משפחת רבנים ביק ממעזיבוז וארה"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

משפחת רבנים ביק ממעזיבוז וארה"ב

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 16, 2009 6:06 pm

די היסטאריע פון די רבנים ממשפחת ביק פון מעזיבוז און שפעטער דאהי על אדמת אמעריקא נאך פאר די קריג, איז זייער אינטערעסאנט און איז ווערט צו באשרייבן, אפתח בקצה המזלג ואבקש ממי שיש באמתחתו להוסיף, שיוסיף כיד ה' הטובה עליו.

דער אבי המשפחה איז געווען ר' שאול ישכר ביק (הראשון) וועלכער איז געווען אן איידעם ביי ר' צבי ארי' בן ר' דוב בעריש ראפפאפארט אב"ד מעזיבוז, ר' בעריש איז געווען א בא"ב צו ר' חיים הכהן ראפפאפורט אב"ד לעמבערג.

נאך זיין שווער האט ר' שאול ישכר ביק איבערגענומען דאס רבנות אין מעזיבוז ביז צו זיין פטירה בשנת תרט"ו, ווען זיין זוהן ר' שמחה ביק פון מוהלוב האט איבערגענומען דאס רבנות ביז זיין פטירה בשנת תרכ"ח. נאך ר' שמחה ביק, האט איבערגענומען זיין ברודער ר' צבי ארי' ביק ב"ר שאול ישכר ביז שנת תרל"ח.

פון ביידע זוהן זענען געווען קינדער וואס האבן משמש געווען ברבנות מעזיבוזש בסירוגין, אנגעהויבן ביי ר' יצחק ביק בן ר' שמחה, און שפעטער זיין קאזין ר' חיים יחיא' מיכל (הראשון) ב"ר צבי ארי'. דער לעצטער רב אין מעזיבוז פון משפחת ביק איז געווען ר' חיים יחיאל מיכל (השני) ב"ר חיים יחיאל מיכל (הראשון) וועלכער איז געבוירן צו זיין פאטער ווען ער האט שוין נישט געלעבט ונקרא על שמו.

ר' חיים ביק האט בשנת תרס"ב עמיגרירט קיין אמעריקא וואו ער האט משמש געווען ברבנות אין ברוקלין ביז זיין פטירה בשנת תשכ"ד.

זיין זוהן ר' משה צבי ארי' ביק איז געווען דער מעזיבוזער רב אין בארא פארק ביז ווען ער איז אוועק בשנת תש"נ, זיין זוהן ר' אברהם יהושע העשיל ביק איז דער היינטיגער מעזיבוזער רב אין ב"פ לאויט"א.

אויך ר' יצחק ביק אב"ד מעזיבוז ב"ר שמחה, האט עמיגרירט קיין אמעריקא און ער האט זיך באזעצט אין פראווידענס, ראוד איילענד ווי ער האט משמש געווען ברבנות, ער איז אוועק בשנת תרצ"ב ומנו"כ אין ווארוויק, ראוד איילאנד.

זיין זוהן ר' שאול ישכר ביק איז געווען רב אין די קהילה 'אנשי ספרד' אין ברוקלין בעמח"ס יד שאול אויף שו"ע הרב, און זיין ברודער ר' חיים ביק איז געווען א רב אין מאלדען, מאסאסושעטס.

ר' אברהם יהושע ביק ב"ר שאול ישכר (השני) האט געלערנט אין אר"י ביי הראי"ה קוק, שפעטער איז ער אויך געווען א רב אין ברוקלין, וחיבר הספרים משנת פועלים וחזון התקופה.

נאך איינער ממשפחת ביק איז ראוי להעלות על זכרון, ר' מאיר מנחם ביק ב"ר שאול ישכר (הראשון) ממעזיבוז האט מחבר געווען עטליכע ספרים בהלכה ואגדה, צווישן זיי ספר החיים ושער החיים על הל' פסח, און מגדים חדשים על הגדש"פ.

בייגעלייגט איז א בילד פון ר' יצחק ביק אב"ד פראווידענס (ערשטע) און פון ר' חיים יחיאל מיכל ביק ממעזיבוז-ברוקלין מיט זיין משפחה, דער ערשטער רעכטס פון ר' חיים איז בנו ר' משה צבי ארי' ממעזיבוז. (בילדער און טייל אינפארמאציע גענומען פון דא)
צוגעלייגטע
180px-Isaac_Bick.jpg
180px-Isaac_Bick.jpg (8.99 KiB) געזעהן 6225 מאל
180px-Chaim_Bick_Family_1926.jpg
180px-Chaim_Bick_Family_1926.jpg (5.6 KiB) געזעהן 6226 מאל

צדיק מושל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 1:34 am

תגובהדורך צדיק מושל » דינסטאג יוני 16, 2009 8:39 pm

דאס שרייבט ר' יהושע מונדשיין בסיפורים וגלגוליהם בתוך דבריו אודות אברהם [שאולי] ביק,

הרב ר' שאול ישכר ביק (חתנו של בעל ה"משמרת שלום" מקוידנוב), שבשער ספרו "יד שאול" על שולחן-ערוך אדמו"ר הזקן (בילגורייא תרע"ג) פירש שהוא מגזע המהר"ל מפראג, הגאון מהרש"ל והגאון הריעב"ץ.
הר"ר שאול ישכר ביק היה יליד מז'יבוז' ואף כיהן שם ברבנות משנת תרס"ד, שרבנות עיר זו היתה מסורה למשפחתו במשך דורות רבים; משנת תרע"ג רב בקאמרין, אח"כ – מתרפ"א – ברבנות מוהילוב על מקום אביו הר"ר יצחק, משנת תרפ"ט בברוקלין, ונפטר באה"ק בשנת תשל"א.
ייחוס רבני משפחת ביק אל הרב יעב"ץ מפורט בהקדמת המו"ל לסידור "עמודי שמים" (מהדורת תשכ"ו), שאבי משפחתם – הר"ר שאול ישכר בעריש – היה חתנו של הר"ר צבי אריה הכהן ראפאפורט, בן הר"ר דובעריש הכהן ראפאפורט (שממנו נמשכה הרבנות במז'בוז'), חתנו של הר"ר מאיר אבד"ק קאסניטין ישן, בנו של הר"ר יעקב עמדין (הרב יעב"ץ).

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך יוני 17, 2009 8:45 am

די מצבות פון רבני מעזבוז אין ארה"ב:
צוגעלייגטע
IMG_1729.JPG
IMG_1730.JPG

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יוני 17, 2009 12:42 pm

מיללער האט געשריבן:נאך זיין שווער האט ר' שאול ישכר ביק איבערגענומען דאס רבנות אין מעזיבוז ביז צו זיין פטירה בשנת תרט"ו, ווען זיין זוהן ר' שמחה ביק פון מוהלוב האט איבערגענומען דאס רבנות ביז זיין פטירה בשנת תרכ"ח. נאך ר' שמחה ביק, האט איבערגענומען זיין ברודער ר' צבי ארי' ביק ב"ר שאול ישכר ביז שנת תרל"ח.


המליץ ו' אלול תרל"ח
צוגעלייגטע
hamelitz 9_4_1878.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 17, 2009 12:47 pm

זייער אינטערעסאנט בן בוזי, וועלכער פון אפטא רב'ס אייניקל איז געווען אין מעזיבוזש בשנת תרל"ח בשם ר' אברהם העשיל?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יוני 17, 2009 1:00 pm

לכאורה איז דאס ר' אברהם יהושע העשיל ממעזבוז ב"ר משולם זוסיא מזינקוב וחתן ר' שלום יוסף מרוזין
נבג"ם
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 17, 2009 1:09 pm

אהא, קען טאקע זיין, עס איז אינטרעסאנט, ווייל איך מיין אז מתחילה ביי התפתחות החסידות וואס מעזיבוז איז דאך געווען פון די וויגעלעך פון חסידות זייענדיג דער מקום משכן אור שבעת הימים מרן הבעש"ט, זענען אבער די ארטיגע רבנים און חברי הבי"ד נישט געווען נוטה צו חסידות.

אז מ'רעדט פון משפחת ביק, איך האב שוין אויף אן אנדער פלאץ דערמאנט דעם מקור צו דעם נאמען, איך ברענג יעצט דעם שטיקל פון די הקדמה פון ר' ארי' לייב תאומים אב"ד בראד אין זיין ספר שו"ת גור ארי' יהודא ווי ער דערמאנט זיין שווער ר' שמואל ביק און דער שורש השם.

איז פארהאן איינער וואס קען מברר זיין צו דער שמואל ביק איז פון די משפחה, איך ווייס נאך א גביר ר' עוזר ביק פון בראדי וואס איך זיך צאמצושטעלן מקור מחצבתו, יעדעס שטיקל אינפארמאציע קען העלפן.
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_19747_2.jpg

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך יוני 17, 2009 2:15 pm

יישר כח מיללער פארן אינהאלטרייכן און אינפארמירבארן אשכול.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 17, 2009 2:28 pm

מיללער האט געשריבן:אז מ'רעדט פון משפחת ביק, איך האב שוין אויף אן אנדער פלאץ דערמאנט דעם מקור צו דעם נאמען, איך ברענג יעצט דעם שטיקל פון די הקדמה פון ר' ארי' לייב תאומים אב"ד בראד אין זיין ספר שו"ת גור ארי' יהודא ווי ער דערמאנט זיין שווער ר' שמואל ביק און דער שורש השם.

איז פארהאן איינער וואס קען מברר זיין צו דער שמואל ביק איז פון די משפחה, איך ווייס נאך א גביר ר' עוזר ביק פון בראדי וואס איך זיך צאמצושטעלן מקור מחצבתו, יעדעס שטיקל אינפארמאציע קען העלפן.



נאך איינס אין די סעריע,דער באקאנטער גאון וחריף ר' משולם איגרא פון טיסמעניץ איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביים גביר ר' שמואל ביק פון בראדי, די לעגענדע גייט אז דאס ווייב זיינע האט נישט פארנומען זיין פרישות יתירה און אים מזמין געווען לדי"ת פארלאנגנדיג א גט פטורין, בזווג שני איז ער געווארן אן איידעם ביי ר' יצחק הלוי הורוויץ פון אה"ו באקאנט אלס ר' איציקל האמבורגער.

איז ר' משולם איגרא געווען בזוו"ר א שוואגער מיט ר' ארי' לייב תאומים, אדער איז זיין ווייב שפעטער געווארן די ווייב פון דעם בראדער רב הנ"ל, אדער איז דאס גענצליך אן אנדערער ר' שמואל ביק?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 18, 2009 5:48 pm

מיללער האט געשריבן:ר' חיים ביק האט בשנת תרס"ב עמיגרירט קיין אמעריקא וואו ער האט משמש געווען ברבנות אין ברוקלין ביז זיין פטירה בשנת תשכ"ד.


זעענדיג די מודעה אין טיימס ביי די פטירה פון ר' חיים יחיאל מיכל ביק בשנת תשכ"ד, איז מיר צגועקומען עטליכע פרטים, געקומען איז ער קיין אמעריקא (לויט זיי) הערשט בשנת תרפ"ה ווי ער האט משמש געען ברבנות אין די לאוער איסט-סייד פון מאנהעטן און קהל אנשי מעזיבוזש, שפעטער האט ער זיך געצויגען קיין ברוקלין (מידוואוד-פלאטבוש געגנט) ווי ער איז געווען רב אין די 'אהבת אחים' שוהל אויך 73 סט. ביי 20 עוו.
צוגעלייגטע
106973943.jpg

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יוני 18, 2009 6:23 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אז מ'רעדט פון משפחת ביק, איך האב שוין אויף אן אנדער פלאץ דערמאנט דעם מקור צו דעם נאמען, איך ברענג יעצט דעם שטיקל פון די הקדמה פון ר' ארי' לייב תאומים אב"ד בראד אין זיין ספר שו"ת גור ארי' יהודא ווי ער דערמאנט זיין שווער ר' שמואל ביק און דער שורש השם.

איז פארהאן איינער וואס קען מברר זיין צו דער שמואל ביק איז פון די משפחה, איך ווייס נאך א גביר ר' עוזר ביק פון בראדי וואס איך זיך צאמצושטעלן מקור מחצבתו, יעדעס שטיקל אינפארמאציע קען העלפן.



נאך איינס אין די סעריע,דער באקאנטער גאון וחריף ר' משולם איגרא פון טיסמעניץ איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביים גביר ר' שמואל ביק פון בראדי, די לעגענדע גייט אז דאס ווייב זיינע האט נישט פארנומען זיין פרישות יתירה און אים מזמין געווען לדי"ת פארלאנגנדיג א גט פטורין, בזווג שני איז ער געווארן אן איידעם ביי ר' יצחק הלוי הורוויץ פון אה"ו באקאנט אלס ר' איציקל האמבורגער.

איז ר' משולם איגרא געווען בזוו"ר א שוואגער מיט ר' ארי' לייב תאומים, אדער איז זיין ווייב שפעטער געווארן די ווייב פון דעם בראדער רב הנ"ל, אדער איז דאס גענצליך אן אנדערער ר' שמואל ביק?


זי איז שפעטער געווארן די ווייב פון הגרא"ל תאומים און איז נישט געוען א שוואגער מיט ר' משולם איגרא (דהיינו הגרא"ל תאומים נשא את גרושת רבי משולם איגרא), כ"כ קאמעלהאר בדור דעה מערכת הגרא"ל תאומים, ובאנציקלפדיה מאורי גאליציא לר' מאיר וואנדר ועוד ועוד, ובגרם המעלות (תולדות רבי משולם איגרא, מחברו רבי שבח קנעביל) כתב שרבי משולם התנה עם חותנו בעת הגט תנאי שישיא בתו לת"ח, וכן הוה שהשיאה להגרא"ל תאומים

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יוני 18, 2009 6:40 pm

רבי שמואל ביק הנ"ל (חותנו של ר' משולם איגרא ואחריו הגרא"ל תאומים) היה בנו של הנגיד רבי יהודה לייב ביק מנגידי וחשובי עיר ברודי, הנגיד המפו' רבי יהודא לייב ביק זצ"ל היה שלשלת יוחסין נגיד מפורסם מנכבדי העיר בראדי המוזכר בספרי תולדות עיר בראדי חוץ מבנו הנגיד רבי שמואל ביק זצ"ל הנ"ל היה לו עוד בן הרבני רבי אלעזר מבראדי זצ"ל ובתו היחידה הרבנית מרת מלכה ע"ה אשת הגאון המקובל רבי יהודא זונדל רמר"ז זצ"ל מגדולי חכמי בראדי שבתו הרבנית מרת רבקה ע"ה היתה אשת הגאון רבי אלעזר רוקח מבראדי זצ"ל אביו של הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע להגאון רבי יהודא זונדל רמר"ז הנ"ל היה לו עוד בן הגאון רבי ישכר
בער רמר"ז זצ"ל אב"ד דק"ק סקאהל שהיה חותן הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע הנ"ל
היחס הלזה נכתבה על ידי הגה"ח ר' שמחה ביק אב"ד מעזבוז אחיו של רבי משה צבי ביק זצ"ל רבה האחרון של העיר מעזביז, שכתבו בשנת תרמ"ו ונדפסה לאחרונה בקובץ 'נחלת צבי' חלק ט"ו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 19, 2009 9:40 am

יישר-כח ר' יחי' פאר די תולדות ופרטים מאירים, מען זעהט אז יעדערער רעכנט אן אנדערן ממשפחת ביק אלס 'דער לעצטער רב אין מעזיבוז' פון וועלכע ר' שמחה ביק רעדן זיי דארט אין 'נחלת צבי', בן ר' שאול ישכר? אדער האט ר' חיים יחיא' מיכל אבי ר' משה צבי פון ב"פ געהאט א זוהן ר' שמחה?

צדיק מושל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 1:34 am

תגובהדורך צדיק מושל » זונטאג יוני 21, 2009 2:31 am

אחר פטירת הג"ר משה צבי אריה ביק נכתב,
שהוא עזב את רוסיא שנה אחרי אביו והמשפחה,
ואז בהיותו בחור בן י"ד כיהן במשך שנה כרב העיר.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג יוני 21, 2009 3:15 am

צדיק מושל האט געשריבן:אחר פטירת הג"ר משה צבי אריה ביק נכתב,
שהוא עזב את רוסיא שנה אחרי אביו והמשפחה,
ואז בהיותו בחור בן י"ד כיהן במשך שנה כרב העיר.


ב''ה
שמעתי מהרמצ''א לא שהוא הי' רב העיר הוא הי' בן ט''ו ופסק שאלות. הוא קיבל התרת הוראה מהרב של פראסקארעוו הנקראת היום חמעלניצקי .
הרחי''מ בא בשנת תרפ''ה ביחד עם ידידו הרב ר' אלימלך קעוועלענקא הרב של אסטרעפאלא --נכדיו הם בסקווירא -- כשהכריזו יין על השולחן
היו מכריזים אלימלך בן ליבא והי' לו חזקה להתפלל פסוקי דזימרה ביום הקדוש לפני העמוד עם הנוסח הוואליני .
גם משפחת רבני בי''ק הם בעלי תפילות טובים ומתפללים בנוסח הוואליני .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 21, 2009 1:39 pm

הייסט דאס רמצ"א ביק האט געהאט א ברודער ר' שמחה, וואו איז ער אהינגעקומען?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 28, 2009 10:47 pm

מיללער האט געשריבן:
פון ביידע זוהן זענען געווען קינדער וואס האבן משמש געווען ברבנות מעזיבוזש בסירוגין, אנגעהויבן ביי ר' יצחק ביק בן ר' שמחה, און שפעטער זיין קאזין ר' חיים יחיא' מיכל (הראשון) ב"ר צבי ארי'. דער לעצטער רב אין מעזיבוז פון משפחת ביק איז געווען ר' חיים יחיאל מיכל (השני) ב"ר חיים יחיאל מיכל (הראשון) וועלכער איז געבוירן צו זיין פאטער ווען ער האט שוין נישט געלעבט ונקרא על שמו.

ר' חיים ביק האט בשנת תרס"ב עמיגרירט קיין אמעריקא וואו ער האט משמש געווען ברבנות אין ברוקלין ביז זיין פטירה בשנת תשכ"ד.

זיין זוהן ר' משה צבי ארי' ביק איז געווען דער מעזיבוזער רב אין בארא פארק ביז ווען ער איז אוועק בשנת תש"נ, זיין זוהן ר' אברהם יהושע העשיל ביק איז דער היינטיגער מעזיבוזער רב אין ב"פ לאויט"א.


א מקוה טהרה אויף סאסעקס סט. אין די איסט-סייד בהשגחת ר' חיים יחיאל ביק ז"ל.
צוגעלייגטע
untitled.bmp
untitled.bmp (504.46 KiB) געזעהן 5853 מאל

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מאנטאג יוני 29, 2009 2:03 pm

סדא עפעס א מסורה וואס זאגט זיך נאך בשם די משפחת ביק, אז עד למלחת העולם השני, האט מען מתפלל גיווען בנוסח "אשכנז" בבית מדרשו פינעם בעש"ט.

סאיז א ידיעה וואס קומט שטארק צוניץ אין די פולמוס הידוע, צו די נוסח האר"י האט שוין די בעש"ט איינגעפירט אדער הערשט גדולי תלמידיו דור הראשון.

ווער קען דאס מברר זיין זאל דאס ביטע טוהן אין מפרסם זיין דא לתועלת הרבים.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יוני 29, 2009 3:59 pm

סעמיטשקע האט געשריבן:סדא עפעס א מסורה וואס זאגט זיך נאך בשם די משפחת ביק, אז עד למלחת העולם השני, האט מען מתפלל גיווען בנוסח "אשכנז" בבית מדרשו פינעם בעש"ט.

סאיז א ידיעה וואס קומט שטארק צוניץ אין די פולמוס הידוע, צו די נוסח האר"י האט שוין די בעש"ט איינגעפירט אדער הערשט גדולי תלמידיו דור הראשון.

ווער קען דאס מברר זיין זאל דאס ביטע טוהן אין מפרסם זיין דא לתועלת הרבים.


הרב סמיטשיק
במה שכתבת בנוסח הבעש"ט שהתפלל נוסח אשכנז
אזוי שרייבט שוין דער הייליגער קאמארנער זי"ע אין שלחן הטהור (סימן מ"ו זר זהב סק"א) בא"ד וזל"ק עד שעמד מרן קוה"ק איש אלקים קדוש ונורא עיר וקדיש רבינו ישראל בעש"ט וסידר תפלתו בכמה דברים ע"פ דעת האר"י ז"ל ובכמה דברים תפס מהגינו מנהג אשכנזי, אף שבכמה דברים מנה מרן האר"י את האותיות אעפ"כ לא שינה מרן הריב"ש ז"ל את סדר אשכנז, עכל"ק, ובסי' ס"ו סעי' ז' האריך בגדולת קדושת הריב"ש טוב, וז" הבעש"ט שינה באיזה דברים מנוח אשכנז כדעת מרן האריז"ל והיה זה עפ"י קבלת רבו המובהק אחיה השילוני וינהג ל בית ישראל אחריו, אבל ברוב דברים ובכל מנהגים נהג כמנהג אבותיו הקדושים חכמי האשכנזים עכל"ק וכ"כ בזה בכמה מקומות בספרו הנ"ל לא אאריך פה בזה, ואם המנהלים יחלקו זאת לאשכול מיוחד נרחיב הדיבור בזה. (ומש"כ בספר ויכוחא רבא שבימי הבעש"ט התפללו נוסח האריז"ל הרי לאו מר בריה דרב אשי חתום על הספר הזה, ואמיתת הספר הזה יש לפקפק בזה טובא)
והמסורת ממשפחת ביק מספר הגה"צ רבי חי יצחק טווערסקי אדמו"ר מראכמיסטריווקא ארה"ב שליט"א ששמע מהגה"צ ר"מ ביק זצ"ל אב"ד מעזביז, שבבית מדרשו של הבעש"ט היה תלוי על הכותל שלשה מנהגים מהבעש"ט הק' א) בקדיש לא אמרו ויצמח פורקינה ויקרב משיחיה, ב) שבתפלת ערבית במוצ"ש אמרו ויתן לך כחלק מסדר התפלה אחר שמו"ע של ערבית, והשלישית בברכת ר"ח אמרו "ויחדשהו" בקצרה כנוסח היעב"ץ בסידורו. אמנם נגד זה נאמנים עלינו דברי הקדוש מקאמארנא זיעועכי"א שכותב בספרו הנ"ל (סי' נ"ו אות א' זר זהב אות א') שהבעש"ט זי"ע אכן אמר ויצמח פורקניה בקדיש.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מאנטאג יוני 29, 2009 4:20 pm

יותר ממה שכתבת כתוב כאן, סאיז א נושא וואס מקען נישט דן זיין על רגל אחת, [מוואלט גימעגט עפענען אן אשכול וועגין די נושא] כהאב נאר גיוואלט וויסן צי די מסורה בנוגע די נוסח התפילה זעלבסט וואס איז מתאמרא בשמם אז דאס איז גיווען נוסח אשכנז האט א מקור.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יוני 29, 2009 4:25 pm

האבעך געשריבן די מקור מהמודעה שהיה תלוי על הכותל, (כפי זכרונו של הגר"מ ביק זצ"ל)

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מאנטאג יוני 29, 2009 4:32 pm

פינעם טאוועל איז קיין ראי' סקען גאר זיין להיפך אז אויסער די אלע ענינים האט מען זיך יא נוהג גיווען מנהג אר"י.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יוני 29, 2009 4:41 pm

הוא הדבר אשר דיברתי, על מה שכתבת 'מסורת במשפחת ביק' הבהרתי לך הדברים, והתברא אשר בצדה

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דאנארשטאג יולי 23, 2009 10:18 am

אינטערעסאנט צו זעהן אז אויף די מציבה פון ר' משה האט מען אריינגעריקט א שורה.
צוגעלייגטע
P1020812.JPG
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 8:38 am

מצבת ר' חיים ב"ר יצחק בוק אב"ד לינן מאס.

קרעדיט רב אמסעל.
צוגעלייגטע
chaim-bick.jpg
chaim-bick.jpg (59.01 KiB) געזעהן 5637 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט