רבי נפתלי חיים הורוויץ זצ"ל מדזיקוב-ירושלים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

רבי נפתלי חיים הורוויץ זצ"ל מדזיקוב-ירושלים

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אפריל 02, 2014 4:04 pm

איך באמערק יעצט אז וועגן איהם איז נאכנישטא אן אשכול, אלעמאל פון קינדווייז אן האב איך געהאט אן אינטערעס צו ליינען די פלאים'דיגע מעשיות וועגן רבי נפתלי חיים, און פאר א גאר גאר לאנגע צייט צוריק האב איך זיך געגרייט צו שרייבן וועגן איהם אן ארטיקל דאהי, אבער די צייט האט מיר נישט ערלויבט, דעריבער שטעל איך דאס ביסל וואס כ'האב זיך שוין אפגעשריבן.

ב"ה
ר' נפתלי חיים איז געווען א זוהן פונעם אמרי נועם ר' מאיר'ל דזיקובער וועלכע איז געווען א זוהן פון ר' אליעזר'ל דזיקובער בן הרה"ק רנ"צ מראפשיץ. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון ר' משה אונגער בן הרמ"ד מדאמבראווא חתן בעל הדברי חיים, ר' נפתלי חיים האט נאך געגעסן קעסט ביים צאנזער רב.

ער איז שטענדיג געווען אפגעזונדערט פון יעדעם איינעם און האט זייער חושש געווען אז מ'זאל נישט האלטן פון איהם און אז ער האט געזעהן אז ס'גייט איהם נישט האט ער זיך פלוצים אויפגעהויבן און געפארן קיין ארץ ישראל דארט האט ער זיך באזעצט אין צפת אבער ווען ער האט געזעהן אז ס'זענען דא דארט צופיל צאנזע וואס האבן איהם געקענט איז ער געפארן קיין ירושלים ווי ער האט געהאפט אז קיינער וועט איהם נישט קענען, אין ירושלים האט ער זיך באזעצט אין אלט שטאט, זיין הויף איז געווען ממש הארט פאר ווי ס'איז געווען באשטומט אז מען טאר שוין נישט גיין דארט ווייל ס'איז דער הר הבית, נאך א שטיק צייט ווען ער האט געזעהן אז מ'פאנגט שוין אהן צו זעהן אין איהם עפעס האט ער זיך געטוישט די מלבושים און איז געגאנגען אנגעטוהן ווי אן אורחי ופורחי'ניק אזוי אז קיינער איז שוין נישט צוגעקומען צו איהם.

אין צאנז האט ער איבער געלאזט זיין פרוי מיט 4 קינדער, און זיי האבן זיך געבעטן צו איהם דורך בריוו אז ער זאל צוריק קומען אבער ס'האט גארנישט געהאלפן, ביז זיין עלטער-שווער דער צאנזער רב אליינס האט איהם געשריבן אז ער זאל צוריק קומען, האט ער איהם געענטפערט איך קען נישט צוריק קומען קיין צאנז 'כי כבר יש לי פה שתי נשים אחת שמה "ציון" ואחת שמה "ירושלים" ופה אשב כי אותיהם, דערווייל האט מען איהם ווייטער געבעטן פון צאנז אז ער זאל צוריק קומען אבער ס'האט גארנישט געהאלפן.

דעמאלטס האט זיך געמאכט א שאלה מיט די הינער וועלכע קומען פון 'קיבריץ' דעמאלטס האט דער צאנזער רב געזאגט אז דאס וועט שוין העלפן, ער וועט בעטן ר' נפתלי חיים צו פארן קיין קיבריץ וועלכע איז נאנט קיין ארץ ישראל מברר צו זיין דארט די שאלה, ער וועט דאס זיכער טוהן דערנאך וועל איך איהם בעטן מיר צו ברענגען א הינדל פון דארט, האט ר' נפתלי חיים האט פארשטאנען דעם שפיצל האט ער צוריק געשריבן קיין צאנז, איך וועל טוהן וואס דער עלטער-שווער הייסט מיר אין איך וועל בעז"ה צוריק קומען קיין צאנז בקרוב מיט הינער פון קיבריץ, אבער אויב טראכט מען אז מיט דעם וועט מען מיר כאפן צו בלייבן אין צאנז אדער אז איך זאל נעמען א רבנות פאסטן, הנה ידע כ"ק כי פני השמש לא אראה עוד, און קיין רבנות קען איך נישט אננעמען ווייל ווער ס'וועט מיר נאר זעהן מיט מיינע קליידער וועט מיר נישט נעמען.

ר' נפתלי חיים איז טאקע געפארן קיין קיבריץ און איינגעהאנדלט הינער זיי אריין געלייגט אין א גרויסער שטייג וואס ער האט געבויעט דערפאר און עס מיטגענומען קיין צאנז, ווען מען איז געוואר געווארן אין שטאט אז רנ"ח איז דא זענען זיך אלע צוזאמען געלאפן איהם מקבל פנים צו זיין, אבער ער האט זיך איינגעשפארט פאר עטליכע טעג ביז דער צאנזער רב האט געשיקט איהם רופן וואס דאן האט ער זיך איבערגעדעקט אז קיינער זאל איהם נישט באמערקן און אזוי איז ער אריין צום צאנזער רב וועגן די הינער.

ער איז דאן פארבליבן אין גאליציע אויף עטליכע מאנאטן, ווען דורכאויס די צייט באזוכט ער באהאלטענערהייט ביי פארשידענע רבי'ס אויף וועמען ער האט דורכגעפירט פארשידענע עקספערימענטן צו דערגיין זייער גרויסקייט. א טייל פון די זייער אינטערעסאנטע עפיזאדן האט דער בארנובער רב -וועמען ער האט אנפארטרויעט דערמיט- שפעטער דערציילט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אפריל 02, 2014 4:16 pm

תיתי לי אז אדאנק מיין תגובה גייט מען באהאנדלען דעם קדוש.

מיין ערשטע שאלה איז ווי נאך מ'רעדט פון רנ"ח חוץ בארנובער רב. נישט ווייל חלילה איך בין מפקפק נאר ס'איז פשוט באטעמ'טער ווען נישט די גאנצע מעשה אין מיין קאפ קומט פון איין מקור (די מעשה ביכלעך פון רצ"פ מאשקאוויטש)...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מיטוואך אפריל 02, 2014 4:40 pm

בהקדמת ספרו מנחה חדשה שנדפס מחדש.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך אפריל 02, 2014 4:43 pm

א דאנק בן בוזי. זייער שיין
מילכיגער, דו ביסט שולדיג, ישר כח.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מיטוואך אפריל 02, 2014 4:52 pm

viewtopic.php?p=284842#p284842

יהיה כן האט געשריבן:דער ווינדערליכער צדיק ר' נפתלי חיים הורוויץ בן האמרי נועם וחתן הה"צ ר' משה אונגאר חתן מרן הדברי חיים, האט געדריקט זיין ספר 'מנחה חדשה', האט ער דארט א הסכמה פון זיידן דעם הייליגן רב פון צאנז זי"ע שרייבט ער בתוה"ד:
'וע"ד בקשתך ליתן לך הסכמתי עיינתי בהקונטרסים מעט כחפצך ומחמת טרדותי המרובים וכחי אין עמדי לא יכולתי לעיין בהם הרבה ולדעתי שתמתין בהדפסה כי צעיר אתה לימים ותלמוד מוטב שלחן ערוך הרבה ודיני הוראה שכל העולם נצרכים לו ושאל אביך ויגדך הוא מחותני הגאון החסיד נ"י'
און דער צדיק ר' נפתלי חיים ברוב מדת האמת שלו, האט ער נישט געפילט פאר וויכטיג עפעס ארויסצילאזן, און האט עס אריינגעדרוקט כמו שהוא

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מיטוואך אפריל 02, 2014 4:55 pm

viewtopic.php?p=274836#p274836



מיילעך האט געשריבן:ר' יואל היילפרין מזשילין-כ"א תשרי תשי"ד
נולד בשנת תרמ"ז לאביו ר' אברהם זרח ארי' יהודה לייבוש מברעזאן בן ר' משולם שרגא פייבוש בעל 'שפת אמת' מברעזאן חתן הרה"ק ר' אשר מראפשיץ זי"ע.
ולאמו הרבנית שלאמצא בת ר' יואל משאץ חתן הרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאן זי"ע.
נשא את בת ר' אליהו הורוויץ מזשילין בן ר' נפתלי חיים מדזיקוב בן בעל 'אמרי נועם' מדזיקוב זי"ע.
אדמו"ר בזשילין בברעזאן וברישא.
בשנת תר"ץ היגר לארה"ב.
נסתלק הו"ר ומנו"כ בוועלוואד. זצ"ל.
בנו: ר' חנני' יוסף אב"ד זאבנא הי"ד.
חתניו: ר' מאיר זיכלינסקי מסטריקוב הי"ד-ר' יצחק זאב קלאנג ז"ל-ר' אלתר משה יהושע ענגלענדער שליט"א.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מיטוואך אפריל 02, 2014 4:59 pm

viewtopic.php?p=571347#p571347
ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:1. ר' אברהם משה באב"ד מ"מ אביו בגורא-המורא ולאחר השואה חבר לרבנות הראשית בת"א-יפו, ר' אברהם משה היה חתנו -חרגו של האהבת ישראל מוויזניץ, שנשא את הרבנית מישקט ב"ר אליעזר ניסן הורוויץ ב"ר נפתלי חיים מדזיקוב-ארץ ישראל, רא"נ נפטר בצעירותו ואלמנותו נישאה בזוו"ש לאהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל.

כמו"כ היה גיסו של המקור ברוך מ'סערעט-וויזניץ [בזוו"ש].



צו באמערקן; נישט צו פאר-טוישן איהם מיט ש"ב וועלכער האט געטראגן דעם זעלביגן נאמען, דער סאנדערלאנד'ער רב ר' אברהם משה באב"ד, במ"ס אמרי טבא.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אפריל 02, 2014 7:02 pm

רבי נפתלי חיים ליגט אויף הר הזיתים. נעבן אים ליגט רבי אברהם שמחה הורוויץ מבארנוב.
האט איינער א גיטע בילד פון זיין מצבה?

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 9:46 am

יציב פתגם האט געשריבן:רבי נפתלי חיים ליגט אויף הר הזיתים. נעבן אים ליגט רבי אברהם שמחה הורוויץ מבארנוב.
האט איינער א גיטע בילד פון זיין מצבה?

אין וועלכע חלקה ליגט ער?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אפריל 09, 2014 7:37 pm

אין חלקת גאליציא

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אפריל 09, 2014 7:38 pm

פון וויקיפדיה:
רבי נפתלי חיים (מירושלים) מדז'יקוב וצאצאיו

בנו הבכור של רבי מאיר מדז'יקוב היה רבי נפתלי חיים, 'הצדיק המופלא'. נולד בשנת ת"ר. חתן רבי משה מדומברובה חתנו של רבי חיים הלברשטאם מצאנז. יועד על ידי אביו להיות ממשיכו. סבו רבי אליעזר העיד עליו שלא טעם טעם חטא מימיו. למד אצל רבי חיים מצאנז, מסופר שהיה מסוגר בביתו על תלמודו ולא יצא מביתו רק למקווה ולבית כנסת. כשחזר לדז'יקוב אביו רצה למנותו לרב אך רבי נפתלי חיים סירב. בכל זאת הגיעו אליו רבים לשאלות וברכות. לאחר תקופה, בשנת תרכ"ז, מאס רבי נפתלי חיים בעול שהוטל עליו בעל כרחו ועלה לארץ ישראל והתגורר בצפת. שם דבק ברבי דוד לובינער תלמידו של רבי שמואל השני מקאמינקא, והיה מעביר לו את האזכרות שקיבל מחו"ל. לאחר מכן עבר לירושלים. היה נוהג לסיים כל שיחה בנעימה 'והכהנים' מתפילת מוסף של יום כיפור ואכן נפטר בשעת אמירת העבודה במוסף של יום כיפור בשנת תרנ"ה. נקבר בחלקת גאליציה בהר הזיתים. חיבר את הספר 'מנחה חדשה'. חמיו רבי משה מדומברובה גם עלה לארץ ישראל בסוף ימיו והתגורר ונקבר בצפת. גם בן דודו ידידו ותלמידו רבי אברהם שמחה מבארנוב עלה לירושלים ונקבר על ידו בהר הזיתים.

בניו היו רבי אליהו ששימש כרב בזאלין. רבי בצלאל ששימש כרב בפילזנא. רבי אליעזר ניסן שעלה איתו לצפת. בתו פרומט נישאה לרבי פנחס נתן מקומרנה-נאנאש ובזיווג שני לדודה רבי אהרן מבייטש.

צירל, בתו של רבי אליעזר ניסן מצפת נישאה לרב מרדכי יהודה אדלר (נכד לאדמו"ר לעלוב) ובזיווג שני ל (בן דודו של אביה- בנו של רבי ישראל חתנו של רבי מאיר מדז'יקוב) רבי ברוך הגר מסערט ויז'ניץ. בנה היה רבי נפתלי חיים אדלר מדז'יקוב חתנו של (בן דודו של סבו) רבי חיים מאיר הגר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 29, 2014 8:05 pm

קוקט אויס אז דאס איז א בריוו פון רבי נפתלי חיים זצ"ל קיין אמשטדרדאם צו די פקו"א:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... ame;size=S

קען עס איינער פרובירן מפענח צו זיין?

(זעה חתימתו אויף די לינקע זייט)

עס זענען פארהאן דארט נאך עטליכע פון אים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 02, 2014 10:52 am

מיללער האט געשריבן:קוקט אויס אז דאס איז א בריוו פון רבי נפתלי חיים זצ"ל קיין אמשטדרדאם צו די פקו"א:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... ame;size=S

קען עס איינער פרובירן מפענח צו זיין?

(זעה חתימתו אויף די לינקע זייט)

עס זענען פארהאן דארט נאך עטליכע פון אים



אינעם דערמאנטן אוצר פון די פקו"א זענען דערווייל געפונען געווארן א קיימ"ל פון פינף בריווען געשירבן דורך הרה"ק רבי נפתלי חיים זצ"ל, פיר דערפון זענען פון תרנ"א און איינס איז נאך פון תרמ"ו. א חשוב'ער ניק האט צוגעשיקט פיענוח פון צוויי פון די בריווען, עס כאפט א פחד צו ליינען וויאזוי דער צדיק שרייבט ברמז ענינים נשגבים ונסתרים, בייגעלייגט זענען די פיענוחים כל' המעתיק.

מכתב א':
ק"ל מש"ק [מוצאי שבת קודש] ב' דשבועות תרנ"א לפ"ק

ב"ה להה"ג שי' צדיק ונושע עני ורוכב על החמור אי' איפוא איפה הם רועים.
אני דמיתי שכת"ה יקיים מבוקשתי עכ"פ מה שבקשתי מאתו אם קשה לפניו שהוא יכתוב לאנשים המתנדבים, עכ"פ מהראוי לכתוב אלי אם לא הוא כי קשה לפניו יצוה לאחד מ[מ]שרתיו עושי דברו להעתיקו לי הגבירים המתנדבים, ואני אכתוב מכאן. ואם כת"ה קיים דבריי אשר כפום השמועה שכת"ה הוא מישיבת החת"ס מפ"ב ז"ל מצאתי מחויב להעניקו מטוב טוב שמבראשית לראות מחסידי צדיקי החסידים וכתבתי לו שיקבל פני צדיק אחד מרוסיא בחג, ואם ציית לדבריי מחויב מבלי להיות כפוי טובה, כי לעולם ועד אחר מו"ש [מאה ועשרים שנה] יהי' לו טובה מזה.
נפתלי חיים הורוויץ


מכתב ב':
ב"ה להה"ג ידיד ארצינו וידיד אלוקים ואנשים הרא"מ,
באם כת"ה ציית לדברי זה כשתי שנים שכתבתי לו לקבל פני קדוש ד' מעדת החסידים יען כי שמעתי כי כת"ה מתלמידי החת"ס ז"ל ובאם כן עשה מחויב מבלי להיות כפוי טובה כלל וכלל, אשר זה יהא טובה לנשמתו אחר מ"ש [מאה שנים] לעולם ועד לא תהי' פרידה, ע"כ ימחול לכתוב להנדיבים בשמותם הנודעים לו שירשמו אותי לשלוח, ובאם זה קשה לפניו כי לא ידעתי מהות הכבוד שבערי אשכנז אפשר אינו לפי כבודו, עכ"פ ימחול באי כוחו שירשמו לכאן אלי שמותם ואשלח מפה, גם אם ישלח לו מק..ה פחות מג' פראנקס יחזרהו זולת מאיזה רב לא ישלחהו בחזרה.
נפתלי חיים הורוויץ


אפשר קען איינער לכה"פ קלערן פון וועלכע צדיק פון רוסלאנד די רעדע איז?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 02, 2014 11:23 am

אינצווישן האט הרב בן בוזי מעיר געווען אז דער צדיק פון רוסיא איז נישט קיין אנדערער ווי דער גרויסער טריסקער מגיד זצ"ל, באזירט אויף דעם בריוו:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D211253
ער האט אויך מוסיף געווען אז זענען פארהאן לכה"פ נאך פינף בריווען

-

מ'גיימיר דערווייל ווייטער בפיענוח פון די בריוון, באדיבות הניק הוותיק ועושה חסד

מכתב ג':
ק"ל מש"ק י"ט תמוז תרנ"א ל'
ב"ה להה"ג צדיק ונושע נ"י, יאמר לי הצדק מי מעכב איזה מעות וח.. הבאה אלי אם מכבוד חותני נ"י מצפת"ו הה"צ ר' משה'לי נ"י כי מהרבה מקומות הנצרך לו ואין על? בכוחינו? לגזור עליו בכח ארצינו, אך לגדול כמוהו אצריך לדבר תחילה אולי יש כאן טעות, וזאת ידע אם קיבל פני צדיק הדור מעדת החסידים כאשר כתבתי אליו, טובה רבה יהי' לו אחר מ"ש, וצריך מבלי להיות כפוי טובה ואם לא, נאה להיות סרסור, ימחול להודיע שמותם, ואני אכתוב להם.
נ"ח הורוויץ


מכתב ד':
ק"ל ג' תשרי תרמ"ז ל' ...
בעז"ה פעה"ק תובב"א הוי זנב לאריו"ת לפרט גדול.
כבוד ידיד ד' וידיד אריצינו הה"ג המפורסים וידיד תבל ומלואה כש"ת רא"מ דעללמאן נ"י.
הנני שולח לכת"ה ספר חדש נחמד מהרדב"ז זצ"ל ראה זה חדש היא לא שזפתם עין איה, ויעיין דבריו שכתב כי בהספר הזה שיפיץ יהא צמיחת ישועה, ואבקשו אנא מכבוד ידיד ארצינו תתן יבולה אשר נודעה לכת"ב המתנדבים ושולחים לפה מעו"י הן רבנים אשכנז או גבירים נגידים או מופלגי תורה אוהבי הארץ יכתוב להם עבורי שירשומו אותי בפנקסם, כי ת"ל עשיתי פה שידוך נכבד לבני שי' עם בת ת"ח גדול הדור, אך כל המשא עלי הוא כי כן משפטו של הארץ לקחת העול על אבי הבן, ובני שי' הוא חריף עצום בתורה ואעפ"כ חייבתי עצמי הון רב ולא רציתי לשדך עם גביר אחד שבצפת"ו גביר עצום שלקח ירושה מאחיו ע"ה הון עתק, אך לא משפחת ת"ח הנה הנם, לא רציתי לעזוב חנותינו, והיית לנו לעיניים כל ימי שמאהבי התורה ומאהביי כ"ק חותני איש האלקים מהב"ח מסאנץ האלבר שטאם זצ"ל


בעמוד ב'
ויקבל כוח"ט בספרן של צדיקים מאדון השלום, השלום לו, והנה רח"ל בת"ו באה עם הצאן.


מכתב ה':
ק"ל מש"ק [מוצאי שבת קודש] י"א א"ש [אדר שני] תרנ"א.
ב"ה באם שמע כת"ה לקולי בשנה שנתיים העבר וקיבל פני צדיק הדור זי"ע טובה לעולם ועד יהא לו אחר מ"ש [מאה שנים] אפילו, אשר ע"כ בין כך ובין כך אם כת"ה ממחבבי תופשי התורה מהראוי מבלי להיות כפוי טובה שימחול לצוות לעושי דברו שיכתבו להגבירים המתנדבים בעם ששולחים את הצעטלין לכת"ה שיחלמו לשלוח גם אותי ולאשר רובא זמניהם השולחים הם קודם ה... לזאת כתבתי שימחול כבודו לזרז לשאר המתנדבים הק' נ"ח הורוויץ

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » פרייטאג מאי 02, 2014 11:36 am

תוך כדי העתקה פון איינע פון די אנדערע מכתבים ווערט נתגלה אז דער צדיק מרוסיא איז דער קדוש אלקים דער טריסקער מגיד זצוק"ל [ביני לביני איז שוין הרב מסקרענטאן אליין דערגאנגען אויף די שפורן, אבל איידי דטרחתי על העתקת המכתב קודש חביבא לי]
פונעם דאטום הנרשם ע"י הפקו"א איז משמע לכאורה אז דאס איז דער ערשטער בריוו ווי ער בעט אים ער זאל פארן צו דעם צדיק מרוסיא

[ביו' א' אדר"ח אדר שני תרמ"ט לפ"ק א"צ תשובה]

ב"ה פעה"ק תובב"א להה"ג צדיק ונושע
ידיד ארצינו תתן יבולה כש"ת רא"מ נ"י דעלאמאן.
הן ע"ד אשר הקשיתי לו בנר חנוכה, דבר בעתו מה טוב, עוד אקח מלין
לדבר אתו, ישאל זה הקושיא, אשר שמעתי כי כת"ה מישיבת החת"ס ז"ל,
הן דברי המרדכי בפ"ב דמגילה אין קורין אלא ביום, נראה לראבי'
דה"מ בהנהו דכתיב יום בהדיא, אכן גבי ציצית אע"ג דממעטין
מראיתם אותו פרט לכסות לילה, עכ"פ בראי' תליא מילתא
ומעמה"ש [ומעמוד השחר] שרי ע"ש, ונלאיתי מדברי הגמ' במ"ק ד"ח יש יום שאתה
רואה ואידך נפקא מלכל מראה ע"ש, א"כ גדלה התמי' הלא
מלכל מראה לא ימעט אלא לילה גמור ומעמה"ש יהא שרי
ונצרך תיבת ביום דייקא, ואיבול מאני למרחצא. והצעטיל
שולחו בחזרה, ואם יתרצנא הדא ב' קושיות שהיקשתי
אנכי אתן לו יותר, ושכרך הרבה מאוד. גם מה שבקשתיו לכתוב
תואר הה"צ אלי, דמיתי כי יכתוב להשולחים מעותיהם על קרן
ארץ הצבי למען ירויח לנו נפשות בארץ, ומה פעל בזה שכתב לפה
כאן עניי ארצינו אם יכתבו אפילו תואר אדמו"ר לא יפעלו
מאומה מתת איזה מתן, כי לרש אין כל כי אם קותה
אחת לעזר מחו"ל, ע"כ יאחז צדיק דרכו לכתוב להשולחים
ביומין דפור הבע"ל עיניהם של עניים תלוים למקרא
מגילה לכל הרבנים אשר נודעה לו ולהגבירים
השולחים, ואני אתן לו שכרו שכרך הרבה מאוד
אל תירא אברם, וזהו מתנתו לאשר מישיבת החת"ס
למד, וכתב בהגדה שלו כי חמץ נוטרקין חמת מלא
צואה, ע"כ אם אלי ישמע זהו מתנתו שיסע
לעיר טריסק ברוסיא לקבל פני צדיק דשם על חג המצות ויראה
כי מימיו לא ראה כמוהו
הדו"ש הק' נ"ח הורוויץ
לעצט פאראכטן דורך סטראשעלע אום פרייטאג מאי 02, 2014 6:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » פרייטאג מאי 02, 2014 11:55 am

הנה העתקת המכתב שהעיר עליה הרב מסקרענטאן בשם הרב בן בוזי
וזהו נכתב שתי שבועות לאחר המכתב שהעתקתי לעיל

[ק"ל ט"ו א"ש [אדר שני] תרמ"ט ל']

ב"ה למגרת ביתה לפ"ק
כבר כתבתי להרכת"ה מכתב בשבוע העבר, אך עתה נזכרתי לא תדמה
כי שוטה אני שכתבתי לכת"ה לכתוב לי תואר הה"צ כי התואר הזה
זעירין אינון דזכיא לזה, אך יען כי שורשי הוא מגדולי צדיקים
כתבתי אליו שיכתוב לי, וכוונתי הי' שיראה כת"ה לקבל פני
צדיק הדור בעיר טרוסק במדינות רוסיא בזיטאָמר גובערנא,
כדי לדעת מהו ענין צדיקי פולני', וכי כל ימיו לא ידע רק מישיבת
החת"ס מפ"ב וגדולי אונגרין ואשכנז, ואם ישמע לי לקבל פניו
עוד קודם החג הבע"ל יראה אם לא כל ימיו יהא לי לאוהב
נאמן הוא ובניו ובני בניו. דברי הדו"ש הק' נ"ח הורוויץ

ב"ה ומה שאני שולח לחו"ל לפעמים סגולה או קמיע הוא
עבור כי בקי אני מעט מעט בלימוד האלה הרשוני,
הגם כי זהו רק לגדולים ניתן.
לעצט פאראכטן דורך סטראשעלע אום פרייטאג מאי 02, 2014 6:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 02, 2014 12:00 pm

סטראשעלע האט געשריבן:תוך כדי העתקה פון איינע פון די אנדערע מכתבים ווערט נתגלה אז דער צדיק מרוסיא איז דער קדוש אלקים דער טריסקער מגיד זצוק"ל [ביני לביני איז שוין הרב מסקרענטאן אליין דערגאנגען אויף די שפורן, אבל איידי דטרחתי על העתקת המכתב קודש חביבא לי]
פונעם דאטום הנרשם ע"י הפקו"א איז משמע לכאורה אז דאס איז דער ערשטער בריוו ווי ער בעט אים ער זאל פארן צו דעם צדיק מרוסיא

[ביו' א' אדר"ח אדר שני תרמ"ט לפ"ק א"צ תשובה]



א הארציגען דאנק הרב מסטראשעלע, עס כאפט א פחד פחדים צו ליינען די בריווען כתובים באש שחורה על גבי נייר, אותיות פורחות באוירא דארץ ישראל, וגוילין נשרפין ממראה הבזק.

מערקווידיג וואס די פקודים שרייבן צו נעבן דעם דאטום "אין צריך תשובה" קוקט אויס ווי איינער זאגט, דער בריוו ברויך מען נישט ענטפערן....

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג מאי 02, 2014 12:39 pm

דזיקוב מיט טריסק !!! מוראדעג והמבין יבין
אין ספר ממלכת החכמה פון יצחק אלפסי איבער ראפשיץ והמסתעף שרייבט ער "",אז דער ספר אמרי נועם איז תמיד געלעגן אויפן טיש פון טריסקער מגיד"
כידוע שכמעט לא ראו ספרים על שלחנו רק לוח
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום זונטאג מאי 04, 2014 2:28 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 02, 2014 12:48 pm

אין החבצלת י"ט אדר תרנ"ה - לאחר פטירת הרנ"ח זצ"ל ווערט באריכטעט איבער א סקאנדאל אז בסוף ימי פון רבי נפתלי חיים האט זיך צוגעשארט צו אים א איד בשם "שלמה צבי שפירא" און ער פלעגט ארויסשיקן בריוון צו נגידים בעולם בעטנדיג געלט בשם רנ"ח - א זאך פון וואס רנ"ח האט קיינמאל נישט געוואוסט.

איך לייג ביי די מודעה, אבער מיט א ערבון מוגבל אז מקען אזעלכע באריכטען נישט געטרויען, ובפרט אז די צייטונגען זענען ווייט נישט געווען קיין חסידים בל' המעטה און אזעלכע זאן האבן זיי שנעל פארקויפט פאר די ליינער אן באשטעטיגונג.
צוגעלייגטע
GetImage.png
GetImage (1).png
GetImage (2).png
GetImage (3).png
GetImage (3).png (3.47 KiB) געזעהן 2997 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 02, 2014 1:10 pm

צושויער האט געשריבן:בהקדמת ספרו מנחה חדשה שנדפס מחדש.

ספרו מנחה חדשה על הגש"פ - תרושלים תרמ"ג:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 12&pgnum=1

דברי פלא אויפן שער בלאט:
הספר הזה באם יהא נשלח לבתי מדרשים אסורה להוציא מקיר ביהמי׳ד וחוצה אמה א' בחרמו של יב״נ [יהושע בן נון] בהעברת הירדן וק״ו ד״א [וקל וחומר ד' אמות] ובגזירת נח״ש כחדר"ג [כחרם דרבינו גרשון] זולת כמציל מפני הדליקה או לתיקון טובתו לכורך ברך נרצה להלל ותכף בתקונו להחזירו לבהמ״ד .

הלא זה אגורה באהלך עולמים יהי רצון וכו׳ אחסה וכו׳ כמובא בתוס׳ סנהדרין דל״ז [דף ל"ז] בדברי הקרא מכנף הארץ זמירות ומגן ומאן שידפיסו אידרא אחר כלותו כל אלה ויראה שהספר הזה לא יעברו וזכרו לא יסוף עד ביאת המושיע המקווה. מאן דמוסיף יוסיף יקראהו צדק ממעל זכות אבות קדמונים . עמודי התוך שכל בית ישראל נשענים . יעטרהו עטרות שופן ויעזר ויגבהה, והאדמה לא תשם לראות בטוב ה' בארץ החיים כי חיות הנה

ואבקש בל ישפוט הרואה בעיונו לעיין בו בתורת קנטורא אכן בדרך נגיחה באורייתא התורה מונחת בקרן זויות. ועיין בברכות די״ז בתפלת רב ספרא וצ״ע שהרי שנינו באבות מחלוקת לש״ש ועכצ״ל דר״ס התפלל על קנטור כפ״ד התוס׳ בברכות שם וכמה דמצינו בעירובין דכ״ו קטטה בתלמידים ע״ש . ואתה תחזה בגיטין דכ״ט מעשה דר׳׳ס דקפחא לתלתא רבנן סמוכין בטעותא. ובברכות דמי׳ז אמר ר"ס עצמו שחייב אדם לומר בלשון רבו ממש ובודאי אם כך ילמדו עצמם לא יגיעו לכלל מחלוקת.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 02, 2014 1:15 pm

תולדותיו של הצדיק רבי הפתלי חיים זצ"ל בעריכת הריא"ז מרגליות זצ"ל - אוצר הסיפורים חלק י':
http://www.hebrewbooks.org/3783

המשך באוצר הסיפורים חלק י"א:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 84&pgnum=1

המשך באוצר הסיפורים חלק י"ג
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 02, 2014 1:18 pm

מיללער האט געשריבן:אין החבצלת י"ט אדר תרנ"ה - לאחר פטירת הרנ"ח זצ"ל ווערט באריכטעט איבער א סקאנדאל אז בסוף ימי פון רבי נפתלי חיים האט זיך צוגעשארט צו אים א איד בשם "שלמה צבי שפירא" און ער פלעגט ארויסשיקן בריוון צו נגידים בעולם בעטנדיג געלט בשם רנ"ח - א זאך פון וואס רנ"ח האט קיינמאל נישט געוואוסט.

איך לייג ביי די מודעה, אבער מיט א ערבון מוגבל אז מקען אזעלכע באריכטען נישט געטרויען, ובפרט אז די צייטונגען זענען ווייט נישט געווען קיין חסידים בל' המעטה און אזעלכע זאן האבן זיי שנעל פארקויפט פאר די ליינער אן באשטעטיגונג.

א מודעה תרנ"ה
צוגעלייגטע
GetImage (4).png

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג מאי 02, 2014 1:18 pm

א גרויסער דאנק פאר אלע מיטארבייטער, אט שטעל איך אלע העתקות (וואס זענען שוין דא בעפאר מיט אנדערע פרישע העתקות) אינאיינעם.
צוגעלייגטע
מכתבי רנח.pdf
(1.28 MiB) דאונלאודעד 135 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 02, 2014 1:27 pm

ספרו מנחה חדשה עמ"ס הש"ס דפוס ראשון:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?173191&

מחה חדשה עמ"ס הש"ס - דפוס תשל"ג:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?23770&

מנחה חדשה על הגש"פ - דפוס תשכ"ב:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?164084&

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » פרייטאג מאי 02, 2014 5:32 pm

נוצר תאנה יאכל פריה.
הרב מיללער
אדאנק אייערע שטענדיגע אפדעיטס לאתרינו, מיטן אהערברענגען יעדע דבר של ענין צו אונזערע אויגן, האבן מיר דעם כתב יד פון דעם "שלמה צבי שפירא" אזוי ארום קענען מיר אפשר זען צי דאס כתב ענדלט אין זיין כתב ?
דא איז זיין חתימה געברענגט דורך מיללער.
איז ער אויך דער וואס ווערט דערמאנט אלס רב פון די אלע שטעט?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 11 געסט