רבני העיר "סטראפקוב" לדורותיהם

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

רבני העיר "סטראפקוב" לדורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

כידוע איז דער ייטב לב איז געווארען ארויפגענומען אלץ רב אין סטראפקוב בערך שנת תקצ"ג-ד,
על כן נפשי בשאלתי ווער זענען געוועהן די רבני העיר סטראפקוב במשך די יארן פון שנת תק"ן ביז צום ייטב לב?
ווי קען מען דאס נאך זוכען.
ייש"כ למפרע
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ישלהוסיף האט געשריבן:כאמור לעיל אז דער ייטב לב איז געווארען ארויפגענומען אלץ רב אין סטראפקוב בערך שנת תקצ"ג-ד,
על כן נפשי בשאלתי ווער זענען געוועהן די רבני העיר סטראפקוב במשך די יארן פון שנת תק"ן ביז צום ייטב לב?
ווי קען מען דאס נאך זוכען.
ייש"כ למפרע

Capture.GIF

וויקי בלתי מוגה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

רבי משה שאהנפעד איז געוועהן דער ערשטע רב אין סטראפקוב ביז שנת תקצ"ד, וואס דאן איז ער אריבער קיין ווראנוב, האט דעמאלס דער ייטב לב איבער גענומען די רבנות אין סטראפקוב.

מער פרטים איבער רבי משה שאהנפעלד און ווען איז ער געווארען אויף גענומען לכהן בנזר הרבנות דעיר סטראפקוב?
איז דאס זיכער אז רבי משה שאהנפעלד איז געוועהן דער ערשטע רב אין סטראפקוב אדער איז געוועהן איינער דארט פאר איהם.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אידן האבען ערשט באקומען רשות המלכות זיך צו באזעצען אין סטראפקוב, סלאוואקיע בשנת תקס"א לפ"ק, נאך א לאנגע אפשניט פון דער גירוש. פאר לאנגע יארן האט פיגערירט בלויז א שוחט, ביז רבי משה שאהנפעלד איז געווארען אויף גענומען אלץ דער ערשטע רב אין סטראפקוב.

רבי משה שאהנפעלד - אליבא דר' אברהם וויינטשיין איז ער אוועק פון סטראפקוב בערך בשנת תקפ"א, איבער צו נעמען דאס רבנות אין ווראניב, ער נפטר געווארען בשנת תקפ"ו לפ"ק ומנו"כ אין ווראנוב

רבי יקותיאל יהודה טייטעלבוים בעל ייטב לב - איז געווארען רב אין סטראפקוב בשנת תקצ"ג, ביז צום פטירה פון רבי משה טייטעלבוים בעל ישמח משה, דאן האט ער איבערגענומען דאס אוהעלי רבנות.

רבי חיים יוסף גאטליעב - המכונה "סטראפקוב'ער רב", איז געווארען רב אין סטראפקוב בהסכמת הרה"ק רבי חיים האלבערשטאם מצאנז.

רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם, בעל דברי יחזקאל - נאכען פטירה פון רבי חיים יוסף גאטליעב האט ער איבער גענומען דאס נזר הרבנות בק"ק סטראפקוב.

רבי משה יוסף טייטעלבוים - א זוהן פון בעל ייטב לב מסיגוט, איז געווארען אויף גענומען אלץ סטראפקוב'ער רב בערך בשנת תרמ"א, ווען דער דברי יחזקאל האט איבערגעלאזט סטראפקוב און געגאנגען קיין שינאווע.

רבי יצחק הערש אמסעל - מנו"כ באוהל בביה"ח דעיר בסטראפקוב

רבי אברהם שלום האלבערשטאם - בשנת תרנ"ח איז ער געקרוינט געווארען אלץ 'סטראפקוב'ער רב', ער איז געוועהן רב אין סטראפקוב פאר בערך פערציג יאר.

רבי מנחם מענדל האלבערשטאם - ווען זיין טאטע האט פארלאזט סטראפקוב און זיך באזעצט אין קאשוי, האט ער איבערגענומען דאס סטראפקוב'ער רבנות. נאך דער קריג האט ער פריש געגרינדערט דער סטראפקוב שוהל. נפטר ו' אייר ומנו"כ בירושלים.

(קרעדיט: קיקיון)
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ישלהוסיף האט געשריבן:רבי אברהם שלום האלבערשטאם - בשנת תרנ"ח איז ער געקרוינט געווארען אלץ 'סטראפקוב'ער רב', ער איז געוועהן רב אין סטראפקוב פאר בערך פערציג יאר.

האט ער פארדעם אויך געוואוינט אין סטראפקוב? אדער אום תרנ״ח האט ער זיך אהינגעצויגן צו ווערן רב?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
נאות דשא
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 22, 2017 10:26 pm

הרב מרדכי יצחק ווייסבערג זצ״ל דיין ומו״ץ בעיר סטראפקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאות דשא »

מען קען צולייגען הרב מרדכי יצחק ווייסבערג זצ״ל דיין ומו״ץ בעיר סטראפקוב.
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

Re: רבני העיר "סטראפקוב" לדורותיהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

ערגעץ וואו האב איך געזעהן אן עד אז מען ארבעט אויף א ספר פון הרבנים מסטראפקוב, ווער עס האט מער אינפארמאציע ביטע אהערברענגן, יישר כוח.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”