רבי יעקב קטינא דומ"ץ חוסט בעל רחמי האב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי יעקב קטינא דומ"ץ חוסט בעל רחמי האב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יהיה כן האט געשריבן:
איר מיינט אפשר אן 'אייניקל' פונם חוסטער דיין
דער חוסטער דיין בעל רחמי האב האט נאר געהאט צוויי זון ר' דוד אלי' און ר' ישראל יצחק (אולי איז ר' ישראל יצחק געווען דער איידעם?), גם יש קצת מרחק בשנים

אפשר קען מען מאכן אן אשכול איבער דעם חוסטער דיין ומשפחתו, וועמענס זון איז געווען ר' מאיר לייב קטינא דער מדפיס ובעל בית מסחר ספרים פון חוסט?
בילד
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

ר' דוד אלי' האט געהאט א זון ר' מאיר לייב דער פאטער פונעם באקאנטן ר' יואל הערש מירושלם-סאטמאר עיה"ק
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ר' מאיר לייב האט געהאט עטליכע קינדער, צווישן זיי א זון ר' חיים קטינא, און ר' יואל הערש הנ"ל, און ר' יחזקאל שרגא קטינא (שווער פון הרה"ח ר' שמואל זנוויל גאלד זצ"ל), און א טאכטער אשת ר' אלימלך רוטנער (אבי הרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער זצ"ל, ואבי אשת הרה"ח ר' ישראל שלום שטערן ז"ל, ואשת הרה"ח ר' ... שפיצער (בעל שפיצער'ס בעקערי בעדפארד עוו.))
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

ר' מאיר לייב האט אויך איבערגעדרוקט דעם רחמי האב צום 7'טען מאל אין מונקאטש תרנ"ח

https://books.google.com/books?id=LcQpA ... 91&f=false
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

דער רחמי האב איז געדרוקט געווארן לראשונה בשנת תרכ"ה אין טשערנאוויץ בעילום שם המחבר, וכך נדפס ממש עד לאחרונה.

הספר נדפס ח"י פעמים עד שנת תש"כ.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת קדשו בביה"ח בחוסט

ויעקב איש תם יושב אוהלים
פ"נ
איש תם וישר ירא ה' מרבים
מרביץ תורה בישראל
והעמיד תלמידים הרבה
מבני עניים והי' דן את בני
ישראל לערך מ' שנים
מו"ה יעקב דיין המצויין
בק"ק חוסט בן הרבני מו"ה
יצחק מרדכי ז"ל נפטר
בשם טוב זקן ושבע ימים
ט' שבט תר"ן לפ"ק
תנצב"ה

IMG_5036.JPG
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סטראשעלע האט געשריבן:דער רחמי האב איז געדרוקט געווארן לראשונה בשנת תרכ"ה אין טשערנאוויץ בעילום שם המחבר, וכך נדפס ממש עד לאחרונה.

הספר נדפס ח"י פעמים עד שנת תש"כ.

דער ספר איז געדרוקט געווארן אויך אין די ווייטע 'דזשערבא, טוניס'.. מיט א העתק אויף אראביש!! (א צילום פון דער שער בלאט פון די דרוק איז אין די נייע דרוק רחמי האב, ארויס געגעבן דורך אן אייניקל בשנת תש"נ לערך), א חידוש א ספר פון א מארמאראשער דיין, זאל געדרוקט ווערן אין די דאזיגע מקומות!
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

סדר שלשה ושלשים מהדורות של רחמי האב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

1. טשערנאוויץ תרכ"ה (בחיי המחבר, ע"י הג"ר ישראל נתן אלטר ברוקשטיין מפיסטין זצ"ל)
2. לבוב תרכ"ח (בחיי המחבר, ע"י המדפיס ר' ישראל אלימלך שטאנד ז"ל)
3. לבוב תר"ל (בחיי המחבר, ע"י המדפיס הנ"ל)
4. ווארשא תרל"ג (בחיי המחבר, ע"י המדפיס ר' יואל לעבענזאהן ז"ל)
5. ווארשא תרל"ד (בחיי המחבר, ע"י המדפיס הנ"ל)
6. לעמבערג תרל"ח (בחיי המחבר, ע"י ר' אברהם ניסן זיס סג"ל ז"ל)
7. לבוב תרמ"ב (האחרונה בחיי המחבר, ע"י הנ"ל)
8. מונקאטש תרנ"ח (ע"י נכד המחבר ר' מאיר לייב קטינא ז"ל מחוסט)
9. קראקא תרפ"ב (ע"י ר' נפתלי בירנבוים ז"ל)
10. קראקא תרפ"ב (ע"י ר' יעקב הירשל ז"ל)
11. לובלין תרפ"ד (ע"י ר' אלכסנדר אהרן רויזנבערג ז"ל מוכ"ס בעיר דינוב)
12. מונקאטש תרצ"ב (ע"י נכהמ"ח ר' מאיר לייב קטינא ז"ל)
13. מארגרעטען - רומעניא תרצ"ו (ע"י ר' אברהם נתן בערנאטה ז"ל, עם הגהות הגרש"ז עהרענרייך משימלוי זצ"ל הי"ד)
14. קראקא תרצ"ז
15. ג'רבא - תוניס תרצ"ט (ע"י ר' חיים חורי ז"ל, בשפה הערבית)
16. גרמניא תש"ז (ע"י נכהמ"ח ר' משה היללער ז"ל)
17. ירושלים תש"י (ע"י נכהמ"ח ר' שמעון עוזר ווייס ז"ל ור' אליהו וויינבערגער ז"ל)
18. ירושלים תשי"ח (ע"י האחים בני ר' אריה לייב שפיצער זצ"ל - נכהמ"ח)
19. ירושלים תשי"ט (ע"י הנ"ל)
20. לונדון תש"כ (ע"י נכהמ"ח ר' יושע מנחם גאנז ז"ל שו"ב בזשיבא)
21. ירושלים תשל"ב (ע"י הנ"ל)
22. ירושלים תשל"ט (ע"י נכהמ"ח ר' יחזקאל שרגא קטינא שליט"א)
23. ירושלים אלול תשל"ט (ע"י הנ"ל)
24. ירושלים תשמ"ד (ע"י הנ"ל)
25. ירושלים תשמ"ז (ע"י הנ"ל)
26. ירושלים תש"נ (ע"י הנ"ל)
27. ירושלים תשנ"ג (ע"י הנ"ל)
28. ירושלים תשנ"ה (ע"י הנ"ל)
29. ברוקלין נ.י. תשנ"ה (ע"י נכהמ"ח ר' יעקב חיים רוטנער ז"ל)
30. ברוקלין נ.י. תשס"ד (ע"י הנ"ל)
31. ירושלים תשס"ה (ע"י רי"ש קטינא הנ"ל)
32. קרית יואל תשס"ח (ע"י ר' מענדל טארים הי"ו בשפת אידיש)
33. אלעד תשס"ח (ע"י נכהמ"ח ר' יהושע העשיל קטינא ברי"ש הי"ו)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יהיה כן האט געשריבן:
איר מיינט אפשר אן 'אייניקל' פונם חוסטער דיין
דער חוסטער דיין בעל רחמי האב האט נאר געהאט צוויי זון ר' דוד אלי' און ר' ישראל יצחק (אולי איז ר' ישראל יצחק געווען דער איידעם?), גם יש קצת מרחק בשנים

[/quote]

ווי שוין געשריבן במקו"א שרייבט הרב חיים אריה רייניץ הי"ו אינעם נייעם קונטרס "עלי זכרון" (מספר 9 - חשון תשע"ו) אז אויסער די צוויי זון האט דער חוסטער דיין דער רחמי האב געהאט נאך א זון בשם רבי משה אריה קטינא וואס איז אויך געווען א דיין אין חוסט.

רבי משה אריה קטינא האט געהאט א זון רבי שלום קטינא וואס איז געווען אן איידעם ביים באגאדער רב רבי שלמה לייב וויינבערגער זצ"ל, זיין זון רבי חיים יעקב קטינא איז געווארן שפעטער רב דארט אין ניר-באגאד על מקום זקנו, ער איז געווען אן איידעם ביי רבי שמואל בנימין הלוי יונגרייז אב"ד פילעק ונעקד"ה בימי הזעם הי"ד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פונעם אשכול מצבות בעיר סיגוט - וויאזוי גייט דער יחוס פון ר' דוב גר"פ פון סיגוט צום רחמי האב?
מצבות שטעלער האט געשריבן:1861

מצבת מרת חי' רבקה ב"ר משה, אשת ר' דוב גרינפעלד נכד בעהח"ס קרבן העני ורחמי האב דומ"ץ בימי מהר"ם שיק בק"ק חוסט יצ"ו - ו' אלול תרפ"ז

בילד
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רבי מאיר לייב קטינא
אטעטשמענטס
KATINA.jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

IMG_1782.jpg
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

רעדנ'דיג פון רחמי האב, אפשר קען מיר איינער העלפן

ס'דאכט זיך מיר אז בשנות בחורותי האב איך דאס געזעהן אין ספר רחמי האב (איך פלעג דאס לערנען טעגליך מחולק לימי החודש), אבער איך האב דאס מער קיינמאל נישט געטראפן דארט.

אז ער שרייבט (אדער מאך איך א טעות מיט א אנדער ספר, ואדרבה אשמח לשמוע מקור), אז בשעת א מענטש איז עולה לתורה, איז מען אים דן אויבן אין הימל, און דעריבער שפעט ער אפ פון די וואס קריגן זיך, צו באקומען א עליה, זאגנ'דיג, ווער זיכט מ'זאל אים משפט'ן סתם אזוי.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שיפוץ מצבות בעל הרחמי האב זי"ע ובנו רבי משה אריה קטינא זצ"ל ע"י אגודת אהלי צדיקים

IMG_0537.jpg
IMG_0537.jpg (397.72 KiB) געזען 4592 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי דוד אלי' קטינא זצ"ל מו"ץ בק"ק אויפעהערטא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בנו הרב הגאון רבי דוד אלי' קטינא זצ"ל מו"צ בק"ק אויפעהערטא, נולד בערך בשנת תרכ"א. כבר מנעוריו הוכר כברא כרעא דאבוה בשקידתו המופלאה בתורה ובחסידות, ודברי תורתו מובאים כמה פעמים בספר אביו 'קרבן העני' (פר' וירא: "ובזה פי' בני הנחמד מ' דוד אלי' בן חנה רבקה ז"ל"; פר' וישב: "ופי' בני הגדול מוה' דוד אלי' בן חנה רבקה"; פר' בא: "ובני הנחמד מוה' דוד אלי' נ"י אמר"; לפסח: "ובני הנחמד מוה' דוד אלי' בן חנה רבקה אמר"; פר' חקת: "הנני מעתיק מכתב בני הגדול האברך המופלג מוה' דוד אלי' קטינא"; פר' בלק: "בשם בני מוה' דוד אליהו שיחי'"; פר' נצבים: "אמר בני הגדול מו' דוד אלי' בן חנה רבקה תנצב"ה").

בהגיעו לפרקו נשא את הצדיקת מרת סאביל ע"ה בת הרבני המופלג בתורה וביראה מו"ה מאיר יהודא פרענקל ז"ל מלעוועלעק, שהיה חתן הגה"צ רבי אריה ליבוש פרענקל זצ"ל אב"ד ניר־מאדע, המכונה "ר' לייביש אשווארער", בן הרה"ק רבי אלי' באכטער זצ"ל מחסידי אשוואר, בן הרה"ק רבי ישראל איסר מבאכטא זצ"ל, נכד הגה"ק רבי יעקב קאפיל מליקאווע זי"ע.

שימש כמו"צ בכפר אויפעהערטא (Ófehértó) הסמוכה ללעוועלעק. תשובה אליו נדפסה בשו"ת מהרש"ג (ח"א יו"ד סי' מב): "שוכ"ט ושמחת יו"ט לכבוד ידידי מנוער המופלג החסיד וכו' כש"ת מו"ה דוד אלי' קטינא נ"י בק"ק אויפעהערטויא יצ"ו".

נלב"ע ביום ה' אדר א' שנת תרפ"ט לפ"ק, ומנו"כ באויפעהערטא. כיום נשאר שמה רק חלק העליון ממצבתו עליה יכולים להכיר הנוסח דלהלן:

איש גדול בתורה ומפור . . . .
הרב דוד אל . . . .
דור ישרים יבורך ה . . . .
ובתורת ד' יגע בכל לי . . . .
דבריו היו תמיד להורות . . . .
אליהו עלה בסער. . . .
לדאבון משפחתו . . . .
Image (128) - Copy.jpg
Image (128) - Copy.jpg (239.04 KiB) געזען 3797 מאל
IMG_0562.JPG
IMG_0562.JPG (463.91 KiB) געזען 3805 מאל

זוגתו הצדיקת סאביל ע"ה נפטרה ביום כ"ז אדר א', ומנו"כ בלעוועלעק.

השאיר אחריו בנו הרה"ח ר' מאיר יהודא קטינא ז"ל מדפיס ומוכ"ס בחוסט, ובנותיו מרת חנה רבקה ע"ה הי"ד אשת הרה"ח ר' משה שמואל ווייס ז"ל ממאטע־סאלקא; מרת חיה ע"ה אשת הרה"ח ר' משה יעקב ז"ל הי"ד; מרת ברכה ע"ה הי"ד אשת הרה"ח ר' דוד ז"ל הי"ד; מרת מאטיל ע"ה הי"ד אשת הרה"ג ר' ארי' ליב שפיצער זצ"ל מו"ץ בפאקינג ובפערנוואלד ואח"כ מרביץ תורה בת"ת סאטמאר וויליאמסבורג; מרת רחל לאה ע"ה הי"ד אשת הרה"ח ר' נפתלי הירץ ז"ל הי"ד.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

א גרויסן ייש"כ הרב יציב.
אגב ליגט מיר אין זכרון אז די ספר האט ער געשריבן אלס דברי הדרכה פאר זיינע קינדער.
איז ריכטיג ?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ידיעות שונות האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ הרב יציב.
אגב ליגט מיר אין זכרון אז די ספר האט ער געשריבן אלס דברי הדרכה פאר זיינע קינדער.
איז ריכטיג ?

יא יא

גראדע דאכט זיך מיר אז דער רחמי האב איז געוען א אייניקל פון די אשווארע משפחה
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:

ער איז נישט געווען קיין אייניקל
זיין זון ר' דוד אלי' איז געווען אן איידעם ביי א אייניקל פון די אשווארע משפחה

עס איז נישט ידוע דעם יחוס פונם רחמי האב און ארויף

הרב יציב
זענט איר זיכער אז ר' דוד אלי' איז נפטר געווארן אזוי שפעט ווי שנת תרפ"ט??
עס איז זייער נישט מסתבר, וואלטן היינט נאך געדארפט זיין אייניקלעך וואס וואלטן עם געדענקט
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

יהיה כן האט געשריבן:עס איז נישט ידוע דעם יחוס פונם רחמי האב און ארויף

דאס הייסט מ'קען נאך פארבעצירן

אוקיי גיי מיר זיך נעמען צו די ארבייט :lol:
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יעצט זעה איך אז ס'יז ריכטיג
ר' דוד אלי' איז טאקע נפטר געווארן הערשט תרפ"ט
א חידוש זיינע אייניקלעך האבן אים נישט געדענקט [מסתמא ווייל ער האט נישט געוואוינט במקום מגורי אבותיו, אין חוסט]

די רביצין פונם רחמי האב חנה רבקה איז געווען אן אייניקל פון של"ה הק', מער פון דעם ווייסט מען נישט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יהיה כן האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ הרב יציב.
אגב ליגט מיר אין זכרון אז די ספר האט ער געשריבן אלס דברי הדרכה פאר זיינע קינדער.
איז ריכטיג ?

יא יא

גראדע דאכט זיך מיר אז דער רחמי האב איז געוען א אייניקל פון די אשווארע משפחה

ער איז נישט געווען קיין אייניקל
זיין זון ר' דוד אלי' איז געווען אן איידעם ביי א אייניקל פון די אשווארע משפחה

עס איז נישט ידוע דעם יחוס פונם רחמי האב און ארויף

הרב יציב
זענט איר זיכער אז ר' דוד אלי' איז נפטר געווארן אזוי שפעט ווי שנת תרפ"ט??
עס איז זייער נישט מסתבר, וואלטן היינט נאך געדארפט זיין אייניקלעך וואס וואלטן עם געדענקט

אינם נייעם 'עלי זכרון' חודש ניסן תשע"ח https://forum.otzar.org/download/file.php?id=57418
ברענגט ער דארט בעמ' ס"ז, אז די צווייטע רביצין פון רחמי האב [חנה רבקה, אמו של ר' דוד אלי' הנ"ל], איז אויך געווען אן אייניקל פון די אשווארע משפחה, עיי"ש כמה הוכחות וסמוכין
רעביש מעשה
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 10:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעביש מעשה »

חנה רבקה איז געווען ערשטע רעבעצין
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך האב זיך נאכגעפרעגט איבער די מצבה פון ר' דוד אלי', זאגט מיר איינער וועלכער ארבעט מיט 'אבותינו' אז עס איז א צאמגעשטעלטע מצבה, און סי'ז נישט זיכער דער דאטום וואס שטייט אויף די מצבה 'שנת תרפ"ט' איז טאקע פון ר' דוד אלי', יתכן אז עס איז פון א צווייטן, דארף מען מברר זיין די מעטריקל וועלכער יאר עס שטייט
אין די דערמאנטע 'עלי זכרון' שרייבט ידידי ר' יואל שווארץ נ"י, אז אין די מעטריקל איז דאטירט 'תרפ"ט', ביי מיר איז עס א גרויסע פלא, ווייל כ'האב אסאך גערעדט מיט זיין אייניקל הרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער זצ"ל, וועלכער האט געדענקט א געוואלד מיט זכרונות פון זיינע אור עלטערן, ער האט מיר קיינמאל נישט געזאגט ער זאל האבן געדענקן זיין עלטער זיידן ר' דוד אלי' קטינא, און לפי חשבון השנים האט ער עם נאך געקענט גוט קענען און געדענקען
ווי אויך זיין אייניקל הרה"ח הישיש ר' יואל הערש קטינא ז"ל פון ירושלים [ב"ר מאיר לייב קטינא מחוסט, ב"ר דוד אלי' הנ"ל], (פאטער פון להבל"ח ר' מאיר לייב פון קר"י), האט דאכציך אויך נישט דערציילט ער זאל האבן געדענקן זיין זיידן ר' דוד אלי', און ר' יואל הערש הנ"ל איז נפטר געווארן אין הויכן עלטער, והוא נפלאת בעיני
רעביש מעשה
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 10:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעביש מעשה »

די מציבה איז א טעות!
ר' דוד אלי ווייס פון וומסבג האט געצאלט דאס צופארעכטן ביי די נסיעה פון די ברך משה ז"ל כ'מיין תשנ"ד
אין בטעות האבן זיי צוזאמגעשטעלט צוויי אנדערע מציבות, די אויבערשטע חלק איז יא ריכטיג אבער נישט די אנדערע חלק
וויגאדא
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2016 8:21 pm

פון.וואנעט שטאמט דער אינטרעסאנטע משפחה נאמין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויגאדא »

סצינט מיר אלעמאל אן א נייגעריקייט ווען איך זעה א נישט טיפישע אשכנזישע משפחה נאמען. פון וואו קומט עס?. לכאורה קטינא איז ארמיש און סאיז פארהאן אן אמורא אין די גמרא מיט דעם נאמען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”