בלאט 1 פון 1
רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 06, 2014 10:43 pm
דורך יציב פתגם
פון די פאפולער גליון "דער אוצר" (ימי הסליחות תשע"ד) מפי הרב צבי ארי' פרידמאן שי' ממאנסי
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 11:57 pm
דורך להודיע
זייער אינטערסאנט
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 11:07 am
דורך ללמוד וללמד
די יאר צייט פון הייליגער גאלאנטער רב זי״ע הי״ד געפאלט דעם שב״ק.
איז זוך זיין ניגון אויף אז ביום השביעי. איך קען נאר א חלק און וואלט געוואלט קענען אלע פעלער
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 11:58 am
דורך יענער פויגעל
די יום לחודש פונעם יארצייט איז כ״ו סיון
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 12:15 pm
דורך יענער פויגעל
נאך א מעשה פונעם גאלאנטער רב דערציילט דורך ירושלים רב זאל זיין געזונט (געהערט פערזענליך פונעם ירושלימער רב)
ווי באוויסט איז אין גאלאנטא געווען צוויי ארטאדאקסישע קהילות אנערקענט מטעם די רעגירונג אין די רב פון די אנדערע קהילה איז געווען רבי בנימין זיידל (ירושלימער רב איז אן אייניקעל פון רבי בנימין זיידל) אין סאיז געווען אלע יארען א מחלוקת צווישען די צוויי קהילות. ווען הרה״ק רבי יהושע בוקסבוים איז געווארען רב איז אמאל אויסגעקומען אז די צוויי האבען זיך צוזאמגעטראפען ביי א לויה אין רבי יהושע איז צוגעגאנגען כאפען א שמועס מיט די אנדערע רב (די ראה״ק האט אים שפעטער געפרעגט די רב האט גערעדט מיט אים? האט ער גענטפערט וואס איז ער איז נישט קיין איד?) הקיצור זייט דעמאלטס האט אנגעהאלטען א נאנטע קשר צווישען די צוויי אזוי ווייט אז רבי בנימין זיידל האט געשיקט זיין זון לערנען אין גאלאנטא רב׳ס ישיבה. שפעטער ווען רבי בנימין איז נסתלק געווארען איז די זון געווארען ממלא מקום אין די אנדערע קהילה איז ווען עס איז געקומען פורים האט גאלאנטא רב געשיקט א תלמיד אין אים געמאכט א שליח צו טראגען משלוח מנות פאר ״גאלאנטא רב״ פאר איינער וואס איז געווען די רב פון די אנדערע קהילה אין נאך זיין תלמיד אין ער האט אים גערופען גאלאנטא רב (ירושלימער רב האט געזאגט מדארף אראפ שרייבען די מעשה אין גאלדענע אותיות אין איינגעפרעימט אין א גאלדענע פרעים)
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 1:10 am
דורך יענער פויגעל
די יארצייט איז דעם שב״ק הרה״ק רבי יהושע בן הרב רבי יוסף זצוק״ל הי״ד
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:44 am
דורך יציב פתגם
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:45 am
דורך יציב פתגם
עם מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע במארינבאד
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:46 am
דורך יציב פתגם
עם תלמידיו ר' אליעזר אונגאר ור' יונה הערצאג במארינבאד
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:47 am
דורך יציב פתגם
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:47 am
דורך farshlufen
יציב פתגם האט געשריבן:עם
מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע במארינבאד
3251.jpg
רעכטס בנו הרי"מ דושינסקיא ז"ל
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:48 am
דורך יציב פתגם
עם תלמידו ר' יוסף חיים הערצאג
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:50 am
דורך יציב פתגם
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:51 am
דורך יציב פתגם
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 9:52 am
דורך פר בן בקר
עס איז דא א מורא'דיגע בילד פון די גאלאנטא רב אנקומענדיג אין אושוויץ ביום פטירתו. די דייטשן ימ"ש האבן געזען אז ער האט א הדרת פנים האבן זיי געהייסן אז מ'זאל דאס אפמאלן, און דער גוי וואס האט דאס אפגעמאלט האט דאס יארן שפעטער איבערגעגעבן. איך האב עס אמאל געזען קען איינער דאס ברענגען?
אגב, אנקומענדיג קיין אושוויץ ביום השבת מיט בגדי שבת האט ער געזינגן מיט די עולם עלינו לשבח...שלא עשנו כגויי הארצות...ואנחנו כורעים ומשתחוים וגו'. זי"ע
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 1:26 am
דורך יציב פתגם
שמו של "מורנו ורבנו הרב אב"ד מו"ה ר' יהושע בוקסבוים ני'" שהצטרף לחברת ח"ק עם תחילת רבנותו בגאלאנטא בשנת תרפ"ב
בתוך פנקס הח"ק של גאלאנטא
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 6:52 pm
דורך יציב פתגם
על רחוב פערדינאנד במארינבאד, עם מהרי"צ דושינסקיא זצ"ל והגרמ"ל פרייא זצ"ל הי"ד אב"ד שוראן. הבחור משמאל הוא מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2015 11:45 am
דורך ללמוד וללמד
איך האב די פייל ביי מיר נישט אנגעצייכנט וואס דאס איז. לויט ווי איך געדענק איז דאס די פאפירן וואס מען האט געשיקט צום גאלאנטא רב ער זאל זיך קענען ראטעווען, אבער ער האט נישט געוואלט ווייל ער האט געוואלט בלייבן מיט אינאיינעם מיט זיין קהלה קדושה.