בלאט 1 פון 1

רבי מאיר כ"ץ פאפירש - ב' אדר תכ"ב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 2:33 pm
דורך שוועמל
דעם שבת פ' תרומה תשע"ה פאלט די יארצייט פון הגאון הצדיק המקובל האלקי מו"ה מאיר הכהן פאפירש, אויך באקאנט אלס מהר"ם פופרש (פאפרש, פאפירוש, פאפירוס), ב' אדר ה"א תכ"ב.

רבי מאיר איז געבוירן בשנת שפ"ד לאביו הגדול מו"ה יהודה לייב אין קראקא, פולין. ביי די דרייצן יאר האט ער אנגעהויבן עוסק זיין בלימוד קבלה, עטוואס שפעטער איז ער געפארן קיין ירושלים און געלערנט אין ישיבת המקובלים ביי רבותיו הקדושים רבי יעקב צמח און רבי ישראל אשכנזי זצ"ל.
דאן האט רבי יעקב צמח געארבעט מסדר צו זיין די כתבי האר"י וואס רבי חיים ויטאל זי"ע האט אפגעשריבן און עס זענען געווען צעשפרייט אויף פארשידענע טיילן פון די וועלט. דא האט רבי מאיר געשפילט א גרויסע ראלע און ער איז געפארן קיין דמשק צו רבי שמואל ויטאל (בן מהרח"ו) וואו ער האט צוזאמגענומען א ריזן טייל פון די כתבים און עס מסדר געווען אין חלקים לפי נושאים. די כתבי האר"י וואס מיר האבן היינט איז א גרויס טייל אים צו פארדאנקען.

ער זעלבסט האט אויך מחבר געווען ט"ל ספרים כמובא בחיד"א שם הגדולים בערכו. רוב זענען נישט בנמצא.
אבער וואס עס שטארט ארויס איז די אילן הגדול פון סדר השתלשלות העולמות על פי תורת הקבלה והאריז"ל, און אור צדיקים ודרך סעודה.

צווישן זיינע איבריגע ספרים ציילן זיך:
סידור אור הישר
אור האבוקה
אור זרוע
אור נר
אור פני מלך
מאורת נתן
אור צח
אור רב
דרך עץ חיים
מאורי אור
מתוק האור
אויף היברו בוקס איז דא אסאך ספרים, צווישן זיי האב איך געטראפן איינס איבערגעטייטשט אויף אידיש הלכות דרך ארץ.

פון דמשק איז ער געפארן צוריק קיין קראקא און דארט משלים געווען די סידור הכתבים. דערנאך איז ער צוריק געפארן קיין ירושלים, אבער איז ליידער נישט געזונט געווארן און זיך געפלאגט עטליכע יאר מיט יסורים. עד שהחזיר נשמתו ליוצרה אינגערהייט אלט זייענדיג 38 יאר בב' אדר ה' אלפים תכ"ב.
נקבר בהר הזיתים
זכותו יגן עועכ"י.