רבי משה שוהם מדולינא וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

רבי משה שוהם מדולינא וצאצאיו

תגובהדורך חיס » זונטאג יוני 29, 2014 4:00 pm

אחד מתלמידי הבעש"ט הוא הרב הקדוש רבי משה דולינא זי"ע בעל ספר "דברי משה" עה"ת, שרף פרי עץ חיים ועוד.

בנו: הרב רבי דן שוהם זי"ע.

חתנו: הרב רבי נחמן גרינברגר זצ"ל אבד"ק מיידאן זוגתו הרבנית מרת חוה גיטל ע"ה.
(נזכר בשו"ת מהר"ם שי"ק חו"מ סימן טז).

חתנו: הרב חיים שמואל פיקסלער זצ"ל נפטר כ"א טבת, זוגתו מרת רחל ע"ה.

חתנו: הרב מנחם מנדל איינהורן מטערנווע זצ"ל. זוגתו מרת ציפרא ע"ה.

בנו: הרב החסיד יעקב אברהם איינהורן ז"ל. מחסידי ויז'ניץ ווילחוביץ.

בנו: הרב נחמן איינהורן ז"ל (הנקרא ציצית מאכער).מאנשי-הסגולה שבקרב חסידי ויז׳ניץ בווילחוביץ.

מי שיודע עוד ממשפחת הנ"ל מוזמן להוסיף...

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג יוני 29, 2014 4:10 pm

אהל והמצבה הרה"ק רבי משה שהם מדאלינא זי"ע
צוגעלייגטע
gal_img_200909_44561.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג יוני 29, 2014 4:11 pm

.
צוגעלייגטע
gal_img_200909_80221.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג יוני 29, 2014 4:11 pm

.
צוגעלייגטע
gal_img_200909_71903.jpg

יודל קליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » מיטוואך ינואר 14, 2015 12:07 pm

ספרו הקדוש אמרי שהם http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=1

מעבר לדף השער כתב שם בזה הלשון:
מצוה גדולה שיהא הספר הזה בבית ישראל כי היא שמירה גדולה בבית כי הוא מתלמודי הבעש״ט ז"ל
אונטער געשריבן:
הק' יהודא צבי שטעג הרב דפה סקאליא
טרעפט עס דא
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=2
זה הקטן גדול יהי'

א חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך ינואר 14, 2015 12:36 pm

אין ווילימסבורג איז דא א חשובער איד רבי משה בער טויב וואס איז אן איידים ביי ר' נחמן טויב ציצית מאכעראון ער האט אסאך קינדער וויזניצער חסידים . אגב אין בארא פארק וואוינט א איד ר' אברהם שווארץ א וויזניצער חסיד וואס האט איבער געדריקט דער דברי משה און איז בא'ב פון רבי דן

א חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך ינואר 14, 2015 12:38 pm

ער איז בא'ב פון רבי משה אויך

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך ינואר 14, 2015 1:21 pm

לפי ידיעתי איז הרה"ק ר' יצחק מראדוויל געווען א איידעם בזיווג ראשון פון איהם

דער טריסקער פון לאנדאן איז געווען א א אייניקעל פון איהם
וזה יחוסו להנ"ל כפי שמסר לי פעם אחת נכדו
הרב חיים מנחם אברהם טווערסקי
בן הרב יעקב אריה טווערסקי
בן הרב מרדכי זושא טווערסקי וחתן הרב פנחס מזינקוב
חתני הרה"ק ר' יצחק מבאהוש
בן הרה"ק ר' שלום יוסף מסאדיגור
חתן הרה"ק ר' דן מראדוויל
בן הרה"ק ר' יצחק מראדוויל
חתן הרה"ק ר' משה ב"ר דן שהם

א חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך ינואר 14, 2015 1:29 pm

נישט נאר די טריסקער רבי נאר אויך די באהושער סאדיגערע באיאנער און וואסלויער רביס זענען איייניקלעך

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך ינואר 14, 2015 1:49 pm

א חסיד האט געשריבן:נישט נאר די טריסקער רבי נאר אויך די באהושער סאדיגערע באיאנער און וואסלויער רביס זענען איייניקלעך

פארשטייט זיך

א חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך ינואר 14, 2015 6:00 pm

און פארשטייט זיך די ראדיווילער רבי פון מאנסי און זיינע שוואגערס די טשערנאבילער און מאחנובקער רביס זענען אייניקלעך (דיא קינדער זייערע )

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך ינואר 14, 2015 6:29 pm

יציב פתגם האט געשריבן:אהל והמצבה הרה"ק רבי משה שהם מדאלינא זי"ע

אין וועלכע שטעטל?

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג ינואר 16, 2015 1:44 pm

נחוניא האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:אהל והמצבה הרה"ק רבי משה שהם מדאלינא זי"ע

אין וועלכע שטעטל?

אז נחוניא ווייסט ניט = איז טאקע א חידוש

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג ינואר 16, 2015 1:46 pm

חיס האט געשריבן:אחד מתלמידי הבעש"ט הוא הרב הקדוש רבי משה דולינא זי"ע בעל ספר "דברי משה" עה"ת, שרף פרי עץ חיים ועוד.

בנו: הרב רבי דן שוהם זי"ע.

חתנו: הרב רבי נחמן גרינברגר זצ"ל אבד"ק מיידאן זוגתו הרבנית מרת חוה גיטל ע"ה.
(נזכר בשו"ת מהר"ם שי"ק חו"מ סימן טז).

חתנו: הרב חיים שמואל פיקסלער זצ"ל נפטר כ"א טבת, זוגתו מרת רחל ע"ה.

חתנו: הרב מנחם מנדל איינהורן מטערנווע זצ"ל. זוגתו מרת ציפרא ע"ה.

בנו: הרב החסיד יעקב אברהם איינהורן ז"ל. מחסידי ויז'ניץ ווילחוביץ.

בנו: הרב נחמן איינהורן ז"ל (הנקרא ציצית מאכער).מאנשי-הסגולה שבקרב חסידי ויז׳ניץ בווילחוביץ.

מי שיודע עוד ממשפחת הנ"ל מוזמן להוסיף...

משפחת הרב ברוך רייז הם נכדיו

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:31 am

נחוניא האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:אהל והמצבה הרה"ק רבי משה שהם מדאלינא זי"ע

אין וועלכע שטעטל?


http://www.iajgsjewishcemeteryproject.o ... olina.html

http://jgaliciabukovina.net/he/150663/b ... -synagogue

אוועטאר
moishy56
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:51 am

א חסיד האט געשריבן:אין ווילימסבורג איז דא א חשובער איד רבי משה בער טויב וואס איז אן איידים ביי ר' נחמן טויב ציצית מאכער און ער האט אסאך קינדער וויזניצער חסידים .

אגב אין בארא פארק וואוינט א איד ר' אברהם שווארץ א וויזניצער חסיד וואס האט איבער געדריקט דער דברי משה און איז בא'ב פון רבי דן


רבי משה בער טויב שו״ב הי״ו, איז אן איידים ביי ר' נחמן איינהורן

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5943
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 11:14 pm

הרה"ק רבי משה שהם מדאלינא זי"ע
בעל 'דברי משה'


הרה"ק רבי משה שהם מדאלינא זי"ע איז געבוירן געווארן צו זיין טאטע הרה"ק רבי דן שהם פון בראד, און צו זיין מאמע מרת טילא ע"ה. דאס פונקטליכע יאר פון זיין געבורט איז נישט באוואוסט, ווי עס שיינט איז ער געבוירן ארום שנת ת"ק, עכ"פ נישט שפעטער ווי תק"ז (וויבאלד דער בעש"ט הק' האט אים נאך געלייגט תפילין ביי זיין בר מצוה, און דער בעש"ט איז אוועק תק"כ, און רבי משה איז דאן שוין זיכער געווען דרייצן יאר אלט, מוז זיין אז ער איז געבוירן געווארן שפעטסטענס תק"ז), און לויט די וואס זאגן אז ער איז נסתלק געווארן זייענדיג ניינציג יאר אלט איז ער געבוירן געווארן שוין בערך בשנת תצ"א.

עס ווערט פארציילט אז זיין טאטע רבי דן (וואס איז אליין געווען א תלמיד פונעם בעש"ט הק', און א חבר פון הרה"ק רבי איציקל דראהביטשער זי"ע) האט געווארט אסאך צייט פאר קינדער. איין מאל איז ער געפארן צום בעש"ט הק' בעטן פאר א קינד, האט אים דער בעש"ט הק' צוגעזאגט א בן זכר וואס וועט זיין אן "איש טהור קדוש נורא וצדיק גדול", און טאקע נאכדעם איז רבי משה דאלינער געבוירן געווארן.

אין זיינע יונגע יארן האט אים זיין טאטע געברענגט צום בעש"ט הק' ער זאל דארט וויילן אביסל, און דער בעש"ט הק' האט אים געלייגט תפילין ביי זיין בר מצוה. און דעמאלטס האט ער אסאך געלערנט פונעם בעש"ט הק' און געווארן א תלמיד מובהק פון אים.

נאכן הסתלקות פון הרה"ק רבי אברהם נח הלוי העללער אבד"ק דאלינא זי"ע בעמח"ס 'זריזותא דאברהם' אום י"ח אלול תקמ"ו, איז רבי משה דאלינער אויפגענומען געווארן אלס רב בהשתדלות פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע בעל 'נועם אלימלך'.

ווי עס שיינט האט רבי משה דאלינער געדינט ברבנות שוין אלס בחור בחיי רבו הבעש"ט הק', ומעשה שהיה כך היה: אמאל איז געקומען א משלחת פון א געוויסע שטאט צום בעש"ט הק' און אים געבעטן צו שטעלן א רב פאר זיי איינער פון זיינע תלמידים, האט זיי דער בעש"ט הק' געענטפערט אז ער האט א תלמיד וואס פאר אים איז ראוי צו זיין א רב אבער ער איז נאך זייער יונג און האט נאך אפילו נישט חתונה געהאט, האבן די מענטשן פון יענעם שטאט געענטפערט אז זיי נעמען אויף זיך אים חתונה צו מאכן בכבוד גדול און אלע זיינע באדערפענישן וועלן זיי צושטעלן, און דעמאלטס האט זיי דער בעש"ט הק' געשיקט זיין תלמיד רבי משה דאלינער.

רבי משה דאלינער האט זוכה געווען צו זיין זקן ושבע ימים (כלשון הרה"ק האוהב ישראל מאפטא זי"ע), און איז נסתלק געווארן זייענדיג בערך ניינציג יאר אום כ"א תשרי – הושענא רבה – תקפ"א (די יאר לערנען מיר ארויס פונעם בריוו פון זיין ממלא מקום הרה"ג רבי דוד כ"ץ וואס שרייבט אום י"א אייר תקפ"א: "שזה חצי שנה שנתקבלתי להרב אב"ד דק"ק דאלינא").

רבי משה דאלינער איז געקומען לקבורה אינעם ביה"ח אין דאלינא און אויף זיין קבר האט מען אויפגעבויעט אן אוהל. אויף מקום קבורתו ווערט פארציילט אן אינטערסאנטע סיפור: איינמאל האבן די מענטשן פון דאלינא באמערקט אז די פענסטער פונעם אוהל פון רבי משה דאלינער איז אויסגעשאסן, און מ'האט דאס באלד פארראכטן. אביסל שפעטער האט מען נאכאמאל געטראפן די פענסטער פונעם אוהל אויסגעשאסן און מ'האט דאס באלד פארראכטן, אזוי דריי מאל האט זיך עס איבערגע'חזר'ט און קיינער האט נישט געוואוסט ווער ס'שטייט דערונטער. זענען געגאנגען א מנין אידן צום ציון און געזאגט אז זיי זענען גרייט צוריק צו פאררעכטן דעם אוהל אבער זיי בעטן אז דאסמאל זאל דער צדיק אליין אפהיטן זיין אוהל, און אזוי האבן זיי טאקע געטוהן. צומארגנס האבן זיי באמערקט ווי נעבן אוהל שטייט א יונגע גוי אינגאנצן געלעמט, און זיי האבן נישט פארשטאנען ווי קומט ער אהער, אבער ווען זיי האבן געזעהן ווי זיינע הענט כאפן אן אפאר גרויסע שטיינער האבן זיי שוין פארשטאנען אז דער איז דער וואס שטייט אונטער די וואנדאליזם, און יעצט האט ער נאכאמאל געוואלט וואנדאליזירן דעם אוהל אבער דאסמאל האט דער צדיק אים אפגעהאלטן.

רבי משה דאלינער האט איבערגעלאזט פיר קינדער, 3 זוהן און 1 טאכטער:
▪ בנו: הרה"ח ר' שמואל שהם – דער מו"ל פון זיין טאטע'ס ספרים (האט נישט געהאט קיין קינדער)
▪ בנו: הרה"ח ר' דן שהם (פון אים זענען אייניקלעך משפחות גרינבערג, פיקסלער און יאמפיל דורך בתו מרת חוה גיטל אשת הרה"ג רבי נחמן גרינבערג אבד"ק מיידאן)
▪ בנו: הרה"ג רבי ישראל שהם אבד"ק ווערצקי
▪ בתו: אשת הרה"ק רבי יצחק מראדוויל זי"ע (בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע) בזיווגו הראשון (אם ילדיו)

די אייניקלעך פונעם מו"ל פון ספר 'דברי משה' מהדורא שניה – הרה"ח ר' שמעון שלמה שווארץ – האלטן זיך אויך אלץ אייניקלעך פון רבי משה דאלינער, זיי טענה'ן אז זייער משפחה נאמען איז געווען שהם (און זענען אייניקלעך בא"ב) נאר ביים אריבערגיין קיין אונגארין האבן זיי געביטן אויף שווארץ. דער ר' שמעון שלמה איז אויפגעוואקסן ביי (זיין פעטער כפי גירסת נכדיו) הרה"ח ר' שמואל שהם הנ"ל וואס איז געווען קינדערלאז.

הרה"ק רבי נפתלי ווייסבלום מבאלחוב זי"ע (בן הרה"ק רבי ישראל יוסף זי"ע, בן הרה"ק רבי יעקב יצחק זי"ע, בן הרה"ק רבי נפתלי מליזענסק זי"ע, בן הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע, בן הרה"ק ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע) האט זיך אויך מתייחס געווען צו רבי משה דאלינער דורך זיין באבע מרת פערל דבורה ע"ה אבי אמו הרבנית גאלדא ע"ה.

פון רבי משה מדאלינא איז איבערגעבליבן דריי ספרים:
דברי משה – על התורה
אמרי שהם – חידושים על הש"ס (כתובות, קידושין, בבא מציעא)
שרף פרי עץ חיים – הגהות והארות על הספה"ק 'פרי עץ חיים'

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5943
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 11:25 pm

חיס האט געשריבן:אחד מתלמידי הבעש"ט הוא הרב הקדוש רבי משה דולינא זי"ע בעל ספר "דברי משה" עה"ת, שרף פרי עץ חיים ועוד.

בנו: הרב רבי דן שוהם זי"ע.

חתנו: הרב רבי נחמן גרינברגר זצ"ל אבד"ק מיידאן זוגתו הרבנית מרת חוה גיטל ע"ה.
(נזכר בשו"ת מהר"ם שי"ק חו"מ סימן טז).

חתנו: הרב חיים שמואל פיקסלער זצ"ל נפטר כ"א טבת, זוגתו מרת רחל ע"ה.

חתנו: הרב מנחם מנדל איינהורן מטערנווע זצ"ל. זוגתו מרת ציפרא ע"ה.

בנו: הרב החסיד יעקב אברהם איינהורן ז"ל. מחסידי ויז'ניץ ווילחוביץ.

בנו: הרב נחמן איינהורן ז"ל (הנקרא ציצית מאכער).מאנשי-הסגולה שבקרב חסידי ויז׳ניץ בווילחוביץ.

מי שיודע עוד ממשפחת הנ"ל מוזמן להוסיף...

רבי נחמן גרינבערג אבד"ק מיידאן הנ"ל האט געהאט נאך 3 זוהן:
▪ ר' דוד
▪ ר' יצחק אייזיק
▪ ר' משה
פון רבי יצחק אייזיק איז דא היינט אייניקלעך, ער האט געהאט א זוהן ר' דן, וואס האט געהאט א זוהן ר' דוד, וואס האט א זוהן הרב שלמה גרינבערג הי"ו פון בני ברק.

רבי חיים שמואל פיקסלער הנ"ל האט געהאט א טאכטער מרת מלכה וואס האט געהייראט הרה"ג רבי מרדכי יאמפיל אבד"ק מיידאן (מ"מ פון זיין עלטער שווער), נפ' שושן פורים תרנ"ט.
רבי מרדכי יאמפיל הנ"ל האט געהאט א זוהן ר' יהודה בצלאל וואס האט מגיה געווען די ספר דברי משה במהדורא שלישית.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט