רבי יוסף כ"ץ קאהן מאוהעל - הצדיק משאהל - זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

רבי יוסף כ"ץ קאהן מאוהעל - הצדיק משאהל - זצ"ל

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך יוני 25, 2014 10:18 pm

א אינטערעסאנטע מצבה אנגעטראפן אינעם נייעם אוהעלער ביה"ח, הארט נעבן דעם רב הג"ר ירמי' לעוו זצ"ל וואו עס שטייט אויפגעשריבן גרויסע הפלגות:

יוסף הצדיק משאהל, הרב חו"ב צי"ע וכו' כש"ת מו"ה יוסף קאהן ז"ל.

ס'איז געווען אויפפאלנד ווייל אויף די אנדערע מצבות דארט זעהט מען נישט קיין געווארפענע טיטלען, משא"כ דא "יוסף הצדיק" - "צי"ע".

וואס איז פשט? האט איינער אמאל געהערט דערוועגן?
צוגעלייגטע
IMG_0616.JPG
לחיים ולברכה!

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:19 pm

נחמן נתן האט געשריבן:א אינטערעסאנטע מצבה אנגעטראפן אינעם נייעם אוהעלער ביה"ח, הארט נעבן דעם רב הג"ר ירמי' לעוו זצ"ל וואו עס שטייט אויפגעשריבן גרויסע הפלגות:

יוסף הצדיק משאהל, הרב חו"ב צי"ע וכו' כש"ת מו"ה יוסף קאהן ז"ל.

ס'איז געווען אויפפאלנד ווייל אויף די אנדערע מצבות דארט זעהט מען נישט קיין געווארפענע טיטלען, משא"כ דא "יוסף הצדיק" - "צי"ע".

וואס איז פשט? האט איינער אמאל געהערט דערוועגן?


מצאתי תעודת הנישואין שלו באוהעל.

יום החתונה : ב' חשון תרכ"ה.
11-01-1864

KOHN Josef Saly Borgad? 24 S Abraham REIN Regina Erdobenye
KLEIN Hani Ujhely 20 S Leopold H. KLEIN Hani #158

יוסף בן אברהם קאהן מערדאבעניע, בחור בן כ"ד שנה ונולד בכפר שאלי-בארגאד? שם אמו רעג'ינע ריין ?, נשא את הבתולה האני בת לעפאלד ה. קליין מאוהעל בת כ' שנה.


מסדר קידושין :
Jeremias Low Rabbiner

בניו:
09-09-1867 KOHN Betti F Josef KLEIN Hani
04-16-1870 KOHN Eszter F Josef KLEIN Haji


עדי קידושין :
Levi Goldberger Moses Friedlander

על המצבה כתוב, נפטר בן ס"ה שנה, בשנת תרס"ח.
ונראה שהיא טעות המעתיק, ואו שנפטר בן ס"ח שנה בשנת הנ"ל, או שנפטר בן ס"ה שנה בשנת תרס"ה.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:53 pm

מעות קדימה מר' יוסף כ"ץ משאהל בעיר אוהעל על ספר שערי תורה נדפס בשנת תרלב.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =5&hilite=

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג אוגוסט 17, 2014 6:32 pm

הרב צושויער, זייער אינטערעסאנט אייערע געפינסן. אפשר וואס דאס העלפן ציען שטריכן געוואויר צו ווערן דאס מיסטעריעז איבער דעם איד
לחיים ולברכה!

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:54 am

צושויער האט געשריבן:מעות קדימה מר' יוסף כ"ץ משאהל בעיר אוהעל על ספר שערי תורה נדפס בשנת תרלב.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =5&hilite=

אינטרעסאנט אז מ'זעט וואו ער באקומט גאר נישט קיין שענערן טיטל ווי א צווייטן, בעת ווען אויף זיין מציבה שטייט גרויסע זאכן

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:40 pm

א טענצל! האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:מעות קדימה מר' יוסף כ"ץ משאהל בעיר אוהעל על ספר שערי תורה נדפס בשנת תרלב.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =5&hilite=

אינטרעסאנט אז מ'זעט וואו ער באקומט גאר נישט קיין שענערן טיטל ווי א צווייטן, בעת ווען אויף זיין מציבה שטייט גרויסע זאכן

דאס איז תרלב, ווען ער איז נאך געווען א אינגערמאן פון קארגע דרייסיג, ער איז אוועק מיט מער ווי דרייסיג יאר שפעטער.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » פרייטאג דעצמבער 26, 2014 6:58 am

נחמן נתן האט געשריבן:א אינטערעסאנטע מצבה אנגעטראפן אינעם נייעם אוהעלער ביה"ח, הארט נעבן דעם רב הג"ר ירמי' לעוו זצ"ל וואו עס שטייט אויפגעשריבן גרויסע הפלגות:

יוסף הצדיק משאהל, הרב חו"ב צי"ע וכו' כש"ת מו"ה יוסף קאהן ז"ל.

ס'איז געווען אויפפאלנד ווייל אויף די אנדערע מצבות דארט זעהט מען נישט קיין געווארפענע טיטלען, משא"כ דא "יוסף הצדיק" - "צי"ע".

וואס איז פשט? האט איינער אמאל געהערט דערוועגן?

בילד

צושויער האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:מעות קדימה מר' יוסף כ"ץ משאהל בעיר אוהעל על ספר שערי תורה נדפס בשנת תרלב.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =5&hilite=

אינטרעסאנט אז מ'זעט וואו ער באקומט גאר נישט קיין שענערן טיטל ווי א צווייטן, בעת ווען אויף זיין מציבה שטייט גרויסע זאכן

דאס איז תרלב, ווען ער איז נאך געווען א אינגערמאן פון קארגע דרייסיג, ער איז אוועק מיט מער ווי דרייסיג יאר שפעטער.


נחמן נתן א פרישע גריס פון צדיק.
ר' בנימין וואלף לעוו בן הגאון ר' אלעזר אב"ד אוהעל ואונגוואר דערמאנט דעם צדיק אין הקדמה צום טאטנ'ס ספר פקודת אלעזר.
ער שרייבט וועגן די הפצרות וואס אלע רבנים האבן געמוטשעט ר' אלעזר איבערצונעמען די אוהעלע רבנות
"גם מורי, בן משק ביתו, [של הג"ר ירמי' לעוו] הרב הצדיק ר' יוסף קאהן משאהל בכה בלי הרף שיקבל [הרבנות].
זעט מען קודם אז ער איז געווען א נאנטער ביי ר' ירמי' לעוו, און אז עפעס תלמידים אדער חסידים האט דער צדיק פארמאגט אין אוהעל און זיי באטיטלען אים אויך הרב הצדיק.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 5:26 pm

Wow! - הפלא ופלא!!

פונקט זעמיר געזעסן דעם פארגאנגענעם מוצש"ק ביי א אוהעלער איד מו"ה שמואל לערנער הי"ו אין שיקאגו, און איהם אנגעפרעגט איבער דעם מיסטערעזיע, אבער האט גארנישט געוואוסט צו זאגן עפעס וועגן איהם במיוחד. ער האט געזאגט אז ס'זענען געווען משפחת קאהן - כהנים אין אוהעל, אבער האט נישט געוואוסט צו זאגן צו ר' יוסף איז געווען דער זיידע זייערער.

אלענפאלס, ס'איז א שטארקע הוספה צו האבן עפעס א באגריף איבער פון וועמען מיר האנדלן דא. א דאנק
לחיים ולברכה!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 5:35 pm

א יונגערמאן (ר' יד"ל) אין ווימבס"ג פירט אן א ביהמ"ד מיטו נאמען 'תפארת יוסף דשאללע', אולי האט דאס שיכות?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט