שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

dovidal
שר ששת אלפים
תגובות: 6096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך dovidal » מיטוואך פאברואר 24, 2021 1:56 pm

farshlufen האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
אוצרות האט געשריבן:אני מחפש פרטים על הגאון ר' נחום צבי כהנא מו"ץ בסיגעט

ר' נחום הערש ב"ר יוסף ברוך כהנא היה מקורב של צדיקי סיגוט.
לא ידוע לי ששימש שם כמו"ץ.

הנה שלך לפניך
וגם בספר עצי חיים על מועדים כתוב לאמר שהוא כתב הספר !!!

וואו שטייט דאס?

נישט אין דעם בילד וואס איר ברענגט.

עיין בספר עצי חיים דפוס ראשון בסוף

אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך אנא עבדא » מיטוואך פאברואר 24, 2021 5:40 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
סעלפאן האט געשריבן:איז באקאנט אויב ער האט געהאט קינדער?
ביי וועם איז ער געווען אן איידעם?

ער האט געהאט א זון און איידעם וואס זענען געהארגעט געווארן ביים קריג, הי"ד
זיין שווער האט געהייסן ר' צבי מאיר שטיינמעטץ פון ברוסטיר

ס'איז דא א ספר 'כתיבה לחיים' פון דער פעטריווע דיין זצ"ל, וואס זיין אייניקל ר' יעקב חיים רוטנער האט געדרוקט תשנ"ו - ברוקלין.
כ'ווייס אבער נישט ווער דאס איז.
די ספר איז דא אויף אוצה"ח.

די כתיבה לחיים איז טאקע פון רבי חיים ישכר גראס, אבער רבי יעקב חיים איז נישט זיין אייניקל נאר ער האט געטראפן די כת"י

בהסכמת ה'ברך משה' שטייט "אשר בעוה"ר לא השאיר אחריו זרע של קימא
https://tablet.otzar.org/pages/?&pagenum=8&book=23766

כ'זעה, אבער אין עמ' 2 פונ'ם ספר שטייט - 'להשיג הספר אצל המו"ל נכד המחבר זצ"ל...'
אינטרעסאנט.

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך פאברואר 24, 2021 7:06 pm

אנא עבדא האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:ער האט געהאט א זון און איידעם וואס זענען געהארגעט געווארן ביים קריג, הי"ד
זיין שווער האט געהייסן ר' צבי מאיר שטיינמעטץ פון ברוסטיר

ס'איז דא א ספר 'כתיבה לחיים' פון דער פעטריווע דיין זצ"ל, וואס זיין אייניקל ר' יעקב חיים רוטנער האט געדרוקט תשנ"ו - ברוקלין.
כ'ווייס אבער נישט ווער דאס איז.
די ספר איז דא אויף אוצה"ח.

די כתיבה לחיים איז טאקע פון רבי חיים ישכר גראס, אבער רבי יעקב חיים איז נישט זיין אייניקל נאר ער האט געטראפן די כת"י

בהסכמת ה'ברך משה' שטייט "אשר בעוה"ר לא השאיר אחריו זרע של קימא
https://tablet.otzar.org/pages/?&pagenum=8&book=23766

כ'זעה, אבער אין עמ' 2 פונ'ם ספר שטייט - 'להשיג הספר אצל המו"ל נכד המחבר זצ"ל...'
אינטרעסאנט.

אויך איז אינטערסאנט, אז ר' יעקב חיים רוטנער איז טאקע געווען א איר אייניקל פון א אנדערע ר' חיים גראס פון מונקאטש!
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

משפחת שערמער מלאבאווא

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 01, 2021 3:57 pm

איז עפעס באקאנט אויף א משפחה (אינעם דור פארן ערשטע וועלטס קריעג) בשם 'שערמער' וואס האט געוואוינט אין לאבאווא? בפרט איינער ר' משה שערמער? אפשר א גביר, ער האט געטוהן לכה"פ איין רבי'שע שידוך. זוכענדיג דעם נאמן טרעף איך גארנישט אויסער זיין נאמן אויף JRI אין לאבאווא (זוגתו לבית איינהארן).

איז עפעס ידוע פון היימישע מקורות?

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: משפחת שערמער מלאבאווא

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג מארטש 01, 2021 4:14 pm

הסרפד האט געשריבן:איז עפעס באקאנט אויף א משפחה (אינעם דור פארן ערשטע וועלטס קריעג) בשם 'שערמער' וואס האט געוואוינט אין לאבאווא? בפרט איינער ר' משה שערמער? אפשר א גביר, ער האט געטוהן לכה"פ איין רבי'שע שידוך. זוכענדיג דעם נאמן טרעף איך גארנישט אויסער זיין נאמן אויף JRI אין לאבאווא (זוגתו לבית איינהארן).

איז עפעס ידוע פון היימישע מקורות?

אפשר פארבינדן מיט ר' שמואל אהרן מיללער אב"ד לאבאווא, וואס איז (?) געווען מחותם מיט ר' דוב שערמער פון קרעמניץ?
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: משפחת שערמער מלאבאווא

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 01, 2021 4:24 pm

ויתן לך האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איז עפעס באקאנט אויף א משפחה (אינעם דור פארן ערשטע וועלטס קריעג) בשם 'שערמער' וואס האט געוואוינט אין לאבאווא? בפרט איינער ר' משה שערמער? אפשר א גביר, ער האט געטוהן לכה"פ איין רבי'שע שידוך. זוכענדיג דעם נאמן טרעף איך גארנישט אויסער זיין נאמן אויף JRI אין לאבאווא (זוגתו לבית איינהארן).

איז עפעס ידוע פון היימישע מקורות?

אפשר פארבינדן מיט ר' שמואל אהרן מיללער אב"ד לאבאווא, וואס איז (?) געווען מחותם מיט ר' דוב שערמער פון קרעמניץ?

זייער אינטערעסאנט, ווייל דער ר' משה שערמער'ס איידים איז גאהר געוועהן (לכאורה, ועדיין צב"ד) ר' אברהם ווייכסלבוים מטיטשין בן הרה"ק ר' שלמה ליב'לע משם, מחותנו (דודו של חתנו ר' אבא וואקס הי"ד) של ר' שמואל אהרן אב"ד לאבאווא.

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: משפחת שערמער מלאבאווא

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 01, 2021 4:42 pm

הסרפד האט געשריבן:

איך זעה יעצט אז ר' דוב שערמער מקרעמניץ (לכאו' טה"ד במקור וצ"ל מקרעניץ) איז געוועהן א מחותן ממש מיט ר' אבא מיללער, א שני בשני מיט ר' שמואל אהרן

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 01, 2021 5:23 pm

בעל אופן, דער ר' דוב שערמער'ס מחותנות איז למעשה נישט תלוי אין ר' שלמה ליב'לי טיטשינער'ס, בלייב איך צוריק מיט מיין שאלה לגבי ר' משה, וואס איז אפשר געוועהן פון ר' דוב'ס משפחה.

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: משפחת שערמער מלאבאווא

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 02, 2021 12:51 pm

הסרפד האט געשריבן:איז עפעס באקאנט אויף א משפחה (אינעם דור פארן ערשטע וועלטס קריעג) בשם 'שערמער' וואס האט געוואוינט אין לאבאווא? בפרט איינער ר' משה שערמער? אפשר א גביר, ער האט געטוהן לכה"פ איין רבי'שע שידוך. זוכענדיג דעם נאמן טרעף איך גארנישט אויסער זיין נאמן אויף JRI אין לאבאווא (זוגתו לבית איינהארן).

איז עפעס ידוע פון היימישע מקורות?

ואפרש שיחתי: הרה"ק ר' שלמה ליב'לי מטיטשין האט געהאט א זוהן ר' אברהם הי"ד. דער ר' אברהם איז געבליבן וואוינען אין טיטשין נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תרפ"ז (משא"כ זיין שוואגער רא"ז מונד, וואס איז געווארן דער רבי פון די טיטשינער חסידים אין קראקא פון תרפ"ח בערך ביז'ן קריעג הי"ד).

אין די רעקארדס פון די קראקאווער געטא טרעפט מען איינער ר' אברהם ווייכסלבוים - מיט א פרומער צורה - יליד בלאנדיוו אצל טיטשין (ווי ר' שלמה ליב'לי'ס משפחה האבן געוואוינט) ב-1875 למס'. (ר' שלמה ליב'לי טרעפט מען אין טיטשין אליינס פון די סוף 1870 יאהרן למס', איך ווייס נישט צו עס שטייט ערגעץ ווען ער האט זיך דארטן באזעצט.)
נאך גערצו, שטייט דארט אז ר' אברהם האט געוואוינט ביז 1936 אין טיטשין, און צווישן זיינע קינדער איז איינער Salamon Leib, דהיינו שלמה לייב (און איין אנדערע העתקה שטייט גראדע 'שמעון לייב').

אלץ פאך, שטייט אז ער איז א געוועזענער 'לערער' - ר' אברהם בן מהרש"ל האט געטוהן אין מלומדות פריהער, און האט אויך געפיהרט א ישיבה.

לכן מסתבר אז מען רעדט פון ר' שלמה ליב'לי'ס זוהן, חאטשיק עס איז נישט אוממעגליך אז עס רעדט זיך פון זיינס א פלומעניק.

ולנידון דידן, שטייט אויף זיין פרוי, נעכא לבית שערמער ילידת לאבאווא גליל סאנז, 1903 (זוו"ש, ופשוט). דאס שטימט מיט א געבורטס רעקארד אויף JRI אין סאנז: נעכא, נולדה ב1903 בלאבאווא, בת משה שערמער וזו' עטל לבית איינהארן.

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג מארטש 02, 2021 12:59 pm

איז רבי אברהם נישט געווען רבי אין ריישא לאחר פטירת אביו?
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 02, 2021 1:35 pm

ויתן לך האט געשריבן:איז רבי אברהם נישט געווען רבי אין ריישא לאחר פטירת אביו?

האמת אגיד - איך ווייס נישט! איך בין נישט עכט באקאנט בתולדות ר' אברהם (און איך האב נישט יעצט מאו"ג ביי די האנט), איך האב נאר געזעהן אין רעקלאמעס פון די סוף תר"פ-אנהייב תר"צ יאהרן ווי ער שרייבט זיין אדרעס אין טיטשין.

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: משפחת שערמער מלאבאווא

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 02, 2021 1:38 pm

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איז עפעס באקאנט אויף א משפחה (אינעם דור פארן ערשטע וועלטס קריעג) בשם 'שערמער' וואס האט געוואוינט אין לאבאווא? בפרט איינער ר' משה שערמער? אפשר א גביר, ער האט געטוהן לכה"פ איין רבי'שע שידוך. זוכענדיג דעם נאמן טרעף איך גארנישט אויסער זיין נאמן אויף JRI אין לאבאווא (זוגתו לבית איינהארן).

איז עפעס ידוע פון היימישע מקורות?

ואפרש שיחתי: הרה"ק ר' שלמה ליב'לי מטיטשין האט געהאט א זוהן ר' אברהם הי"ד. דער ר' אברהם איז געבליבן וואוינען אין טיטשין נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תרפ"ז (משא"כ זיין שוואגער רא"ז מונד, וואס איז געווארן דער רבי פון די טיטשינער חסידים אין קראקא פון תרפ"ח בערך ביז'ן קריעג הי"ד).

אין די רעקארדס פון די קראקאווער געטא טרעפט מען איינער ר' אברהם ווייכסלבוים - מיט א פרומער צורה - יליד בלאנדיוו אצל טיטשין (ווי ר' שלמה ליב'לי'ס משפחה האבן געוואוינט) ב-1875 למס'. (ר' שלמה ליב'לי טרעפט מען אין טיטשין אליינס פון די סוף 1870 יאהרן למס', איך ווייס נישט צו עס שטייט ערגעץ ווען ער האט זיך דארטן באזעצט.)
נאך גערצו, שטייט דארט אז ר' אברהם האט געוואוינט ביז 1936 אין טיטשין, און צווישן זיינע קינדער איז איינער Salamon Leib, דהיינו שלמה לייב (און איין אנדערע העתקה שטייט גראדע 'שמעון לייב').

אלץ פאך, שטייט אז ער איז א געוועזענער 'לערער' - ר' אברהם בן מהרש"ל האט געטוהן אין מלומדות פריהער, און האט אויך געפיהרט א ישיבה.

לכן מסתבר אז מען רעדט פון ר' שלמה ליב'לי'ס זוהן, חאטשיק עס איז נישט אוממעגליך אז עס רעדט זיך פון זיינס א פלומעניק.

ולנידון דידן, שטייט אויף זיין פרוי, נעכא לבית שערמער ילידת לאבאווא גליל סאנז, 1903 (זוו"ש, ופשוט). דאס שטימט מיט א געבורטס רעקארד אויף JRI אין סאנז: נעכא, נולדה ב1903 בלאבאווא, בת משה שערמער וזו' עטל לבית איינהארן.

ע"פ עיון במעטריקל יוצא שר' משה שערמער היה חתן ר' יהושע איינהארן (וזו' מ' שפרינצא) מלימינוב, וואס לפי Geni איז ער געוועהן דער זיידע פון ר' אברהם דומ"ץ סאמבאטהעל אבי משפחת איינהארן מסקווירא ועוד - עס שטייט דארט טאקע אז ר' יהושע האט געהאט א טאכטער עטל, אבער אויף איר מאן שטייט גארנישט.

שמשכץ
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:27 pm

Re:

תגובהדורך שמשכץ » דינסטאג מארטש 02, 2021 8:34 pm

איטשע האט געשריבן:שמה מרת פרידא
נפטרה י״ג סיון תרל״ב, מנו״כ בבראד
אביה הי׳ ר׳ ליב מרגליות מדובנא, וברור שאין המדובר בבן השערי תשובה.
זוגתו היתה מרת אסתר חנה
בעלה מזווג ראשון היה שם משפחתו אפרתי
בנה ר׳ משה נזכר ע״י אביו חורגו באחד מתשובותיו

למה ברור שאין המדובר בבנו של השערי תשובה?

יש מבין
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: משפחת שערמער מלאבאווא

תגובהדורך יש מבין » מוצ"ש מארטש 06, 2021 10:53 pm

הסרפד האט געשריבן:איז עפעס באקאנט אויף א משפחה (אינעם דור פארן ערשטע וועלטס קריעג) בשם 'שערמער' וואס האט געוואוינט אין לאבאווא? בפרט איינער ר' משה שערמער? אפשר א גביר, ער האט געטוהן לכה"פ איין רבי'שע שידוך. זוכענדיג דעם נאמן טרעף איך גארנישט אויסער זיין נאמן אויף JRI אין לאבאווא (זוגתו לבית איינהארן).

איז עפעס ידוע פון היימישע מקורות?

געדענק איך אז ווען א חבר מיינער האט געזוכט איבער זיין משפחה אין לאבאווא האט ער געטראפן די רשימות אין די דערנעבענדע שטעט טיליטש און מישינע.

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: משפחת שערמער מלאבאווא

תגובהדורך הסרפד » מוצ"ש מארטש 06, 2021 11:46 pm

יש מבין האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איז עפעס באקאנט אויף א משפחה (אינעם דור פארן ערשטע וועלטס קריעג) בשם 'שערמער' וואס האט געוואוינט אין לאבאווא? בפרט איינער ר' משה שערמער? אפשר א גביר, ער האט געטוהן לכה"פ איין רבי'שע שידוך. זוכענדיג דעם נאמן טרעף איך גארנישט אויסער זיין נאמן אויף JRI אין לאבאווא (זוגתו לבית איינהארן).

איז עפעס ידוע פון היימישע מקורות?

געדענק איך אז ווען א חבר מיינער האט געזוכט איבער זיין משפחה אין לאבאווא האט ער געטראפן די רשימות אין די דערנעבענדע שטעט טיליטש און מישינע.

משפחת שערמער האט טאקע געוואוינט אויכעט אין טיליטש

Yossi3183
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:33 pm

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך Yossi3183 » מאנטאג מארטש 08, 2021 10:10 am

Yossi3183 האט געשריבן:
Yossi3183 האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

איינער האט מער פרטים אויף ר׳ יצחק יודא הלוי מליסקע וצאצאיו?

?מישהו יודע איזה ספר או מק״א שנזכר אודות ר׳ יצחק יודא לאווי חתן הרב מטשאבע

כמובא לעיל, בהקדמה לספר נחלה לישראל
מונה יחוסו, שאביו ר' הלל הוא בן החסיד המפורסם ר' מאיר אברהם הלוי בן הרב החסיד המפורסם ר' יצחק יודא הלוי מליסקא חתן הגאון הקדוש איש אלקים בעל מחבר ספר הקדוש פרי צדיק

כמו״כ על מצבת בנו ר׳ זאב וואלף מליסקא כתוב
מו״ה זאב וואלף הלוי
בן הרב הצדיק ר׳ יצחק יודא ז״ל

כמו״כ אני מעוניין לשמוע פרטים על צאצאיו
כנזכר, היה לו בן בשם ר׳ מאיר אברהם הלוי
ובן בשם ר׳ זאב וואלף הלוי לאווי מליסקא
ומישהו לעיל הזכיר בן בשם ר׳ צבי הלוי לאווי

?האם יש יתר ידיעות אודותיהם
? איפה גרו ? מי היו וכו׳
?בניהם

כמו״כ רציתי לדעת האם ר׳ אברהם הלוי לאווי חתן הטל חיים מליסקא היה שאר בשרו
של ר׳ יצחק יודא הנ״ל
וגם הצדיק הקדוש מטאהש

יישר כוחכם

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך משיח » מיטוואך מארטש 10, 2021 10:39 am

אולי אין כאן מקומו, אבער במקו״ם שאין איש...

וויאזוי הייסט די בני בית פון ר׳ חיים משה פעלדמאן ?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך מארטש 10, 2021 12:53 pm

משיח האט געשריבן:אולי אין כאן מקומו, אבער במקו״ם שאין איש...

וויאזוי הייסט די בני בית פון ר׳ חיים משה פעלדמאן ?

Geni און ענגלישע רשימות זאגן ביידע 'דבורה'. צי זי האט אנדערע נעמן ווייס איך נישט. וכן אצל וונדר.

אשריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך אשריך » מיטוואך מארטש 10, 2021 4:36 pm

איז דא היינט אייניקלעך פון הגאון רבי זעקיל פאללאק מגדולי תלמידי החתם סופר?

אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך להודות ולהלל » מיטוואך מארטש 10, 2021 5:30 pm

אשריך האט געשריבן:איז דא היינט אייניקלעך פון הגאון רבי זעקיל פאללאק מגדולי תלמידי החתם סופר?

הרב זעקל פאללאק פון בית דין מחזיקי הדת אנטוורפן איז נישט קיין אייניקל?
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך שמואלישעי » מיטוואך מארטש 10, 2021 6:31 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:איז דא היינט אייניקלעך פון הגאון רבי זעקיל פאללאק מגדולי תלמידי החתם סופר?

הרב זעקל פאללאק פון בית דין מחזיקי הדת אנטוורפן איז נישט קיין אייניקל?

יא ער איז א אנייקל בנוסף איז דא נאך א סאך אייניקלעך פון עם

dovidal
שר ששת אלפים
תגובות: 6096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך dovidal » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:30 pm

איך זיך אינפא אויף רבי לייב [ לעוו ] הנקרא רבי לייב בוטושום

loyodea
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך loyodea » מיטוואך מארטש 10, 2021 10:55 pm

Yossi3183 האט געשריבן:
Yossi3183 האט געשריבן:
Yossi3183 האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

איינער האט מער פרטים אויף ר׳ יצחק יודא הלוי מליסקע וצאצאיו?

?מישהו יודע איזה ספר או מק״א שנזכר אודות ר׳ יצחק יודא לאווי חתן הרב מטשאבע

כמובא לעיל, בהקדמה לספר נחלה לישראל
מונה יחוסו, שאביו ר' הלל הוא בן החסיד המפורסם ר' מאיר אברהם הלוי בן הרב החסיד המפורסם ר' יצחק יודא הלוי מליסקא חתן הגאון הקדוש איש אלקים בעל מחבר ספר הקדוש פרי צדיק

כמו״כ על מצבת בנו ר׳ זאב וואלף מליסקא כתוב
מו״ה זאב וואלף הלוי
בן הרב הצדיק ר׳ יצחק יודא ז״ל

כמו״כ אני מעוניין לשמוע פרטים על צאצאיו
כנזכר, היה לו בן בשם ר׳ מאיר אברהם הלוי
ובן בשם ר׳ זאב וואלף הלוי לאווי מליסקא
ומישהו לעיל הזכיר בן בשם ר׳ צבי הלוי לאווי

?האם יש יתר ידיעות אודותיהם
? איפה גרו ? מי היו וכו׳
?בניהם

כמו״כ רציתי לדעת האם ר׳ אברהם הלוי לאווי חתן הטל חיים מליסקא היה שאר בשרו
של ר׳ יצחק יודא הנ״ל
וגם הצדיק הקדוש מטאהש

יישר כוחכם

השם לאווי שמורה על לוי, כמו השם כהן\כהנא\כ"ץ שמורה על כהן, שימש להרבה משפחות של לוים וכהנים, ואין מזה שום הוכחה על קירבות כמו שיש בשאר שמות.
יכול להיות שהם קרובים, אבל מהשם לאווי אין שום הוכחה על זה, כי מאות משפחות נפרדות של לוים נקראו לאווי\לעווי
גם איני יודע איך אתה רוצה לידע אם הם קרובים של ר' יצחק יודא כשלא ידוע כלום עליו..

Yossi3183
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:33 pm

Re: שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תגובהדורך Yossi3183 » מיטוואך מארטש 10, 2021 11:07 pm

...כשהרב ״לא יודע״ אומר שלא ידוע

מגבעות
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2018 1:39 pm

Re: וויאזוי שטאמט דער תב”ש פון מהר”ם פדוואה?

תגובהדורך מגבעות » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 7:24 am

עוג מלך הבשן האט געשריבן:יעצט נחזור לעניננו.

און אלע ספרי יוחסין, אין ווי דערמאנט פריער אינ'ם ערשט'ן תגובה, איז דער 'תבואת שור'ס שווער'ס שווער געווען אן איידעם ביי ר' אריה ליב ב"ר משה הכהן, וואס דער ר' משה איז געווען א דירעקטער איידעם ביי ר' שאול וואהל.

ווער איז דער דערמאנטע ר' משה אב"ד לויצק?? איז דאס די זעלבע ר' משה הכהן??
גיבטס א קוק אונ'ם הסכמה אויפ'ן ספר 'מקור חכמה' געדרוקט אין פראג שע"א שטייט אזוי:

הגאון מוהר"ר משה כ"ץ אב"ד ור"ם דק"ק לויצק
"דברי הקטן משה בלא"א הר"ר יודא כ"ץ זלה"ה מקראקא"

לכאורה קומט אויס אז דאס איז די זעלבער מענטש! ממילא לפי זה איז דער ר' משה הכהן [אב"ד לויצק] נישט געווען ר' שאול וואהל'ס איידעם נאר זיין זוהן ר' מאיר'ס. קומט אויך אויס אז דער 'מטה אפרים' איז אן עלעפטע דור פונ'ם מהר"ם מאפדובה, הגם אז ער שרייבט קלאר ער איז א צענטע דור, קען מען מיישב זיין:
א. ער שרייבט דאך אליין אפאר שורות פריער אז ער ווייסט נישט די קשר גענוי
ב. קען זיין בדוחק אז ער מיינט צען דורות ביז זיין טאטע, מחמת ענוותנותו.

ס'איז מיר אינטערסאנט צו איינער איז שוין ארויף אויף די חידוש, אויב יא וועל איך מיר שטארק פרייען.

לויט דעם שער בלאט איז ער גאר דור י"ב ווייל פשוט שטייט דארט אז דער ר' משה איז געווען חתן חתנו פון ר' מאיר בן ר' שאול וואהל, איז נאך דא נאך א דור דער שווער פון ר' משה וואס ער גאר איז געווען אן איידעם פון ר' מאיר.

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: געלט גייער, עוד יזכור לנו און 9 געסט