בלאט 1 פון 1
רבי דוד טעבלי הכהן שיף זצ"ל אב"ד לונדון - כ"ג כסלו תקנ"ב
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 8:52 am
דורך יציב פתגם
היינט ווערט אפגעצייכנט 223 יאר פון דער פטירה פון האדם הגדול בענקים הגאון המפורסם צדיק וקדוש רבי דוד טעבלי כ"ץ שיף זצוק"ל, וואס איז געווען דער רב ואב"ד בעיר הבירה לאנדאן פון שנת תקכ"ו ביז צו זיין פטירה מאנטאג צופרי כ"ג לחודש כסלו תקנ"ב שנת "זכר חכם לברכה" לפ"ק, און ער איז געקומען לקבורה צומארגענס דינסטאג מיטאג כ"ד כסלו ערב חנוכה אינעם אור אלטן ביה"ח Alderney Road Jewish Cemetery אין מייל-ענד, איסט-ענד געגענט פון לאנדאן (ארום 20 מינוט פון סטעמפארד-היל).
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 8:55 am
דורך יציב פתגם
זיין ספר "לשון זהב" דפוס אפענבאך תקפ"ב
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 8:56 am
דורך יציב פתגם
תולדותיו של אותו צדיק בגליון עלים לתרופה
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 9:06 am
דורך יציב פתגם
במשך די יארן איז די מצבה פון הגאון רבי דוד טעבלי שיף זצ"ל געווארן זייער אפגעריבן און פארדעקט. בשנת תשל"ח זענען אידן געגאנגען צום ציון וואו עס האט זיך געפונען בלויז א קליינע שטיין מיטן אויפשריפט אויף ענגליש Rav. David Schiff. אין יאר תשמ"א האבן זיך עטליכע עסקנים אריינגעווארפן אינעם ענין, און מיט דער הילף פון עטליכע גוטהארציגע נדיבים צוריקגעשטעלט א מצבה לויט א העתקה וואס איז נאכגעשריבן געווארן מיט ארום 80 יאר פריער, מיט עטליכע הוספות והשלמות:
פ"נ
חמדה גנוזה מזה בן מזה
אדונינו מורינו המאור הגאון הגדול המפורסם
מושלם במעלות ומדות טובות
נר ישראל פטיש החזק עמוד הימיני
מוהר"ר דוד טעבלי הכהן זצוקלה"ה
בן המנוח הרבני מו"ה זלמן שיף כ"ץ זצ"ל
תלמיד הרה"ג בעמ"ח שב יעקב ז"ל
והרה"ג בעמ"ח פני יהושע ז"ל
מילידי ודיינא דק"ק פפד"מ
הגה תמיד בתורת ה'
והיה בקי בחדרי תורה
וידע ששה סדרי משנה בעל פה
ועל ברכיו נתגדלו תלמידים מאורי עולם
לשם האמת הוציא משפט ועשה כתורה
ונבחר פה קהילתינו לרב ומורה
ורבץ תחת משא הרבנות עשרים ושבע שנים
בחנינה יתירה
צופה היה להוליך במישור לעמי הארץ
ומוכיחם בפצעי אוהב
לקרובים ורחוקים היה ליועץ
דרש ד"ת בביהמ"ד ותורת אמת היתה בפיהו
במתק לשון זהב
ותשובת הגאון בעל נודע ביהודה ז"ל
אליו יעידון על מעשיו הנעימים
שבק לן חיים ביום ב' כ"ג כסלו
ונקבר בכ"ד בו שנת תקנ"ב לפ"ק
ת'נ'צ'ב'ה'
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 9:11 am
דורך יציב פתגם
.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 9:12 am
דורך יציב פתגם
.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 9:13 am
דורך יציב פתגם
מצבת זכרון ליד הכניסה לבית החיים העתיק
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 12:29 pm
דורך יציב פתגם
די טיר און א חלק פון די גדר ארום די אלטע ביה"ח
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 3:57 pm
דורך שיף
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 4:07 pm
דורך SPUSMN
יציב פתגם האט געשריבן:זיין ספר "לשון זהב" דפוס אפענבאך תקפ"ב
דער רבי גבריאל בן רבי מרדכי הכהן אדלער וואס האט געדרוקט דער ספר "לשון זהב", געדענק אין אז זיי זענען געווען משפחה מיט הגאון רבי נתן אדלער דער רבי פון חתם סופר, און אויך משפחה מיט דער "נתינה לגר" הג"ר נתן אדלער אבד"ק לאנדאן.