רבי משה הלברשטאם משינאווא זצ"ל - י"ב חשון תרע"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

רבי משה הלברשטאם משינאווא זצ"ל - י"ב חשון תרע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרה"ק רבי משה'לע איז געבוירן געווארן צו זיין טאטע די שינאווא רב זיע"א אין ט' לחודש מנחם אב שנת תר"ב, און צו זיין מאמע הרבנית דבורה (די צווייטע רעבעצן פונעם שינאווא רב ) טאכטער פון הגה"צ רבי מרדכי זילבערשטיין זצ"ל האלאשיצער רב , איידים ביים אר'י' דבי עלאי זיע"א, געהייסן נאכן זיין הייליגע זיידע די ישמח משה זיע"א.

ליידער האט ער פארלוירן זיין מאמע ע"ה זייער יונג,און ער איז אויפגעצויגן געווארן אינעם שטוב פון זיין פעטער רבי משה'לע אונגער זצוק"ל (זון פון רבי מרדכי דוד פון דאמבראווא זיע"א,און איידים ביים הייליגן צאנזער רב זיע"א) אין צאנז ביים לעבן פונעם צאנזער רב זיע"א, און ער האט אסאך גענאשט פון זיין הייליגען צאנזער זיידע זיע"א,און געווען זייער מקושר צו אים.

געווען א'קדוש וטהור, געווען געשעצט ביי אלע גדולי דורו ,און ער האט מכריע געווען ביי די אלע אסיפות וואס ער האט א'טייל גענומען,בשנת תרנ"ט האט ער ממלא מקום געווען זיין טאטע שינאווא רב זיע"א,אין שנת תרס"ד האט ער זיך געצויגן קיין צאנז און געוואינט דארטן ביז זיין הסתלקות,ערב שבת קודש י"ב לחודש חשון תרע"ט,און מ'האט אים באהאלטן נעבן די אוהל פונעם צאנזער זיידע זיע"א.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:28 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

אינעם צייטונג דער איד איז גיווען לעצטנס א בילבד פון אים. בעיני הקטנים איז עס געווען א חידוש.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ולא מיין האט געשריבן:אינעם צייטונג דער איד איז גיווען לעצטנס א בילבד פון אים. בעיני הקטנים איז עס געווען א חידוש.

שפאצירין אינעם קור ארט מיט זיין זון רבי דוד'ל פון סאקלאוו זצוק"ל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

צורת קודשו זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דא האט איר א'בילד פון אים מיט שפאצירין מיט בנו הרה"ק רבי דוד פון סאקאלאוו (גאליציע) זצוק"ל, און זיין ציון (די מיטלסטע) אין צאנז.
אטעטשמענטס
0.jpg
0.jpg (8.5 KiB) געזען 5406 מאל
021.jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:אינעם צייטונג דער איד איז גיווען לעצטענס א בילד פון אים. בעיני הקטנים איז עס געווען א חידוש.

שפאצירין אינעם קור ארט מיט זיין זון רבי דוד'ל פון סאקלאוו זצוק"ל.

דאס איז אין שטאט וויען, בשעת די ערשטע וועלט מלחמה
אטעטשמענטס
IMG-20150114-WA002.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת הרה"ק רבי משה משינאווא זי"ע באוהל הקדוש בצאנז
אטעטשמענטס
P1012943.JPG
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יציב פתגם האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:אינעם צייטונג דער איד איז גיווען לעצטענס א בילד פון אים. בעיני הקטנים איז עס געווען א חידוש.

שפאצירין אינעם קור ארט מיט זיין זון רבי דוד'ל פון סאקלאוו זצוק"ל.

דאס איז אין שטאט וויען, בשעת די ערשטע וועלט מלחמה

יישר כוחכם פאר די קלארע שיינע בילדער,בנו רבי דוד'ל זצ"ל איז רעכטס.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יציב פתגם האט געשריבן:מצבת הרה"ק רבי משה משינאווא זי"ע באוהל הקדוש בצאנז

ס'איז מיר א'גרויסע חידוש אז ער איז געווען רב אין סטראפקאוו פאר שינאווא,אזוי ווי ס'שטייט אנגעצייכענט אויף די מציבה,אזוי ווי זיין פאטער שינאווא רב זיע"א.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות זקנו מצאנז זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

נאך זיין חתונה איז רבי משה'לע געפארן פון שינאווא קיין צאנז,און פון דארטן איז ער געפארן צו זיין שווער קיין בריגעל,אנקומענדיג קיין בריגעל טרעפט ער אן זיין קרוב הרה"צ רבי טוביה ליפשיץ זצ"ל בריגלער רב (בן רבי משולם זלמן יהונתן זצוק"ל בן הרה"ק האריה דבי עילאי זיע"א) מיט זיינע גוטע פריינד פארן אויף א'וואגן,האט זיי רבי משה'לע געפרעגט ווי א'הין פארט מען?,האבן זיי גענטפערט קיין צאנז,האט ער זיי געבעטן אז זיי זאלן אים מיט נעמען (על אף וואס ער איז נאר יעצט צוריק געקומען פון דארטן) און זיי האבן מסכים געווען.

אנקומענדיג קיין צאנז איז געווען א'גאנצע געשפרעך צאנזער חסידים מיט פוילישע חסידים,האבן די פולישע פארציילט,אז ביי זיי אפילו נישט די באוואסטע רבי'ס האבן טויזענטער חסידים (כדרכם בקודש),פלוצלינג איז צאנזער רב זיע"א ארויסגעקומען פון זיין צימער און געזאגט,אויב וואלט יאך געוואלט,וואלט יאך געהאט אסאך חסידים,און די סיבה פארוואס יאך האב נישט,איז ווייל יאך וויל נישט,און פארוואס וויל יעך נישט,ווייל מ'טאר נישט.

זאגענדיג דאס מערקט ער אן זיין אייניקל רבי משה'לע זצוק"ל וואס שטיט דארטן,וואס נאר נעכטן האט ער זיך געזעגענט פון אים,האט אים צאנזער רב זיע"א געקלאפט אין פלייצעס און געזאגט,איר זעהט,מיין משה'לע וועט נאך זיין א'רבי פאר הונדערטער אידן.

(הרה"ק רבי יענקלע פון פשערווארסק זיע"א).
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

ר' משה 'לע טראגט א שניפסל?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

וואס פלוצלינג.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:ר' משה 'לע טראגט א שניפסל?

חס מלהזכיר,אפילו נאר צו טראכטן אזוי אויף שינאווא רב'ס א'קינד, נאר דאס איז אזא פרוכתל וואס די פארצייטישע חאניקישע רבי'ס האבן געטראגן.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פשט בכל מקדש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ביי די ערשטע וועלטס קריג איז רבי משה'לע זצוק"ל אנטלויפן קיין וויען,און ער האט געזהען אז מ'נעמט אויף די שבת פרי,אבער מוצאי שבת מאכט מען פרי הבדלה און א'מלאכה.

האט ער זיך אנגערופן אז יעצט פארשטייט ער פשט אין די זמר כל מקדש,המאחרים לצאת מן השבת וממהרים לבוא,לכאורה וואלט געדארפט צו שטיין מיטן סדר, פריערט ממהרים לבוא,וואס גייט ארויף אויף ערב שבת און שפעטער מאחרים לצאת וואס דאס מיינט מוצאי שבת.

אבער יעצט פארשטייט ער פשט,אז נאר בתנאי קודם למעשה,אז מגייט ארויס שפעט פונעם שבת קודש,איז דעמאלטס גוט אז ס'איז וממהרים לבוא,אבער אויב ס'איז נאר ממהרים לבוא,כדי מ'זאל קענען ענדיגן פרי,האט עס נישט קיין שום מעלה.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מעשה נורא פונעם רוח הקודש פון שינאווא רב זיע"א .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הגה"צ רבי שלמה יהודה וויינבערגער זצ"ל אבד"ק באגאד פון די גרויסע שינאווא צאנז'ער חסידים,פלעגט דערציילן אז ער מיטן נאסוידער רב זצ"ל זענען אמאל געפארן אינאיינעם צום שינאווא'ער רב זיע"א ווען זיי זענען אנגעקומען קיין שינאווא האבן זיי ארויסגעהערט קולות און יללות פון שינאווא רב'ס הויז,און זיי האבען זיך זייער דערשראקן,ווען זיי זענען אריין אין הויז,זענען זיי געוואויר געווארן אז זיין זון הרה"ק רבי משה'לע האט גע'חלש'ט זייענדיג א' איש חלש,און דאס איז געווען די סיבה פאר די קולות ,מ'האט אים דערמונטערט פון חלשות און אראפגעלייגט אויף די קאנאפע.

ווען ער האט זיך דערוועקט,האט רבי משה'לע אנגעהויבן שטארק צו וויינען צוליב זיין שוואכקייט און נאכאנאנדע פאלן חלשות,האט זיין פאטער,דער הייליגער שינאוואער רב, זיך געזעצט אויף א'בענקל נאענט צו די קאנאפע וואו זיין זון דער רבי משה'לע איז געלעגן,און ער האט אים בארואיגט,ער האט אים געזאגט,דארפסט נישט מורא האבן,דו וועסט האבן אריכות ימים.

דער שינאוואער רב האט זיך דאן צו געבויגן צו אים,און ער האט אים ארייגערוימט עפעס שטילערהייט אין אויער אריין וואס זיי האבן נישט געקענט הערן,דערנאך האט דער שינאוואער רב ווייטער געזאגט,דו וועסט זיין א רבי,און זיי,די צוויי יונגעלייט דער באגאדער רב און דער אינטערדאמער רב (ווייזענדיג מיט די פינגער אויף זיי) וועלן זיין דיינע חסידים (דער שינאוואער רב האט אים גערופן באגאד מיט א'פתח,נישט באגאד מיט א'קמץ ווייל אויף די פוילישע שפראך רופט מען אזוי די באשעפער).

די לעצטע יארן פון רבי משה'לע פון שינאווא זיע"א איז געווען די ערשטע וועלט קריג און ער האט געפליכטעט קיין וויען,גלייך נאך די ענדע פון די מלחמה,אנהייב חודש אלול תרע"ח,האט דער באגאדער רב זצ"ל באקומען צוויי עקספרעס בריוו פון וויען,איין בריוו איז געווען פון זיין רבי'ן הרה"ק רבי משה'לע פון שינאווא וואו ער האט אים געבעטן צו זוכן פאר אים א'דירה אין באגאד,און אויך קויפן פאר אים דארט א' חלקת קרקע ווייל ער וויל ליגן אין אונגארן,און דעם צווייטן בריוו האט ער באקומען פון זיינע קינדער ,וועלעכע האבן אים געשריבן למען ה' ער זאל זיך נישט וואגן צו טוהן וואס זייער פאטער האט געבעטן ,ווייל די גאנצע משפחה וועט אויף אים ברוגז זיין,( זיי האבן געוואלט אז ער זאל צוריקפארן קיין צאנז), די זעלבע צוויי בריוו זענען אויך אנגעקומען צום נאסוידער רב זצוק"ל.

נישט וויסינדיג וועמען צו פאלגן,האט דער באגאדער רב זיך בארעכענט אז ער וועט אליין פארן קיין וויען צו הרה"ק רבי משה'לע ,צו הערן פון אים וואס ער האט צו טוהן.

צו פארן יענע צייטן קיין ווין איז אנגעקומען מיט מסירת נפש,ווייל די באנען זענען נאכנישט געהעריג געפארן,עס איז געווען א'שיבוש דרכים,אלס רעזולטאט פון די מלחמה,ענדליך איז ער אנגעקומען קיין וויען,און ווי נאר ער איז אריינגעקומען און רבי משה'לע האט אים דערזען,האט ער געזאגט, כ'האב געוואוסט אז איר וועט קומען,יאך ווייס דאך אז איר האט באקומען מיין בריוו,און דערנאך האט איר באקומען דעם בריוו פון מיינע קינדער וועלעכע האבן אייך געווארנט אז איר זאלט מיך נישט פאלגן,וועל איך אייך דערציילן וואס גייט פאר דא.

איר געדענקט דאך זיכער ווען איר זענט איינמאל געווען אין שינאווא ווען איך בין געפאלן חלשות און מיין טאטע זצוק"ל האט מיך געטרייסט אז איך וועל האבן אריכות ימים,דעמאלט האט דער טאטע זיך צוגעבויגן צו מיר און ער האט מיר אריינגערוימט עפעס שטיל אין אויער,איצט וועל איך מגלה זיין די סוד,ער האט מיר דעמאלט געזאגט ברוח קדשו גענוי דעם צאל פון די יארן וואס איך וועל לעבן,און דאס ענדיגט זיך איצט נאך די ימים נוראים.ער האט געוויזן אויף זיינע נאנטע,די חברה ווילן דווקא איך זארל צוריקפארן קיין צאנז,איך זאל דארט ליגן אין אוהל פון צאנז,איך האב געהערט פון טאטע זצ"ל,אז פאר ביאת משיח וועט זיין גרויסע הריגות אין פוילן,אלע רציחות וועט זיך אפשפילן אין פוילן,מ'וועט פירן אידן פון אלע עקן קיין פוילן און דארט זיי הארגענן,יאך וויל נישט ליגן אין פוילן וואס וועט זיין אנגעזאפט מיט אידיש בלוט,
זיי ווילן נישט,איר פארשטייט אז איר קענט זיך נישט ארומרייסן מיט זיי,יאך קען אויך נישט.

ווען דער באגאדער רב איז ארויס פון צימער פון שינאוואער רב,איז פונקט אנגעקומען קיין וויען נאסוידער רב זצ"ל, וואס ער האט אויך באקומען פון שינאווא רב דעם זעלבען בריוו און אזוי אויך די בריוו פון זיינע קינדער ,האט רבי משה'לע אים געזאגט ,איך האב געשיקט דעם בריוו צו אייך ביידע,איך האב געקלערט אז ווער עס וועט עס פריער ערלעדיגן,דארט אהין וועל איך פארן.

למעשה אבער ,אזוי ווי די קינדער האבן נישט מיט געארבעט,איז רבי משה'לע צוריקגעפארן קיין צאנז,אויף די ימים נוראים,און אויף יענע ימים נוראים,אין יאר תרע"ט זענען נאך געפארן אסאך חסידים קיין צאנז,דעם וווינטר נאכדעם "י"ב חשון תרע"ט", איז רבי משה'לע נסתלק געווארן אין צאנז,און ער איז נטמן געווארן אין אהל פון זיין הייליגע צאנז'ער זיידע זיע"א.

( ספר "דולה ומשקה" ,מעשיות פארציילט פון פאיע רב זצ"ל אייניקל פונעם מספר דער בעל עובדא באגאד'ער רב זצ"ל ).
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3049
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

די עלים לתרופה האט אים באשריבען די וואך לכבוד זיין הונדערטסטע יארצייט היינט.
ער האט געשיקט א זיידע מיינע קיין אמעריקע און בזכות אים זעממיר דא.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

משהלע האט געשריבן:די עלים לתרופה האט אים באשריבען די וואך לכבוד זיין הונדערטסטע יארצייט היינט

viewtopic.php?p=1779569#p1779569
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווען און וואו איז נפטר געווארן די רביצין פון רבי משה'לע שינאווער?
איך זעה אז שב"ק י"ג אדר תרע"ה איז נפטר געווארן אין וויען אסתר מינא הלברשטאם אין עלטער פון 71 יאר. מען האט איר געברענגט לקבורה מאנטיג ט"ו אדר.
איז דאס די שינאווער רביצין? אויב יא האט איינער א בילד פון די מציבה?
JewishGen Online Worldwide Burial Registry - Vienna.jpg
JewishGen Online Worldwide Burial Registry - Vienna.jpg (53.12 KiB) געזען 3579 מאל
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7403
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אין וויקי שטייט אז די רעבעצין האט געהייסן דבורה.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7403
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

און צו דעם מיין איך אז די רעבעצין לאה אסתר אשת כ"ק ה"ישועות משה" מויז'ניץ שצ"ל איז שוין געווען געבוירן דעמאלס, איז קען נישט זיין אז איר באבע האט אויך געהייסן אסתר.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:און צו דעם מיין איך אז די רעבעצין לאה אסתר אשת כ"ק ה"ישועות משה" מויז'ניץ שצ"ל איז שוין געווען געבוירן דעמאלס, איז קען נישט זיין אז איר באבע האט אויך געהייסן אסתר.

איך מיין אז הרבנית לאה אסתר איז געבוירן בשנת תרפ"א.
זי האט טאקע געהייסן נאך די צוויי באבע'ס, די מאמע פון רבי יעקב שמשון מטשחויב און די מאמע פון זיין רביצין חיה חנה:
לאה אשת רבי משה מקאנער [מאמע פון רבי יעקב שמשון מטשחויב] און אסתר מינדל אשת רבי משה משינאווע [מאמע פון חיה חנה מטשחויב].
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:

איך האב מברר געווען בבית וויזניץ. זי איז געבוירן ט' שבט תרפ"א.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7403
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אינטערסאנט.
איך האב געמיינט אז זי איז געוועהן עלער פון די ישועות משה.
עכ"פ די נאמען דבורה איז נישט ריכטיג?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

ווער איז געווען די רעבעצין פון הה"ק רבי משה משינאווא
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

בעריש'ל האט געשריבן:ווער איז געווען די רעבעצין פון הה"ק רבי משה משינאווא

בת הנגיד ר' מאיר הערש טעננבוים מבריגל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אוהב ספרים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:ווער איז געווען די רעבעצין פון הה"ק רבי משה משינאווא

בת הנגיד ר' מאיר הערש טעננבוים מבריגל.

ווי עס ווערט געברענגט האט דער דברי חיים ביי די חתונה געזאגט אז דער מחותן ר' מאיר הערש איז א דור נענטער ווי אים צו רבי ר' העשיל מקראקא.
לויט ווי עס קומט אויס איז דער דברי חיים געווען אן אכטער דור, איז לפי זה ר' מאיר הערש געווען א זיבעטער דור.
מער פרטים איבער ר' מאיר הערש האב איך דערווייל נישט געטראפן.
זיין פרוי איז געווען שרה לבית ראזענבוים. ווארשיינליך האט איר פאטער געהייסן ר' מאנעלע.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:ווער איז געווען די רעבעצין פון הה"ק רבי משה משינאווא

בת הנגיד ר' מאיר הערש טעננבוים מבריגל.

זיין פרוי איז געווען שרה לבית ראזענבוים. ווארשיינליך האט איר פאטער געהייסן ר' מאנעלע.

מציבה פון די שוויגער פון רבי משה משינאווע - כ"ה טבת תרס"ה
מציבת שרה שבע בת ר' מנחם מנלי אשת ר' מאיר צבי טענענבוים.jpg
מציבת שרה שבע בת ר' מנחם מנלי אשת ר' מאיר צבי טענענבוים.jpg (244.01 KiB) געזען 1839 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”