רבי משה חיים לוצאטו ב"ר יעקב (רמח"ל) - כ"ו אייר תק"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

רבי משה חיים לוצאטו ב"ר יעקב (רמח"ל) - כ"ו אייר תק"ו

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 25, 2014 8:08 pm

דעם מאנטאג נשא, כ"ו אייר תשע"ד פאלט די יארצייט פון איינער פון די גדולי איטליה, דער גרויסער גאון און בקי בנגלה ובנסתר, איש אלקים רבינו משה חיים לוצאטו ב"ר יעקב זצלה"ה הנקרא בפי כל רמח"ל.

רמח"ל נולד בשנת תס"ז בפאדובה, איטאליע, לאביו רבי יעקב חי לוצאטו ז"ל.
ער האט געלערענט תורה ביי זיין גרויסן רבי'ן רבי ישעיה באסאן זצ"ל. ביי די 14 יאר האט זיין רבי אויף אים געשריבן מורא'דיגע תוארים: "אהבת עולם אהבתיהו וחא היה גדול בביתו ממנו... וכל טובי היה בידו כי אין נסתר מחמדו".

אין אנדערע בריוון פון גדולי פאדובה צו יענער צייט געפונט מען אויך: "ראשו מגיע השמימה... עוסק בקדשים דבר יום ביומו... רך ויחיד בבני אמו, זו כנסת ישראל".

זיין תלמיד רבי יקיתואל גורדון מתאר את רבו הקדוש: "כשהיה בן י"ד שנים היה יודע כל כתבי האריז"ל בע"פ".


בן כ' שנה זכה למראות אלקים וקיבל תורה מפי "מגיד אמת" וואס האט אים מגלה געווען כבשי דרחמנא וסתרי דרכי השם. רבינו שרייבט אין א אגרת דג' דחנוכה ת"צ: "נרדמתי ובהקיצי שמעתי קול אומר: לגלאה נחיתנא רזין טמירין דמלכא קדישא... ואני לא רואה אותו אלא שומע קולו מדבר מתוך פי".
דארט אין אגרת זעט מען אז ער האט אויך געהאט גילוי מלאך מט"ט 'שרא רבא', ואליהו זכור לטוב.

אזוי האט אנגעהאלטן צויי יאר בערך. ווען די זאך איז אנטפלעקט געווארן ברבים (ע"י תלמידו מהר"י גורדון) איז דער שול געווארן איבערגעפילט פון אידן וואס האבן געוואלט זוכה זיין לערנען תורה מפיו, עד אפס מקום ממש.
צווישן זיינע גרויסע תלמידים ציילן זיך רבי משה דוד וואלי זצ"ל וואס האט מחבר געווען צענדליגער ספרים על פי קבלה אויף תנ"ך. (הרמ"ד איז געווען עלטער פון רמח"ל און רופט זיך אלס תלמיד). גם רבי יעקב חזק אשר החיד"א מפליג מאד בגודל קדושתו, וגם רב ישראל יחזקאל טרוויש זצלה"ה נמנו בין גדולי התלמידים.


פולמוס - א שטורמישער תקופה
היינט צוטאגס, ווי שטארק רמח"ל איז איבעראל אנגענומען און באוואוסט, איז אבער בחייו געווען אנדערש.
די בריוו וואס זיין תלמיד מהר"י גורדון האט געשיקט האבן געגרייכט אויך קיין וינה. דארט האט זיך געפונען רבי משה חגיז זצ"ל אויף א מיסיע קעגן די שבתאות וואס האט נאך געבלאזן יענער צייט. מהר"ם חגיז האט געזען אין דעם א ממשיך דרך הש"ץ און האט געשיקט בריוו צו רבני וונעציא אויפצושטורמען די וועלט איבער דעם. פון דארט זענען געפארן בריוו צו מהר"י באסאן וואס האט דאן געוואוינט אין רייגיו. בשנת ת"צ בערך דריי יאר נאך די גילויים האט רמח"ל געמוזט פארשפארן זיינע כתבים מיט א שבועה און נישט עפענען בלי רשות רבו.
פאר די קומענדיגע פיר יאר האט געהערשט שלום, און רמח"ל האט דאן געשריבן ספרים שאינם עפ"י קבלה.

בשנת תצ"ב (או תצג) התחתן עם בת רבי דוד פינצי זצ"ל במנטובה.

בשנת תצ"ד קיבל רשות מרבו לדפוס את ספר הויכוח "חוקר ומקובל" (וי"א "כללות חכמת האמת"). דאס האט מעורר געווען נאכאמאל הר"ם חגיז ורבני ווינעציא בטענה שהפר את השבועה. די כתבים האט רמח"ל געשיקט צו רבי יעקב פאפירש כ"ץ קיין פראנקפורט שדן מקצתם לשריפה ומקצתם לקבורה. אבער עטליכע זענען בשתיקה נעתק געווארן און שפעטער געדרוקט געווארן.
יש גורסין אז די כתבים האט ער אפגעשיקט לרבו הר"י באסאן, אבער זיינע מתנגדים האבן עס אויף א אופן ארויסדערווישט (מכתב מזויף וכו') און אזוי איז עס אנגעקומען קיין פראנקפורט/אמסטארדם ונעלמו.

(אין יענע היציגע תקופה זענען געווען רבנים וואס זענען ארויס מיט א ח' אנטקעגן לערנען די ספרים, וכבוד א' הסתר דבר)

בין הגדולים שעמדו על צדו היו:
רבו מהר"י באסאן
רבי יונתן אייבשיץ
רבי בנימין כהן
רבי שאול מאמסטרדם
רבי יצחק לאמפירונטי (פחד יצחק)
רבי אבי עד שר שלום באזילה
רבי אפרים פיש. רבו של רבי חיים פאלק


בין הגדולים שעמדו עם הר"מ חאגיז:
רבי יעקב כ"ץ
רבי יעקב עמדין
רבי יוסף אירגוס (שומר אמונים קדמון)
רבי יחיאל מקאמארנא
ועוד

גם כמה מגדולי תלמידי בעש"ט שבחוהו והללוהו עד מאד. על ספרו "קל"ח פתחי חכמה" יש הסכמה מרבי ייב"א מאוסטראה ומפליג מאד בשבח רבינו.
גם הישמח משה מביא בליקוטים על מועדים שקיבל ממגיד ממעזריטש שהספר קל"ח פתחי חכמה היא "בהיר וטהור".
על ספרו מסילת ישרים יש כמה וכמה מתלמידי בע"ש שהתבטאו נוראות, כמו האפטא'ער רב, המגיד מקאזניץ, הרמ"מ מרימנוב, הרנ"ח מברסלב, הדברי חיים ועוד.


נאך די פאסירונג האט רמח"ל פארלאזט איטאליע און געגאנגען קיין אמסטרדאם וואו ער האט פאר א צייט עוסק געווען אין שלייפן דימאנטן. דארט האט ער מחבר געווען די ספר "מסלת ישרים" בשנת ת"ק.

רבינו רמח"ל האט לבסוף ימיו (תק"ג) געוואנדען זיינע טריט קיין הייליגן לאנד ארץ ישראל (עכו, טברי') כדי לזכות יותר באור התורה דארץ הקדושה. זיין לעצטע יאר תק"ו האט געבוזשעוועט א מגיפה וואס האט ליידער אים אומגעברענגט מיט זיין זון, נישט איבערלאזנדיג קיין דורות ל"ע. אלט זייענדיג 40 יאר.

הר"י באסאן האט געקלאגט אויף אים אז ער האט בחינת משה רבינו וואס האט נישט זוכה געווען להתקיים בארץ ישראל.

פולע צענדליגער ספרים האט רמח"ל געשריבן מיט זיין בליציגען מוח און חכמת אלקית. ליידער זענען בערך העלפט דערפון נעלם געווארן. אבער מיר זענען געבליבן מיט אסאך פון זיינע הייליגע ווערק בעיקר איבער השקפה, קבלה ומוסר (40 ספרים).
אין די ישיבה'שע וועלט איז ער געבליבן באקאנט מיט זיין הייליגן מוסר ספר "מסלת ישרים" וואס דער גר"א ותלמידו הגר"ח האבן שטארק מעריץ געווען.
דער גאון שרייבט ער האט שונה געווען דערויף מאה ואחד פעמים!

על ספרו "אדיר במרום" פי' על האדרא רבא, ווערט געברענגט אז דער גאון איז ארויס בבגדי יום טוב לקראתו!

רמח"ל איז אנגענומען ער ליגט אין טבריה נעבן רבי עקיבא. אבער יש חולקים על זה.

זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י
יש עוד הרבה להוסיף ואין פנאי
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 26, 2014 4:27 am

רבינו רמח"ל האט אויך געשריבן עטליכע ספרים על דקדוק, ספר הדקדוק, ספר ההגיון ועוד.

רבי שמעון'לע זעליחאווער האט אים גערופן "דער הייליגער לוצאטו זאגט", מפני גודל קדושתו לא רצה להגות בשמו.


ברם זכור לטובה, הר"ר חיים פרידלנדר ז"ל ר"י מיר, וואס האט בשעתו שטארק עוסק געווען אין מפיץ זיין תורת רמח"ל, נאכגעגאנגען צענדליגער כתבי ידות און פארשידענע לייבעריס איבער די וועלט און האט זוכה געווען צו פארשפרייטן תורת רבינו.
אויף עטליכע ספרים ווי "דעת תבונות", האט ער מוסיף געווען ביאורים ועיונים משלו.

הר' חיים איז נאר געווען דער מתחיל. היינט צוטאגס איז שוין דא א "מכון רמחל" בראשות הרב מרדכי שריקי. די מכון דרוקט אויך א "סידור רמח"ל" מלוקט מהכוונות בספרי רבינו.


פון רמח"ל איז דא א הויפן אגרות ומכתבים וואס גיבן א איבערבליק פון יענע רוישענדע תקופה.
אויך איז דא שיין ספר "רמח"ל ובני דורו" וואס ווארפט א ליכט און קלארט אויס פארשידענע נושאים מבני דורו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » מאנטאג מאי 26, 2014 6:25 am

שמעתי מחוקר היוחסין בעל ה"ויתילדו", שגם רבי יוסף לוצאטו, זקינו של הגה"ק רבי עקיבא יוסף שלעזינגער היה ממשפחה זו, והוא היה קרוב משפחתו של הרמח"ל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 26, 2014 9:20 am

און היינטיגען בליץ פאסט פון "הקהל"
זיין חיבור מסילת ישרים הייבט זיך אן מיט דעם ווארט יסוד
און זיין יומא דהילולא איז יסוד שביסוד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 26, 2014 12:32 pm

מערקווירדיג, אז זיין יארצייט האט אויך "אלקים" ווי דער רשב"י.
הוד שבהוד: יודוך עמים "אלקים"
יסוד שיסוד: יברכנו "אלקים"


רבי אברהם שמחה ברענגט אין א מכתב בשם רבו הגר"א זצ"ל, אז צוויי מענטשן האבן משיג געווען די נמשל* פון די כתבי אריז"ל, הר"ח ויטאל און רמח"ל!
דער גר"א האט אויסגעפירט, איך האב עס אויך פארשטאנען.

*כידוע אז כתבי אר"י זענען געשריבן נאר בדרך משל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 26, 2014 1:52 pm

אין די שיעורים וואס ניק לענית שיחי' האט ארויף געלייגט דא אין שכנות פון הרב רייזמאן שליט"א, איז ער מאריך מיט א אריכות נפלא, מגדולת הרמח"ל זי"ע (שיעור פ' במדבר תשע"ב)
ער זאגט בתו"ד אז דער רמח"ל האט געהאט די זעלבע גילויים ווי רשב"י, און האט געשריבן א זוהר מיטן זעלבן נוסח ווי דער רע"מ, און דעריבער האט דער מסבב כל הסיבות געפירט אז ער ליגט ממש סמוך ונראה צו רבי עקיבא, וויבאלד רשב"י איז אויך געווען א תלמיד פון רע"ק!!
ער זאגט דארט, אז דער בעל הלשם, רבי שלמה אלישיב, האט זיך שטארק אפגעגעבן מיטן איבער דרוקן ספרי הרמח"ל, און שטארק מפיץ געווען תורתו

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג מאי 26, 2014 3:20 pm

ביי איינע פון די אנדערע שיעורים (ערגעץ אין חומש ויקרא תשע"א) ברענגט ער אז דער רמח"ל האט מגלה געווען לאחד מתלמידיו אז ער איז א ניצוץ פון רבי עקיבא בן יוסף און איז אראפגעקומען כאילו מתקן זיין די ערשטע 40 יאר וואס ר"ע האט נישט געלערנט
עפעס אינפארמאציע?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 26, 2014 5:35 pm

אזוי פארציילט די וועלט אז רמח"ל האט געלעבט 40 יאר מתקן צו זיין די 40 פון רבי עקיבא וואס האט נישט געלערענט קיין תורה, און דערפאר ליגט ער נעבן רבי עקיבא.

דאס דארף א מקור נאמן, ווייל סיז דא חולקים אז רמח"ל ליגט ערגעץ אין עכו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג מאי 26, 2014 5:52 pm

שוועמל האט געשריבן:פאר די קומענדיגע פיר יאר האט געהערשט שלום, און רמח"ל האט דאן געשריבן ספרים שאינם עפ"י קבלה.

דעמאלטס האט ער מחבר געווען דעם מסילת ישרים?
ערגעץ האב איך געהערט אז דער גר"א האט געזאגט אז דאס איז אויך עפ"י קבלה נאר גוט באהאלטן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 26, 2014 7:19 pm

לפי הידוע האט ער געשריבן מסלת ישרים בשנת ת"ק.

דאס ווייס איך נישט, אבער אין דעם מכתב פון ר' אברהם שמחה הנ"ל שטייט עפעס כעין זה, אפשר מישט מען.
דארט שטייט אז דער גר"א האט געזאגט: תחלת האב איך געמיינט אז נאר רמח"ל האט משיג געווען די נמשל פון אריז"ל, און נישט הרח"ו. שפעטער האב איך געזען אז אויך רח"ו האט עס משיג געווען נאר זייער שטארק באהאלטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מאי 26, 2014 7:31 pm

נטיעות האט געשריבן:שמעתי מחוקר היוחסין בעל ה"ויתילדו", שגם רבי יוסף לוצאטו, זקינו של הגה"ק רבי עקיבא יוסף שלעזינגער היה ממשפחה זו, והוא היה קרוב משפחתו של הרמח"ל.

לוצאטו איז דאך זעהר איין אלטען איטאליענער משפחה. איין אנדערע לוצאטו, לאא"ה, איז אויך געוועהן פון דיע משפחה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 27, 2014 1:24 am

בילד פון מצבת רמח"ל אין טבריה.
צוגעלייגטע
ramhal11.jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 28, 2014 3:29 pm

א גאר אינטערעסאנטע כתב יד פון רמח"ל וואו ער האט מצייר געווען אויף א טבלא די צמצום העולמות, והנהגות ענפי אדם קדמון עד סוף אצילות (אילן הקדוש).

די ערשטע איז אריגינעל פון רמח"ל
די צווייטע האט איינער איבערגעשריבן עס זאל זיין ליינבאר
צוגעלייגטע
ramchal-tavla1.jpg
ramchal-tavla2.jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » פרייטאג מאי 30, 2014 12:00 pm

יהיה כן האט געשריבן:ער זאגט דארט, אז דער בעל הלשם, רבי שלמה אלישיב, האט זיך שטארק אפגעגעבן מיטן איבער דרוקן ספרי הרמח"ל, און שטארק מפיץ געווען תורתו

אבער ער האט שטארק חולק געווען אויף זיין הבנה אין קבלה, כידוע לבאי שעריה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מאי 30, 2014 2:09 pm

איך האב נישט געזען דעם לשם, אפשר א לינק ביטע?
לויט וויפיל איך האב געלערענט תורת רמח"ל טוט ער ממשיל זיין די גאנצע בריאה והשתלשלות אין די חלקי ההנהגה למטה בהנבראים.
אודאי, דאס איז נישט געווען די מהלך פון רש"ש וואס האט מער מפרש געווען אויף עבודה, ווי כוונות וצירופי הוי'ה.
אויף וואס איז דער לשם חולק?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מאי 15, 2015 12:18 pm

קיקיון האט געשריבן:און היינטיגען בליץ פאסט פון "הקהל"
זיין חיבור מסילת ישרים הייבט זיך אן מיט דעם ווארט יסוד
און זיין יומא דהילולא היינט איז יסוד שביסוד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 15, 2015 1:25 pm

IMG_1127.JPG

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג פאברואר 02, 2018 6:41 am

שוועמל האט געשריבן:
בשנת תצ"ב (או תצג) התחתן עם בת רבי דוד פינצי זצ"ל במנטובה.


הגה"ק ר' שמשון חיים נחמני זצ"ל בעל זרע שמשון חיבר שיר ליום חתונתו של ידידו הרמח"ל.
(בעל זרע שמשון הי' מבוגר מרמח"ל בשנה אחת).
נשואי רמח''ל.jpg
נשואי רמח''ל.jpg (157.96 KiB) געזעהן 1220 מאל

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » פרייטאג פאברואר 02, 2018 3:26 pm

דע בילד איז פון די רמחל'ס ביה"מ אין אכו
זיי זאגן אז סאיז א שטיקל פין זיין ספר תורה..
פארמעט פין א גדי
צוגעלייגטע
20171211_152806-1008x756.jpg
20171211_152806-1008x756.jpg (213.99 KiB) געזעהן 1201 מאל

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מוצ"ש פאברואר 03, 2018 11:37 pm

פארהאן עטליכע ספרים וואס באשרייבן תולדותיו מכתביו ותפילותיו, צווישן זיי איז דער ספר ''ירים משה'' ארויסגעגעבן דורך ר' פנחס דוד וועבערמאן מארה''ק פאטער פון ר' שלום וועבערמאן מקרית יואל.

איך וועל אפשר אן אנדער'ס מאל מאריך זיין אין עטליכע מערקווירדיגע זאכן וואס ער צייכנט אן אין אינעם ספר, למען לא נשאר הנייר חלק וועל איך אצינד ערווענען איין אינטערסאנטע נקודה , ער איז מאריך אין א גאנצע נידון לגבי די בריוו'ן וואס ר' גרשון קיטובער האט אויסגעטוישט מיט רבינו הבעל שם טוב ווי ער שרייבט צווישן אנדערע ''האיש הקדוש והפלאי שאמר לו הבעש''ט בעת היותו אצלו במעזוביז שראה במראה שבא איש קדוש ונורא וחכם גדול לירושלים והוא ניצוץ של שמיח וכו'...'' צי דאס גייט יא אדער נישט ארויף אויפן רמח''ל.

נאך א נקודה וואס איך דערמאן זיך אויפן מינוט, דער רמח''ל איז נסתלק געווארן ביי די 39 און איז נטמן געווארן אין טברי' סמוך ונראה צום ציון פון התנא אלקי רבי עקיבא, ברענגט ער אז ס'דא ווייזן אן אז היות רבי עקיבא איז דאך כידועה ביז די פערציג געווען אן עם הארץ איז דער רמח''ל אראפגעקומען אלס ניצוץ נשמתו צו מתקן זיין די פארבליבענע 39 יאר און דעריבער האט זיך טאקע אזוי געפירט אז זיי ליגן סמוך ונראה

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:50 am

שמעתי אז סאטמאר רבי זי"ע האט ביים זיך משטתח זיין אויף קברי אבות ספעציעל מאריך געווען מיט בכיות נוראות ממש טייכן טרערן ביי די קבר פון רמח"ל און רבי עקיבא

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג פאברואר 09, 2018 12:32 pm

שוועמל האט געשריבן:דער גרויסער גאון און בקי בנגלה ובנסתר, איש אלקים רבינו משה חיים לוצאטו ב"ר יעקב זצלה"ה הנקרא בפי כל רמח"ל.

זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י
יש עוד הרבה להוסיף ואין פנאי


שמעתי פעם אז דער נאמען "רמח"ל" איז א מאדערנע נאמען, אמאל פלעגט מען אים רופן דער הייליגער לוצאטו אדער דער הייליגער מסילת ישרים. האט דאס א מקור?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג פאברואר 11, 2018 2:14 am

דער בילד איז ריכטיג? האט דאס א מקור?
Moshe_Chaim_Luzzatto_(ramhal)_-_Wall_painting_in_Acre,_Israel.jpg
Moshe_Chaim_Luzzatto_(ramhal)_-_Wall_painting_in_Acre,_Israel.jpg (127.13 KiB) געזעהן 1039 מאל
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 9:35 am

שוועמל האט געשריבן:אזוי פארציילט די וועלט אז רמח"ל האט געלעבט 40 יאר מתקן צו זיין די 40 פון רבי עקיבא וואס האט נישט געלערענט קיין תורה, און דערפאר ליגט ער נעבן רבי עקיבא.

דאס דארף א מקור נאמן, ווייל סיז דא חולקים אז רמח"ל ליגט ערגעץ אין עכו.


ווי ווערט געברענגט אז עס איז דא חולקים אויף ווי ער ליגט?

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » דינסטאג מאי 15, 2018 9:14 am

איך האב געזען אשיינע זאך און סו"ס אוצר הגדולים [פון הרה"צ ר' נפתלי יעקב הכהן זצ"ל מחיפה], לגבי דער מחלוקת אויף דער הייליגע רמח"ל, און אויף אנדערע צדיקים, וז"ל: ויוקדם מה שראינו ושמענו שהסט"א המציא ענין חדש, לענות בו בהמצאה לעשות פירוד ומחלוקת בין גדולי שלומי אמוני ישראל והמוניהם אנשי שלומיהם בחשדות כי הם מהסט"א, והענין כאשר יראו גדולים מתנהגים הנהגה חדשה אשר כן נצרך משמים הנהגה זו בכל דור ודור כידוע, אבל הגדולים הישנים שהורגלו בהנהגה מקדם, והחדשה הוא מוזר בעיניהם, הנה יצעקו שהיא מהסט"א הם וגדוליהם וכל אנשי שלומם, ובזה יצליח לעשות פירוד אמיתי בישראל, כמו שהגר"א ז"ל וכל קדושיו עמו אמרו על רבינו ר"י בעש"ט וכל תלמידיו, שהם מקליפת נוגה טוב ורע, שתלמידי הרבי מלובלין נתפלגו, ועל הרה"ק ר' שלמה לייב מלענטשנא ועל הרה"ק מהר"מ מקאצק ועל הרבי מאיזביצא, אמרו החולקים שהם מהסט"א, וגם בדורינו כן, ואכמ"ל בגנות וכו', ומלפנים בדורות שקדמום היה החשדות בהוצאת שם רע באופן אחר שהם המתנגדים הם מכת ש"צ, כמו החולקים על הרבי ר' יונתן ז"ל ועל רמ"ח לוצאטו ז"ל שהוא מסט"א, וכמו כן מחלוקת בחשדות שהם נוטים למשכילים רעפורמות כמו על רבנים מסאדיגורא וכו', ובאמת בדור שני ושלישי אחריהם סרה קנאתם ושנאתם. ונודע היטב שאלו ואלו דא"ח, וכמש"כ בהקדמת כרתי ופליתי בזה, וכן המחלוקת על ספרי הרמב"ם שהיה בתחילת אלף זה, ואכמ"ל בכל זה. ובאמת ישנו בענין זה פרטים יוצאים, שאחת מדרכיה של הסט"א לזיין את איש גדול א', ולהעריכו שיהיה גדול בתורה ובחכמה בכל מעלה שיהיה כלי זיין שלה לעשות מחלוקת כמו שהיה קרח העשיר בזמנו של משה רבינו, וכן בכל דור כמו שנשמע בימי המחלוקת הרבי מלובלין ותלמידיו היהודי הקדוש ז"ל, ורב א' גדול מהחולקים, שאמר נרגנות בפני הרבי מלובלין על היהודי ז"ל, ונאמר עליו שהסט"א שמר אותו ארבעים שנה אף מהרהור עבירה כדי שלה"ר שלו על היהודי ז"ל יתקבל לפני הרבי ז"ל כידוע.
והנה מה שהחולקים, אשר הם בעלי רוה"ק צופים מראות מתגלות להראות שהחולקים הם מהסט"א, שהוא חידוש, אבל אין כל חדש, ומצאתי לזה מקור בגמ' ברכות דף כ"ח שם במחלוקת ר"ג ורבי יהושע, שנכנסו הרבה חכמים למתיבתא שלא כדעת רבן גמליאל והראו משמים לר"ג להניח דעתו, שאילו הנכנסים הם אינם חשובים כלום, כמו כלים מלאים אפר עיי"ש, מובואר מזה שבדרך שאדם רוצה לילך מוליכים ומוטעים, להסכים כפי סברתם, שיש מחלוקת שהם משורש נשמה, כמו שנאמר בחילוקים יש נשמות משורש שאול ויש משורש דוד, שהם גם עתה אינם נוחים זה לזה, ועיין תוס' יבמות ובמס' שבת דף פ' שתלונות אהרן ומרים על משה רבינו שהנהגתו שהיה קשה בעיניהם, הוא ג"כ כיון שרצה משה כן, ובדרך שאדם רוצה לילך מוליכין, ולכן הסכימו עמו משמים, וכמו שהאריך בזה הרה"ק מהר"צ מזידיטשויב ז"ל, עיי"ש, וענין זה הוא ג"כ משמים בחי' חרב המתהפכת חשמור דרך עץ חיים, שיהיה שייך כאו"א לשורשו וכידוע.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט