הגה"ח ר' חיים יעקב ווידרעוויץ 'מאסקאווער רב' י"ב אייר תרע"א
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:00 pm
ב"ה
עס איז מיר שוין עטליכע מאל אויסגעקומען צו הערן און ליינען וועגן א געוואוסער קלאנג וואס עקזיסטירט, כאילו עס זאל האבן געווען א גאר בארימטע חסידישער רב וואס האט געהאט א שטארקער אויבערהאנט אין די מערכה קעגן רב הכולל, און דעריבער זענען די חסידים טיילווייז שולדיג אין דאס אונטערגאנג פונעם רב הכולל'ס רבנות. עס גייט פיל מער, אז אין די לעצטע טעג האט א געוואוסער בעל דרשן נאכגעזאגט בשם אן א.ג. היסטאריע דערציילער אז דער רב איז געווען א קל שבקלים ר"ל אין אן איצטלא דרבנן. איך וואלט פארלאנגט אז אזא באשולדיגונג זאל באגלייט ווערן מיט באווייזן אבער דערווייל וועל איך אינעם פאלגענדע ארטיקל איבערגעבן מיינע ידיעות וועגן יענעם רב, און דערמיט בעזהשי"ת ריינוואשן אט די פאלשע קלאגע און אויך ארויסברענגען די הערליכע ביאגראפיע פון יענעם חסידישן רב.
כאטש וואס אין רוב פעלער ווערן נישט ארויס געשריבן מיט קלארע אותיות ווער דער 'יעניגער' רב איז, אבער פון די פארשידענע סימנים מיט וואס דער קלאגע ווערט באגלייט איז עס זייער קלאר, אז די רעדע איז וועגן א רב מיטן נאמען רבי חיים יעקב ווידרעוויץ, וועמען מען האט דאהי גערופען 'דער מאסקאווער רב';
רבי חיים יעקב ווידרעוויץ פון די גאר נאנטע און חשובע חסידים ביי די ליובאוויטשער רביים דער רבי דער צמח צדק און שפעטער דער רבי מהר"ש נ"ע, איז געבוירן ח' כסלו תקצ"ו אין דער שטאט דאבראמיסלא וואס געפונט זיך אין דער מאהליב'ער גובערניע, צו זיין פאטער רבי בנימין. גאר שנעל האט ער זיך משלים געווען מיט זיינע לימודים, און געווארן א שטארק אנגענומענער פוסק פארנעמענדיג שיינע רבנות אמטן אין די שטעט טשערניקא, מאהלוב'ער גובערניא; קופישאק, וויטעבסקער גובערניע, און דערנאך פאר פופצען יאהר די חסידישער רב אין מאסקווא, און פראמינענט בארימט איבער אלע שטעט אין רוסלאנד.
פון צייט צו צייט פלעגט ער פארן אויף ליובאוויטש, און ביי די פטירה פונעם צמח צדק זיך מדבק געווען אין זיין זוהן רבי שמואל –דער מהר"ש. דער צמח צדק האט איבערגעלאזט פילע כתבים און די קינדער האבן זיי אנפארטרויעט פאר הרב ווידרעוויץ אז ער זאל מסדר זיין די תשובות און בכלל מעתיק צו זיין די כתבים פונעם צמח צדק. צוויי יאהר האט ער געארבייט אויף די כתבים, וואס פון דעם איז געדרוקט געווארן דער 'שו"ת צמח צדק'. עס ווערט דערויף דערציילט אז די משכילים וועמען דער צמח צדק האט אזוי לוחם געווען קעגן זיי, פלעגן שפעטן אז די שווערע תשובות זענען גאר נישט דעם רבי'נס נאר פון ווידרעוויץ.
אום תרנ"א האט דער צאר ארויס געגעבן א דעקרעט וועלכע טוט פארבאטן אידן פון וואונען אין דער שטאט מאסקווא, דאן האט ער פארלוירן זיין שטעלע, און זיך געוואנדן מיט שתדלנות צו די באראנען ראטהשילד און הירש, וואס זענען שוין געווען באקאנט מיט זייערע פילאנטראפישע באשטייערונגען לטובת די רוסיש געליטענע אידן, ספעציעל מיט אויסהאלטן פארשידענע טעריטאריע אין ארגענטינא און אין די ווייטע שטאטן פון אמעריקא, אבער עווענטואל האט ער גענומען דער וואנדער שטעקן און געפליכטעט אויף אמעריקא ווי ער האט זיך באזעצט אויף די די איסט סייד מאנהעטן, און פארנומען די רבנות פון די ליבאוויטש ניעזשינער שוהל אויף הענרי סטריט.
גאר שנעל איז ער דאהי בארימט געווארן מיט זיין געוואלדיגער כח ההוראה, און ער האט אויפגעטוהן גאר פיל סיי אין נוא יארק און סיי אין די שטאטן איבער די געביטן פון כשרות ומקואות, ארבייטנדיג אויף דער אייגענער האנט און אינאיינעם מיטן רב הכולל און זיין בית דין אוועק צו שטעלן אידישקייט על תילה, ער איז געווען שטארק באקאנט מיט זיין חכמה און כאטש וואס פיזיש איז ער געווען א כבד פה ד.ה. ער האט געשטאמעלט, דאך זענען מענטשן געקומען פון אומעטום צו הערן זיין קלוגער חוות דעת, און צו שליכטן קאנפליקטן.
עס איז אינטערעסאנט אז אויך די פרעססע האט ליב געהאט צומאל איבערצוגעבן אן עפיזאד פון הרב ווידרעוויצ'ס א דבר חכמה, אין א בוך פון ווערטלעך ווערט דערציילט אז הרב ווידרעוויץ האט זיך אמאל פארהאנקערט מיט א שותפות און יענער האט איהם בא'גנב'ט, אבער אנשטאט האט ער באשולדיגט הרב ווידרעוויץ און זיך מתחצף געווען אז ער איז א ליגנער. האט הרב ווידרעוויץ געזאגט דעם שותף: א-י-ך ב-י-ן א ל-י-ג-נ-ע-ר, ד-ו ב-י-ז-ט א ש-ט-א-מ-ל-ע-ר! רעגט זיך דער שותף אויף; איך בין א שטאמלער? דו ביזט א שטאמלער! ענטפערט הרב ווידרעוויץ; אבער אז דו באשולדיגסט מיר מיט דיין פעלער, באשולדיג איך דיר מיט מיין פעלער...
פון די באקאנטע חסידישע אידן וואס זענען געקומען אויף אמעריקא, איז באקאנט דער ליובאוויטשער חסיד ר' אברהם חיים ראזענבוים פון פלעשניץ, אליינס א סוחר אבער גאר א געהויבענע איד, זיינע תולדות זענען אפגעדרוקט געווארן אינעם ספר תולדות רבי אברהם חיים, און זיין קבר אפגעפונען דורך הרה"ח ר' יונה לאנדא –אויפן מאונט ציון בית עולם.
דער רא"ח איז געווען פארמישט און לעגאלע פראבלעמען מיט די רוסישע מלוכה, און דערפאר געזיצן אין די שווערע טורמעס, אין יענע טעג דערמאנט ער אין א בריוו זיין יוגנט פריינד הרב ווידרעוויץ מיט וועמען ער האט אינאיינעם געלערנט אין ליובאוויטש ביים רבי'ן דער צמח צדק, אט איז וואס ער שרייבט: "קודם ש"ק הי' פה סמאליענסק הרב הגדול רח"י ממאסקווא, מפה נסע לוויטעבסק ... בזכרי ימי קדם, אשר היינו יחד גם עמדו בתל תלפיות, זה בא בכדו וזה בא בחביתו, לשאוב מים חיים מן הנהר הגדול נהר פרת, הקטנים בקסמיהם והגדולים בקורותיהם".
אויך וועגן זיין נאנטשאפט מיטן רבי'ן מהר"ש מליובאוויטש דערקענט זיך פון דער פאלגנדע בריוו, וואס דער מהר"ש האט איהם געשיקט בכתב ידו, נאכפאלגנדיג א בקשה פון הרב ווידרעוויץ וואס האט געבעטן זיין רבי'ן איבערצוקוקן עפעס א קונטרס וואס ער האט אנגעשריבן, פאלגנד איז אן איבערשרייבונג פונעם בריוו, וואס איז צוגעלייגט דא בכת"י, צום באמערקן אז פונעם תוכן איז משמע ווי דער מהר"ש האט צוגעשריבן נאך א בריוו צו ענטפערן אויף א פראגע פון הרב ווידרעוויץ, אבער דער בריוו עקזיסטירט מער נישט.
ב"ה
כבוד אהובי ידידי הרב המופלג המפורסם ותיק וחסיד מו,ה חיים יעקב נ"י. מכתבו קבלתי ומוסיף בזה תשובתי, ובדבר הקונטרס שלו ראיתי אבל מעט עדיין, מפני העדר בריאותי מהארמאטיז וגודל טרדתי, ועכ"ז אבל אקח מועד ע"ז לעיין כראוי. ויקבל החיים והשלום והברכה מאדון השלום כנפשו וידידו דו"ש מלב ונפש חפיצה.
שמואל
יודיענו אם בקרו בני מאנ"ש ר"ד נ"י ור"ן נ"י ואם הם במיקאריע.
ווען דער חסיד רא"ח איז ארויס אויף די פריי טורמע האט ער זיך געוואנדן צו זיין פריינד וועמען ער רופט אן רבי יעקב קופיסקער אויפן נאמען פון דער שטאט קופישאק ווי הרב ווידרעוויץ האט משמש געווען ברבנות, און ער פרעגט איהם אן צו אמעריקא איז דער ריכטיגער ארט פאר איהם.
אט איז דער אנטווארט פון הרב ווידרעוויץ, ווי ער שילדערט מיט קורצע אבער זייער קלארע ווערטער ווי אזוי ס'גייט דאהי צו דער מצב, און דרוקט אויס זיין גרייטקייט צו העלפן סיי ווער עס וויל קומען: "כבר גמרתי בלבי לא להשיב מאומה לכל שואל ומבקש עצתי בדבר עקירת דירתו לפה, ואך למותר הוא, כי לא לאדם דרכו כו', ומד' מצעדי גבר כו', כל הבא לפה הנני מוכן ומזומן לעשות למענו כל אשר יהי' לאל ידי כדרכי מעולם, אמנם להבטיח בבירור לא אוכל. בדרך כלל הארץ הזאת טובה היא מאד להחפצים באיזה עבודה שיהי'. משפחה הבאה לפה ויש בה שלשה או ארבעה אשר אונם במתנם לעבוד, תיכף בבואם לא ידעו מחסור, אמנם לאנשים רכים וענוגים, לא ראיתי כמוה לרוע".
נאכן פטירה פון רבי יעקב יוסף, האבן זיך מייסטנס רבנים פאראייניקט אונטער די דאן ארגאנאזירטע 'אגודת הרבנים', אבער הרב ווידרעוויץ איז צוליב אן אומבאקאנטע סיבה געבליבן אומאפהענגיק פון זיי, און אפילו געפירט א שטיקל קאמף דערקעגן, אט איז איין מודעה וואס הרב ווידרעוויץ האט ארויס געשטעלט קעגן זיי און געדרוקט אין דער 'נוא יארקער העראלד': "אזויא וויא אייניגע רבנים האבען גענרינדעט א יוניאן פון רבנים מיט דעם נאמען ״אגודת הרבנים האורתודוכסים באמעריקא״ און יעצט האבען זייא אדווערטייזט א.מודעה ואזהרה״ בזה״ל: ״דיא הכשרים אויף מצה, י״ג, י״ש אונד ד"ג מיז זיין דוקא פון רבנים וועלבע זיינען אנערקענט פין אגודת הרבנים״ ( דאס הייסט פאן זייעד יוניאן) דארום געפין איך זיך פערפפליכטעט לכבוד התורה והרבנים להודיע מען זאלל דיעזע אזהרה ניכט אכטען. איך קען פיעלע רבנים, וואס האבען זיך ניט אייננעשלאסען אין דעם רבניש יוניאן, און זיינען באמת רבנים גדולים ומפורסמים בתורה וביראה וקטנם עבה ממתני רבני היוניאן, און זייערע הכשרים זיינען וויכטיגער וויא דיא הכשרים פון דיא יוניאן רבנים. בדרך כלל זיינען אללע רבני ישראל חלילה ניט חשודים מכשיל את הרבים צוא זיין, און דיא מודעה פון דיא יוניאן רבנים וואס זענען מטיל מום בקדשים זיינען מחלל שם שמים און זוכען נור זייערע נוטצען און ניט לשם שמים! איך בעט אום ענטשולדיגוננ ווען איך וועל זיך אויסשפרעכען אז זייער "מודעה ואזהרה" איז א געפעהרליכע העזה און חציפות און א בעליידיגוננ צוא דעם יודענטהום, וד' יכפר בעדם. הכו"ח למען כבוד התורה ורבני ישראל (ותו לא?...) האמתים, יום ד׳ ג׳ כסלו תרס״ג פה נויארק. נאם חיים יעקב ווידרעוויץ ממאסקווא, החופ"ק.
עס איז שטארק מעגליך אז דאס האט צוגעברענגט דערצו אז די ליטווישע מתנגדים האבן קעגן איהם ארויסגערוקט אזא קלאגע כאילו ער זאל האבן געווען גרינגשעצנד צום רב הכולל און לייכטזיניג פאר אידישקייט, און דערמיט געווארפן א נאסע ליילעך אויף די חסידים אין אלגעמיין, כאילו דער שילד וועגן רב הכולל'ס דורכגעפאלענע רבנות ליגט אויף זיי, ווען פאקטיש זענען די לוחמים קעגן רב הכולל מצד רבנים, דוקא געווען ליטווישע גדולים ווי הג"ר יהושע סיגעל 'שערפסער רב' און הג"ר שמואל צבי וויין 'וויזאנער רב'.
וואס איז אבער אינטערעסאנט צו באטאנען איז הלמאי מען האט טענות כאילו אז די חסידים זענען געווען קעגנער צום רב הכולל, ווען פאקטיש שרייבט י.ד. אייזנשטיין בפירוש אין זיין בוך 'אוצר זכרונותי' אז דער אנגעבליכער סיבה דערצו וואס מ'האט נישט אויפגענומען הג"ר אברהם יוסף אש אלס אפיציעלער רב הכולל איז געווען, דערפאר וואס ער איז געווען גענויגט צו חסידות, אזוי אויך איז דא אין דער באזיץ פון מורשת חכמי אמעריקא א דאקומענט וואס צייגט דאס אומגינסטיגער נייגונג פון רב הכולל זעלבסט קעגן א געוואוסע חסידישער אדמו"ר (כ'פראביר חלילה נישט צו אגיטירן, דאס ווערט געשריבן בלויז מיטן ציל אויף קלאר שטעלן די רעקארדס), ממילא פארוואס זאל מען האבן א טענה קעגן א חסידישער רב פארן נישט צושטיין צום רב הכולל ווען דער אגודת הקהילות האט דאס פאקטיש פראוואקיצירט.
דאס אלעס איז דאך נאר אויפן סמך אז ס'איז דא א טענה קעגן דעם חסידישער רב, וועלכע זאל האבן פראוואקצירט קעגן רב הכולל, אבער דאקומענטאריש איז דאס נישט ריכטיג, ווארום עס ווייזט זיך קלאר ארויס אז הרב ווידרעוויץ איז דוקא יא צוגעשטאנען צום רב הכולל.
כאטש עס זענען יא פארגעקומען איזולירטע קאנפליקטן ווי די השגחה פון הרב ווידרעוויץ האט קאנקערירט מיט די השגחה פון רב הכולל'ס בית דין, זעהט מען פארשידענע צייטן ווי הרב ווידרעוויץ איז זיך דוקא יא סומך אויפן פסק פון רב הכולל. אויך ווען עס זענען געווען די העפטיגע קאנפליקטן איבער די געלטער פאר עניי ארץ ישראל וואס זענען פארטיילט געווארן דורך 'כולל אמעריקא' געפונט מען אויך די חתימה פון הרב ווידרעוויץ איאיינעם מיטן רב הכולל וחברי בית דינו, עס ווייזט זיך דעריבער קלאר ארויס זיין עהרליכקייט און צוזאמען ארבייט מיט די עהרליכע רבנים ספעציעל דער רב הכולל.
נאך א זאך וואס עס געשעהן מיט די פטירה פון רבי יעקב יוסף דער רב הכולל לאגודת הקהילות, אז עס איז איבערגעליבן דער טיטל 'רב הכולל' לנחלה. פילע רבנים און דוקא שטארקע גאונים וגדולים האבן זיך געווארפן דערויף און זיך צוטיילט דערמיט, אזוי אז יעדער האט עס אנגענומען לויט זיין אייגנארטיגער סטיל. אויך הגה"ח ר' חיים יעקב ווידרעוויץ האט צוגעלייגט דער טיטל צו זיין דרוקסארט, אנהאלטנדיג דערמיט עטליכע טיטלען ווי צב"ש 'רב הכולל באמעריקא', 'רב הכולל לאגודת הספרדים' (חסידים) דנוא יארק ופילאדעלפיע אדער 'רב הכולל לעדת החסידים באמעריקא' אד"ג. וועגן דעם דערציילט י.ד. אייזנשטיין אין זיין בוך אוצר זכרונותי א באקאנט ווערטל, אז ווען מען האט געפרעגט ביי הרב ווידרעוויץ אויף דער טאוול ביים טיר וואס דערויף איז געשטאנען 'רב הכולל באמעריקא', ווער עס האט איהם מיט דער טיטל באקרוינט, האט ער אויף דעם שטאמעלדיגערהייט געענטפערט אז דאס איז געווען די ארבייט פון דער פעינטער...
עס איז אבער וויכטיג צו באמערקן אז נאכן פטירה פון רי"י, איז הרב ווידרעוויץ אינאיינעם מיט עטליכע פארזיצער אין דער אגודת הקהילות געווען שטארק אינסטרומענטאל אין א דורכגעפאלענע פרואוו צו שטעלן אויף זיין ארט דער גרויסער גאון רבי יעקב דוד ווילאווסקי פון סלוצק וועלכע איז בארימט מיטן אקראנאם רידב"ז.
הרב ווידרעוויץ האט אין יענע צייט אויכעט געפירט א קאמף קעגן א קאנטראווערסיאלער רב, מיטן נאמען רבי חיים הירשנזאהן, וואס איז געקומען אויף האבאקען, נוא דזשערסי אום תרס"ג, הירשנזאהן וועלכע האט געזעהן דער צושטאנד פון אידישקייט אין אמעריקא, האט ו-ועלנדיג פארמיידן פארשוועכעניש פון מצוות- דעמאלטס ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען 'הליכות עולם' אין וועלכע ער טוט ערקלערן וויאזוי מ'קען מיקל זיין אויף פארשידענע הלכות אד"ג, דאס האט ארויסגערופען די צארן פון די עהרליכע רבנים און ספעציעל הרב ווידרעוויץ וועלכע האט דאן אפגעראכטן מאמרים אין קעגנזאץ וועלכע זענען געדרוקט געווארן אינעם קובץ 'המצפה' וואס איז ארויסגעגאנגען אונטער די אנפירערשאפט פון הגאון ר' אברהם אהרן יודעלעוויץ.
אום י"ב אייר שנת תרע"א איז הרב ווידרעוויץ געשטארבן נאך א קורצע קרענק פון בלויז אכט טאג, ביי זיין לוי' זענען זיך אנגעלאפן א ריזיגע מאסע פון מענטשן, די פאליציי וועלכע האבן גוט געדענקט די ראיאטן וואס האבן זיך אפגעשפילט דורכאויס די לוי' פון רב הכולל מיט ניין יאהר פריער, האבן –אויף צו פארמיידן אן איבערשפיל- אנגעהאלטן א גאר שטארקן קאנטראל אויף די מאסן, ער איז געברענגט געווארן לקבורה אויף דער היינט חרוב'ער בית עולם 'בעיסייד' אין די חלקה פון אנשי ליבאוויץ וניעזשין, הארט ווי מען האט מיט עטליכע יאהר פריער באערדיגט זיין חשוב'ער זוהן ר' יוסף צבי, און א גרעסערע מציבה איז געשטעלט געווארן איבער ביידנס קבר.
פאלגענד איז אן אויסצוג פונעם 'מארגן זשורנאל' נאכפאלגנדיג זיין פטירה "ער איז געווען איינער פון דיא גרעסטע גאונים פון אונזער צייט.. מיט אכט טאג צוריק איז ער קראנק געווארען... ער איז דיא גאנצע צייט געלעגען אויפ׳ן בעט מיט ספרים אין דיא הענד און האט ניט אויפגעהערט צו לערנען.. אויסער זיין בקיאות, חריפות און גאונות אין לערנען, איז דער פערשטארבענער גדול געווען א גרויסער חכם אין וועלטליכע זאכען. גרויסע ביזנעס־לייט פלעגן קומען צו אים עצות פרעגען אדער סעטלען פערשידענע סכסוכים אין ביזנעס אנגעלעגענהייטען".
זיינע כתבים זענען קיינמאל נישט געדרוקט געווארן, אבער זיין אנדענק בלייבט אויף שטענדיג אין די כתבים פונעם צמח צדק, אויך זענען אין פארשידענע ביבליאטעקן צואווארפן זיינע תשובות בכתב יד.
מורשת חכמי אמעריקא
אהרן הירשקוביטץ-מזכיר
מסדר קידושין בסיראקיוז