רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרה"צ רבי חיים אורי זצ"ל איז געבוירען געווארען לאביו הרה"ק רבי יוזפא זצ"ל מ'נאנאש בברכת רבו הרה"ק רבי אייזיקיל מ'קאליב אז ער וועט ביילייכטען די וועלט, און נאנאש בשנת תקע"ד .פאר רבי חיים אורי'ס בר מצוה איז זיין טאטע רבי יוזפא זצ"ל געקומען צו רבו הרה"ק מראפשיץ זצ"ל האט אים ראפשיצער רב משדך געווען מיט בת החסיד רבי הערש יעקב פון שענדישוב זצ"ל מתלמידי הרבי מלובלין זיע"א און הרה"ק מראפשיץ. ביי די בר מצוה בערך האט ער חתונה געהאט און שענדישאוו , און הרה"ק מראפשיץ האט זיך משתתף געווען ביי א'שבע ברכות און משמח געווען דארטען ,און די הייליגע ראפשיצער רב האט געבעטן פון רבי הערש יעקב זצ"ל אז ער זאל שיקען די נייער פארפאלק צו אים אויף גאנץ פסח.און רבי חיים אורי האט זיך זייער געפרייט, און כל ימיו האט ער גרעדט פון דעם פסח וואס ער איז געווען במחיצת הרה"ק מראפשיץ זיע"א.דריי ואכען שפעטער איז נסתלק געווארען הרה"ק מראפשיץ זיע"א.און בפקודת זיין טאטע רבי יוזפא ז"ל האט ער זיך מקשר געווען צו ממלא מקומו הרה"ק רבי אשר'ל מ'ראפשיץ זיע"א. געווען זייער געשצעט ביי צדיקי דורו,ווען א'איד איז געקומען נאך א'ישועה צו הרה"ק רבי רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זיע"א האט ער אים געזאגט פאר קיין שענדישאוו און דארט איז דא א'איד מיט די נאמען רבי הערש יעקב און זיין אייידים רבי חיים אורי קען דיך העלפען,איז ער געפארען קיין שענדישאוו ,גייט ער צו רבי הערש יעקב און פארציילט אים די גאנצע זאך.האט ער אים געזאגט ער זאל רופען זיין איידים.האט די איד פארציילט ער קומט בשליחות הרה"ק מפרעמישלאן זיע"א.האט רבי חיים אורי אנגעהויבען צו לאכען.אז רבי מאיר'ל האט ליב פרייליך מאכען מענטשען האט ער דיר געשיקט צו מיר.איך בין א'פשוטער אינגערמאן.האט די איד אנגעהויבען צו וויינען.האט זיין שווער רבי הערש יעקב געזאגט צום איידים וואס גייט דיך אן א'טובה טוהן א'איד,ענטפערט רבי חיים אורי א'טובה טוהן א'איד איז עפעס אנדערש,און האט אים אנגעוונטשען,און ער איז געהאלפען געווארען. און הרה"ק רבי אייזקיל זידיטשויבער זיע"א האט געזאגט רבי חיים אורי זצ"ל די וועלט דארף אייך האבען,הייבט אן צו פירען ראביסטעווע.אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט פירין ראביסטעווע.נאך הסתלקות רבו הרה"ק רבי אשר'ל זיע"א האט ער זיך מקשר געווען צו הרה"ק מ'צאנז זיע"א. און שפעטער האט מען אים אויפגענומען אלטס דיין אוון ריישא.ער האט געפירט די שטאט ביד רמה,געגרינדערט א'תלמוד תורה .געווען א'גרויסער מכניס אורחים.ערב שבת איז ער זייער קראנק געווארען האט ער געפרעגט ווען איז די ארי' דבי עילאי'ס יארצייט האט מען אים געזאגט האט ער געזאגט נו. און אז ער גייט נישט שטערען די שבת ,און מוצאי שבת האט ער געזאגט מסכת כלה כמנהגו בכל לילה און וואו ער האט געגענדיגט זאגען האט ער אויסגעגלייכט זיין פוס והחזיר נשמתו הטהורה ליוצרו ביום הילולת הרה"ק הארי דבי עילאי זיע"א, במוצש"ק י"ז טבת תרמ"ב לפ"ק.זיע"א.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג אפריל 11, 2014 9:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איז דאס דער זעלבע רבי וואס איז געוועהן באקאנט אלץ ר' אורי ריישער?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דא ווערט ר' חיים אורי (לכאורה) גערופן ר' חיים אורי שענדישוב'ער
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרה"צ רבי חיים אורי זצ"ל איז געגאנגען מידי יום ביומו נאך געלט פאר אידינ'ס וועגען,אפילו אויף די עלטער שוואך און קראנק און די רעגענ'ס און די היצען במסירות נפש ממש.אמאל אויף די עלטער איז ער געאנגען נאך געלט ביי נאכט, און א'שטיעלע געסעלע איז ער צאמגעפאלען און שטארק צוקלאפט און געשריגען פאר יסורים נוראים.צו זיין מזל איז דורך א'אידישע בעל עגלה און זעט רבי חיים אורי ליגען אויף די ערד מיט יסורים און קוים ער אטמעט האט ער אים ארויף געטראגען אויף זיין וואגען אים א'היים צו טראגען.פארענדינג איז אים א'ביסעל בעסער געווארען,האט ער געהייסען די בעל עגלה זיך אפשטעלען ער וויל אראפ גיין פון די וואגען,זאגט אים די בעל עגלה לאמיר אייך א'היים טראגען זיך אפצורוען ביז ער וועט צוריק קומען צו די כוחות.זאגט אים רבי חיים אורי זצ"ל איך מוז יעצט אראפ גיין קלייבען געלט,זאגט אים די בעל עגלה,רבי ס'איז יעצט ביי נאכט א'סכנה צו גיין אליין אויף די גאס זאל די רבי ווארטען אויף מארגען, פרעגט אים רבי חיים אורי,זאג מיך אויב אייינער וואלט דיך געדונגען אים פירין צום וואלד ביי נאכט וואלסטו עס נישט געטוהן? ענטפערט ער אים וואס פארא פארגלייך,איך האב א'ווייב מיט פיר קינדער אויס צו האלטען,זאגט אים רבי חיים אורי זצ"ל והלא דברים קל וחומר, מה דאך די,וועגען מפרנס זיין 6 נפשות לייג'סט זיך אריין און א'סכנה,איך וואס הונדערטער מענטשען ווארטען אויף מיין געלט על אחת כמה וכמה אז איך דארף ממשיך זיין אפילו און א'סכנה,און אויף אין פלאץ איז ער אראף פון וואגען און ממשיך געווען במסירות נפש גיין נאך געלט פאר אידינ'ס וועגען.
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

ר' יוזפא גליקקליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

איינער וויסט ווער אחים מנאנאש ווייבער און שווער איז געווען?
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

הסרפד האט געשריבן:איז דאס דער זעלבע רבי וואס איז געוועהן באקאנט אלץ ר' אורי ריישער?

אויב מיינט איהר רבי חיים אורי ריישער, איז דאס ער.
הסרפד האט געשריבן:דא ווערט ר' חיים אורי (לכאורה) גערופן ר' חיים אורי שענדישוב'ער

רבי חיים אורי האט געוואוינט אסאך יאהרן ביי זיין שווער אין שענדישוב, און שפעטער נאך די פטירה פון זיין שווער זיך אריבערגעצויגן קיין ריישא.
איז פארשטאנדליך אז מ'זאל שרייבן אויף איהם רבי חיים אורי 'שענדישובער'
א פארצייטישע איד האט געשריבן:איינער וויסט ווער אחים מנאנאש ווייבער און שווער איז געווען?

אין ספר 'האחים הקדושים מנאנאש - תולדות האחים הקדושים מנאנאש וצאצאיהם' (י"ל ע"י יוסף יוזפא לינדנער נכד האחים הקדושים - אייר תש"ע) ווערט געבריינגט - בשם הרב משה זילבערמאן פון מונסי ניו יארק - אז אשת רבי מיכאל, איז געוועהן מרת ביילא לבית גולדשטיין, וואס זי איז געבוירן אין יאהר תקנ"ט.

איבער רבי יוזפא, שטייט "נשא אשה בת נגיד אחד מחסידי הרה"ק מלובלין" עס ווערט געבריינגט אז זיין שווער האט געבריינגט צו הרה"ק דער 'חוזה מלובלין' זיע"א א 'קוויטל' פון ר' יוזפא'ען, און דער חוזה האט זיך אנגערופן: "מען ווארט שוין לאנג אויף אזא קוויטל!"
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רבי אורי גליקליך דומ"ץ
אטעטשמענטס
GLIKLICH.jpg
GLIKLICH.jpg (289.87 KiB) געזען 437 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

dovidal האט געשריבן:
רבי אורי גליקליך דומ"ץ
דאס איז שוין א אוראייניקל פונעם נשוא האשכול, רבי חיים אורי גליקליך הי"ד, דומ"ץ נירבאטור, נשא את מרת רויזא בלומא בת הרה"צ ר' נפתלי טייטלבוים מניר באטור זצ"ל בן רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווא וחתן רבי משה יוסף ט"ב אבד"ק איהעל. רבי חיים אורי איז נעקד"ה

רבי חיים אורי הי"ד
היה בנו של רבי יוסף מנחם מקליינווארדיין הי"ד וואס איז געווען א איידעם ביי רבי מיכאל דז'ירקער זצוק"ל
בן רבי הערש יעקב מריישא
בן רבי חיים אורי'לע ריישער זצוק"ל
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
קארלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:06 pm

Re: רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלין »

רזיאל המלאך מיט חתימה פון הגאון רבי חיים אורי
אטעטשמענטס
rsz_20230312_105026_2.jpg
rsz_20230312_105026_2.jpg (94.56 KiB) געזען 343 מאל
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

ליפשיטץ האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 12:34 pm
dovidal האט געשריבן:
רבי אורי גליקליך דומ"ץ
דאס איז שוין א אוראייניקל פונעם נשוא האשכול, רבי חיים אורי גליקליך הי"ד, דומ"ץ נירבאטור, נשא את מרת רויזא בלומא בת הרה"צ ר' נפתלי טייטלבוים מניר באטור זצ"ל בן רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווא וחתן רבי משה יוסף ט"ב אבד"ק איהעל. רבי חיים אורי איז נעקד"ה

רבי חיים אורי הי"ד
היה בנו של רבי יוסף מנחם מקליינווארדיין הי"ד וואס איז געווען א איידעם ביי רבי מיכאל דז'ירקער זצוק"ל
בן רבי הערש יעקב מריישא
בן רבי חיים אורי'לע ריישער זצוק"ל
האט ער געהייסען אורי אדער חיים אורי ?
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

כבוד הרב האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 10:16 am

חיים אורי!
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

ווייסט איינער ווי די צדיקס מקום קבורה איז?
איך זיך שוין יארן
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

אידיאט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:59 pm
ווייסט איינער ווי די צדיקס מקום קבורה איז?
איך זיך שוין יארן
כ’וייס נישט, אבער לכאו’ דארף עס זיין אין ’ריישא’.
איינער ווייסט ענדערש?
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

ליפשיטץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 9:16 am
אידיאט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:59 pm
ווייסט איינער ווי די צדיקס מקום קבורה איז?
איך זיך שוין יארן
כ’וייס נישט, אבער לכאו’ דארף עס זיין אין ’ריישא’.
איינער ווייסט ענדערש?
מהאט אים זיכער געלייגט אין רישא, סאיז געווען אן אוהל אפילו. אבער אלעס איז חרוב געגאנגען ביים חורבן.
איך וויל וויסן אויב איינער ווייסט אפילו אין וועלכע בית החיים אין ריישא, סאיז דא צוויי.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי חיים אורי גליקליך זצ"ל דומ"ץ ריישא - י"ז טבת תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר שהיה שייך להרבנית אלטה הדסה אשת רבי חיים אורי ולבנו רבי צבי יעקב מריישא
אטעטשמענטס
TZVI3.jpg
TZVI3.jpg (187.71 KiB) געזען 94 מאל
TZVI ALTA HADASA.jpg
TZVI ALTA HADASA.jpg (87.6 KiB) געזען 94 מאל
TZVI YAKOV.jpg
TZVI YAKOV.jpg (103.81 KiB) געזען 94 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”