רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:47 pm

יאסל האט געשריבן:האט געהאט קנאפ שייכות מיט הרב עובדי'. דער באזוך איז געווען נאך די גיור פרשה און נישט ביי א ניחום אבילים נאר א געהעריגע באזוך.


פארהאנען א תשובה גאנץ אנפאנג פון א באנד, די ערשטע אדער צווייטע תשובה (ס'דא צען בענדער סאו מ'קען גיין זוכן) ס'איז ערגעץ פון די למ"ד יארן ווי ער שרייבט גאנץ שארף קעגן א פסק פון הגרע"י.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

signout
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:52 pm

אלף בית האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:יעצט איז די רייע אויף בעלז, פאפא, ש"ס, צאנז קלויזנבורג, באבוב 45, צו מאכן הספדים. דער גרויסער נפטר האט זיך נאנט געהאלטן מיט אסאך קהלות קדושות בישראל.

ביי די בחירות האט ער געוועלט פאר ש״ס אדער אגודה?

אודאי האט ער זיך גאר נאנט געהאלטן מיט אלע אידן.
אבער די פאקט אז ער איז קיינמאל נישט געגאנגען צו די בחירות, מיינט אז ער איז איז באמת געווען נאנט מיט סאטמאר.

...
און ווי שוין ערווענט. איך בין אויך זייער נתפעל געווארן פונעם ריזן ציבור וואס איז ארויסגעקומען צו די הספדים.
איך בין אנגעקומען שוין היבש שפעט, אינמיטן די הספד פון הרב הלברשטאם, כ׳האב שוין נישט געטראפן ווי צו זיצן.

זעהט אויס אז ס׳איז נאך דא היינט אידן וועמען עס אינטערסירט כבוד התורה.

אגב, ס׳איז מיר זייער געפאלן וואס הרב הלברשטאם האט דערציילט, אז ווען זיין טאטע הרב חכם צבי ז״ל איז נפטר געווארן אין חודש ניסן תשל״ב.
איז געווען א מדובר צו אויב ממעג מאכן א הספד אין חודש ניסן. האט מען עס געוואלט א געבן א נאמען ״עצרת התעוררות״.
ווען מ׳איז געקומען פרעגן דעם שבט הלוי דערוועגן, האט ער געענפערט אז מ׳זאל עס נישט מאכן נאר ווארטן ביז חודש אייר, ער האט זיך אויסגעדריקט ״איך וויל זיך נישט מתחכם זיין מיטן שולחן ערוך״
די מעשה איז זייער געווען אין פלאץ.

געהערט פין א מקור מוסמך בשם איינעם וואס איז געווען דערביי, אז ווען ער האט געטראפען סאטמאר רבין זי''ע די ערשטע מאל האט ער געבעטן ער וויל מקבל מרות זיין פין רבי'ן, ער האט געוויזן א שטארקע קשר צו סאטמאר, אבער כבוד האט ער געגבן פאר יעדן

signout
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:53 pm

מי יודע האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
געוואלדיק האט געשריבן:נישט געחלומט סוועט זיין אזא ציבור
יעצט גענדיגט דער עצרת הספד אין ק"י געעפענט אלע פאלישן און סנישט געווען פלאץ פאר א נאדל
הערליכע הספדים און בראשם דער רייכער הספד פון ידידו סאטמאר רבי


געווען אינטערסאנט אז אדמו"ר מהר"א האט געניצט אזא טיטול ווי "הנשר הגדול" "צדיק נשגב" "מ'האט נישט משיג געווען זיין צדקות וכו', מ'זעהט א שטארקע הערצה און קשר.


לדעתי, קלער איך אז "הנשר הגדול" איז רעזערווירט פאר'ן הייליגן רמב"ם.

אינטערעסאנט, האדמו"ר מהר"א על אף זיין גרויסע הערצה צו אים, און דער גאנצער הספד האט געהאט א צורה ווי ער איז מספיד א רבי פון וועם ער האט מקבל געווען, האט אים עכ"ז נישט באטיטלט מיטן צייטונג טיטל 'פוסק הדור', נישט יעצט און נישט חוה"מ, קוקט אויס אז דעת תורה איז היפך דעת בעה"ב.
(אגב, די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט וועגן זיין קבלה ביזן חתם סופר, די מעשה האט א המשך וואס דער רבי האט נישט אויסגעפירט, די מעשה איז געווען ערגעץ אין די נ' יארן ווען די רבי האט באזוכט ביי אים, און עפעס איז דער שבט הלוי מורא'דיג נתפעל געווארן, האט ער זיך אנגערופן צום רבין 'איך וויל אייך געבן סמיכה, מיין סמיכה האב איך מקבל געווען פון הרב דושינסקיא, און ער האט עס מקבל געווען פון ר' זעקיל פאללאק, וואס ער האט עס מקבל געווען פונעם הייליגן חתם סופר, און איך וויל אייך דאס איבערגעבן').

געהערט די זעלבע פין העסקן ר' הערשל ראטטער פין בני ברק וואס איז געווען דערביי בשעת דעם באזוך

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:53 pm

מי חכם האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:האט געהאט קנאפ שייכות מיט הרב עובדי'. דער באזוך איז געווען נאך די גיור פרשה און נישט ביי א ניחום אבילים נאר א געהעריגע באזוך.


פארהאנען א תשובה גאנץ אנפאנג פון א באנד, די ערשטע אדער צווייטע תשובה (ס'דא צען בענדער סאו מ'קען גיין זוכן) ס'איז ערגעץ פון די למ"ד יארן ווי ער שרייבט גאנץ שארף קעגן א פסק פון הגרע"י.


קעגן שרייבן קעגן רמ"א, אויב די זכרון ארבייט מיר.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

signout
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:54 pm

להודיע האט געשריבן:ביי איינע פון זיינע פילע באזוכן ביי רעו ועמתו הגאון רבי עובדי'. בין שני הגדולים נראה חביבות מיוחדת ומרוממת מאד.
מען זעהט דא די זעלבע חביבות ווי אנדערע רבנים

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:54 pm

ער שרייבט דארט שארף און ער לייגט אויך צו אז ווען ער (ר׳ עובדי׳) זאל ווען נישט זיין א תלמיד חכם מפורסם וואלט ער ווען געווען נאך שארפער.

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דינסטאג אפריל 21, 2015 2:35 pm

געהערט האב איך אז אדמו"ר מהר"א האט געלערנט אין רב וואזנער'ס כולל א שטיק צייט אין בני ברק נאך זיין חתונה, איז דאס ריכטיג?

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג אפריל 21, 2015 2:40 pm

קודם דארף מען וויסן אויב דער שבט הלוי ז״ל האט געהאט א כולל אין יאר תשכ״ו
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 21, 2015 2:49 pm

גליטשעדיג האט געשריבן:געהערט האב איך אז אדמו"ר מהר"א האט געלערנט אין רב וואזנער'ס כולל א שטיק צייט אין בני ברק נאך זיין חתונה, איז דאס ריכטיג?

איך געדענק אז ער האט געלערנט ביי רבי נסים קארעליץ שליט"א אין כולל חזון איש

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג אפריל 21, 2015 2:59 pm

מיללער האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:געהערט האב איך אז אדמו"ר מהר"א האט געלערנט אין רב וואזנער'ס כולל א שטיק צייט אין בני ברק נאך זיין חתונה, איז דאס ריכטיג?

איך געדענק אז ער האט געלערנט ביי רבי נסים קארעליץ שליט"א אין כולל חזון איש

ריכטיג

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:38 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:נישט אזא קלארע בילד פון רעו ועמיתו האדמו"ר הישועת משה

שוין ווייטער מיט די זינלאזע תוארים, "רעו ועמיתו".
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:45 pm

חכמהלאג האט געשריבן:
שפכי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:הגר"ש וואזנער ביי איינע פון די סיומים פון "דף היומי שע"י אגודת ישראל" אינאיינעם מיט די מנהיגים פון די "מועצת" האדמורי"ם מסאדיגורא, וויזניץ און גור זצ"ל

מענין לענין, איך קען א חשוב'ע רב אין איינע פון די סטעיטס, מקהילת מהר"א סאטמאר, וואס לערנט דף היומי ..:)


מען דארף פארשטיין אביסל א רב אין ארץ ישראל וועלכע לעבט און וואוינט צווישן טויזנטער מענטשן וועלכע לערנען דעם דף היומי און ביי רוב מענטשן איז דאס טאקע די איינציגע בלאט גמרא וואס זיי לערנען, ווי אויך ווייסן נישט די יונגע חברה וואס עס איז געווען דער ציל פון דעם דף היומי ווען מען האט דאס געגרינדעט און נישט געוואוסט די ריכטיגע כוונות דערביי, די יונגווארג קוקט דאס ענדערש אן ווי זיי ווילן זיין א חלק פון כלל ישראל, און דער רב זייענדיג ארום גענומען מיט גדולים וועלכע האבן געלערנט דעם דף היומי האט ער נישט געהאט קיין צופיל אויסוואלן און זיין ערשיינען ביי א סיום מיינט נישט גארנישט

הקיצור, ער איז געווען א סאטמארער מבטן ולידה, און געפארן לערנען קיין קראלע צום רבי'ן, נאר ביי מיסטעיק אנגעקומען קיין לובלין. געגאנגען נאר צו סאטמארע קבלת פנימ'ס, בלא בלא בלא.

הערט'ס אויף מיט די שטותים. הרב וואזנער איז "נישט" געווען קיין סאטמארער בכלל, און דאס איז דער חידוש אז ער איז נישט געגאנגען צום בחירות/כותל, צו מחמת חשיבות פאר'ן איבערקוקן ויואל משה, צו נישט מצער זיין (בחייו) דעם רבי'ן.

חוץ מהנ"ל, האט ער גארנישט געהאט (אין די לעצטערע יארן זיכער) מער מיט סאטאמר ווי מיט אנדערע! די איינציגסטע זאך, אז ער איז נישט געווען אזוי לינק ווי אנדערע זיינס גלייכן (היינט כתושב בבני ברק, ומצד מעמדו), האבן אויטאמאטיש סאטמארע אידן געהאט הערצה צו אים מער ווי אלע אנדערע "פוסקי הדור" פון די לעצטע תקופה.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:07 pm

ולא מיין האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:נישט אזא קלארע בילד פון רעו ועמיתו האדמו"ר הישועת משה

שוין ווייטער מיט די זינלאזע תוארים, "רעו ועמיתו", סארא טיפשות.


כ'האב פאר אייך נייעס, ער איז געווען א אמת'ע ידיד מיט'ן ישועות משה, דאכט זיך אז דער ישועות משה האט געהאלטן זיין צוואה ביים שבט הלוי.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:08 pm

זויבער האט געשריבן:התאחדות הרבנים ארגאנאזירט געווענליך עצרת התעוררות והספד וען עס ווערט נסתלק א גדול פון די היימישע רייען, אינטרעסאנט אז מען הערט נישט פון זיי.


א מודעות אבל איז דען יא געווען? דארף מען פרעגן ר' יצחק'ן פארוואס נישט, קיין מושב בי"ד אויף דעם איז דאך נישט געווען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

signout
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:13 pm

ולא מיין האט געשריבן:
חכמהלאג האט געשריבן:
שפכי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:הגר"ש וואזנער ביי איינע פון די סיומים פון "דף היומי שע"י אגודת ישראל" אינאיינעם מיט די מנהיגים פון די "מועצת" האדמורי"ם מסאדיגורא, וויזניץ און גור זצ"ל

מענין לענין, איך קען א חשוב'ע רב אין איינע פון די סטעיטס, מקהילת מהר"א סאטמאר, וואס לערנט דף היומי ..:)


מען דארף פארשטיין אביסל א רב אין ארץ ישראל וועלכע לעבט און וואוינט צווישן טויזנטער מענטשן וועלכע לערנען דעם דף היומי און ביי רוב מענטשן איז דאס טאקע די איינציגע בלאט גמרא וואס זיי לערנען, ווי אויך ווייסן נישט די יונגע חברה וואס עס איז געווען דער ציל פון דעם דף היומי ווען מען האט דאס געגרינדעט און נישט געוואוסט די ריכטיגע כוונות דערביי, די יונגווארג קוקט דאס ענדערש אן ווי זיי ווילן זיין א חלק פון כלל ישראל, און דער רב זייענדיג ארום גענומען מיט גדולים וועלכע האבן געלערנט דעם דף היומי האט ער נישט געהאט קיין צופיל אויסוואלן און זיין ערשיינען ביי א סיום מיינט נישט גארנישט

הקיצור, ער איז געווען א סאטמארער מבטן ולידה, און געפארן לערנען קיין קראלע צום רבי'ן, נאר ביי מיסטעיק אנגעקומען קיין לובלין. געגאנגען נאר צו סאטמארע קבלת פנימ'ס, בלא בלא בלא.

הערט'ס אויף מיט די שטותים. הרב וואזנער איז "נישט" געווען קיין סאטמארער בכלל, און דאס איז דער חידוש אז ער איז נישט געגאנגען צום בחירות/כותל, צו מחמת חשיבות פאר'ן איבערקוקן ויואל משה, צו נישט מצער זיין (בחייו) דעם רבי'ן.

חוץ מהנ"ל, האט ער גארנישט געהאט (אין די לעצטערע יארן זיכער) מער מיט סאטאמר ווי מיט אנדערע! די איינציגסטע זאך, אז ער איז נישט געווען אזוי לינק ווי אנדערע זיינס גלייכן (היינט כתושב בבני ברק, ומצד מעמדו), האבן אויטאמאטיש סאטמארע אידן געהאט הערצה צו אים מער ווי אלע אנדערע "פוסקי הדור" פון די לעצטע תקופה.

זיין נאנטקייט צו סאטמאר ווענד זיך וועלכע סאטמאר - דאס איז אלעס אין קורצען מ'טאר נישט מאריך זיין

signout
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:15 pm

אינטערסאנט אז ס'נישט געווען קיין באזוך פין די סאטמערע רבי'ס אין ב''ב וואס מ'האט אויסגעלאזט א באזוך ביי אים, זיינע פסקים זענען אנגעקומען אין סאטמאר, אין יעדער האט אלס געוויסט זיין נאנטע שייכות צו סאטמאר, ער פלעגט זיך יערליך משתתף זיין כ''א כסליו אין בני ברק - אויב איך געדענק גיט, אין די ווילסט מיר זאגען אז זיין נישט גיין צום כותל אין די בחירות איז נאר געווען וועגן חשיבות....

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:16 pm

ולא מיין האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:נישט אזא קלארע בילד פון רעו ועמיתו האדמו"ר הישועת משה

שוין ווייטער מיט די זינלאזע תוארים, "רעו ועמיתו", סארא טיפשות.

רעו ועמיתו איז נישט קיין תואר, ס'איז א מציאות
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:19 pm

דרךהמלך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:געהערט האב איך אז אדמו"ר מהר"א האט געלערנט אין רב וואזנער'ס כולל א שטיק צייט אין בני ברק נאך זיין חתונה, איז דאס ריכטיג?

איך געדענק אז ער האט געלערנט ביי רבי נסים קארעליץ שליט"א אין כולל חזון איש

ריכטיג


ער האט געהאט נאנטע שייכות מיט הרב וואזנער אלע יארן, הרב וואזנער האט אים אמאל געשריבן עפעס, זעה דא נומער 5
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:51 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:נישט אזא קלארע בילד פון רעו ועמיתו האדמו"ר הישועת משה

שוין ווייטער מיט די זינלאזע תוארים, "רעו ועמיתו", סארא טיפשות.


כ'האב פאר אייך נייעס, ער איז געווען א אמת'ע ידיד מיט'ן ישועות משה, דאכט זיך אז דער ישועות משה האט געהאלטן זיין צוואה ביים שבט הלוי.


עס הערט זיך מאדנע אבער ווען דער ישועות משה איז געווארן אן אלמן ל"ע, האט ער מער נישט געוואלט חתונה האבן. געווען איז עס הרב וואזנער וואס האט אים אונטערגעשיקט שדכנים, און אים גע'פסק'ט אז ער "מוז" נאכאמאל חתונה האבן. וכן עשה.

דער פסק איז מיר זעהר מאדנע, אבער איך ווייס עס בבירור.צ

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:25 pm

איינער גיט מיר איבער אז קארלסבורער רב זאל האבן געזאגט אז ווען הרב וואזנער איז געווען אין אמעריקע מיט 50 יאר צוריק, האט א איד געהאט א שווערע שאלה און איז אריבער צו מרן הק' מסאקמיר פרעגן.

האט דער רבי אים געזאגט כהאי לישנא: דער זכרון מאיר רב איז נאך דא אין שטאט, גיי שנעל אריבער צו אים און פרעג אים אן.

די פראגע שטעלט זיך, פארוואס האט דער רבי נישט געשיקט צום קאפישער רב, צו וויען'ער רב רבי יונתן שטייף אדער שאפראנער רב זצ"ל. און פארוואס זאל דער רבי שיקן צו הרב וואזנער וואס איז יונגער געווען פון אלע?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:28 pm

מצלמה האט געשריבן:איינער גיט מיר איבער אז קארלסבורער רב זאל האבן געזאגט אז ווען הרב וואזנער איז געווען אין אמעריקע מיט 50 יאר צוריק, האט א איד געהאט א שווערע שאלה און איז אריבער צו מרן הק' מסאקמיר פרעגן.

האט דער רבי אים געזאגט כהאי לישנא: דער זכרון מאיר רב איז נאך דא אין שטאט, גיי שנעל אריבער צו אים און פרעג אים אן.

די פראגע שטעלט זיך, פארוואס האט דער רבי נישט געשיקט צום קאפישער רב, צו וויען'ער רב רבי יונתן שטייף אדער שאפראנער רב זצ"ל. און פארוואס זאל דער רבי שיקן צו הרב וואזנער וואס איז יונגער געווען פון אלע?


אלא מאי? און פארוואס האט איהם דער רבי ז"ל איבערגעגעבן דעם ויואל משה איבערצוקוקען? אלא מאי?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:32 pm

נשמה האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:איינער גיט מיר איבער אז קארלסבורער רב זאל האבן געזאגט אז ווען הרב וואזנער איז געווען אין אמעריקע מיט 50 יאר צוריק, האט א איד געהאט א שווערע שאלה און איז אריבער צו מרן הק' מסאקמיר פרעגן.

האט דער רבי אים געזאגט כהאי לישנא: דער זכרון מאיר רב איז נאך דא אין שטאט, גיי שנעל אריבער צו אים און פרעג אים אן.

די פראגע שטעלט זיך, פארוואס האט דער רבי נישט געשיקט צום קאפישער רב, צו וויען'ער רב רבי יונתן שטייף אדער שאפראנער רב זצ"ל. און פארוואס זאל דער רבי שיקן צו הרב וואזנער וואס איז יונגער געווען פון אלע?


אלא מאי? און פארוואס האט איהם דער רבי ז"ל איבערגעגעבן דעם ויואל משה איבערצוקוקען? אלא מאי?


נישט אויסמישן. ויואל משה איז עפעס אנדערש. דער רבי האט בודאי געוואלט הערן דעם דעת תורה פון א פרעמדען רב. קאפישער רב אדער הגר"י שטייף אדער שאפראנער רב זצ"ל זענען בבחינת "אינסיידערס" - און אז מ'וויל הערן אביעקטיווע מיינונגען קען מען נאר אינדרויסן. כנלפע"ד. - אבער א שווערע שאלה צו שיקן צו הגר"ש וואזנער אין די תש"כ יארן איז א פלא גדול.

חכמהלאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 10:28 am

תגובהדורך חכמהלאג » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:36 pm

נשמה האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:איינער גיט מיר איבער אז קארלסבורער רב זאל האבן געזאגט אז ווען הרב וואזנער איז געווען אין אמעריקע מיט 50 יאר צוריק, האט א איד געהאט א שווערע שאלה און איז אריבער צו מרן הק' מסאקמיר פרעגן.

האט דער רבי אים געזאגט כהאי לישנא: דער זכרון מאיר רב איז נאך דא אין שטאט, גיי שנעל אריבער צו אים און פרעג אים אן.

די פראגע שטעלט זיך, פארוואס האט דער רבי נישט געשיקט צום קאפישער רב, צו וויען'ער רב רבי יונתן שטייף אדער שאפראנער רב זצ"ל. און פארוואס זאל דער רבי שיקן צו הרב וואזנער וואס איז יונגער געווען פון אלע?


אלא מאי? און פארוואס האט איהם דער רבי ז"ל איבערגעגעבן דעם ויואל משה איבערצוקוקען? אלא מאי?


עס טוט זיך דא א געכאפעכטס, יעדער וויל אריינכאפן דעם גרויסן גאון וואס איז שוין ליידער נישט צווישן אונז. עס קאסט מיך א לאך, וואס איז א נפקא מינא יא סאטמאר נישט סאטמאר, צו וועט ער דען דעריבער צוריק לעבעדיג ווערן? די אונטערשטע שורה איז אז מיר האבן פארלוירן א גרויסן פארלוסט מיט זיין פטירה תהא נפשו צרורה בצרור החיים. און ער זאל זיין א גוטער מליץ יושר פאר אונז פועל זיין ביים בורא כל עולמים צו שיקן די גאולה שלימה במהירה

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:47 pm

קול התאחדותינו [דער בלאט] מאכט הרב וואזנער פאר א סאטמארע
בצילא דמהימנותא מאכט הרב וואזנער פאר א צאנז-קלויזענבורגער
בחצר הקודש מאכט הרב וואזנער פאר א גאר שטארקע אנהענגער פון סקווירא רבי, וואס כמעט אין להרהר אחריה.
שיח זקנים מאכט הרב וואזנער פאר א גאר שטארקער ליטוואק, וועלכע האט געשיקט שאלות צו הרב שטיינמאן/קניעבסקי
וכו' וכו' וכו' שומרי אמונים, באבוב, תולדות'ן, וויזניץ, והשאר.

אינטרעסאנט אז אזא מערקבארער זאך האט מען כמעט נישט געזעהן ביי קיין צווייטע גדול.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:55 pm

ביי א גדולה טרעפט מען עס = אסתר המלכה...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 12 געסט