רבי ישראל צבי הלוי ר"ב האור מלא מקאסאן הי"ד ג' סיון תש"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

רבי ישראל צבי הלוי ר"ב האור מלא מקאסאן הי"ד ג' סיון תש"ד

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך מאי 20, 2015 6:42 pm

הרה"ק ר' ישראל צבי הלוי ראטטענבערג זיע"א בעל אור מלא מקאסאן
בן הרה"ק ר' יהוסף צדיקא זיע"א מקאסאן


הרה"ק רבי ישראל צבי הלוי ראטטענבערג זיע"א בעל אור מלא אבד"ק קאסאן, נולד בעיר ניר-מאדע ביום י"ט תשרי תר"ן לאביו הרה"ק רבי יהוסף צדיקא מקאסאן זיע"א בן הרה"ק ר' צבי מטוסט זיע"א בן הרה"ק ר' יהוסף מקאזאווא זיע"א חתן הרה"ק בעל עטרת צבי זיע"א, ולאמו הרבנית הצדקנית מרת שרה יטל ע"ה בת הרה"ק רבי משולם פייש הלוי מטאהש זיע"א. ונקרא שמו בישראל ביום הברית צבי ע"ש זקינו העטרת צבי זיע"א.

כבר משחר ילדותו ראו עליו קדושתו ופרישותו, והי' פלא בעיני כל רואיו ומכיריו שהתמיד רבינו לשבת באהלה של תורה ויומם ולילה לא מש מאוהל אביו הק' אשר שם קנה הודו והדרו.

בהיות רבינו בן חמש שנים נחלה במאוד וגברה מחלתו, ע"כ שיגר אביו הגדול טעלעגראם לרבו הרה"ק ר' אליעזר צבי מקאמארנא זיע"א להזכיר את בנו, נענה הרה"ק מקאמארנא בטעלעגרם בכתבו "דער נאמען "צבי" איז צו א הויכער נאמען, גיב איהם צי א נאמען" ואז הוסיפו לו השם ישראל. ואכן קם ממחלתו והבריא לגמרי.

בהיותו כבן ט"ו שנים כבר הי' פקיע שמי' ברב חילי' בתורת החן, ואז המליץ עליו אביו ואמר "עס זענען דא רבי'ס וואס האלטין זיך פאר בעלי מקובלים, און זענען טאקע גאנץ שיינע מקובלים, נאר צו מיין ישראל'טשע קומען זיי נישט".

בהגיעו לפרקו נשא את זו' הרבנית הצדקנית מרת מינדל ע"ה בת אחיו הגדול הרה"ק רבי חיים שלמה הלוי זיע"א בעל שמועה טובה אבד"ק קאסאן, אשר עמה נולד לה בנותיו הרבנית הצדקנית מרת אלטע רחמה ע"ה (נישאה אל הרה"צ ר' יודא צבי אייכנשטיין אבד"ק דאבראני זיע"א הי"ד) והרבנית הצדקנית מרת פצורה יענטל ע"ה (נישאה אל הרה"צ ר' חנני' יו"ט ליפא ט"ב אבד"ק נירבאטור זצ"ל), כאשר נפטרה עליו זו' בשנת תרע"ט נשא בשני' את אחותה הרבנית הצדקנית מרת רחל מלכה ע"ה אשר עמה נולד לו בנו יחידו הב' החריף ירא ושלם הקדוש רבי אלתר חיים שלמה זיע"א הי"ד.

עם פטירת זו' השני' בשנת תרפ"ה נשא את זו' השלישית הרבנית הצדקנית מרת אדל ע"ה בת הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע"א בן הגה"ק מרן הדברי חיים זיע"א וחתן גיסו הגה"ק רבי מרדכי דוד מהורנסטייפל זיע"א.

רבינו הי' תלמיד אביו הגדול, אמנם גם קרא להרה"ק רא"צ מקאמארנא בשם רבו, כי הי' אצלו כאשר הי' בר ח' שנים, וציווהו אז לזמר במצוש"ק 'המבדיל' ומיני אז קראו רבו. כמו"כ זכה לראות צדיקים מעולם העליון אשר באו אליו באמצע הלילה, כמסופר שפעם בא גיסו הרה"ק ר' יואל צבי מסאלקא זיע"א והשתכן בבית רבינו, באמצע הלילה נתעורר בשמעו קולי קולות מרבינו, בבוקר שאלו גיסו לפשר הקולות, נענה רבינו ואמר שראה את הסטרעליסקער בלילה.

אחרי הסתלקות חתנו אחיו הגדול ביום ו' טבת תר"פ הפצירו בו חסידי קאסאן שימלא מקום אביו ואחיו, קם רבינו ונסע להרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע"א לשאולו כדת מה לעשות, והוא סמך את ידיו עליו להיות רועה ישראל, וברכו שיהי' פועל ישועות ושתפילותיו יתקבלו. בשב"ק ההוא ישב רבינו בבעלזא אשר קירבו במאוד והושיבו לידו, ועירב השיריים של שניהם ביחד וכה חילק את השיריים, ודיבר עמו אז דברים שלא נשמעו מפיו רק ליחידי סגולה.

במשך השנים יסד רבינו ישיבה מפוארה בשם "עטרת צבי" על שם זקינו מזידיטשויב, והעמיד תלמידים למאות שהיו מקושרים אליו בכל נימי נפשם. רבינו היה אומר שיעור לפני הבחורים ג' או ד' פעמים בשבוע שיעור פשוט ושאר הימים שיעור עיון, וקירב את הבחורים בנועם וחיבה והי' להם כאב רחום, על הימים טובים ויומא דפגרא'ס באו הרבה חסידים מכל הגליל, ורבים וטובים הסתופפו בצל הקודש להתחמם לאורו הגדול, ולחזות בעבודתו בקודש שהיתה בלהט אש קודש.

רבינו ניהל עדתו למשך כ"ד שנה והאיר עיני ישראל בתורתו וקדושתו, באותות ובמופתים ובעבודתו בקודש. כאשר ביקר רבינו בחג הסוכות אצל חותנו הק' מראצפערט זיע"א אמר עליו חתנו זה הריקודים של הקאסאנער רב הם כולם ע"פ כוונת האריז"ל, ואמר שמאז עבודת אביו לא ראה עוד אחד שיעבוד כך בעבודה רבה וכבירה כזאת.

סיפר הגה"צ ר' דוד בנציון קליין שליט"א שכשאסרו את הגה"ק מספינקא זיע"א בסעליש ושמו אותו במאסר בא שליח מיוחד לרבינו לבקש שיעתיר בעדו שיצא לחפשו, קם רבינו והתהלך בחדרו אנה ואנה כדרכו בזמן כזה, והי' דבוק ברעיונותיו ואחוז שרעפים, עד שפתאום התיישב על מקומו ואמר הוא יצא לחפשיו, ויניחו לו לצאת, אח"כ נודע שבאותו הזמן יצא לחפשי.

בשנת תש"א בשבת זכור בסעודת היום וכן בפורים שלאחריו בסעודת היום חזר רבינו כמה פעמים על דבריו ואמר 'רבותי חורבן גדול ממשמש ובא על העולם, יש זמן שגוזרים גזירה מן השמים ומודיעים לצדיקים שיבטלו אותו, ויש שגוזרין גזירה מן השמים ומסתירים אותה מן הצדיקים, אבל הצדיקים נודעים ממנה בעקיפין, ומרעישים עולמות ומבטלין את הגזירה, אבל יש עת שגוזרין גזירה ואין ידוע לשום צדיק ואינם יודעים מאומה, וגם יש שגוזרים גזירה ומודיעים לצדיקים ויודעים ממנה אבל אין יכולין לעשות דבר נגד הגזירה בשום אופן, ואין תקנה רק דבר אחד והוא התשובה אולי אולי ירחם, ע"כ רבותי נשוב בתשובה שלימה, כי בא חורבן שלא הי' עוד כזה בעולם, ופרץ בבכי' רבה שסחב עמו את כל הקהל הקודש.

כשהתחילו הצרות באונגארין עורר רבינו רבות לתשובה שלימה ותיקון המעשים, בימים ההם התחילו החסידים לעשות פעולות כדי להציל את רבינו מגיא ההריגות, ובסוף עלה בידיהם להציל את רבינו, אמנם רבינו לא רצה להיפרד מצאן מרעיתו בשעה קשה כזאת, וקיבל את הגזירה באהבה והכין א"ע לקדש שם שמים בשמחה. ביום אסרו חג פסח שנת תש"ד הקיפו הנאצים הרוצחים ימ"ש את העיר קאסאן והוציאו את כל היהודים משם והובילו אותום לגטו בעיר בערגסאז, שם עינו את רבינו לעין כל והרבו להכותו מכות מרות ואכזריות בלי הרף, אמנם רבינו הראה גבורתו ולא הראה שום סימני צער רק קיבל הכל באהבה.

כאשר עמד על הרכבת, אמר רבינו להסובבים אותו אתה תלך לגן עדן, ואתה תלך לגיהנום וכו', העולם שעמדו סביבו נרעדו ולא הבינו למה יכוונו דבריו, אמנם אח"כ נתברר הדבר, שלמי שאמר שילך לגן עדן נעקד"ה ועלה מיד לגן עדן, ומי שאמר לו שילך לגיהנום עבר את הגיהנום עלי אדמות, ונשאר בחיים.
בהתקרב הזמן חיזקם רבינו שהולכים להיות קרבן ציבור ליהרג על קידוש ה' ויש לעשות הכנה דרבה לכך, ואם אמנם לא כולם מבינים הכוונות הטמירות שיש בענין זה, אמנם הוא יכוון בשם כולם ובשם כל ישראל, וכך חיזקם לקבל את הדין באהבה וחיבה.

רבינו החזיר נשמתו הטהורה לבוראו כאשר העלה על המוקד ע"י הרשעים ימ"ש ביום ג' סיון תש"ד ביחד עם קהל עדתו וכל זרעו הי"ד.
מדברי תורתו נדפסו מעט מזעיר בספה"ק אור מלא שי"ל ע"י תלמידי הרה"ח ר' דויד פעלבערבוים זצ"ל, וכן נדפסו מנהגי קדשו בספה"ק הליכות קודש, שגם נכתב ע"י תלמידו הנ"ל.



יש עוד רבות מה לספר על רבינו, על שהציל רבים וגם טובים מהצבא, ועוד אלפי סיפורי מופת, ועוד חזון למועד (אדרבה יבואו היודעים ויוסיפו, וגם אני יהנה מזה)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך מאי 20, 2015 8:20 pm

139158.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך מאי 20, 2015 8:21 pm

139159.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך מאי 20, 2015 8:51 pm

0143.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך מאי 20, 2015 8:53 pm

הרה"ק האור מלא מקאסאן זי"ע הי"ד בעת ביקורו בעיר אונגוואר

0141.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך מאי 20, 2015 8:55 pm

הרה"ק האור מלא מקאסאן זי"ע הי"ד בעת ביקורו בעיר קליינווארדיין

0142.JPG

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דאנארשטאג מאי 21, 2015 10:16 am

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:סיפר הגה"צ ר' דוד בנציון קליין שליט"א ...

ש"ב הנ"ל כבר נמצא בעולם העליון זה איזה שנים

זכיתי לשמוע הרבה סיפורי מופת וניסים גלויים וכן תחיית המתים ממש מש"ב הגה"צ רבי דוד בן ציון קליין זצ"ל רבה של מושב יסודות בארה"ק שהי' תלמידו של הרה"ק מקאסאן הי"ד זי"ע וזכרו לא יסור ממנו אף לרגע אחד כל ימי חייו, לא עבר יום שלא דיבר מרבו, ובהגיע יום ג' סיון היה מכין את עצמו ליום הגדול הזה כמו שמכינים ליו"ט גדול כבר מאסרו חג פסח היה מדבר בלי הרף שעוד מעט בא יבוא יומא דהילולא קדישא ג' סיון, וכן היה כותב בהעיתון "המודיע" מאמרים על רבו הקדוש.

כ'וועל יעצט דערמאנען איין מעשה וואס כ'האב געהערט פון איהם אמאל ביי א באזוך אין ארץ ישראל, וז"ל בערך:
איין מאל ווען די מצב ביים רבי'ן אין שטוב איז געוועהן זייער געדרוקט און די גבאים האבן זיך דערזעהן אן א פרוטה, האט זיך נטע אנגערופן "ס'וואלט נישט שלעכט געוועהן נאך א דעבערצין'ער מעשה" און די רבי איז זייער בלאס געווארן און זיך געבייזערט "נטע זיי שטיל" נטע האט זיך געכאפט וואס ער האט געטוהן און ס'איז ניכר געוועהן אויף זיין פנים די שרעק. איך האב מיך מורא'דיג געוואונדערט וואס איז יעצט דא פארגעקומען וואס מיינט דאס א דעבערצין'ער מעשה און וואס האט די רבי זיך געבייזערט און פארוואס האט זיך טאקע נטע אזוי דערשראקן, כ'האב פארשטאנען אז יעצט איז נישט די צייט צו פרעגן אבער ביי א צווייטע געלעגנהייט ווען כ'האב געשמועסט מיט נטע'ן האב איך געשפירט אז יעצט קען איך איהם פרעגן און אזוי האב איך טאקע געטוהן כ'האב איהם געפרעגט וואס איז געוועהן די דעבערצין'ער מעשה נאכן מפציר זיין האט ער מיר פארציילט אז איין מאל ווען ער איז געוועהן מיטן רבי'ן אין דעבערצין האט פאסירט אזא מעשה די רבי איז געזעצן אין שטוב נאנט צום זיך גרייטן אהיים צו פארן אין פליצלינג שטורעמט אריין אין שטוב א פרוי מיט א יאמערליך געוויין מיט א קינד אויף איהר הענט, זי ווארפט אראפ דאס קינד און שרייט דאס איז געוועהן מיין בן יחיד און יעצט בין איך געבליבן אליין, די רבי האט זיך אויף געשטעלט פון פלאץ מיט א מורא'דיגע התלהבות און מיט קולות בוקע רקיעים געמאכט א ברכה מיט שם ומלכות "ברוך אתה ה' מחיה המתים" דאס קינד האט א ציטער געגעבן זיך אויף געמאכט די אויגן און זיך אויף געשטעלט אויף די פוס און אהיים געגאנגען.

פארשטייט זיך אז נאך אזא מעשה אריין געקומען אין שטוב אסאך געלט וואס האט געדעקט אויף א לענגערע תקופה, אבער די רבי האט מיך אנגעווארנט איך זאל פון דעם קיינמאל נישט רעדן און איך האב טאקע געפאלגט אבער יעצט ווען די מצב איז געוועהן אזוי געדרוקט האב איך זיך פארבענקט צו יענע צייט וואס ס'איז אריין גקומען אזויפיל געלט און געטראכט ביי מיר מי יתן ס'זאל נאך אמאל זיך אפשפילן עפעס וואס זאל ברענעגען אזויפיל געלט, און זיך נישט כאפן'דיג האב איך זיך אנגערופען אזויווי איינער וואס טראכט הויעך, און די רבי האט דאס געהערט האב איך מיך זייער דערשראקן.

ע"כ המעשה ששמעתי ממני

זכותי יגן עלינו ויושר יליץ בעדינו
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג מאי 21, 2015 1:47 pm

יודל קליין האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:סיפר הגה"צ ר' דוד בנציון קליין שליט"א ...

ש"ב הנ"ל כבר נמצא בעולם העליון זה איזה שנים



גערעכט פליטת הקולמוס,
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מאי 21, 2015 3:10 pm

זענען נאך דא תלמידים פון דעם קאסאניער רב וואס לעבן נאך?
כשמ"ו כן הוא

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 21, 2015 3:52 pm

הרבני רבי ישראל דוד אסטרייכער משכון סקווירא יליד דעברעצין זוכר אותו היטב
לפני שלשה שבועות נפטר תלמידו הנאמן רבי לעווי מוויליאמסבורג שלמד אצלו כשבע שנים

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מאי 21, 2015 4:16 pm

דער אסטרייכער איז א תלמיד, אדער ער געדענקט איהם נאר?
כשמ"ו כן הוא

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 21, 2015 4:27 pm

שמו האט געשריבן:דער אסטרייכער איז א תלמיד, אדער ער געדענקט איהם נאר?

ער איז א תלמיד פון ויגד יעקב==========אבער זוכר אותו היטב מדעברעצין

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » פרייטאג מאי 22, 2015 9:53 am

האב איך געהערט אז אין מאנטריאל וואוינט איינער שווארץ (כמדומני דוד אהרן?)
וואס איז דער איינציגסטער געבליבענער תלמיד, וואס איז נאך ביים דעת, וואס קאכט זיך נאך אין דעם אור מלא
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג מאי 25, 2015 8:03 am

שמו האט געשריבן:זענען נאך דא תלמידים פון דעם קאסאניער רב וואס לעבן נאך?


אין בני ברק איז דא הג"ר יהוסף חיים שיינפעלד פון בני ברק
תלמיד האור מלא
און אויף אן אייניקל פונעם בני שלשים

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יוני 08, 2016 4:36 pm

היינט נאכט איז די יארצייט

אין די הקדמה לספרו הק', שרייבט כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א די מעשה וואס ליגט אין דעם אסאך מחלק המוסר וואס מ'דארף זיך אפלערנען דערפון
(ס'נישט ממש זיין לשון, ווייל איך האב נישט דער ספר תח"י, אבער דאס איז די מעשה גענוי).

מסופר שפעם אחת נעדר בן לאחד מתושבי העיר, כאשר חזרו מההלוי' אשר גם רבינו השתתף שם, נטפל האיש לרבינו והתמרמר לפניו על שקרא לו מקרא כזה, הסתובב רבינו לעבר הבית החיים והראה במקלו לעבר האוהל וסביב האוהל ואמר לו 'דאס אלעס איז מיינ'ס און איך פרעג נישט קיין קשיא, און דו! איין קינד און שוין פרעגסטו' [וע"פ חשבון היה לו לרבינו שם י"א נפשות שישב עליהם שבעה, והם אביו ואמו, אחיו/חותנו, ב' נשיו, ושש מילדיו שמתו בילדותם רח"ל], וכה קיבל את גזירת הבורא בדמויה ובהצדקת דין שמים.

כמו"כ איז ידוע אז "אלע" זיינע תלמידים זענען געבליבן "סטאק" מיט אים, ווען עד זיבולא בתרייתא ועד בכלל האבן זיי נישט פארגעסן פון אים אפי' זיי האבן זיך שפעטער געדרייט ביי אנדערע גרויסע צדיקים.

האט מיר פארציילט הגאון ר' געציל בערקאוויטש שליט"א (וואס איז אויפגעוואקסן אין סאלקא מיט די זקני חסידי קאסאן), אז (ער האט מיר געזאגט דעם נאמען אויך, אבער איך געדענק נישט יעצט דעם נאמען), אמאל איז ער געווען באזוכן ביי א אלטן איד, וואס איז געווען ביים אור מלא אין ישיבה, אבער שוין געווען אין סאטמאר צענליגע יארן, און האט זיך אונטערגעזונגען דעם קאסאנ'ער כל מקדש ניגון, האט אים ר' געציל געפרעגט, איך פארשטיי דיר נישט, שוין מער יאר וואס דו ביסט אין סאטמאר ווי ביסט געווען אין קאסאן, און דאך פארגעסטו נישט פון קאסאן.
האט אים דער איד געענטפערט ר' געציל דו וועסט נאך זעהן אז ווען כ'וועל שטארבן וועל איך שטארבן מיט דעם ניגון, קאסאן איז געבליבן איין געקריצט אין מיר.

פארציילט מיר ר' געציל, אז יאר'ן שפעטער ווען דער איד איז געווען א נוטה למות איז ר' געציל אים געווען באזוכן, ווי נאר ר' געציל איז אריין געקומען, זאגט אים דער איד, אה ר' געציל ביסט דא, זייער גוט, און ער פאנגט אן צו זינגען דעם ניגון ווען טייכן טרערן רינען פון זיינע אויגן, און דערביי האט דער איד צוריק געגעבן זיין נשמה צום בורא כל עולמים.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מיטוואך יוני 08, 2016 4:39 pm

געווען עפעס א מעשה אז ער האט געטרינקען קאווע אן צוקער. ווייסט איינער?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך יוני 08, 2016 4:48 pm

פאר אינטרעסאנטקייט, וועלכער אדמו"ר איז דאס?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יוני 08, 2016 4:53 pm

פליגל האט געשריבן:פאר אינטרעסאנטקייט, וועלכער אדמו"ר איז דאס?

אדמו"ר מקאסאן שליט"א
איז רבי מאיר יה'וסף הלוי שליט"א, בן רבי מנחם ישראל מקאסאן זצ"ל, בן רבי פינחס שלום מקאסאן זצ"ל, בן רבי משה שמואל מקאסאן זצ"ל, אחיו של האור מלא זיע"א
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יוני 08, 2016 4:59 pm

שפרו מעשיכם האט געשריבן:געווען עפעס א מעשה אז ער האט געטרינקען קאווע אן צוקער. ווייסט איינער?

אין די אויבנדערמאנטע הקדמה ברענגט דאס דער קאסאניער רבי אראפ
אז ר' שלום אלי' פעלבערבוים איז אמאל אריין אין צימער פון רבי'ן ווען דער רבי איז פונקט ארויס, און זעענדיג די איבערגעבליבענע קאווע אויפן טיש, האט ער געכאפט שיריים, און געשפירט אז ס'איז געזאצלן
האט ער געפרעגט דעם הויז בחור, דו ווייסט אז ס'ליגט זאלץ אין די קאווע און נישט קיין צוקער, (סתם קאווע אן צוקער קען איך צענדליגע אידן וואס טרינקען אזוי),
האט אים דער הויז בחור געענפטערט, אז זייט די דרשה אין ראצפערט טוט דאס דער רב אלץ א תיקון
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך יוני 08, 2016 5:38 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:פאר אינטרעסאנטקייט, וועלכער אדמו"ר איז דאס?

אדמו"ר מקאסאן שליט"א
איז רבי מאיר יה'וסף הלוי שליט"א, בן רבי מנחם ישראל מקאסאן זצ"ל, בן רבי פינחס שלום מקאסאן זצ"ל, בן רבי משה שמואל מקאסאן זצ"ל, אחיו של האור מלא זיע"א

געפרעגט האב'ך צוליב דעם וואס'ז דא עטליכע וואס פאררופן זיך היינט אלס אדמו"ר מקאסאן.
איינע פון זיי איז לכאורה דער עלסטער זוהן בא"ב פונעם בני שלשים זי"ע.
ה"ה רבי יעקב מקאסאן 9'טער עוו שליט"א, בן רבי אשר ישעי מקאסאן זצ"ל, בן רבי משה שמואל מקאזעווע זצ"ל, בן רבי חיים שלמה זצ"ל בעל שמועה טובה, ואדמו"ר השני מקאסאן, ואחיו וחותנו של רבינו האור מלא זי"ע, בן רבינו הבני שלשים זי"ע.

און דוכציך אז רבי משולם'ס זוהן פון 18'טער עוו רופט זיך אויך קאסאן.
און אין בני ברק אויב ליגט מיר אין זכרון איז דא א פאנעט (פנט) וואס רופט זיך אדמור מקוסון.

און פארדעם האב'ך געפרעגט וועמען דו מיינסט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יוני 08, 2016 5:57 pm

נאו פראבלעם
איך האב געשריבן אדמו"ר מקאסאן, פשוט ווייל אין די הקדמה שטייט הקדמת כ"ק אדמו"ר שליט"א

למעשה די צוויי קאסאנער רבי'ס זענען שוואגער'ס
ווען האדמו"ר רבי מאיר יה'וסף שליט"א, איז א איידעם ביי הרה"צ ר' אשר ישעי' זצ"ל מקאסאן וואס דערמיט איז ער א דאפלטער אייניקל פון דעם בני שלשים
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך יוני 08, 2016 6:04 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:היינט נאכט איז די יארצייט

אין די הקדמה לספרו הק', שרייבט כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א די מעשה וואס ליגט אין דעם אסאך מחלק המוסר וואס מ'דארף זיך אפלערנען דערפון
(ס'נישט ממש זיין לשון, ווייל איך האב נישט דער ספר תח"י, אבער דאס איז די מעשה גענוי).

מסופר שפעם אחת נעדר בן לאחד מתושבי העיר, כאשר חזרו מההלוי' אשר גם רבינו השתתף שם, נטפל האיש לרבינו והתמרמר לפניו על שקרא לו מקרא כזה, הסתובב רבינו לעבר הבית החיים והראה במקלו לעבר האוהל וסביב האוהל ואמר לו 'דאס אלעס איז מיינ'ס און איך פרעג נישט קיין קשיא, און דו! איין קינד און שוין פרעגסטו' [וע"פ חשבון היה לו לרבינו שם י"א נפשות שישב עליהם שבעה, והם אביו ואמו, אחיו/חותנו, ב' נשיו, ושש מילדיו שמתו בילדותם רח"ל], וכה קיבל את גזירת הבורא בדמויה ובהצדקת דין שמים. *

כמו"כ איז ידוע אז "אלע" זיינע תלמידים זענען געבליבן "סטאק" מיט אים, ווען עד זיבולא בתרייתא ועד בכלל האבן זיי נישט פארגעסן פון אים אפי' זיי האבן זיך שפעטער געדרייט ביי אנדערע גרויסע צדיקים. **

האט מיר פארציילט הגאון ר' געציל בערקאוויטש שליט"א (וואס איז אויפגעוואקסן אין סאלקא מיט די זקני חסידי קאסאן), אז (ער האט מיר געזאגט דעם נאמען אויך, אבער איך געדענק נישט יעצט דעם נאמען), אמאל איז ער געווען באזוכן ביי א אלטן איד, וואס איז געווען ביים אור מלא אין ישיבה, אבער שוין געווען אין סאטמאר צענליגע יארן, און האט זיך אונטערגעזונגען דעם קאסאנ'ער כל מקדש ניגון, האט אים ר' געציל געפרעגט, איך פארשטיי דיר נישט, שוין מער יאר וואס דו ביסט אין סאטמאר ווי ביסט געווען אין קאסאן, און דאך פארגעסטו נישט פון קאסאן.
האט אים דער איד געענטפערט ר' געציל דו וועסט נאך זעהן אז ווען כ'וועל שטארבן וועל איך שטארבן מיט דעם ניגון, קאסאן איז געבליבן איין געקריצט אין מיר.

פארציילט מיר ר' געציל, אז יאר'ן שפעטער ווען דער איד איז געווען א נוטה למות איז ר' געציל אים געווען באזוכן, ווי נאר ר' געציל איז אריין געקומען, זאגט אים דער איד, אה ר' געציל ביסט דא, זייער גוט, און ער פאנגט אן צו זינגען דעם ניגון ווען טייכן טרערן רינען פון זיינע אויגן, און דערביי האט דער איד צוריק געגעבן זיין נשמה צום בורא כל עולמים.

* אינטרעסאנט צו הערן דעם פרט, וויפיל איך האב ציזאם געהערט פון אים האב איך נישט געהערט אז ער זאל האבן פארלוירן אזויפיל קינדער. כ'אב נאר געהערט פון די וואס זענען אומגעקומען אין די קריג.
גראדע האב'ך געהערט אז הבה"ק אלטר חיים שלמה הי"ד איז נישט געזונט געווען אלס קינד און איז נישט געווען אינדערהיים געהעריג ביז די 12 יאר. איר ווייסט עפעס דערפון?

** דאס קען מען זען אינעם ספר אור מלא, קודם כל אז ס'יז אדורך א מלחמה, טאקע ווייניגער אין צוגלייך צו דאס וואס די פוילישע אידן האבן מיטגעמאכט, אבער די מונקעטאבער האט זיי נישט אויסגעמיטען, רוב פון זיי האבן פארלוירן זייערע ווייבער און קינדער דארט, אסאך תלמידים זענען ל"ע נעק"ה הי"ד, און אעפ"כ האבן די שארית הפליטה געדענקט די תורות פון אים וואס פון דעם איז געווארן דעם ספר. די צורות זענען נישט קיין גרינגע תורות, ספעציעל ווען עס קריכט אריין אין הויעכע ענינים, און דאס האבן זיי געדענקט. עס ווייזט ווי ווייט די אידן זענען געווען דבוק ומקושר צונ'ם.

אן אינטרעסאנטע פרט, מערקט אן אינעם שער בלאט דעם יאר וואס זיי האבן דאס ארויסגעגיבן: שנת "או"ר (אל"ף וא"ו רי"ש) במלא". דאס צייגט ווי חוץ פון זיין מקושר אין אים און געדענקן זיינע מנהגים, עובדות און תורות, האט זיך די מח זייערע געדרייט מיט זיינע שניטן, זייער גאנצע וועזן איז געגאנגען אין דעם מהלך.
לעצט פאראכטן דורך פליגל אום מיטוואך יוני 08, 2016 6:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך יוני 08, 2016 6:06 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:נאו פראבלעם
איך האב געשריבן אדמו"ר מקאסאן, פשוט ווייל אין די הקדמה שטייט הקדמת כ"ק אדמו"ר שליט"א

למעשה די צוויי קאסאנער רבי'ס זענען שוואגער'ס
ווען האדמו"ר רבי מאיר יה'וסף שליט"א, איז א איידעם ביי הרה"צ ר' אשר ישעי' זצ"ל מקאסאן וואס דערמיט איז ער א דאפלטער אייניקל פון דעם בני שלשים

גערעכט.
און בכלל איז זיך די משפחה משדך צווישן זיך אויף א היבשע אופן, א שטיקל שטייגער ווי האגער-טווערסקי... און אמאל קומט אויס ווי ביידע מחותנים זענען "אדמור מקאסאן" און זענען זיך זייער נוהג בכבוד איינע אינעם צווייטן.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יוני 08, 2016 6:13 pm

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

אויף דעם בן יחיד זיינער עפעס געדענק איך אז ער איז געווען נישט געזונט אלץ קינד און דעריבער האט מען אים אנגעהויבן צו רופן אלטער, אדער מאך איך עפעס א טעות דא (דארף איך נאך מברר זיין)

לגבי דעם שנת (אור במילוי) דאס דאכט זיך מיר האט ר' ישראל'טשע קאסאנער געמאכט (פאסט פאר אים)
אבער אלע תלמידים האבן געקאכט אין אים
איך האב זוכה געווען צו קענען א חלק פון זיי, און ממש ווען זיי האבן גערעדט פון זייער רעבין (אפי' כמעט 70 יאר נאך די פטירה) האט זיי גערינען טרערן פון די אויגן, און זיי האבן אים באוויינט כאילו ער איז נעכטן אוועק
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יוני 08, 2016 6:18 pm

פליגל האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:נאו פראבלעם
איך האב געשריבן אדמו"ר מקאסאן, פשוט ווייל אין די הקדמה שטייט הקדמת כ"ק אדמו"ר שליט"א

למעשה די צוויי קאסאנער רבי'ס זענען שוואגער'ס
ווען האדמו"ר רבי מאיר יה'וסף שליט"א, איז א איידעם ביי הרה"צ ר' אשר ישעי' זצ"ל מקאסאן וואס דערמיט איז ער א דאפלטער אייניקל פון דעם בני שלשים

גערעכט.
און בכלל איז זיך די משפחה משדך צווישן זיך אויף א היבשע אופן, א שטיקל שטייגער ווי האגער-טווערסקי... און אמאל קומט אויס ווי ביידע מחותנים זענען "אדמור מקאסאן" און זענען זיך זייער נוהג בכבוד איינע אינעם צווייטן.

יא יא
פארן קריג, דער שמועה טובה הרה"ק רבי חיים שלמה, האט זיך צוויי מאל משדך געווען מיט זיין ברודער הרה"ק רבי משה שמואל, און דערצו גענומען זיין ברודער דעם אור מלא צוויי מאל אלץ א איידעם (די צווייטע מאל האט ער שוין נישט געלעבט)

נאכ'ן קריג
רבי מנחם ישראל מיט רבי אשר ישעי', (ביידע "מקאסאן), און אויך מיט די אנדערע ברודער (פון ר' אשר ישעי') ר' מרדכי מסאלקא, און ר' חיים שלמה מקאזאווא
און ביי די אייניקלעך איז ער א מחותן מיט זיין ברודער ר' משולם אויך
בניו האבן זיך אויך משדך געווען צווישן זיך כמה פעמים,
די וואך אליינ'ס איז געווען נאכאמאל אזא שידוך ביי זיי שמחת בית קאסאן לאנדאן - פארשעי
(קוק צום סוף)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal און 8 געסט