רבי מאיר כ"ץ פאפירש - ב' אדר תכ"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

רבי מאיר כ"ץ פאפירש - ב' אדר תכ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דעם שבת פ' תרומה תשע"ה פאלט די יארצייט פון הגאון הצדיק המקובל האלקי מו"ה מאיר הכהן פאפירש, אויך באקאנט אלס מהר"ם פופרש (פאפרש, פאפירוש, פאפירוס), ב' אדר ה"א תכ"ב.

רבי מאיר איז געבוירן בשנת שפ"ד לאביו הגדול מו"ה יהודה לייב אין קראקא, פולין. ביי די דרייצן יאר האט ער אנגעהויבן עוסק זיין בלימוד קבלה, עטוואס שפעטער איז ער געפארן קיין ירושלים און געלערנט אין ישיבת המקובלים ביי רבותיו הקדושים רבי יעקב צמח און רבי ישראל אשכנזי זצ"ל.
דאן האט רבי יעקב צמח געארבעט מסדר צו זיין די כתבי האר"י וואס רבי חיים ויטאל זי"ע האט אפגעשריבן און עס זענען געווען צעשפרייט אויף פארשידענע טיילן פון די וועלט. דא האט רבי מאיר געשפילט א גרויסע ראלע און ער איז געפארן קיין דמשק צו רבי שמואל ויטאל (בן מהרח"ו) וואו ער האט צוזאמגענומען א ריזן טייל פון די כתבים און עס מסדר געווען אין חלקים לפי נושאים. די כתבי האר"י וואס מיר האבן היינט איז א גרויס טייל אים צו פארדאנקען.

ער זעלבסט האט אויך מחבר געווען ט"ל ספרים כמובא בחיד"א שם הגדולים בערכו. רוב זענען נישט בנמצא.
אבער וואס עס שטארט ארויס איז די אילן הגדול פון סדר השתלשלות העולמות על פי תורת הקבלה והאריז"ל, און אור צדיקים ודרך סעודה.

צווישן זיינע איבריגע ספרים ציילן זיך:
סידור אור הישר
אור האבוקה
אור זרוע
אור נר
אור פני מלך
מאורת נתן
אור צח
אור רב
דרך עץ חיים
מאורי אור
מתוק האור
אויף היברו בוקס איז דא אסאך ספרים, צווישן זיי האב איך געטראפן איינס איבערגעטייטשט אויף אידיש הלכות דרך ארץ.

פון דמשק איז ער געפארן צוריק קיין קראקא און דארט משלים געווען די סידור הכתבים. דערנאך איז ער צוריק געפארן קיין ירושלים, אבער איז ליידער נישט געזונט געווארן און זיך געפלאגט עטליכע יאר מיט יסורים. עד שהחזיר נשמתו ליוצרה אינגערהייט אלט זייענדיג 38 יאר בב' אדר ה' אלפים תכ"ב.
נקבר בהר הזיתים
זכותו יגן עועכ"י.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

שנת לידתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

וואס איז די מקור אז רבי מאיר פאפרש איז געבוירן בשנת שפ"ד?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מאיר כ"ץ פאפירש - ב' אדר תכ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון הגה"ק רבי מאיר פאפירש זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: רבי מאיר כ"ץ פאפירש - ב' אדר תכ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

שוועמל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:33 pm
ער זעלבסט האט אויך מחבר געווען ט"ל ספרים כמובא בחיד"א שם הגדולים בערכו. רוב זענען נישט בנמצא.
בשנת תרע"א איז געדרוקט געווארען אין ווארשה נאך א ספר וואס ווערט נישט דא אויסגערעכנט,
"טל אורות", הוא ספר נעים, בדרושים יקרים, על סדר התורה מסודרים.
Screenshot 2023-02-23 013703.png
Screenshot 2023-02-23 013703.png (86.08 KiB) געזען 175 מאל
די ספר איז געווען בכת"י ביים אמרי אמת פון גער (צווישען אסאך אנגערע כת"י וואס ער האט פארמאגט), און איז אויכט געווען למראית עיניו פון די חיד"א.
דא איז די ספר אויף הב"ב: https://hebrewbooks.org/20885
ס'איז לעצטענ'ס איבערגעדריקט אין צוויי נייע מהדו'. איננס א פשוטערע, און איינס דורך מכון אהבת שלום, וואס דריקן אלע זיינע ספרים וכת"י.
איך מיין אז די חידוש פון דער ספר איז אז ס'איז ע"ד דרוש און נישט ע"ד נסתר והקבלה.
זי"ע ועכי"א.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם, או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה. (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מאיר כ"ץ פאפירש - ב' אדר תכ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: רבי מאיר כ"ץ פאפירש - ב' אדר תכ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

שוועמל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:33 pm
ער זעלבסט האט אויך מחבר געווען ט"ל ספרים כמובא בחיד"א שם הגדולים בערכו. רוב זענען נישט בנמצא.
אבער וואס עס שטארט ארויס איז די אילן הגדול פון סדר השתלשלות העולמות על פי תורת הקבלה והאריז"ל,
אביסל מאדנע זוי צו שרייבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”