בלאט 16 פון 24
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 6:08 pm
דורך יוראפ
ער האט דאך געשריבן אנפאנג מהרש"ג אין גרויסע ווערטער
עפעס איז זעהט אויס אביסל פאני מיט מיר אז איך האב יא פארשטאנען די תגובה
קירוב והדרכה
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 6:11 pm
דורך אינטערעס
יוראפ האט געשריבן:ער האט דאך געשריבן אנפאנג מהרש"ג אין גרויסע ווערטער
עפעס איז זעהט אויס אביסל פאני מיט מיר אז איך האב יא פארשטאנען די תגובה
קודם יישר כח,
דער אמת אז געוויסע זאכן ווייס איך נאך נישט ווי אזוי צו מאכן,
אויב איך וויל פרעגן, ווי זאל איך לייגן מיין שאלה?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 7:33 pm
דורך אינטערעס
מיללער האט געשריבן:ווילוויסן האט געשריבן:אינטערעס האט געשריבן:ב"ה
עס איז דא א איד ר' יודל גרינפעלד במקורו פון ארץ ישראל, א איידעם אין מונארו, ער איז א שטיקל דיין אין "מכון להוראה" מאנסי.
מה רצונך?
הרב אינטערעס איז א אורח, וועם מיר זענען מחויב מקרב צו זיין, כאטש עס איז קלאר אז ווי יעדער נייער מיטגליד ברויך זיך אונזער אורח נכבד נאך אויסלערנען די נעוויגאציעס, עס זעהט נישט אויס אז דאס זאל נעמען לאנג.
מיר ווארטן מיט אינטערעס! אויב ברויכט איר הילף שעמט אייך נישט צו בעטן.
אדרבה איך וויל הערן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 8:39 pm
דורך לוי יצחק
אינטערעס האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:ער האט דאך געשריבן אנפאנג מהרש"ג אין גרויסע ווערטער
עפעס איז זעהט אויס אביסל פאני מיט מיר אז איך האב יא פארשטאנען די תגובה
קודם יישר כח,
דער אמת אז געוויסע זאכן ווייס איך נאך נישט ווי אזוי צו מאכן,
אויב איך וויל פרעגן, ווי זאל איך לייגן מיין שאלה?
א שאלה אין ענייני יוחסין - דא
אנדערע שאלות איז דא אן אשכול וואס הייסט "זאכן וואס איך וויסן".
יהא בואך לברכה
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 05, 2013 3:01 pm
דורך יוסף שרייבער
נעכטען אין ביהמ"ד זעה איך א שיינע סורפרייז ,איינער פלאנט צו דרוקען חידו"ת ותולדות זקני הג' הצ' ר' רפאל ריס אב"ד האגענטאהל, ענדיגען וענגלויא במדינת שווייץ עם תולדות חתנו זקני ר' שלום אולמאן-חריף אב"ד לאקעבנאך בעל דברי ר"ש.
איך שטעל ארויף די קאנטאקט אינפארמאציע, אויב איינער האט עפעס צוצולייגען ביטע אריינשיקען דירעקט אדער מיר עס שיקען און איך וועל עס איבערגעבען.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 10:36 am
דורך מיללער
ווייסט איינער ווער עס איז געווען ר' אברהם ב"ר חיים דומ"ץ גארליץ בשנת תר"ס?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 12:41 pm
דורך SPUSMN
ווייסט איינער ווער איז געווען "הגה"צ רבי שמעיה יהודה לעבאוויטש, (תלמיד מהגה"ק רבי אברהם שאג), דומ"צ מקלויזענבורג, נפטר כ"ו ניסן תרפ"ו"?
ער ווערט דערמאנט אין ספר 'זכרון צדיקים' ביי כ"ו ניסן, און קען אים נישט טרעפען אין ערגעץ. אין דער נייער ספר יעצט ערשינען אויף דער שטאט קלויזענבערג, טרעף איך אים נישט, און (דערווייל) אין פרענומעראנטן אויך נישט.
ווער קען דא עפעס ארויס העלפען? איז דא א איד פון שטאט קלויזענבערג וואס וואלט געקענט אפשר וויסען?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 pm
דורך מיללער
SPUSMN האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז געווען "הגה"צ רבי שמעיה יהודה לעבאוויטש, (תלמיד מהגה"ק רבי אברהם שאג), דומ"צ מקלויזענבורג, נפטר כ"ו ניסן תרפ"ו"?
ער ווערט דערמאנט אין ספר 'זכרון צדיקים' ביי כ"ו ניסן, און קען אים נישט טרעפען אין ערגעץ. אין דער נייער ספר יעצט ערשינען אויף דער שטאט קלויזענבערג, טרעף איך אים נישט, און (דערווייל) אין פרענומעראנטן אויך נישט.
ווער קען דא עפעס ארויס העלפען? איז דא א איד פון שטאט קלויזענבערג וואס וואלט געקענט אפשר וויסען?
עס איז פארהאן צוויי יזכור ביכער אויף קלז"ב (תשכ"ח און תש"ל) איך טרעף נישט דעם דיין, אין קיינע פון די צוויי.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:26 pm
דורך SPUSMN
יישר כח פאר זיכען.
וואס פארע צייטונג איז ארויס געגאגען אין קלויזענבערג, אדער דער געגנט? ער האט שוין געמוזט זיין א בן שבעים און אפשר א סאך מער; ווי וואלט מען געמאלדען אין תרפ"ח אז אן אלטען דיין איז אוועק?
מיר ווייסען ווייניג אויף תלמידים פון הגה"ק רבי אברהם שאג, כאטש ער האט געהאט א סאך תלמידים. איז יעדער איינער וואס מען טרעפט א געפינס.
ווער עס קען עפעס העלפען וועט עס זיין עפרישיעידעד.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 1:23 pm
דורך אינטערעס
ב"ה
אם עדיין לא ידוע לכם, (לא מצאתי שבאשכול זה נכתב)
ר' יוסף חיים זאננפעלד היה תלמידו, ובספרים על רי"ח, יש כמה פרטים על ר' אברהם שאג זצ"ל.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 1:38 pm
דורך SPUSMN
דא איז דער אשכול איבער
רבי אברהם שאג זי"ע.
אוודאי ווייסען מיר פון זיינע תלמידים, ספעציעל פון דער מרא דארעא דישראל רבי יוסף חיים זאננפעלד; אבער געהאט האט ער א סאך תלמידים, און מיר ווייסען נאר פון געציילטע. דערפאר טראגט יעדען איינס א חשיבות.
בנחת נשמעים
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 2:13 pm
דורך אינטערעס
SPUSMN האט געשריבן:דא איז דער אשכול איבער
רבי אברהם שאג זי"ע.
אוודאי ווייסען מיר פון זיינע תלמידים, ספעציעל פון דער מרא דארעא דישראל רבי יוסף חיים זאננפעלד; אבער געהאט האט ער א סאך תלמידים, און מיר ווייסען נאר פון געציילטע. דערפאר טראגט יעדען איינס א חשיבות.
יישר כח
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:32 pm
דורך לוי יצחק
באקומען אין אימעיל:
I am trying to find out how I am related to the first Belzer Rebbe.
A heard from the daughter of my great-grandmother's sister that my great-great-grandmother, Sheva HOLTZER Silberman, from Oleschythe, Poland was somehow related to the Belzer Rebbe.
According to records I found, Sheva was killed at the age of 70 by the Nazis, making her born in about 1873. It seems that the Belzer Rebbe also spend a few years, in the 1920s, in Oleshythe, which is not far from Lwow and Belz, where Belz is based.
If anyone is able to help me, it would be greatly appreciated. Perhaps someone in Belz today knows, because this cousin in Toronto tells me that Belz Chassidim came to her mother's wedding (the daughter of Sheva Hotlzer Silberman) and said that they had kept track of her, being the Rebbe's family.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:38 pm
דורך תרנגול
וועלכע שטאט איז Oleshythe ?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:42 pm
דורך לוי יצחק
ווייס איך דען? כ'האב פלעין ק/פ.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:42 pm
דורך הסרפד
תרנגול האט געשריבן:וועלכע שטאט איז Oleshythe ?
מסתמא צ"ל Oleszyce - האלישיץ.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:10 pm
דורך הסרפד
הסרפד האט געשריבן:תרנגול האט געשריבן:וועלכע שטאט איז Oleshythe ?
מסתמא צ"ל Oleszyce - האלישיץ.
און אזוי שטייט טאקע
אין יד ושם
חותנו של ר' אשר מלוביצקי
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 15, 2013 9:29 am
דורך נחוניא
הירשל ציג האט געשריבן:צו באמערקן אז דער ר' אשר מאלוביצקי איז געווען 2 מאל אן אייניקל פונעם היילקן קארלינער זצ"ל
דרך ר' משה בער חתן הרש"ק
און אויך איז ער געווען אן איידעם ביי ר' שלמה מלודמיר בן ר' משה מלודמיר בן הרה"ק ר' שלמה מקרלין זצ"ל
ר' אשר'ס טאכטער האט חתונה געהאט מיט ר' ברוך אשכנזי אביהם של ר' יצחק שרגא פייוויש הי"ד ור' יואל אשכנזי ז"ל
רבי אשר היה חתנו של רבי שלמה מלאדמיר-טבריא
נכד רבי משה מלאדמיר בן הרש"ק.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 05, 2013 1:02 pm
דורך חכם לב
ווייסט איינער עפעס וועגן משפחת פעטערפרוינד - פריינד פון צאנז, ווער און פארוואס האט זיך געטוישט דער נאמען?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 05, 2013 1:51 pm
דורך msp
עס זענען דא פעטערפרוינד'ס אין אנטווערפען
ר' יושע באראן - ערשטע וועלט קריג - וויען
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 12:02 am
דורך שתוקא בתרין
ווייסט איינער אפשר ווער איז געווען ר' יושע באראן וואס ער האט ארויסגענומען היתר הוראה אינמיטן די ערשטע וועלט קריג, אין די שטאט וויען.
לכ' איז דאס נישט דער קאמינקער רבי פון ירושלים, ער איז נאך דעמאלט געווען א גאר קליין קינד.
ר' שלמה מערזל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 12:20 pm
דורך שתוקא בתרין
בן בוזי האט געשריבן:איך זאג נישט אז אזוי איז דאס טאקע געווען נאר איך זאג ווי ס'שטייט געשריבן, איך געדענק קלאר ווי די ליובאוויטשער שרייבן אז ביים בעל התניא זענען געווען אכציג טויזנט מענטשן, ווידער וועגן די מעמדות האב איך קלאר געזאגט אז ס'מוז נישט זיין אז זיי זענען געווען אונטער זיין מגידות, נאר אז זיי האבן איהם מעריץ געווען און דעריבער געשיקט מעמדות.
ר' שלמה מערזל א פארצייטישער בעלזער חסיד פלעגט שטענדיג פארציילן, אז קיין בעלז זענען געקומען אויף יום טוב עטליכע פערד און וועגענער און די גאנצע שטאט האט גערעש'ט איבער זיי, און דאס פארציילט מען היינט איבער די עולם גדול פון טויזנטער חסידים וועלכע זענען געקומען אויף יום טוב צום רב.
ווער איז דאס ר' שלמה מערזל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 12:56 pm
דורך dovidal
שתוקא בתרין האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:איך זאג נישט אז אזוי איז דאס טאקע געווען נאר איך זאג ווי ס'שטייט געשריבן, איך געדענק קלאר ווי די ליובאוויטשער שרייבן אז ביים בעל התניא זענען געווען אכציג טויזנט מענטשן, ווידער וועגן די מעמדות האב איך קלאר געזאגט אז ס'מוז נישט זיין אז זיי זענען געווען אונטער זיין מגידות, נאר אז זיי האבן איהם מעריץ געווען און דעריבער געשיקט מעמדות.
ר' שלמה מערזל א פארצייטישער בעלזער חסיד פלעגט שטענדיג פארציילן, אז קיין בעלז זענען געקומען אויף יום טוב עטליכע פערד און וועגענער און די גאנצע שטאט האט גערעש'ט איבער זיי, און דאס פארציילט מען היינט איבער די עולם גדול פון טויזנטער חסידים וועלכע זענען געקומען אויף יום טוב צום רב.
ווער איז דאס ר' שלמה מערזל?
א חשובער בעלזער חסיד פון שטאט יעריסלאב --נאך געקענט מהרי"ד בעלזא = געווען דארט דעם לעצטין תשרי תרפ"ז = געוואנט אין סקווירא כמה שנים - איך האב אסאך פארברענגט מיט אים
היה מתמיד עצום - הובא לקברות סמוך למהרא מבעלז
לא הניח זש"ק ל"ע תנצב"ה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 3:53 pm
דורך שתוקא בתרין
דאנקע שיינע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 3:57 pm
דורך שתוקא בתרין
אפשר ווייסט איר אויך זיין יארצייט, און שנת הסתלקותו, ?