רבי אברהם אבא וויינגארטן זצ"ל כ"ד כסלו תקנ"ח - שושלת לובעשאוו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי אברהם אבא וויינגארטן זצ"ל כ"ד כסלו תקנ"ח - שושלת לובעשאוו
מיר האבן נאכנישט קיין אשכול איבער דעם שושלת וועלכע איז געווען שטארק באקאנט אין פוילן און ליטא און היינט איז עס כמעט ווי פארגעסן.
דער ראש השושלת איז געווען הרה"ק רבי אברהם אבא וויינגארטן פון לובעשאוו אן אייניקל פון רבי שמרי' פון ווארחיווקא פון די תלמידי בעשה"ק, זיין זון איז געווען רבי שמרי' (שמעריל) וויינגארטן זצ"ל וועלכער איז געווען רב אין קאברין און שפעטער אין לובעשאוו (דער שטעטל געפונט זיך אין ווייס-רוסלאנד נעבן פינסק אין די מינסקער גובערניע), רבי שמרי' איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי דוד מסטעפין זצ"ל חדב"ן הרה"ק רבי מיכל'י מזלאטשוב, ער איז געווען אויך אן אייניקל פון רבי מרדכי'לע מנעשכיז זצ"ל.
נאך רבי שמרי' איז געווארן רב אין לובעשאוו זיין זון רבי אברהם אבא יוסף וויינגארטן, וועלכער איז פריער געווען רב אין יאנאווא (יאנוב), רבי אבא פון יאנוב איז געווען אן איידעם ביי רבי דוד מסאווראן זצ"ל. דער אנדערער זון פון רבי שמרי' איז געווען רבי יחיאל מיכל פון לובעשאוו, פון אים האט זילך געצויגן דער ברעזנא-לובעשאווער דינאסטיע.
רבי אברהם אבא פון יאנוב האט געהאט א זון רבי חיים יצחק וואס געווען אין לובעשאוו און נאך זיין פטירה איז געווארן זיין זון רבי יעקב ארי' לייב דער לובעשאווער רבי, זיין רביצין איז געווען פון די ליניצער דינאסטיע אן אייניקל פון רבי גדליהו אהרן מליניץ זצ"ל, אן אנדערער זון פון רבי חיים יצחק איז געווען רבי אברהם אבא (השני) פון לובעשאוו.
רבי יעקב לייב וויינגארטן מלובעשאוו האט געהאט א זון רבי יצחק אהרן וועלכער איז געווען אן איידעם ביי רבי נחום מקאברין, וועלכער האט פאר א צייט געוויילט אין ניו יארק.
אין לובעשאוו זעלבסט איז געווארן רב נאך רבי יעקב לייב, זיין איידעם הגאון רבי ליפא קלעפפיש, רבי ליפא איז געווען א זון פון רבי שמרי' קלעפפיש א ברודער פונעם באקאנטן ווארשעווער ראב"ד רבי שמואל זאנוויל קלעפפיש. ביי די שווערע מלחמה צייטן איז רבי ליפא קלעפפיש אוועק פון לובעשאוו קיין בריסק, און שפעטער האט ער אויך געפליכטעט קיין אמעריקא.
אין לאנדאן איז געווען באקאנט דער ליעדזשער רב רבי חיים יצחק וויינגארטן זצ"ל בן רבי אברהם אבא (השני) מיאנוב-לובעשאוו זצ"ל (שטוף-שווער פונעם ליעדזשער רב שליט"א פון לאנדאן רבי יהושע זאב מייזליש שליט"א בן הגה"צ מסארוואש זצ"ל)
זיין מצבה האט רבי מיילעך דא געברענגט:
viewtopic.php?p=503589#p503589
-
ווער קען מוסיף זיין פרטים איבער די שושלת? בין ארכיווני מכון מורשת חכמי אמעריקא געפונט זיך א בילד פון צוויי מצבות אויפן עלמאנטער ביה"ח בית דוד, די מצבות זענען פון צוויי פרויען משושלת לובעשאוו וסאווראן, ווי עס קוט אויס איז דאס איינע פון די א שוועסטער פון דעם רבי חיים יצחק וויינגארטן, און דאס אנדערע איר טאכטער, אבער דערווייל איז עס נאר השערות.
בייגעלייגט איז דער בילד: צו רעכטס איז די מצבה פון האשה מרת מרים קעסטנבוים בת ר' אביו (אבא?) מיאנוב, אין צענטער איז די מצבה פון האשה פייגא יענטא מעטצגער ב"ר מנשה הכהן, און לינקס איז די מצבה פון האשה פריידא בת רבי דוד מסאווראן זצ"ל
ווייסט איינער מער פרטים?

רבי אברהם אבא פון יאנוב האט געהאט א זון רבי חיים יצחק וואס געווען אין לובעשאוו און נאך זיין פטירה איז געווארן זיין זון רבי יעקב ארי' לייב דער לובעשאווער רבי, זיין רביצין איז געווען פון די ליניצער דינאסטיע אן אייניקל פון רבי גדליהו אהרן מליניץ זצ"ל,
מודעת אבל מפטירתו של האדמו"ר רבי יעקב לייב מלובעשאוו זצ"ל - דער מאמענט - יוני 3 תרפ"ב
מיללער האט געשריבן:רבי אברהם אבא פון יאנוב האט געהאט א זון רבי חיים יצחק וואס געווען אין לובעשאוו און נאך זיין פטירה איז געווארן זיין זון רבי יעקב ארי' לייב דער לובעשאווער רבי, זיין רביצין איז געווען פון די ליניצער דינאסטיע אן אייניקל פון רבי גדליהו אהרן מליניץ זצ"ל,
מודעת אבל מפטירתו של האדמו"ר רבי יעקב לייב מלובעשאוו זצ"ל - דער מאמענט - יוני 3 תרפ"ב
ער האט מסתמא געהייסן נאך רבי יעקב ליב מקאוולע בן רבי מרדכי מנעשכיז
מיללער האט געשריבן:
אין לאנדאן איז געווען באקאנט דער ליעדזשער רב רבי חיים יצחק וויינגארטן זצ"ל בן רבי אברהם אבא (השני) מיאנוב-לובעשאוו זצ"ל (שטוף-שווער פונעם ליעדזשער רב שליט"א פון לאנדאן רבי יהושע זאב מייזליש שליט"א בן הגה"צ מסארוואש זצ"ל)
זיין מצבה האט רבי מיילעך דא געברענגט:
viewtopic.php?p=503589#p503589
נישט געדענקט אז מיר האבן א בילד פונעם ליעזשער רב הרח"י וויינגארטן זצ"ל - פון דא:
viewtopic.php?p=507238#p507238
VipTOGo האט געשריבן:VipTOGo האט געשריבן:אנא תגיבי עם יודעים
ליעזשער רב, וויינגארטען
לובעשאוו - קאברין ביאליסטוק
הרה"צ רבי יצחק אהרן וויינגארטען האדמו"ר מליובישאוו (מחוז פינסק)
בן רבי יעקב ארי ליב מליובישאוו – אח רבי אברהם אבא אדמו"ר ביאנוב
בן רבי חיים יצחק
בן רבי אברהם אבא
בן הרה"צ רבי שמריהו – חתן רבי דוד הלוי מגיד מסטעפאן חתן הרה"ק רבי מיכל זלאטשאבער
רבי יצחק אהרן הנ"ל
חתן הרה"צ רבי מנחם נחום ב"ר יהודה ליב אפשטיין אדמו"ר מקאברין-ביאליסטוק, תלמיד בעל היסוד העבודה.
אויזער דער חסידים זיינע ביי עם אין שטאט, איז געווען בשעתו א ביהמ"ד לובישאוו אין אמעריקא. רבי יצחק אהרן פלעגט פין מאל צו מאל אהין פאהרען באזוכען זיינע חסידים דארט. איינמאל שוין בחיי אביו איז ער אהין געפארען, אין תרע"ג, אנגענימען געווארען מיט גרויס כבוד. שפעטער נאכאמאל אין תרפ"א.
ער איז אימגעקימען אין קריג הי"ד.
האט איינער עפעס א ידיעה וועגען דער שושלת? מיט וועלכע צדיקים האט ער משתדך געווען? צו איז עפעס געבליבען דערפון? וואס פאר אן אופן האבען זיי געפראבעט???
א ידיעה פון מארגן דזורנאל 16/12/1921

- אטעטשמענטס
-
- לובישאוו.bmp (97.17 KiB) געזען 4991 מאל
מיללער האט געשריבן:נישט געדענקט אז מיר האבן א בילד פונעם ליעזשער רב הרח"י וויינגארטן זצ"ל - פון דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 38#p507238VipTOGo האט געשריבן:VipTOGo האט געשריבן:אנא תגיבי עם יודעים
הרב מיללער, האם אפשר לומר שזה מחוץ לבנין ישיבתו תורת חיים דסטיינס?
נחוניא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:רבי אברהם אבא פון יאנוב האט געהאט א זון רבי חיים יצחק וואס געווען אין לובעשאוו און נאך זיין פטירה איז געווארן זיין זון רבי יעקב ארי' לייב דער לובעשאווער רבי, זיין רביצין איז געווען פון די ליניצער דינאסטיע אן אייניקל פון רבי גדליהו אהרן מליניץ זצ"ל,
מודעת אבל מפטירתו של האדמו"ר רבי יעקב לייב מלובעשאוו זצ"ל - דער מאמענט - יוני 3 תרפ"ב
ער האט מסתמא געהייסן נאך רבי יעקב ליב מקאוולע בן רבי מרדכי מנעשכיז
מיללער האט געשריבן:וויאזוי גייט דער יחוס צו קאווולע-נעשכיז?
רבי יעקב אריה לייב וויינגארטן מלובעשאוו
בן רבי חיים יצחק מיאנוב
חתן בזוו"ש רבי לוי יצחק שפירא מקאמין - קאשירסק
בן רבי יעקב אריה מקאוולא
מיללער האט געשריבן:דער ראש השושלת איז געווען הרה"ק רבי אברהם אבא וויינגארטן פון לובעשאוו אן אייניקל פון רבי שמרי' פון ווארחיווקא פון די תלמידי בעשה"ק
ער האט געהייסן רבי אברהם אבא יוסף, און ער האט געוואוינט בכלל אין סאראקא.
ער איז נסתלק געווארן כ"ד כסלו תקנ"ח.
אביו: ר' שמחה מ"מ בקאריץ - חתן ר' יצחק אייזנשטאט נכד החכם צבי (נפטר: כ"ח חשון תקל"א).
חותנו: ר' יהושע פלג מקעשינוב - (כנראה) חתן רבי שמריהו מווארחיווקא (נפטר: ז' סיון תקמ"ב).
רבי אבא איז נתייתם געווארן אלס קינד און איז אויפגעוואקסן געווארן ביי רבי שמערל ווארחיווקער וואס האט אים שפעטער פארהייראט זיין אייניקל.
רבי אבא ווערט פאררעכנט צווישן די תלמידי המגיד ממעזריטש.
בנו: רבי שמריהו מלובעשאוו
מיללער האט געשריבן:זיין זון איז געווען רבי שמרי' (שמעריל) וויינגארטן זצ"ל וועלכער איז געווען רב אין קאברין און שפעטער אין לובעשאוו (דער שטעטל געפונט זיך אין ווייס-רוסלאנד נעבן פינסק אין די מינסקער גובערניע), רבי שמרי' איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי דוד מסטעפין זצ"ל חדב"ן הרה"ק רבי מיכל'י מזלאטשוב, ער איז געווען אויך אן אייניקל פון רבי מרדכי'לע מנעשכיז זצ"ל.
רבי שמריהו מלובעשאוו איז נישט געווען א נעשכיזער אייניקל.
רבי שמריהו איז אריבער קיין לובעשאוו אום שנת תקס"ב וואו ער האט אויך געדינט אלס רב. ער האט בעיקר געהאט זיין השפעה אויף די שטעטלעך צווישן פינסק און קאברין פארשפרייטנדיג דארט דעם תורת החסידות אין די מתנגד'ישע פאלעסיא ראיאן, אין דעם געגענט זענען געווען פילע לובעשאווע שטיבלעך וואס זענען געשטאנען ביזן צווייטן וועלטס קריג. טראץ דעם וואס איר צענטער איז געווען אינעם פאלעסיא גובנארטאר צווישן די קארלינע און קאברינע הויפן איז איר מהות געווען מער א וואהלינער סארט.
נסתלק: ב' דר"ח תמוז תר"ו ומנו"כ בפינסק (היה אוהל עד השואה מעל קברו).
בניו:
1. רבי יחיאל מיכל מלובעשאוו
2. רבי אברהם אבא יוסף מיאנוב
---------
גאנץ מעגליך אז דאס איז די שטאט לובעשאוו (לובשיי):
Lobča
Balerus
https://goo.gl/maps/gvyknGdEma32
מיללער האט געשריבן:נאך רבי שמרי' איז געווארן רב אין לובעשאוו זיין זון רבי אברהם אבא יוסף וויינגארטן, וועלכער איז פריער געווען רב אין יאנאווא (יאנוב), רבי אבא פון יאנוב איז געווען אן איידעם ביי רבי דוד מסאווראן זצ"ל.
געבוירן געווארן נאך שנת תקנ"ח (שנת פטירת זקינו רבי אבא מסאראקא שעל שמו נקרא).
רבי אבא מיאנוב איז קודם געווען רב אין יאנוב, און נאכן פטירה פון זיין ברודער רבי יחיאל מיכל מלובעשאוו האט אים רבי אבא ממלא מקום געווען אין לובעשאוו.
חותנו: ר' יחזקאל כהן מיאמפאלי (נפטר: כ"ט אלול תקצ"ז).
נסתלק: י"ח תמוז תרכ"א, ומנו"כ בפינסק.
בנו: רבי חיים יצחק מיאנוב
בתו: מרת חנה יענטא = אשת ר' שלמה ב"ר מרדכי (לא ברור מיהו)
מיללער האט געשריבן:דער אנדערער זון פון רבי שמרי' איז געווען רבי יחיאל מיכל פון לובעשאוו, פון אים האט זילך געצויגן דער ברעזנא-לובעשאווער דינאסטיע.
געבוירן געווארן נאך שנת תקמ"א (שנת פטירת זקינו רבי מיכ'לע מזלאטשוב שעל שמו נקרא).
רבי מיכל האט ממלא מקום געווען זיין טאטע לאחר פטירתו אין לובעשאוו. זיין זוהן רבי חיים איז געווען רבי אין ברעזנא אין צוליב דעם האט אים זיין ברודער רבי אבא מיאנוב ממלא מקום געווען אין לובעשאוו.
זוגתו: הרבנית רחל פעסל - בת רבי חיים (ב"ר פרץ) הכהן ראפאפורט אב"ד פינסק (שפעטער ארויף קיין א"י וואו ער איז נפטר געווארן כ"ח טבת תקצ"א אין צפת).
נסתלק: כ"ד סיון תרכ"ה, ומנו"כ ביאנוב.
בנו: רבי חיים טויבמאן מברעזנא.
משיח האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:אין לאנדאן איז געווען באקאנט דער ליעדזשער רב רבי חיים יצחק וויינגארטן זצ"ל בן רבי אברהם אבא (השני) מיאנוב-לובעשאוו זצ"ל (שטוף-שווער פונעם ליעדזשער רב שליט"א פון לאנדאן רבי יהושע זאב מייזליש שליט"א בן הגה"צ מסארוואש זצ"ל)
ווער איז זיין אמת'ע שווער?
ר' מיכאל שלמה לעווין הי"ד מגדולי תלמידי ישיבת חכמי לובלין
טריסקער האט געשריבן:משיח האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:אין לאנדאן איז געווען באקאנט דער ליעדזשער רב רבי חיים יצחק וויינגארטן זצ"ל בן רבי אברהם אבא (השני) מיאנוב-לובעשאוו זצ"ל (שטוף-שווער פונעם ליעדזשער רב שליט"א פון לאנדאן רבי יהושע זאב מייזליש שליט"א בן הגה"צ מסארוואש זצ"ל)
ווער איז זיין אמת'ע שווער?
ר' מיכאל שלמה לעווין הי"ד מגדולי תלמידי ישיבת חכמי לובלין
דף עדות איבער ר' מיכאל שלמה לעווין.
טריסקער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:דער אנדערער זון פון רבי שמרי' איז געווען רבי יחיאל מיכל פון לובעשאוו, פון אים האט זילך געצויגן דער ברעזנא-לובעשאווער דינאסטיע.
געבוירן געווארן נאך שנת תקמ"א (שנת פטירת זקינו רבי מיכ'לע מזלאטשוב שעל שמו נקרא).
רבי מיכל האט ממלא מקום געווען זיין טאטע לאחר פטירתו אין לובעשאוו. זיין זוהן רבי חיים איז געווען רבי אין ברעזנא אין צוליב דעם האט אים זיין ברודער רבי אבא מיאנוב ממלא מקום געווען אין לובעשאוו.
זוגתו: הרבנית רחל פעסל - בת רבי חיים (ב"ר פרץ) הכהן ראפאפורט אב"ד פינסק (שפעטער ארויף קיין א"י וואו ער איז נפטר געווארן כ"ח טבת תקצ"א אין צפת).
נסתלק: כ"ד סיון תרכ"ה, ומנו"כ ביאנוב.
בנו: רבי חיים טויבמאן מברעזנא.
רבי חיים טויבמאן מברעזנא איז געבוירן געווארן נאך שנת תקצ"א (שנת פטירת זקינו רבי חיים אב"ד פינסק שעל שמו נקרא), צו זיין טאטע רבי יחיאל מיכל וויינגארטן מלובעשאוו.
זוגתו: הרבנית יענטא לאה - בת ש"ב רבי יצחק פיטשעניק מברעזנא (בן דודו רבי יחיאל מיכל מברעזנא בן זקינו רבי דוד מסטעפין), נפטרה ה' טבת תרנ"ד בסלאוויטא (חודש אחרי בעלה).
נאך די פטירה פון זיין שווער - רבי יצחק מברעזנא - אום אלול תרכ"ה, איז רבי חיים באשטימט געווארן אלס איינער פון די ממלאי מקום פון זיין שווער צוזאמען מיט זיין שוואגער רבי יוסף מברעזנא, און האט געפירט אן עדה אין ברעזנא.
נסתלק: ו' כסלו תרנ"ד (הערשט אביסל א צומישעניש צווישן די כותבי תולדותיו, טייל שרייבן ז' כסלו, און לגבי די יאר שרייבן א טייל תרס"ח, און טייל שרייבן גאר זיין רעביצין'ס יא"צ, וצ"ע).
בניו:
▪ רבי יחיאל מיכל מסלאוויטא
▪ רבי שמריהו מווארנוויצא (חתן רבי מרדכי דובער טווערסקי מטאמאשפיל נכד 'בעל התניא' והמגיד מטשערנאביל)
▪ ר' נחום
▪ רבי אהרן מברעזנא
▪ רבי גדליה משה מברעזנא
חתניו:
▪ רבי מאיר פיטשעניק מראוונא (בן גיסו רבי יוסף מברעזנא)
▪ רבי שמעון שלמה ווערטהיים השני מבענדער (בן רבי יצחק מבענדער, בן רבי שמעון שלמה מבענדער וחתן רבי יוסף אינגערלייב מראדוויל)
טריסקער האט געשריבן:רבי חיים טויבמאן מברעזנא איז געבוירן געווארן נאך שנת תקצ"א (שנת פטירת זקינו רבי חיים אב"ד פינסק שעל שמו נקרא), צו זיין טאטע רבי יחיאל מיכל וויינגארטן מלובעשאוו.
בניו:
▪ רבי יחיאל מיכל מסלאוויטא
▪ רבי שמריהו מווארנוויצא (חתן רבי מרדכי דובער טווערסקי מטאמאשפיל נכד 'בעל התניא' והמגיד מטשערנאביל)
▪ ר' נחום
▪ רבי אהרן מברעזנא
▪ רבי גדליה משה מברעזנא
רבי יחיאל מיכל טויבמאן מסלאוויטא
נקרא ע"ש זקינו (אבי אביו) רבי יחיאל מיכל מלובעשאוו.
לויט א געוויסע דעה: חתן רבי מרדכי לערנער משומסק (ב"ר יחיאל מיכל בן רבי מרדכי מלעכאוויטש, חתן רבי יוסף אינגערלייב מראדוויל)
נסתלק: ו' כסלו
חתניו לוקחי בנותיו:
▪ חתנו: אחיו רבי גדליה משה טויבמאן מברעזנא
▪ בתו: מרת שפרה ברכה, אשת רבי צבי יהודה לייב ראבינאוויטש אבד"ק האשטש (נהרגו עקד"ה ביום א' דסוכות תש"ב עם 2 מבניהם יעקב יוחנן, ויוסף; בנם חיים ניצל ועלה לא"י; בתם מרת אדל רוקח מברעזנא)
נחוניא האט געשריבן:אינעם יזכור בוך פון "האשטש" איז דא א באשרייבונג איבער רבי צבי יהודא ליב ראבינאוויטש דער לעצטער רב פון האשטש וועלכער איז געווען אן איידעם פון רבי מיכל טויבמאן מברעזנא.
בתוך הדברים ווערט דערמאנט וועגן די נסיעות וואס די ברעזנער רבי'ס פלעגן קומען יעדע יאר קיין האשטש.
רבי צבי יהודא ליב ראבינאוויטש מהאשטש.pdf
נחוניא האט געשריבן:אין ספר בנין יהושע איז געדרוקט א תשובה פון הגה"צ ר' מיכל טויבמאן אב"ד סלאוויטא
רבי אהרן טויבמאן מברעזנא
נקרא ע"ש זקינו (אבי אם אמו) רבי אהרן מטשערנאביל.
זוגתו: הרבנית רחל בת רבי מרדכי ליבערזאהן מקעשינוב (בן רבי אריה לייבוש מפראסקארוב - נכד רבי ליבער הגדול מבא"ד ורבי מיכל'ע מזלאטשוב - חתן בזוו"ש רבי משה יהושע דערבארעמדיגער מפיקוב נכד ה'קדושת לוי' מבא"ד).
רבי אהר'לע האט ממלא מקום געווען זיין טאטע אויף זיין ארט אין ברעזנא אינאיינעם מיט זיין יונגערער ברודער רבי גדל'טשע, און האבן אינאיינעם געפירט טישן. ער איז געווען א גרויסער מתמיד, אבער זייער א פשוט'ער אין הנהגה ווי ער איז באליבט געווארן אויף יעדן מיט זיין פשטות, תמימות און גוטהארציגקייט.
נסתלק: כ"ג סיון תרפ"ו.
יו"ח:
▪ בנו: ר' יהודה לייב יונתן מתל אביב (זו' מרת יענטל בת דודו רבי שמעון שלמה ווערטהיים השני מבענדער)
▪ בנו: רבי חיים השני מברעזנא
▪ בתו: הרבנית פעריל, אשת רבי ברוך דראהביטשער ממעזיבוז (בן רבי יחיאל מיכל ממעזיבוז נכד רבי מיכל'ע מזלאטשוב והר"ר ברוכ'ל ממעזיבוז)
תואר פניו:
רבי גדליה משה טויבמאן מברעזנא
זוגתו: הרבנית בת אחיו רבי יחיאל מיכל טויבמאן מסלאוויטא.
רבי גדל'טשע האט האט ממלא מקום געווען זיין טאטע אויף זיין ארט אין ברעזנא אינאיינעם מיט זיין עלטערער ברודער רבי אהר'לע, און האבן אינאיינעם געפירט טישן. ער איז געווען א באוואסטער למדן און אסאך האבן צו אים געשיקט שאלות אין הלכה, און טראץ זיינע פילע יסורים האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין אויסערגעווענליכע התמדה.
כל ימיו האט ער געשטרעבט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל און זיך דארט באזעצן, איבערהויפט נאך וואס די צרות אין פוילן האבן זיך פארמערט ערב די צווייטע וועלטס קריג און דאס האט אים שטארק געקרענקט, ער געוואלט זיצן און לערנען תורה לשמה אפילו פארן פרייז פון דחקות און יסורי א"י.
ווען די דייטשן ימ"ש זענען אריינקומען קיין ברעזנא האבן זיי אים באלד געכאפט, און ער האט בשום אופן זיך נישט געוואלט שערן זיין בארד ווי די דייטשן האבן אים באפוילן. די דייטשן האבן אים געהייסן אויפגראבן א גרוב און האבן אים דערשאסן דארט, הי"ד.
יו"ח:
▪ בנו: ר' שמואל (חתן ר' אהרן באראז)
▪ בתו: מרת פנינה ראבינאוויטש מארה"ק
▪ בתו: מרת אשת בן הרב מטארנאפאל (ווארשיינליך מיינט דאס רבי יעקב שליטא אבד"ק טארנאפאל)
נחוניא האט געשריבן:א בריוו פון רבי גדלי' מברעזנא - כ"ד סיון תרפ"ט - און ער דערמאנט אז ער מאכט חתונה זיין טאכטער מיט הרב מטארנאפיל.
Reb Gedalya of Brezna.pdf
תואר פניו: