בלאט 1 פון 1

הרב זאב גוטהולד - סאסקאטון, קאנאדא

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 9:56 pm
דורך לייברערין
שלום,
איך האב ערהאלטען א בריוו פון מיינס א חבר, פון הרב זאב גוטהולד געשריבען אויף זיין LETTERHEAD און Saskatoon Saskatchewan א פראווינץ און צענטראל קאנאדע, זעט אויס ווי ער איז געווען א רב דארט נאך דו קריג לכאורה, איך האב נישט געקענט דערגיין ווער דער יוד איז געווען אין אוודאי נישט זיין היסטאריע און קאנאדע. איך האב גערעדט מיטן חב"ד רב פון דארט כהיום האט ער נישט געוויסט צוזאגען גארנישט פון דעם יוד.
איך וועל מיך שטארק פרייען צו באקומען א ידיעות פון דעם יוד (ווי אויכעט א בילד אויב עס איז דא)
איך האף צו צעלייגען א קאפי פונעם בריוו וואס האט גוטע שטאף.....עוד חזון

אפשר די זעלבע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:54 pm
דורך אברעמיל
איך געדענק אז מיט 50 יאהר צוריק איז געווען א רב זאב גאטהולד אין שוועדען אדער אן אנדערע פלאטץ אין סקאנדינאוויא. אפשר ויז ער געווען א מענטש וואס איז ארום גיפאהרן צו פארשידענע קליינע קהלות.
איך האב געטראפען א הספד אויף אים דא
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 6142_5.pdf

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2015 12:41 am
דורך מי חכם
האסט פרובירט צו גוגלען בעפארן נעמען די טירחא צו רעדן צו דעם חב"ד רב? גוגל איז פול מיט דעם רב. קוקט אויס צו זיין א געבוירענער אין דייטשלאנד.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2015 10:08 am
דורך מיללער
רב גוטהאלד איז געווען אן איינגעשטעלטער אינעם "משרד הדתות" ביי די מדינה אין אר"י

ספרו "תחכמון"

כרך א:
http://www.hebrewbooks.org/46142

כרך ב'
http://www.hebrewbooks.org/46143

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2015 10:51 am
דורך לייברערין
א שיינעם דאנק פאר אלע ארויסהעלפערס,
מיין עיקר בקשה איז איבער זיין תקופה און סאסקעסטון, קאנאדא.
אויב איינער וויסט דו מינדיסטע אינפארמציע וואל איך מיך גאר געפרייט צו הערן.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2015 10:54 am
דורך לייברערין
מי חכם האט געשריבן:האסט פרובירט צו גוגלען בעפארן נעמען די טירחא צו רעדן צו דעם חב"ד רב? גוגל איז פול מיט דעם רב. קוקט אויס צו זיין א געבוירענער אין דייטשלאנד.

אוך האב אייגענטליך געגוגל'ט אבער נישט געפונען גארנישט איבער זיין אויפהאלטונג און קאנאדע.
יש"כ נאכמאל פאר אלע חשובע חברים אויף דעם חשובע'ן ירחון אייוועלט הנודע לתהלה חזק ואמץ!! ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2015 10:59 am
דורך לייברערין
יש"כ פאר הרב מיללער און אברעמיל פאר דו לינקס
אברעמיל דיין לינק שיקט מיר צו אינמיטען א ספר ווי וואלט אוך געקענט אנקומען צו זעהן דעם גאנצן ספר דורך דיין לינק, אדער עכ"פ וויסן דעם נאמען פונעם ספר. סליחה על חוסר ידעתי בהוועב.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2015 11:03 am
דורך קנאפער ידען
לייברערין האט געשריבן:יש"כ פאר הרב מיללער און אברעמיל פאר דו לינקס
אברעמיל דיין לינק שיקט מיר צו אינמיטען א ספר ווי וואלט אוך געקענט אנקומען צו זעהן דעם גאנצן ספר דורך דיין לינק, אדער עכ"פ וויסן דעם נאמען פונעם ספר. סליחה על חוסר ידעתי בהוועב.

זיין לינק איז צו זייט 5 פון כרך א' פון קובץ 'תחכמון' וואס מיללער האט געלינקט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2015 11:04 am
דורך מיללער
נפטר בשנת תשס"ט בן 92 בירושלים

יחוסו ותמונותו באתר ג'ני:
http://www.geni.com/people/Walter-Ze-ev ... 8400124679

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2015 7:06 pm
דורך לייברערין
יש"כ נאכמאל פאר אלע חברים
אי"ה נאך שבת וועל איך ארופלייגען אן איטרעסאנטען בריוו פון עם.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2015 8:18 pm
דורך סעלצער
לייברערין האט געשריבן:יש"כ נאכמאל פאר אלע חברים
אי"ה נאך שבת וועל איך ארופלייגען אן איטרעסאנטען בריוו פון עם.

מיר ווארטן שוין מיט גרויס שפאנונג

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2015 11:20 pm
דורך לייברערין
בריוו פון רב גוטהולד ווי ער רעדט זיך אפ אויף דו מצב פון דו ממונים פןן "יאנג איזרעאל".
מערקטס אן דו לעצטע צוויי שורות.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2015 4:01 pm
דורך חיים יענקל
א דאנק לייברערין פארן בריוו, עס איז זייער אינטערעסאנט.
אגב מערקט די שריפט סאיז עפעס אויסערגעווענליך שיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2015 11:58 pm
דורך שטארק זיך
די בריוו ברענגט ארויס דעם פערזאהן גאר שטארק; די שריפטהאיז קלאר אבער נישט פליסנד.

אלענפאלס, די תוכן און אפנהארציגקייט (נו נו...) איז באנעמנד, און די אינפארמאציע, הגם עס איז נישט קיין חידוש, איז דאס דאקומענטירטע היסטאריע.

אדאנק לייברערין.