שושלת קאזמיר-מאדזשיץ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

שושלת בית קוזמיר-מאדזיץ

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך יוני 24, 2009 5:41 pm

דער מאדזשיץ'ער רבי פון די בראנקס איז געווען א שוואגער מיטן צאנזער רבי ר' מנחם בנימין בנציון ראטטענבערג-האלבערשטאם זצ"ל

א בילד פון מצבה
צוגעלייגטע
IMG_0029%255B1%255D%5B1%5D[1].JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:14 pm

מיילעך האט געשריבן:דער מאדזשיץ'ער רבי איז געווען זיין שוואגער
א בילד פון מצבה (_ער ליגט נעבן אים)


אז איר דערמאנט דעם מאדזיצער רבי פון די בראנקס, וועלן מיר דא אראפשרייבן עטליכע פרטים אודותיו, הגם ברבות הימים והתגובות וועט פילייכט אויספעלן א באזונדערע 'שושלת מאדזיץ' אשכול.

ר' יצחק צבי טאוב איז געווען א זוהן פון ר' ישראל ממאדזשיץ ז"ל בעמח"ס דברי ישראל באקאנט אלוועלטליך אלס א בעל מנגן ומלחין נפלא, וועלכער איז געווען א זוהן פון ר' שמואל אלי' מזוואלין בהרה"ק ר' יחזקאל מקוזמיר זי"ע.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית מרים בת ר' אברהם חיים ראובן ראטטענבערג מוואודיסלאב ממשפחתו של החידושי הרי"ם מגור זצ"ל, זיי האבן קודם געוואונט אין דעמבלין, פוילן פארן אריבערגיין קיין ווארשא.

בשנת תרצ"א איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא, ער האט זיך באזעצט אין די בראנקס ווי ער האט געהאט א בית המדרש און ער איז געווארן באקאנט אלס דער מאדזשיצער רבי פון די בראנקס.

אויף דער עלטער איז זיין רביצין נפטר געווארן, ער האט נאכאמאל חתונה געהאט און ער איז אריבערגעגאנגען וואונען קיין בארא-פארק ביי זיין טאכטער און איידעם יהודא ארי' לייב סאקוליק אויף 1639 53 סט. ביז צו זיין פטירה בשנת תשכ"ה.

דער מאדזיצער-בראנקסער רבי האט געהאט 5 קינדער; דריי זוהן, שמואל, יחזקאל (וואס דער סאנזער רבי דערמאנט אין די הקדמה פון מגד הארץ אלס א גביר וואס ער האט אים געהאלפן פינאנציעל מיטן דרוקען דעם ספר) און אברהם, און 2 טעכטער; מאלציא וועלכע איז אומגעקומען אין ווארשא טראגיש דורכן ווערן איבערגעפארן פון א פערד-און-וואגען און די אנדערע טאכטער איטקע וועלכע האט חתונה געהאט מיט דעם דערמאנטן סאקוליק.

פון די דערמאנט טאכטער איז דא א טאכטער חנה, וועלכע זוכט צו דערגיין אירע אריגינעלע שרשים, און פאר דעם צוועק האט זי געווידמעט א בלאג מיט פארשידענע אינטערעסאנטע בילדער און צייטונג אויסשניטען, דער קומענדיגער בילד פון ר' יצחק צבי קומט פון דערמאנטע בלאג.

עס איז כדאי צו דערמאנען אז דער אנדערער זוהן פון דעם דברי ישראל דער ממלא מקום פון זיין פאטער, ר' שאול ידידי', האט אויך קודם געוואונט דאהי אין אמעריקא פאר ער איז ארויף אויף אר"י.
צוגעלייגטע
Taub - Mudzits.jpg
Taub - Mudzits.jpg (20.79 KiB) געזעהן 7373 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:30 pm

מיללער, פארוואס ליינסטו עס "מאלציע" לדעתי איז עס "מלכה".
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:42 pm

אולי ביסטו גערעכט הרב פארשלאפן, אזוי צו אזוי איז א רחמנות אז מיר ברויכען זיך בכלל פלאגען אויסצולייענען א נאמען פון א בת קדושים.

הפרדס אדר תש"ג באשרייבט א חתונה בבית מאדזיץ ווען ביידע ברודער האבן געוואונט אין אמעריקא.
צוגעלייגטע
Hapardes 1943.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:51 pm

איך האב אדורכגעלייענט יענעם בלאג, וויי געוואלד וואס פון קינדער פון פיינע שטובער איז געווארן אין די טריפה'נע אמעריקא אין די נישט אזוי ווייטע פארגעגענהייט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:58 pm

יא נעבעך.

די טיימס באשרייבט דאס קומען פון ר' שאול ידידי' קיין אמעריקא בשנת ת"ש ווי ער וועט זיך טרעפן מיט זיין ברודער פון די בראנקס נאך צעהן יאר וואס זיי האבן זיך נישט געטראפן.
צוגעלייגטע
Taub Modzits.jpg

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 8:57 am

אויפן פארלאנג פון ידידינו החשוב המסתתר תחת הניק משיח, האבן מיר אפגעטיילט די תגובות לבית מאדזשיץ אונטער א נייע אשכול, לכובד די יומא דהילולא פונעם מאדזשיצער רבי, ר' שואל ידידי' זצ"ל

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:33 pm

שלשלת בית קוזמיר-מודזיץ.

א. הרה"ק ר' שלמה זלמן זצ"ל, מתלמידי הבעש"ט.
מסופר כי פעם השגיח הבעש"ט איך שתלמידו ר' שלמה זלמן עומד מן הצד בעצבות כאשר החסידים שרו ורקדו בשמחה, שאל אותו הבעש"ט לסיבת עצבונו, ענה לו איך אשמח ואני הולך ערירי? אמר לו הבעש"ט: "טאנץ מיט חיות וועסטו האבן חיות", ואכן נפקד בשלשה בנים, וקרא להם שמות כשמות החיות: צבי, דוב וזאב.
בנו

ב. הרה"ק ר' צבי הערש זצ"ל,
שהי' מצדיקי דורו, ועל מצבתו נכתב "צדיק יסוד עולם, נזר ישראל בעל חבצלת השרון, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, עובד ה' באמת איש אלקים מורינו הרב ר' צבי ב"ר זלמן", (ובימים אלו עדיין לא חילקו תוארים לכל הבא ליטול).
יש ממנו שיר נפלא "חבצלת השרון" שנבנה על סוד עשר הספירות, ויש בו בקיאות עצומות בעמקי תורת הקבלה.
נפטר בווארשא כ"ח אלול תקס"ד.
בנו

ג. הרה"ק ר' יחזקאל מקוזמיר זצ"ל.
נולד בשנת תקל"ה בעיר פלונסק שבפולין, (היתה עיר מלאה מתנגדים לדרך החסידות, ולכן עבר אח"כ לעיר שעננא).
תלמיד החוזה מלובלין זצ"ל, היהודי הקדוש מפארשיסחא זצ"ל, והמגיד מקוז'ניץ זצ"ל.
עם פטירת רבותיו החל ר' יחזקאל להתפרסם, והמונים התחילו לנסוע אליו ולקבל מתורתו והדרכתו, ולהתברך מפיו קדשו.
נפטר י"ז שבט תרט"ו, בהיותו בן שמונים וארבע.
בנו

ד. הרה"ק ר' שמואל אלי' מז'וואלין זצ"ל,
גדול בתורה ומנגן נפלא. אמרו עליו כי כאשר התפלל לפני התיבה בבית מדרש אביו הי' בבחינת "וכל העם רואים את הקולות".
נפטר כ"ו אייר תרמ"ח.
בנו

ה. הרה"ק ר' ישראל ממודזיץ זצ"ל, הדברי ישראל,
נולד בשנת תר"ט בראצ'וינז.
"נעים זמירות ישראל" במלוא מובן המילה! הלחין שירים נעים וניגונים עמוקים, מלאים משמעות ודביקות לה'. ובהם החזיר הרבה נשמות אבודות לאבינו שבשמים. (לא אאריך בגדלות ניגוניו ושאר הניגונים לבית מודזיץ, כי איני יודע נגן, ויש אשכולות מיוחדות לזה בהיכל הננינה הקרובה).
בעת מלמלת העולם הראשונה גר בראדום, ומשם עבר בימי זקנותו לווארשא.
נפטר י"ג כסליו תרפ"א.
בנו

ו. הרה"ק ר' שאול ידידי' אליעזר ממודזיץ זצ"ל, האמרי שאול,
נולד באוז'ירוב, וכבר בימי ילדותו נתפרסם בכשרונותיו הברוכים, והחל להלחין ניגונים משלו.
חתן הגאון המפורסם ר' אברהם איגר מלובלין זצ"ל בעל שבט מיהודה, בן הרה"ג ר' יודא לייב איגר מלובלין זצ"ל בעל תורת אמת, בן הרה"ג ר' שלמה איגר מפוזנא זצ"ל, בן הגה"ק ר' עקיבא איגר זצ"ל.
שימש ברבנות בכמה עיירות, ראקוב, קארטשוב, ועוד.
בשנת תרפ"ט עבר לאטאווצק והקים שם בית המדרש וישיבה לתפארת.
עם פרוץ המלחמה דרש מחסידיו לעבור לגבול הרוסי, ואף הוא בעצמו ברח לווילנה.
הרבה מסופר אודות שהותו בווילנא שהפיח רוח חיים באלפי הפלטים. פגש שם עם השלטונות הרוסים, ופעל אצלם לאפשר לבני הישיבות לצאת מווילנה.
בערך בשנת ת"ש הגיע לארה"ב, וחידש את חסידות מודזיץ.
הי' ידוע באהבת ארץ ישראל, שם ביקר ארבע פעמים וחיבר ניגונים נאים לכבוד ארץ הקודש.
בשנת תש"ז הגיע לארה"ק, ושם נפטר ביום שבת קודש ט"ז כסליו תש"ח, והי' האחרון להיקבר על הר הזיתים לפני המלחמה.
בנו

ז. האדמו"ר ר' שמואל אלי' ממודזיץ זצ"ל, האמרי אש,
הי' גדול בתורה ובנגינה כמו אבותיו,
חתן בזוו"ר הר"ר חיים משה כהן זצ"ל מווארשא, נכד הצדיקים לבית אפטא זלאטשוב אוסטראה ונעשכיז.
הגיע ביחד עם אביו האמרי שאול לארה"ק ערב ל"ג בעומר שנת תרצ"ה, וכשהגיע הזמן לחזור לפולין אמר לאביו כי ארץ ישראל מוצא חן בעיניו ורוצה להישאר שם, וכן עשה, ובהמשך הזמן נתמנה לרב בתל אביב.
עם פטירת אביו בארה"ק כנ"ל מילא מקום אביו באדמורו"ת מודזיץ, והרחיב את הגבולים, ואף פתח ישיבה לבחורים.
נפטר ד' אייר תשמ"ד
בנו יחידו

ח. האדמו"ר ר' ישראל דן ממודזיץ זצ"ל, הנחלת דן,
נולד בווארשא, והיותו ילד בן שבע הגיע לארץ הקודש עם אביו כנ"ל,
חתן הר"ר שמואל אהרן שדרוביצקי ז"ל מביאליסטאק, מראשי אגודת ישראל בפולין.
עם פטירת אביו מילא את מקומו בתל אביב, ומשם עבר לבני ברק,
נפטר כ' סיון תשס"ו.
בניו:
מ"מ האדמו"ר ממודזיץ שליט"א
האדמו"ר מקאזמיר שליט"א
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:41 pm

אהל הדברי ישראל ממודזיץ ובנו ר' יעקב דוד ז"ל, בווארשא
צוגעלייגטע
photo.jpg
photo.jpg (18.19 KiB) געזעהן 7068 מאל
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:43 pm

שאר צאצאי השלשלת:

בני הרה"ק ר' יחזקאל מקוזמיר זצ"ל (ג):
א. הרה"ק ר' דוד צבי מניישטאדט זצ"ל, נפטר ו' תמוז תרמ"ב. (זקינו של האדמו"ר ר' יחזקאל מיאבלונא זצ"ל מייסד כפר החסידים הנ"ל, אודותיו דיברו למעלה. ליתר דיוק: ר' יחזקאל ב"ר יעקב ב"ר משה יוסף ב"ר דוד צבי).
ב. הרה"ק ר' שמואל אלי' מז'וואלין זצ"ל הנ"ל (ד), נפטר כ"ו אייר תרמ"ח.
ג. הרה"ק ר' אפרים מנאדרוזין זצ"ל, נפטר ד' אב תרס"ד.
ד. חתנו הרה"ק ר' משה דוד קליגסבארג מקאלושין זצ"ל.
ה. חתנו הרה"ק ר' אברהם מגיד מדוואהרט זצ"ל.


בני הרה"ק ר' שמואל אלי' מז'וואלין זצ"ל (ד).
א. הרה"ק ר' ישראל ממודזיץ זצ"ל הנ"ל (ה).
ב. ר' משה אהרן מז'וואלין זצ"ל.
ג. ר' יעקב מרדכי מראדום, נפטר בימי המלחמה.
ג. ר' חיים בנימין ז"ל נפטר בטטארשא.
ד. ר' עובדי' ז"ל נפטר בימי עלומיו.

בני הרה"ק ר' ישראל ממודזיץ זצ"ל (ה):
א. האדמו"ר ר' שאול ידידי' אליעזר ממודזיץ זצ"ל הנ"ל (ו).
ב. הר"ר חיים יחזקאל מאוזרוב זצ"ל, נפטר א' אלול תרצ"ט.
ג. האדמו"ר ר' יצחק ממודזיץ-בראנקס זצ"ל. (ראה הערכת מיללער עליו)
ד. ר' יחיאל אלתר ז"ל.
ה. ר' יעקב דוד ז"ל.

הרה"ק ר' שאול ידידי' ממודזיץ זצ"ל (ו) נשא ד' פעמים, והוליד בנים ובנות, מהם יש שעדיין נמצאים עמנו בחיים חיותם.
אחד מהם הי' הר"ר יחזקאל ז"ל, ובנו הוא האדמו"ר ממודזיץ פלעטבוש שליט"א.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:46 pm

אהל האדמו"ר ר' חיים בנימין ב"ר שמואל אלי' מזוואלין בווארשא
צוגעלייגטע
photo.jpg
photo.jpg (19.33 KiB) געזעהן 7072 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:47 pm

אהל האדמו"ר ר' יעקב מיבלונה בווארשא
צוגעלייגטע
photo.jpg
photo.jpg (11.74 KiB) געזעהן 7066 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:51 pm

הדברי ישראל ממודזיץ זצ"ל
צוגעלייגטע
israel.JPG

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:59 pm

הרה"ק הדברי ישראל זצ"ל
01.jpg
01.jpg (8.24 KiB) געזעהן 7118 מאל



הרה"ק האמרי שאול זצ"ל
02.jpg
02.jpg (17.89 KiB) געזעהן 7119 מאל



הרה"ק האמרי אש זצ"ל
03.jpg



הרה"ק הנחלת דן זצ"ל
04.jpg
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 4:08 pm

הפרדס תש"ג
צוגעלייגטע
New Picture.JPG
New Picture.JPG (28.9 KiB) געזעהן 7109 מאל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 6:17 pm

דער נחלת דן ז"ל אריינגייענדיג אונעם אוהל פון זיין זיידען דער דברי ישראל ז"ל אונעם בית החיים און ווארשא
צוגעלייגטע
Modzitz7.jpg
קרעדיט: מיין זוהן האט געכאפט דער בילד
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג דעצמבער 06, 2009 12:11 am

ניגון ´אזכרה´ הגדול לרבי ישראל ממודז´יץ זצ"ל געזינגען ביי די סעודת הלולא י"ב כסלו תשס"ט ביים היינטיגען מודז´יץ רבי שליט"א

דער לינק איז צו TZOFAR
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=15748
the SCY is the limit

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג דעצמבער 06, 2009 12:29 am

scy4851 האט געשריבן:ניגון ´אזכרה´ הגדול לרבי ישראל ממודז´יץ זצ"ל געזינגען ביי די סעודת הלולא י"ב כסלו תשס"ט ביים היינטיגען מודז´יץ רבי שליט"א

דער לינק איז צו TZOFAR
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=15748


פאריאר האבעך דאס געזעהן אויף קול הלשון וובסייט, כ'ווייס נישט פארוואס זיי האבן דאס אבער אראפ גענומען

דאס וואס איר שרייבט אזכרה 'הגדול', גראדע זינגען זיי דארט ביידע, קודם דעם אזכרה הקטן, און שפעטער דעם לענגערן

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג דעצמבער 06, 2009 8:55 am

אז מען קוקט אויף דעם קליף זעהט מען גאנץ אהנפאנג אז עס קומט טאקע פון 'קול הלשון'
the SCY is the limit

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 06, 2009 10:56 am

חוץ מאדזיץ האט זיך דער שלשלת קוזמיר געצויגן אין דער שטאט קוזמיר אליינס, כ'ווייס נישט צו ס'געווען א רבי'סטעווע, ווארום מיר דאכט זיך אז דער גאנצער מאדזיצער רבי'סטעווע איז אויך נאר באשטאנען פון א גוט אידישע ווערטשאפט אהן קיין גרויס געפארעכץ פון חסידים (אויב האב איך א טעות געב איך רעכט מיר אויף צו קלערן אנדערש).

נאך ר' יחזקאל'ע קוזמירער איז דארט געבליבן זיין זוהן ר' אפרים, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' נתן דוד משידלאווצע און איז נסתלק געווארן ג' מנ"א תרס"ד, און ער האט געהאט א זוהן ר' ירחמיאל צבי וואס ס'איז דא פון איהם א ספר אמרי צבי, זיין זוהן האט געהייסן משה יהודא וועלכע האט מחבר געווען א ספר דברי משה און ארויס געגעבן נאך אנדערע פוילישע חיבורים.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג דעצמבער 06, 2009 11:55 am

בן בוזי האט געשריבן:חוץ מאדזיץ האט זיך דער שלשלת קוזמיר געצויגן אין דער שטאט קוזמיר אליינס, כ'ווייס נישט צו ס'געווען א רבי'סטעווע, ווארום מיר דאכט זיך אז דער גאנצער מאדזיצער רבי'סטעווע איז אויך נאר באשטאנען פון א גוט אידישע ווערטשאפט אהן קיין גרויס געפארעכץ פון חסידים (אויב האב איך א טעות געב איך רעכט מיר אויף צו קלערן אנדערש).

נאך ר' יחזקאל'ע קוזמירער איז דארט געבליבן זיין זוהן ר' אפרים, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' נתן דוד משידלאווצע און איז נסתלק געווארן ג' מנ"א תרס"ד, און ער האט געהאט א זוהן ר' ירחמיאל צבי וואס ס'איז דא פון איהם א ספר אמרי צבי, זיין זוהן האט געהייסן משה יהודא וועלכע האט מחבר געווען א ספר דברי משה און ארויס געגעבן נאך אנדערע פוילישע חיבורים.


איני יודע אם הם גרו בעיר קאזמיר (בדפי השער של שני הספרים כתוב "פה ווארשא", אבל יכול להיות כי קודם לכן אכן גרו שם), אבל נכון שהם המשיכו שושלת קאזמיר.

הר"ר אפרים מקאזמיר זצ"ל (בשם ושארית נקרא הר"ר אפרים מ"שעננא", העיר שר' יחזקאל גר בו לפני עברו לקוזמיר כנ"ל) הי' לו ג' בנים:
א. הר"ר ירחמיאל צבי מקאזמיר זצ"ל הנ"ל.
ב. הר"ר מנחם דוד מקאזמיר-פראג זצ"ל. בנו הי' הר"ר לוי יצחק ז"ל, מח"ס מחשבות לוי.
ג. הר"ר שלמה מוואלאמן זצ"ל.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 06, 2009 3:36 pm

משיח האט געשריבן:ב. הר"ר מנחם דוד מקאזמיר-פראג זצ"ל.


לכאורה זהו פּראַגאֶ הסמוך לווארשא, (ר' מנחם זעמבא איז פון דארטן געקומען)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך דעצמבער 09, 2009 1:43 pm

מצבת הרה"ק ר' ישראל ממאדזיץ זי"ע:
צוגעלייגטע
CCF26112009_00008.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 7:11 am

ידידנו הרב ר' ברוך אמסעל האט [באדיבות ר' ד"וו} געשטעלט באתרו א בילד פון אן אוהל פון א רב דאהי אין פאסעיק בשם הרב יעקב מנחם ב"ר אברהם אבא טשאפלער ז"ל, נאכן טאן אביסעלע ריסוירטש שטעלט זיך ארויס אז מען רעדט פון א קאזמירער אייניקל וואס איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא מיט 2 פון זיינע קינדער בשנת תרע"ט, ער פארמאגט אייניקלעך אין מאנסי פון א דריטן זון וואס איז נישט געקומען צוזאמען מיטן טאטן.
צוגעלייגטע
yaakov-mendel-chapler.jpg
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 7:54 am

פון תולדות אנשי שם:
צוגעלייגטע
ימ טשאפלער 1.JPG
י. מ. טשאפלער.JPG
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט