רבי יחיאל מיכל טוקצינסקי זצ"ל.ח'ניסן תשט"ו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:49 am
רבי יחיאל מיכל איז געבוירן לאביו רבי אהרן ב'ט"ו טבת תרל"ב און לעכוויטש ליטא . ביי פיר יאר אלטאיז ער איז געווארן א'יתום פון זיין טאטע , איז זיין מאמע האט נאך אמאל חתונה געהאט מיט הרה"ג רבי יהושע ראבינאוויטש אבד"ק נעשוויז.בשנת תרמ"ב איז ער אויף קיין ארץ ישראל און אריין לערנען און די ישיבה עץ חיים און אלט שטאט. שנת תר"ן האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית מרת טויבא בת רבי צבי הירש סאלנט זצ"ל, (בן רבי בנימין בינוש בן רבי שמואל סאלנט זצ"ל ).בשנת תרנ"ז האט ער געקריגן סמיכה פוןזיין זיידע רבי שמואל סאלנט זצ"ל גאב"ד ירושלים און געלרנט מיט אים בחברותא עד יום מותו.בשנת תר"ס איז זיין שווער נפטר געווארן און על פי בקשת רבי שמואל סאלנט זצ"ל איז ער געווארן פון די חברי הנהלה און מוסדות עץ חיים.און און די שווערע צייטן פון די ערשטע וועלט קריג האט אדאנק פעולתו די מוסד עקזעסטירט בכמות ובאכות .געווען א'גרויסע עסקן און כלל ענינים. בשנת תרס"ח האט ער אופגעקויפט א'גרויסער שטח מחוץ לחומות ירושלים און און געבויט די ת"ת און די ישיבה עץ חיים און אויך א'כולל אויף רחוב יפו.ער איז געווען די ראש ישיבה און מנהל המוסד. בשנת תרס"ה האט ער ארויס געגעבן די ערשטע לוח השנה זיינער וואס האט ענטהאלטן מנהגי הפרושים תלמידי הגר"א און ארץ ישראל וואס ער האט ארויס געגעבן מער וואו פופציג יאראון ס'איז געווארן זייער באווסט ,און ס'קומט ארויס עד עצם היום הזה. נפטר לבית עולמו בח' ניסן תשט"ו לפ"ק .ומנו"כ בביה"ח סנהדריה בירושלים עיה"ק.יהי זכרו ברוך.