בלאט 1 פון 2

רבי מרדכי יוסף משה מאסקאוויטש מסוליצא זצ"ל - י"א סיון תרפ"ט

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 12:15 pm
דורך יציב פתגם
דא viewtopic.php?p=875945#p875945 האט ידידינו הרב מיוראפ ארויפגעלייגט א בילד פון א אוהל מיט אויסגעלאשענע ליכטלעך.

לעצטענס האב איך באגעגענט מיט נאך עטליכע בילדער פון די זעלבע אוהל, וואס צייגט קלאר אז דאס איז די אוהל פון הרה"ק רבי מרדכי יוסף משה מאסקאוויטש זי"ע אדמו"ר מסוליצא, א זין פון הרה"ק רבי יואל משאץ זי"ע (חתן הרה"ק רבי מאיר'ל מפרימישלאן זי"ע), און פאטער פון הרה"ק רבי שלום מאסקאוויטש משאץ-לאנדאן זי"ע.

לויט מיין בליק אויף די בילדער, איז די מצבות אינעם אוהל אויסגעשטעלט פון רעכטס צו לינקס:

• הרבנית באבא שינדל ע"ה בת הרה"ק רבי מרדכי יוסף משה מסוליצא זי"ע.
• פלוני (אויף די מצבה שטייט עפעס 'אברהם').
• פלוני (מעגליך איז דאס פון די רעביצין פון הרה"ק מסוליצא זי"ע, ווייל מ'זעהט א מנורה אויסגעקריצט אויבן).
• הרה"ק רבי מרדכי יוסף משה מסוליצא זי"ע.
• און ווייטער ביי די זייט זעהט מען 2 מצבות פון: החסיד בנש"ק ר' שמאי ב"ר משלם זלמן פרנקיל ז"ל און פון א פרוי (מעגליך איז דאס פון ר' שמאי'ס ווייב).

--------------------

די שאלה איז: אין וועלכע ביה"ח געפינט זיך דאס אוהל, און צי די אוהל/מצבות שטייען נאך היינט צוטאגס? [איין זאך איז זיכער - לויט די בילדער - אז די אוהל איז געבליבן גאנץ אויך נאך די קריג, ווייל מ'זעהט דארט מצבות פון שפעטעריגע דאטום'ס].

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 12:22 pm
דורך יציב פתגם
די מצבה פון הרה"ק רבי מרדכי יוסף משה מסוליצא זי"ע

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 12:23 pm
דורך יציב פתגם
די מצבה פון הרבנית באבא שינדל ע"ה בת הרה"ק רבי מרדכי יוסף משה מסוליצא זי"ע

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 12:24 pm
דורך יציב פתגם
די אוהל (דורכ'ן טיר קען מען באמערקן די מצבה פון הרה"ק מסוליצא זי"ע)

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 4:05 pm
דורך מיילעך
ר' מרדכי יוסף משה גר בסוף ימיו בבאטאשאן-ראמעניא ושם מנו"כ.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 4:07 pm
דורך מיילעך
די טאכטער באבא שינדל דאס איז אשת ר' זיידל שמעלנער מבאטאשאן-ארה"ב.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 4:09 pm
דורך יציב פתגם
מיילעך האט געשריבן:ר' מרדכי יוסף משה גר בסוף ימיו בבאטאשאן-ראמעניא ושם מנו"כ.

די אוהל/מצבות שטייען נאך היינט צוטאגס?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 14, 2017 2:24 pm
דורך יציב פתגם
תעודת צורבא מרבנן שקיבל הבחור יעקב בן רבי שלום מאסקאוויטש זצ"ל משאץ-לונדון, תלמיד ישיבת חכמי לובלין

39144.JPG

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:58 pm
דורך ברוז
יציב פתגם האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:ר' מרדכי יוסף משה גר בסוף ימיו בבאטאשאן-ראמעניא ושם מנו"כ.

די אוהל/מצבות שטייען נאך היינט צוטאגס?

יא.
קען איינער ארויף לייגען אבילד פון הרה"ק מסוליצא ?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 3:52 am
דורך ברוז
מי ידע לכתוב שמות כל בניו וחתניו של הרה"ק מוהרמי"ם מסוליצא?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 10:18 am
דורך הסרפד
ברוז האט געשריבן:מי ידע לכתוב שמות כל בניו וחתניו של הרה"ק מוהרמי"ם מסוליצא?

אין א שטעפאנעשטע גליון (דער לינק געלאנגט נישט) ווערן אויס גערעכנט אזוי - נישט אויפ'ן סדר, כמדומה [מיט מיינע הוספות פון זכרון]:
א. בנו המפורסם ר' שלום מלאנדאן (חתן דודו ר' מאיר משאץ)
ב. ר' חיים יואל מסאמבור הי"ד חתן ר' יהודה צבי יאלעס [כצ"ל, נישט וואלעס] מסאמבור [כידוע זענען די שאצער אייניקליך צו איהם מיחס דעם געדאנק פון דעם 'דף היומי' וואס ידידו הרה"ג ר' מאיר שפירא האט געגרונדעט]
ג. ר' יחיאל מיכל מהאראדענקא הי"ד חתן ר' חיים לייפער מסטאניסלב
ד. מ' איידל אשת ר' חנוך העניך דוב זילבערפארב מקוידנוב
ה. מ' לאה רעכיל אשת ר' יעקב ישראל וישורון רובין מסאסרעגען אב"ד סוליציא [בזווגו הראשון - נאר די רעביצין פון ר' נחמן כהנא מספינקא איז געבוירן פון דעם זיווג]
ו. מ' מלכה אשת ר' אביש קאנער מטשחויב
ז. מ' באבא שיינדל אשת ר' זיידא מאיר שמעלנער [שוין באשריבן ערגעץ דא]
[ח. מ' ? הי"ד אשת ר' צבי אריה לאנדא מאליק הי"ד]
ועוד כמה ילדים

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 10:38 am
דורך חמרא טבא
ברוז האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:ר' מרדכי יוסף משה גר בסוף ימיו בבאטאשאן-ראמעניא ושם מנו"כ.

די אוהל/מצבות שטייען נאך היינט צוטאגס?

יא.
קען איינער ארויף לייגען אבילד פון הרה"ק מסוליצא ?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 12:48 pm
דורך ברוז
.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 12:49 pm
דורך ברוז
מי בתמונה?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 3:12 pm
דורך חמרא טבא
הרב מסוליצא

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 2:35 am
דורך ברוז
חמרא טבא האט געשריבן:הרב מסוליצא

ידעתי.
אולם מי המה לצידו?
מצד ימינו הוא רבי יעקב מאסקאוויץ בן אחיו רבי מאיר משאץ.
ומי הנותרים?
והיכן צולמה התמונה?

געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2019 2:14 am
דורך ברוז

געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2019 9:42 am
דורך דממה דקה
404 error

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 4:23 am
דורך ברוז
בגליונות באר בשדה שטפנשט לפרשיות נשא בהעלותך (בארה"ק) יש חומר יפה על הרה"ק זצ"ל.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 1:33 am
דורך ברוז
מיילעך האט געשריבן:די טאכטער באבא שינדל דאס איז אשת ר' זיידל שמעלנער מבאטאשאן-ארה"ב.

יש היודע היכן מקום מנוחתו של רבי זיידא מאיר?
ומהו שם אביו?

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 9:29 am
דורך נחוניא
ברוז האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:די טאכטער באבא שינדל דאס איז אשת ר' זיידל שמעלנער מבאטאשאן-ארה"ב.

יש היודע היכן מקום מנוחתו של רבי זיידא מאיר?
ומהו שם אביו?

ער ליגט אין מאנטיפיורי סעמעטערי
http://montefiorecemetery.org/interment/?id=5478836

ווי עס שטייט דא איז ער געווען א זון פון רבי אהרן שמעלנער
https://www.geni.com/people/Rabbi-Zeida ... 3601652821

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:33 am
דורך ברוז
אין די גליון באר בשדה - שטפנשט די וואך (כי תשא תש"פ) האבן זיי באשריבן גאר שיין דעם הרב שמעלנער זצ"ל.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:59 am
דורך יערסלוב
ברוז האט געשריבן:אין די גליון באר בשדה - שטפנשט די וואך (כי תשא תש"פ) האבן זיי באשריבן גאר שיין דעם הרב שמעלנער זצ"ל.


http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20200314&gil=2114

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 4:38 pm
דורך הסרפד
יערסלוב האט געשריבן:
ברוז האט געשריבן:אין די גליון באר בשדה - שטפנשט די וואך (כי תשא תש"פ) האבן זיי באשריבן גאר שיין דעם הרב שמעלנער זצ"ל.


http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20200314&gil=2114

ער האט אבער יא אייניקליך, נישט כמחשבת הכותב, אבער 'אשר יגורנו בא' איז נאך אלץ אמת...

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 5:43 pm
דורך ברוז
הסרפד האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:
ברוז האט געשריבן:אין די גליון באר בשדה - שטפנשט די וואך (כי תשא תש"פ) האבן זיי באשריבן גאר שיין דעם הרב שמעלנער זצ"ל.


http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20200314&gil=2114

ער האט אבער יא אייניקליך, נישט כמחשבת הכותב, אבער 'אשר יגורנו בא' איז נאך אלץ אמת...

ווער זענען זיי?