן ווי דאליצקי, רייזען און אנדערע וואס האבן געמאכט א גוט געשעפט פון רייכע קינדער וואס האבן זיך געלאזט –פאר די כבוד פון זייער עלטערן- ברייט אפצאלן אויסצושרייבן פאעטישע מציבות מיט רייכע טיטלען. עס איז דערפאר זייער ווייטאגליך צו זעהן ווי אין די לעצטע יאהרן טוט זיך אן אנלויף אויף קברים וואס די גדלות זייערע איז בלויז באקאנט געווארן א דאנק די טיטלען וואס אומערפארענע אין דעם פעלד האבן אפגעליינט פון די מציבה שטיינער און איר אפגעקויפט ווי מען זאגט אין די ארטיגע שפראך 'פעיס וועליו'. ווער עס האט געשריבן די מציבה דאס ווייסן נישט אלע אבער אין מכון איז דאס צומאל יא באקאנט, ואכמ"ל.

דער געדאנק פון א מציבות פאטאגראפירער איז צוויי פאכיג נייטיג, ערשטנס טוט ער אפיר זוכן אזעלכע מציבות פון גדולים וואס ס'זענען שוין פון פריער באשטעטיגט געווארן אז זיי ליגן אין א געוואוסע ארט, דאס ווערט פון פריער געטוהן מיט געניטע אויספארשונג דורך די מכון מיטגלידער. די צווייטע סיבה, ווייל ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז די אידישע היסטאריע פון אמעריקא טיף באגראבן אין דער'ערד און ס'איז נאך אויף דערווייל גאר קנאפ און ארים אויסגעפארשט געווארן, אזש פון פארשידענע צדיקים וגדולי תורה וואס זענען דאהי געווען האט מען וועגן זייער עקזיסטענץ בכלל שוין פונלאנג פארגעסן. פון די פארבליבענע טעכניקען אפיר צו טרעפן די פארגעסענע גדולים איז דורך איבער זופן די גיגאנטישע בתי חיים וואס געפונען זיך אין דער נוא יארקער אומגעגענד.

ביי דער באזוך אויף מאונט ציון האט דער פאטאגראפירער געהאט א פון פריער באשטומטע ליסטע פון פארשידענע מציבות וואס ער מוז צוריק ברענגען א בילד און ווי ס'איז דער סדר קוקט ער זיך דערנאך ברייט ארום אין דער ארום.

אט זענען זיינע אויגן געפאלן אויף אן איינפאכער שטיין פון ליימענע מאטריאל, די מציבה איז שוין אין א גאר שלעכטער צושטאנד און מייסטנס אומליינבאר אבער די ווערטער, איש צדיק, ירושלים קען מען נאך דערקענען.

די מציבה איז פאטאגראפירט און אפגעשיקט געווארן צו די חברי המכון 'מורשת חכמי אמעריקא' וועלכע האבן דערפון אויסגעמאכט די פאלגענדע ווערטער:

פ"נ
איש גדול בתורה ויראה
איש לא פסק פימי' מגירסא
יום וליל, איש כלכל עצמו
כל ימיו בלחם ומים
איש צדיק מעיר הקודש
ירושלים, ה"ה הרב ר' אבא
בן הרב ר' ליפא, נפטר
ביום כ"א תמוז לשנת
תרס"ז
תנצב"ה


עס האט זיך באלד ארויס געשטעלט אז אבן מבית עולם תזעק, די קורצע ווערטער שרייען ווי פון זיך ארויס אז אט דא אונטער די מציבה ליגט באגראבן א זייער געהויבענער איד. אבער ווער איז אט דער פארשוין אן איש צדיק מירושלים, א איד וואס לא פסק פומי' מגירסא, א איד וואס כל ימיו בלחם ומים, וואס האט ער געזוכט דאהי אין די ווייטע לאנד?

נאך אן אינטענסיווע איבערזיכט אויף די 'סעמיטערי רעקארדס' איז אויסגעקומען אז דער איד איז פארשריבן אלס 'אברהם ליפשיץ'.

מיט אט די אינפארמאציע האט מען אפיר געזוכט אין אלטע צייטונגס באריכטן און דאקומענטן פון יענע צייט און ס'האט זיך אויסגעוויזן אז דא רעדט מען פון אן אמת'ער צדיק א ירושלימ'ער איד אן עובד ה' ולומד תורה מתוך הדחק וועמען ירושלימ'ער אידן האבן געקענט אלס רבי אבלי ליפשיץ.

רבי אברהם אבא ליפשיץ איז געבוירן געווארן אום תר"ו צו זיין פאטער רבי אליעזר ליפא וואס איז געווען א דיין און מורה צדק אין די שטאט קאמעניץ דליטא, און צו זיין מוטער מרת שרה פוריא. ווען אבלי איז אלט געווען עלף יאהר אום תרי"ז האט ער געהאט די זכי' ארויף צו פארן אינאיינעם מיט זיין פאטער צו וואונען קיין ירושלים עיה"ק.

דעטאלן וועגן זיינע עלטערן איז דערווייל אומבאקאנט אבער אין די פנקס פון די חברה קדישא וועגן דאס פארפאלק וואס זענען געשטארבן אין אפשניט פון בלויז צעהן טאג, איז פארצייכנט ווי פאלגענד: הרה"ג המפורסם מ"ץ מקאמיניץ ר' אליעזר ליפא ב"ר ישראל ליפשיץ נפטר כ' שבט תרמ"ג. האשה אשר בעמליה זכתה שיהא ביתה בני תורה מרת שרה פוריא ב"ר זאב נפטר י' שבט תרמ"ג. זיי זענען ביידע איינע נעבן די אנדערע באערדיגט אויפן הר הזיתים אין חלקת הרבנים.

אין ירושלים האט רבי אבלי געלערנט אין די בארימטע ירושלימ'ער ישיבה 'עץ חיים' וואס איז געווען פלאצירט אין די בארימטער 'חורבה שוהל'. ער האט זיך דארט אויסגעצייכנט מיט זיין גדלות בתורה פון התמדה און טיפע הבנה און מיט זיינע באשיידענע מדות, אזש מען האט פאראויס געזעהן וואספארא גדול הדור ס'וואקסט אויס אין ירושלים. און כאטש מ'האט איהם פארגעלייגט פארשידענע רבנישע פארשלאגן האט רבי אבלי אלעס אפגעזאגט. זיין איינציגסטע שטרעבונג איז געווען צו לערנען מיט התמדה.

נאך די חתונה האט ער זיך באזעצט אין די נייע 'מזכרת משה' הייזער וואס דער שר משה מאנטיפיורע האט אויפגעבויעט.

אויך נאך די חתונה האט ער ממשיך געווען אין די ישיבה מיט אן ענגער געהאלט וואס ער האט געקריגן פון די כוללים. אבער כאטש רבי אבלי איז געווען א מסתפק במועט האט עס נאכאלץ נישט געקענט קלעקן אפילו נאר אויף די מאגערע הוצאות. דען די העכסטע מאנאטליכער געהאלט וואס א בן תורה האט דעמאלטס געקריגן איז געווען קארגע עלף פראנק. דאס האט געצוואונגען רבי אבלי אנצונעמען די 'משגיח' אמט אין די ישיבה מזכרת משה. רבי אבלי האט געטוהן זיין ארבייט בנאמנות ער איז געווען די גאנצע טאג איינגעהילט אין טלית און אין תפלין זיצנדיג מיט אן אומאפשטעלענדע התמדה בתורה. אויף דעם ארויף איז ער באקאנט געווארן אין ירושלים אלס 'רבי אבלי משגיח'.

כאטש וואס דאס עניות ביי איהם אין שטוב איז געווען אויף א גרויסער פארנעם, האט זיין פנים געלאכטן ס'איז אימער געווען צהלתו בפניו, זיין רעדן איז געווען מיט א באשיידנקייט זיין גיין, קליידונג, באנעמונג מיט אנדערע, זיין האנדל אלעס איז געווען מיט אזא איידעלע עניוות און מיט די גרעסטע רוהיגקייט נישט פארלאנגענדיג קיין שום שעצונג.

אויסער זיין אמט אין דער ישיבה האט זיך רבי אבלי אויך אפגעגעבן אין כללית'דיגע אקטיוויטעטן. סיי איז ער געווען א גבאי צדקה אויף צו קלייבן נדבות פאר די 'ועד הכללי' פון די ישוב הישן פון ירושלים. אויך איז ער געווען אן אקטיווער עסקן אין די 'חבורת עושי חסד שע"י ישיבת עץ חיים' וואס האט געשאפן איינע פון פילע אנדערע ארגענעזאציעס פאר די אויפהאלטונג פונעם ישוב און אירע ארימע איינוואונער.

דערווייל האט רבי אבלי אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער וועלכע זענען אונטער געוואקסן און מ'האט זיי געדארפט חתונה מאכן. דערפאר האט שוין דאס געהאלט אלס משגיח און די אנדערע אקטיוויטעטן שוין מער נישט באגנונגט צו ערפילן דאס געברויך.

אין דעם פאל זענען איהם נישט פארבליבן צופיל אנדערע ברירות און אום יאהר תרס"א האט ער גענומען אויף זיך די פליכט אלס שלוחי דרחמנא וואס מ'האט דאן גערופען אין קורצן שד"ר און פארשטייער פון די 'ועד הכללי' צו קלייבן נדבות ביי די ברייטהארציגע אמעריקאנער אידן.

אין אמעריקא האט יענע צייט געוואונט רבי אבלי'ס א זוהן וואס האט געהייסן משה, ער האט צוליב אומבאקאנטע סיבות זיך געצויגן אהער נאך די חתונה. רבי משה איז ווארשיינליך געווען א מיטגליד אין די גרויסער 'כתר תורה' שוהל אין וויליאמסבורג ווי ס'האט געדינט אלס רב הגאון רבי שבתי ראזענבערג מחבר ספר ברית מלח.

רבי אבלי וועלכע איז געקומען אהער איינער אליין איבערלאזנדיג זיין פרוי מיט די קינדער אין ארץ הקודש, האט זיך אריינגעצויגן צו זיין זוהן אין שטוב און עווענטועל זיך אפגעדונגען אן אייגענע דירה. פון אנהייב האט ער נאך פראבירט אויסצופירן זיין אמט אבער ס'איז נישט געווען לויט זיין נאטור צו זיין א געלט שנארער וואס פארנעמט זיך דערמיט א גאנצער טאג. ווען אימער ס'האט זיך איהם געמאכט אן איבעריגער סעקונדע האט ער אריינגעכאפט נאך לימוד התורה, אז ס'האט נישט לאנג געדויערט ביז מ'האט איהם אפ'גע'פטר'ט פון זיין אמט. זייענדיג נע ונד אן קיין מקור פון פרנסה איז איהם דאס לעבן געווארן אומדערטרעגליך לעבנדיג בלויז אויף ברויט און וואסער,

פארשטייט זיך אז די 'ועד הכללי' וועלכע האבן איינגעזעהן אז דאס גיין נאך געלט ארבייט זיך נישט אויס, אבער האבן נאכאלץ איינגעזעהן אין די גרויסקייט פון האבן רבי אבלי אלס א טייל פון פארשטאנד, האבן זיי איהם געשטעלט אלס דער פירער וועלכע זאל האבן אן איבערזיכט איבער אלע שדר"ים וואס האבן זיך דאהי געפונען. מען מוז באטאנען אז אויסער די אפיציעלע שדרי"ם זענען דאהי געווען היבש חברה'לייט וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט זיך אנגעגעבנדיג אלס שדרי"ם פון די 'ועד הכללי' אדער אנדערע ארץ ישראל'דיגע ארגענעזאציעס בכדי אזוי ארום ארויס נער'ן געלט ביי מענטשן. פארשטייט זיך אז דערויף האט זיך אויסגעפעלט אן עיני פקוחא.

פאר דעם פאסטן האט מען אבער צופיל נישט באצאלט און פון דאס ביסל וואס ער האט באקומען האט ער געדארפט אראפגעבן זיבן דאללער פאר דירה רענט, איבערבלייבנדיג מיט קוים אפאר איבעריגע דאללער אין טאש צום לעבן.

דעריבער האט ער אין די לעצטע צייט פון זיין לעבן אנגעקליבן א צאל קינדער פאר וועמען ער האט געדינט אלס מלמד דערפון זיך צו קענען דערלעבן.

דאס אלעס האט אבער נישט געשטערט רבי אבלי וועלכע האט זיך אין גרויס ארימקייט און הונגער נישט אפגעשטעלט פון לערנען תורה בהתמדה רבה.

אבער ליידער איז ער אין עלטער פון 51 יאהר קראנק געווארן זיך ראנגלענדיג פאר זעקס וואכן מיט די ביטערע מחלה ל"ע און ליידער אום דינסטאג אווענט כ"א תמוז תרס"ז איז רבי אבלי נסתלק געווארן. צומארגנס בחצות היום איז זיין ארון געברענגט געווארן צו די 'כתר תורה שוהל' אויף 52 מאאר סטריט ווי ס'איז היינט ווידעראמאל די אידישע א.ג. ניי-וויליאמסבורג'ער געגענד. דארט האבן זיך באטייליגט א שיינע ציבור וואס זענען געקומען אפגעבן דאס לעצטע כבוד פארן גרויסן נפטר, דערביי האבן איהם מספיד געווען דער גרויסער גאון רבי שלום אלחנן יפה דער רב פון בית מדרש הגדול דנוא יארק און הרב זאלמאן.

מען האט איהם געברענגט למנוחת עולמים אויף דער מאונט ציון סעמיטערי וואס געפונט זיך נישט ווייט פון וויליאמסבורג, אין יענער בית עולם האט די 'חברה ש"ס דברוקלין' א מיטגלידשאפט אינערהאלב די "כתר תורה שוהל', וואס איז געווען פון וויליאמסבורג געהאט א חלקה. א יאהר דערויף האט מען צו זיין לינקע זייט באערדיגט רבי ארי' לייב גראדענסקי א תלמיד חכם און אייניקל פון הגה"ק בעל יסוד ושורש העבודה, מיט זעקס יאהר שפעטער אום תרע"ג ווען דער בארימטער גאון רבי שבתי ראזענבערג איז נפטר געווארן האט מען איהם געלייגט צו רעכטס פון רבי אבלי.

רבי יעקב רעדעלהיים וועלכע איז געווען פון די נאנטע מקורבים ביים בארימטער גאון אור שמח פון דווינסק און דאהי איז ער געווען אן אקטיווער רב און שטארק נאנט מיט די ארץ ישראל'דיגע אידן וואס האבן זיך דאהי געפונען, האט אפגעשריבן א קורצע אפשאצונג אויף די אבידה. עס איז מערקווערדיג אז אנדערש ווי היינט, איז די קאמיוניקאציע דאן געווען גאר שטארק באגרעניצט און זיין פארבליבענע משפחה אין ירושלים האט זיך וועגן זיין פריצייטיגע פטירה בלויז דערוואוסט דורך די שפאלטענעס פון הרב רעדעלהיים'ס טרויעריגע באריכט אין דער 'חבצלת' אויסגאבע.

אין ירושלים האט די טראגעדיע געמאכט אן איבערקערניש, ירושלימ'ער אידן האבן זיך געריסן די האר פון קעפ וועגן דער גרויסער אבידה, אלע האבן באוויינט די גרויסער פארלוסט. ווער דארף ברענגען די עגלה ערופה? האט איינער פון די מספידים געשריגן, ברוקלין אדער ירושלים? הערשט דעמאלטס האט מען זיך געכאפט ווי מען האט אזא גרויסער צדיק נישט דערהאלטן וויאזוי עס פאסט, פינגער'ס זענען געטאדלט געווארן אין פארשידענע ריכטונגען אבער די אבידה איז געווען אינה חוזרות.

רבי אבלי ליפשיץ זצ"ל האט איבערגעלאזט א פרוי מיט עטליכע זוהן טעכטער און איידימער און פארמאגט היינט א צאהל אייניקלעך אין ארץ ישראל צווישן זיי חשובע בני תורה. ס'איז אבער א ספק צו זיי זענען באוואוסט איבער דעם זיידן וואס איז דאהי אין אמעריקא פארוואגלט געווארן אין דאהי געפונען זיין פריצייטיגער פטירה.

עס איז כדאי צו פארצייכענען אז פאראיאר איז 'מורשת חכמי אמעריקא' געווען אינסטרומענטאל צו געפונען דער מקום קבורתו פון הג"ר חיים בנימין קאצינעלבויגן זצ"ל וואס איז דער פאטריארך פאר די בארימטע ירושלימ'ער קאצינעלבויגן'ס פון אגודית'טן ביז קנאי'שע נטורי קרתא. פאר איבער פערציג יאהר האבן די אייניקלעך געזוכט זיין קבר און מיט די הילף פונעם מכון איז עס פאראיאר אפגעפונען געווארן טאקע אינעם זעלבן מאונט ציון סעמיטערי, ס'איז געווען דאס ערשטע מאל זינט די פטירה מיט הונדערט און עלף יאהר צוריק וואס אן אייניקל האט באזוכט דעם זיידנ'ס קבר. עס איז צום האפן אז אויך אין דעם פאל וועט די פרייליכע נייעס האבן א ברייטער אפקלאנג און ציען די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט, סיי ביי די אייניקלעך און אויך ביי ברוקלינער איינוואונער וואס וועלן פוקד זיין דעם מקום קבורה פון אזא גרויסער צדיק.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » מאנטאג יולי 06, 2015 1:49 pm

יישר כח בן בוזי. האב איך שוין א תשובה

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג יולי 07, 2015 1:32 pm

נהנתי במאוד מאוד
אהערגעשטעלט מיט די גאנצע פראכט ווי ס'פאסט פאר אונזערע אמעריקאנע חכמים
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » דינסטאג יולי 07, 2015 5:00 pm

רבי חיים מיכל מיכלין אין א בריוו געדרוקט בזכרון לחובבים הראשונים שרייבט איבער "רבי אבא ליפשיץ שנלב"ע באמריקה"

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג יולי 07, 2015 5:01 pm

אידישע ווערסיע
בן בוזי האט געשריבן:ציון פון ירושלימ'ער צדיק אנדעקט נעבן וויליאמסבורג

געלייגט אויף פי. די. עף. פארמאט להנאת הציבור
צוגעלייגטע
Reb Abba Lipshitz.pdf
(227.08 KiB) דאונלאודעד 113 מאל
לחיים ולברכה!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יולי 07, 2015 5:13 pm

געוואלדיג! הערליך שיין באשריבן, און שטארק הנאה געהאט.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג יולי 07, 2015 5:17 pm

נחמן נתן האט געשריבן:אידישע ווערסיע
בן בוזי האט געשריבן:ציון פון ירושלימ'ער צדיק אנדעקט נעבן וויליאמסבורג

געלייגט אויף פי. די. עף. פארמאט להנאת הציבור

א גרויסן דאנק קומט זיך פארן נשיא הרב יעקב דוב מיללער שליט"א וואס האט גאר אסאך בייגעשטייערט צום אנטוויקלונג פונעם מאמר. תשוא"ח חן לו.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 07, 2015 5:31 pm

אין ספר גידולי ציון שמעתי מאת כבוד הרב ה"ג החו"ב מוהר"א אבלי ליפשיץ זצ"ל מעיה"ק ירושלים ומנ"כ בעיר נויארק
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יולי 07, 2015 5:47 pm

געוואלדיג! מען ווערט דא געוואויר נייע אינפארמאציע פון א פארגעסענע צדיק, און מען איז מברר מקחו של צדיק.

אייוועלט עט איטס בעסט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 07, 2015 11:02 pm

זייער שיין באשריבן
איבערגעלאזט אייניקלעך?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יולי 07, 2015 11:21 pm

שוועמל האט געשריבן:זייער שיין באשריבן
איבערגעלאזט אייניקלעך?

בן בוזי האט געשריבן:רבי אבלי ליפשיץ זצ"ל האט איבערגעלאזט א פרוי מיט עטליכע זוהן טעכטער און איידימער און פארמאגט היינט א צאהל אייניקלעך אין ארץ ישראל צווישן זיי חשובע בני תורה. ס'איז אבער א ספק צו זיי זענען באוואוסט איבער דעם זיידן וואס איז דאהי אין אמעריקא פארוואגלט געווארן אין דאהי געפונען זיין פריצייטיגער פטירה. ​

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 07, 2015 11:36 pm

אויב האט ער אייניקלעך האב איך זיך געוואונדערט מורשת מאן דכר שמיה? ווייסן זיי נישט צו זאגן פונעם זיידנס קבר?
אבער כ'זע מורשת טענהט זיי ווייסן נישט דערפון צו זאגן.

און וואס טוט זיך מיט די אייניקלעך פון אמעריקע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יולי 08, 2015 11:51 am

פאר די וואס ווילן מתפלל זיין ביי די צדיקים שוכני עפר אויפן הר ציון אשר שמם, שטעלן מיר צו א דעטאלירטע מאפע פונעם ביה"ח מיט אן אנצייכענונג צו געפונען די מקומות.
צוגעלייגטע
Mt Zion Map.pdf
(373.58 KiB) דאונלאודעד 193 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יולי 08, 2015 11:55 am

שוועמל, ליידער רוב מענטשען ווייסען קוים ווער איז געווען זייער עלטער זיידע, פון א עלטער עלטער זיידע און נאך העכער ווייסען זייער ווייניג מענטשען. אייניקלעך אין אמעריקע האבען זיך געווענליך נישט געהאלטען ביי אידישקייט אין א ארץ אוכלת יושביה און דער זיידע איז זיי ווייניג אנגעגאנגען (עקסעפשען'ס זענען אלעמאל דא), און די משפחות אין ירושלים האבען נישט געהאט קיין שייכות מיט אמעריקע און אזוי ארום איז אלעס פארגעסען געווארען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך יולי 08, 2015 1:17 pm

בן בוזי האט געשריבן:פאר די וואס ווילן מתפלל זיין ביי די צדיקים שוכני עפר אויפן הר ציון אשר שמם, שטעלן מיר צו א דעטאלירטע מאפע פונעם ביה"ח מיט אן אנצייכענונג צו געפונען די מקומות.

עס שטייט נישט אויף די מאפע אז דאס איז באארבעט געווארן דורך "מורשת חכמי אמעריקא".

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יולי 08, 2015 3:18 pm

האבן מיר געהאט די זכי' עולה זיין לציון הק', א שיינער עולם האט זיך געדרייט דארט, זאל יעדער האבן געפועל'ט אלעס גוטס
דער מורשת האט אפילו צוגעשטעלט א פראוויזארישע ליכט באקס מיט ליכט צו צינדן (געווען א שיינער צאל ליכט דארט)
זכות הצדיק מירושלים יגן עליכם ועלינו ועל כל ישראל להתברך בכל מילי דמיטב
צוגעלייגטע
mm.jpg

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » מיטוואך יולי 08, 2015 4:23 pm

cute
האטס געפועלט אלעס גוטס.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 08, 2015 5:16 pm

יה"ר מ'זאל האבן געפועלט אלדאס גוט'ס, און דער זכות פונעם צדיק זאל מגין זיין אויף אלע מסייעים לדבר מצוה רבה ובראשם כ"ק מרן הגאון הגדול הנשיא שליט"א השוכן כבוד בעיר עוז לנו סקרענטאן במדינת פענסאלוועניע, וכבוד המזכיר הגדול והמרומם בנן של גדולים ויחסנים הרב הגאון רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית וכל חברי המורשת כל אחד בשמו הטוב יבורך.

יהי רצון דער מורשת זאל ווייטער קענען אנגיין ביתר שאת ויתר עוז און מזכה זיין את הרבים כיד ה' הטובה עליהם כל הימים.

כברכת,

זעירא דמן חבריא,

שמעלקא (לבית) טויב
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דאנארשטאג יולי 09, 2015 8:55 am

הערליכע וואונדערבארע ציענדיגע באשרייבונג.
נאר איין שאלה. טאמער איז ער געבוירן שנת תר״ו און ער איז געוועהן אין תרי״ז אן עלף יעריג יונגל איז ער ע״פ חשבון אין תרס״ז געוועהן 60 אדער 61 ענדערש ווי 51 ווי מ׳האט דא געשריבן, וואס איז שוין נישט אזוי געפערליך יונג פאר יענע צייטן.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:17 am

how do i register to receive updates from moreshes ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:49 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:how do i register to receive updates from moreshes ?

שיקט אן אימעיל צו
moreshesamerica@gmail.com

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:26 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:הערליכע וואונדערבארע ציענדיגע באשרייבונג.
נאר איין שאלה. טאמער איז ער געבוירן שנת תר״ו און ער איז געוועהן אין תרי״ז אן עלף יעריג יונגל איז ער ע״פ חשבון אין תרס״ז געוועהן 60 אדער 61 ענדערש ווי 51 ווי מ׳האט דא געשריבן, וואס איז שוין נישט אזוי געפערליך יונג פאר יענע צייטן.

איבערליינענדיג די לשון קודש'ע פי די עף זעה איך אז אין דעם ארטיקל פון רעדלהיים שרייבט ער אין שנת תרס"ז אז "לפני ארבעים שנה" איז די משפחה ארויף קיין ירושלים. און ער שרייבט אויך אז ער איז געוועהן 51 יאר אלט. ווי אויך אלע הספדים קלאגן אז ער איז אזוי אינג אוועקגענומען געווארן. אשר ע"כ דארף מען לכאו' מגיה זיין די שנת הלידה צו "תרט"ז" אנשטאט תר"ו, אין די שנת העלי' צו "תרכ"ז" אנשטאט תרי"ז.
קארעקט מי איף איים ראנג, ענד קאררעקט יארסעלף איף איים רייט.
אבער איך שטוין אויף די געוואלדיגע ארבייט בין החברים. תבא עליכם ברכה והזכות יגן בעדיכם!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט