בלאט 1 פון 1

רבי חיים מאיר הכהן טרויב זצ"ל רב בסיגוט - י"ג כסלו תר"ב

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 10:47 pm
דורך יציב פתגם
לאור גילוי מצבת הגאון הצדיק רבי חיים מאיר הכהן טרויב זצ"ל בביה"ח בעיר סיגוט ע"י ידידינו הרב מיוראפ שליט"א ולפי בקשת מאורינו הרב מיללער מסקרענטאן שליט"א - אנסה בס"ד להביא כאן ממה שעלה במצודתי אודותיו.

ראשית כל אעתוק הנוסח המלא החרות על מצבתו (כפי הניתן לקרוא בתמונה שלפנינו):

כבוד הרב המופלג
בתורה זקן ושבע ימי'
נחמד לבריות מו"ה
חיים מאיר כ"ץ זל"ה
בן התו' מו"ה אברהם
כ"ץ הלך למנוחות י"ג
כסלו שנת מספר ....

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 10:50 pm
דורך יציב פתגם
אגב, בספר 'זכרון לראשונים', תולדות רבני סיגעט, להג"ר יקותיאל יהודה גרינוואלד ז"ל (סאטמאר תרס"ט, עמ' 9; ושוב בספרו 'מצבת קודש', ניו יורק תשי"ב, עמ' 17; ומשם ב'מספרות ישראל באונגאריה', ירושלים תשי"ח, עמ' 87) נשתנה הנוסח במקצת:

כבוד הרב המופלג בתורה
זקן ושבע ימים מתמיד בתורה
מו"ה חיים מאיר הכהן
ב"ר אברהם ז"ל
נפטר ונספד בי"ג כסליו
הרב חיים מאיר כהנא
לפ"ק
ת.נ.צ.ב.ה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 11:11 pm
דורך יציב פתגם
רבי חיים מאיר כ"ץ-טרויב זצ"ל, "גאון מפואר, וחסיד מפורסם" ('מליצי אש', י"ג כסלו), נולד בעיר דעלאטין שבמדינת גאליציה (ליד הגבול ההונגרי), בשנת תק"ך לערך, לאביו הרבני התורני ר' אברהם הכהן ז"ל, "ושקד בילדותו על התורה בהתמדה נפלאה, עד ששמעו הטוב נשמע בבית הרב ר' מרדכי שטערין בסעלישט, ונתן לו את בתו לאשה" ('זכרון לראשונים', תולדות רבני סיגעט, סאטמאר תרס"ט, עמ' 7-8).

לאחר שמילא כריסו בש"ס ופוסקים, נבחר בשנת תקנ"ד, בהשפעת חותנו הגביר, לדיין ומורה הוראה בעיר סיגוט והגליל מאראמאראש, בשכר של מאה זהובים לשנה. אז גרו בסיגוט שלשים ושבע משפחות מבני ישראל ('מצבת קודש', ניו יורק תשי"ב, עמ' 17).

לאחר פטירת אשת נעוריו בשנת תק"ס, עזב רבי חיים מאיר את סיגוט ושב לעיר מולדתו דעלאטין, שם נשא אשה אחרת וגם היא מתה באבה. על מקומו בסיגוט עלה בשנת תקס"ב הגה"ק רבי יהודה כהנא העליר זי"ע בעל ה'קונטרס הספיקות'.

באחרית ימיו בילה רבי חיים מאיר שוב בסיגוט ללא תפקיד רשמי, אף כי הורה לשואליו, ונשא שם אשה שלישית והיה לו ממנה בנים ובנות, "והוא האריך ימים מכל בניו, ומת זקן ושבע ימים" ('זכרון לראשונים', שם) ביום י"ג לחודש כסלו שנת תר"ב, "ונקבר בו ביום בבכי רב ומספד מבני העיר".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 8:36 am
דורך צושויער
אין דעם אשכול רעדט מען אביסל פון אים און פון זיין אייניקל הנקרא על שמו.

ישלהוסיף האט געשריבן:
יחי אדוננו האט געשריבן:אין דעעש פארן קריג איז געווען די דיין הגה"ק ר' מנחם ישכר שאנצער זצ"ל הי"ד ווי מען האט אים גערופען בעריש'ל דיין ער איז געווען די שווער פון הגה"ק ר' אלעזר ארי' הלוי יונגרייז זצ"ל מטשענגער


רבי מנחם ישכר בער שאנצער חתן רבי חיים מאיר טרויב מדעש חתן רבי יצחק ווירצבערגער דומ"ץ דעעש

בעריש דיין איז אויך געוועהן צוויי מאהל א מחותן מיט הנגיד רבי שלמה זלמן הכהן סאנדער המכונה זלמן גבאי מצאנז שינאווא
א) בתו פייגא אשת ר' שלמה זלמן ב"ר נח ב"ר זלמן גבאי
בניו:ר' נח, ר' יצחק, ר' חיים מאיר דרים בווילימסבורג

ב) בתו... אשת ר' שלמה זלמן ב"ר שמחה נתן ב"ר זלמן גבאי
נהרגו עקד"ה


ביקסאד האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
יחי אדוננו האט געשריבן:אין דעעש פארן קריג איז געווען די דיין הגה"ק ר' מנחם ישכר שאנצער זצ"ל הי"ד ווי מען האט אים גערופען בעריש'ל דיין ער איז געווען די שווער פון הגה"ק ר' אלעזר ארי' הלוי יונגרייז זצ"ל מטשענגער


רבי מנחם ישכר בער שאנצער חתן רבי חיים מאיר טרויב מדעש חתן רבי יצחק ווירצבערגער דומ"ץ דעעש

בעריש דיין איז אויך געוועהן צוויי מאהל א מחותן מיט הנגיד רבי שלמה זלמן הכהן סאנדער המכונה זלמן גבאי מצאנז שינאווא
א) בתו פייגא אשת ר' שלמה זלמן ב"ר נח ב"ר זלמן גבאי
בניו:ר' נח, ר' יצחק, ר' חיים מאיר דרים בווילימסבורג

ב) בתו... אשת ר' שלמה זלמן ב"ר שמחה נתן ב"ר זלמן גבאי
נהרגו עקד"ה

איהר ווייסט אפשר עפעס איבער די יחוס פון רבי חיים מאיר טרויב ?


יוראפ האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:איהר ווייסט אפשר עפעס איבער די יחוס פון רבי חיים מאיר טרויב ?

העל איך מעתיק זיין פון ספר 'די שיינע פארגאנגענהייט פון מארמאראש', וואס רעדט איבער אים און איבער ר' יצחק ווירצבערגער און ר' בעריש'ל דיין (אפאר פרטים ווערט שוין דערמאנט דא אין די פריערדיגע תגובות)

אין אויבער-ווישעווא זעלבסט, איז אויפגעוואקסן א תלמיד חכם, הג"ר יצחק ווירצבערגער זצ"ל. ר' יצחק, איז געווען א זון פון הרב אליעזר ווירצבערגער ע"ה, וואס איז געווען דער שוחט פון אויבער-ווישעווא. ר' יצחק, איז געווען א תלמיד מובהק פון הג"ר שמעלקא קליין זצ"ל אב"ד סעליש.
אין יאר תרכ"א, האט ר' יצחק חתונה געהאט אויף ווישעווא, וואו ער האט געוואוינט צען יאר.
אין תר"ל האט ר' יצחק זיך באזעצט, אין א דערפל נעבן דעעש, ווי זיין ווייב האט געהאט א שטיקל קרעטשמע. ר' יצחק האט זיך ווייניג געקומערט מיטטן געשעפט, נאר זיך פארנומען מיט תורה ועבודת הבורא.
ר' יצחק פלעגט אפט פארן אויף צאנז, צום הייליגן "דברי חיים" זי"ע, געווענטליך פלעגט ער פארן צוזאמען מיטן דעעשער רבי, הגה"ק ר' מענדל פאנעטה זצ"ל.
ר' יצחק איז געווען אין דעעש באליבט אויף יעדן, דעריבער האט מען אים גערופן בלשון חיבה ר' יצחק'ל דיין. ר' יצחק'ל איז געווען דיין אין דעעש, אין די צייט פון הגה"צ בעל מעגלי צדק, ובנו הגה"צ ר' משה, ונכדו הגה"צ בעל כנסת יחזקאל זי"ע. ר' יצחק איז געווען אן איידעם בזוו"ר ביי הרבני מו"ה שמשון ז"ל מקאזדאווארע. ר' יצחק איז געווען א תלמיד פון הג"ר מאיר א"ש זצ"ל אב"ד אונגוואר, און פון הג"ר שמואל שמעלקא קליין זצ"ל אב"ד סעליש. ער פלעגט אפט פארן צו די צדיקים בעל "הדברי חיים" און הגה"צ ר' יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע.
הרבני הישיש ר' משה גרין ע"ה פון דעעש-וויליאמסבורג האט דערציילט, אז ר' יצחק'ל דיין איז געווען א הארציגער בעל תפלה. און ער געדענקט ווי דער "כנסת יחזקאל" זצ"ל, איז שמיני עצרת נאכן אפדאווענען איןדי גרויסע שוהל, געגאנגען הערן די "תפלת גשם" פון ר' יצחק'ל דיין זצ"ל, און הערענדיג דאס ווארימע דאווענען, האט דער "כנסת יחזקאל" געלאזט טרערן פון גרויס התרגשות. אויך האט איבערגעגעבן ר' משה ע"ה, אז דעם צווייטן טאג סוכות, פלעגט דער דעעשער רבי זצ"ל באזוכן ר' יצחק'ל דיין אין זיין סוכה, לכבוד זיין אושפיזא.
דער טעמעשווארער רבי פון ב"פ, הגה"צ ר' משה ארי' לעוו זצ"ל, האט דערציילט: אז יונגערהייט האט ער געלערנט אין דעעש, און ער האט דארט געהערט פון זקנים אז דער "מעגלי צדק" זצ"ל האט געזאגט אויף ר' יצחק'ל דיין, אויף דעם פלאץ וואו ר' יצחק'ל דיין שטייט ביים דאווענען, "קאכט די ערד" פון גרויס עבודה.
ר' יעקב שמואל קאהן פון בארא פארק דערציילט: אז ר' יצחק'ל דיין איז איינמאל איינגעשלאפן זיצענדיג ביי די גמרא. דרימלענדיג, האט זיך ר' יצחק'ל גע'חלומ'ט ווי ער זעהט א גוי שטייט אנטקעגן אים מיט א שווערד אים צו הרג'ענען. ר' יצחק'ל האט זיך פון שרעק תיכף אויפגעכאפט, און טאקע דערזען א גוי שטיין. דער גוי, זעענדיג אז ר' יצחק'ל האט זיך אויפגעכאפט איז זאפארט אנטלאפן.
ר' יצחק'ל דיין ווערט דערמאנט אין שו"ת מאור יהושע סי' ס"ד-ס"ה.

ר' יצחק'ל האט געהאט א טאכטער מרת יוטא פערל ע"ה, וואס האט חתונה געהאט צו הרבני מוה"ר חיים מאיר הכהן טרויב ז"ל (וואס איז געווען א אייניקל פון הג"ר חיים מאיר כהנא זצ"ל אב"ד סיגעט-שפעטער דערמאנט). ר' חיים מאיר טרויב ע"ה איז געווען א תלמיד חכם עצום, ער האט געקענט גאנץ ש"ס בע"פ.

ר' חיים מאיר האט געהאט א איידעם, הג"ר מנחם יששכר (דוב) שאנצער זצ"ל הי"ד. ר' מנחם ישכר (דוב) איז געווארן דיין אין דעעש, נאכן פטירה פון זיידן ר' יצחק זצ"ל, ווען ער איז געווען אלט בלויז 25 יאר. מען האט אים גערופן בלשון חיבה, ר' בעריש'ל דיין. ער האט געהאט התרת הוראה פון דעם נאסעד'ער רב זצ"ל בעמח"ס שו"ת מאור יהושע, דער נאסעד'ער רב האט זעלטן ווען געגעבן התרת הוראה, אז ר' בעריש'ל האט ביי אים באקומען, האט דאס געמוזט זיין א גרויסע זאך. ר' בעריש'ל ווערט דערמאנט אין שו"ת מאור יהושע סימן י"ג, און אין ספר מקוה ישראל דף קפ"ה. פון ר' בעריש'ל דיין זצ"ל הי"ד זענען געבליבן לעבן צוויי טעכטער, איינע איז געווען די רעביצין פון הגה"צ ר' אלעזר ארי' הלוי יונגרייז זצ"ל אב"ד טשענגער, און די צווייט איז די פרוי פון הרה"ח מוה"ר שלמה זלמן הכהן סאנדער נ"י פון פתח תקוה.

אין יאר תרמ"ה האט די דעעשער קהלה אויפגענומען ר' יצחק'ן פאר דיין ומורה צדק אין דעעש.
ר' יצחק איז נפטר געווארן אין דעעש כ"ח שבט תרפ"ב, זייענדיג אלט ניין און אכציג יאר.
אויף זיין מצבה איז אויסגעקריצט צווישן דח איבעריגע שבחים, "הרב הצדיק הישיש חסיד ועניו תמים במעשיו... מורה צדק לךעדתינו... קרוב לארבעים שנה הורה צדק לעדתינו..."



אין יאר תקנ"ד איז געווארן רב אין סיגעט הג"ר חיים מאיר הכהן טרויב ב"ר אברהם פון דילאטין (ר' חיים מאיר איז געווען א איידעם ביי הגביר הנכבד ר' מרדכי שטערן פון סלישט). דעמאלטס האט געוואוינט אין סיגעט 37 אידישע משפחות. די קהלה האט זיך מתחייב געווען צו צאלן 100 זהובים פאר א יאר געהאלט. אין יאר תר"? איז ער צוריקגעפארן אויף דילאטין, ער איז נפטר געווארן י"ג כסליו תר"ב.
די נוסח פון זיין מצבה אין סיגעט: כבוד הרב המופלג בתורה, זקן ושבע ימים, מתמיד בתורה, מו"ה חיים מאיר הכהן ב"ר אברהם ז"ל, נפטר ונספד בי"ג כסלו "הרב חיים מאיר כהנא" לפ"ק ת.נ.צ.ב.ה
.


ביקסאד האט געשריבן:ייש"כ מרובה אויף די העתקה להנאת חברינו למען יעמוד ימים רבים.

איהר האט אבער נאך אלס נישט פאר-ענטפערט מיין פראגע.
יאך זוך נישט די יחוס פון זיין שווער, די יחוס בן אחר בן לרבי חיים מאיר כהנא קאן יאך אויך,
(במאמר המוסגר, עס איז מוטל בספק צו זיינע קינדער זענען אויך אייניקלעך פון משפחת שטערן - רבי הירש מ'טשארטקאוו)

יאך זוך מער פארלעסליכע אינפארמאציע אויף די זיידעס פון רבי חיים מאיר טרויב
[אויף זיינע עלטערן ר' ישראל וזו' זלאטא האב יעך שוין אין מיין באזיץ]
דהיינו ר' [שלמה] שמעיה הכהן און ר' [אשר] זעליג גרין פון סיגעט
.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 8:45 am
דורך צושויער
מתוך רשימת משפחת שטיינמעטץ, האבן זיי שייכות?
ר' יחיאל מיכל שטיינמעץ (#32) נולד בתחילת שנת תקצ"ט , היה "מפורסם בחסידיו" . ד' כסלו תרט"ז 11/14/1855, כשהיה בן י"ז נשא אשתו מרת בלימ[ה]א .ממשפחת טרויב והיא היתה בת ט"ו חסר חודש בעת החתונה .
רשם בדף החלק של ספר אהבת שלום כל יום החתונות ויום הולדת שלו ושל בניו ונכדיו עד ערב פסח תרנ"ה ובדף שני התחיל לרשום פטירות משפחתו, בנו ר' אברהם המשיך אחריו לרשום פטירות משפחתו.
עלה לארה"ק ]לכאורה אחר פטירת אשתו בשנת תרנ"ו[ וגר בירושלים. נפ' שם כ"ה אדר א' תרע"ו , ע"ז שנים ואיזו חדשים , נק' בהר הזיתים חלקת קאסוב

נוסח מצותו:
קוני
שקנותי בחיים
יחיא-ל מיכל בר
שלמה נ' כ"ה אדר א'
תרע"ו

אשתו בלימא (#33) בת ר' שלמה שמעיה ממשפחת טרויב [Tropp] [עיין לקמן על משפחת הכהנים טריוב] נולדה [ד' או כ"א?] טבת תר"א ,ונפטרה מוצש"ק פ' וישב כ"א כסלו תרנ"ו, נ"ה שנים חסר חודש ,2/9/1895 , בFalnslatina

בניהם:
1) ר' חיים מאיר (ע"ש זקנו חיים מאיר טרויב), נולד חצי חודש אלול תרכ"ו , ונפ' כ"ב אדר תרס"ג
2) ר' אברהם (ע"ש זקנו אברהם וויזל)

בנותיהם:
1) מרס בתיה אלטע נולדה ביום הכיפורים תרכ"ב , ונפ' ביום א' ט' אייר תרס"ה
2) מרס יוטא נולדה ביום א' חוה"מ סוכות תרכ"ה , ונפ' ערש"ק פר' דברים ה' אב תרנ"ה
3) מרס חנה רעכל (ע"ש רעכל בת אברהם וויזל) אשת ר' יעקב פרידמאן מסיגעט, נולדה י"ט תמוז תרל"ה , ונפטרה שניהם מ"ב לספירת העומר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 9:04 am
דורך צושויער
ר' שמואל ב"ר חיים מאיר טרויב נפטר כ"ד אלול תרע"ד מנו"כ בטעטש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 9:11 am
דורך צושויער
במפקד המדינה בשנת תקנ"ה נרשם בסיגוט עם אשה ב בנים וג בנות

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 4:52 pm
דורך יוראפ
ביקסאד האט געשריבן:יאך זוך מער פארלעסליכע אינפארמאציע אויף די זיידעס פון רבי חיים מאיר טרויב
[אויף זיינע עלטערן ר' ישראל וזו' זלאטא האב יעך שוין אין מיין באזיץ]
דהיינו ר' [שלמה] שמעיה הכהן און ר' [אשר] זעליג גרין פון סיגעט
.


ר' ישראל טרויב [הוא וזוגתו מנו"כ בפאליאן ריסקעווע]
ב"ר שלמה שמעיהו [הוא (וכנראה גם אמו) וזוגתו מנו"כ בפאליאן ריסקעווע]
ב"ר יעקב
ב"ר חיים מאיר

בילד
ב"ר אברהם

~~~~~~~~~

ר' ישראל טרויב הנ"ל - זוגתו זלאטא ב"ר אשר זעליג גרין

בילד

ב"ר גרשון מאיר

בילד

ב"ר חיים

נאך אייניקלעך פון רח"מ טרויב

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 7:55 am
דורך יקים
ר' ישראל טרויב הנ"ל (פון פאליען ריסקעווע) האט געהאט א טאכטער מרת סילקא זוג' ר' אברהםם זאב פויגל
ביתה מרת בתיה זוג' ר' משה שטיינמעטץ.
ביתה (של מ' בתיה) מרת רבקה מרים זוג' ר' פנחס שעכטער פון ב"ב