בלאט 1 פון 1
רבי מנחם מאנדרער זצ"ל מקאסוב - כ"ד אייר תשע"ג
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 9:01 am
דורך רימנובער אייניקעל
הרה"צ בנן של קדושים רבי מנחם מענדל מאנדרער מקאסוב זצ"ל איז געבוירען געווארען שנת תרצ"ה און בערמהוט באקאווינע צו זיין טאטע בנש"ק רבי משה זצ"ל.און שנת תש"א ווען די דייטש ימ"ש איז אריין געקומען קיין בערמהוט איז ער אנטלויפען מיט די משפחה קיין סטראשזניץ און שפעטער קיין טראנסניסטריה זיין מאמע איז ליידער אומגעקומען ביי די אויף קידוש ה' הי"ד . נאכען קריג איז ער ארויף געקומען קיין ארץ ישראל און געוואינט און ירושלים עיה"ק. ער איז אריין לערנען און ישיבת וויזניץ און געווארען מקושר לרבו הרה"ק האמרי חיים מ'וויזניץ זצ"ל,ער האט חתונה געהאט מיט הצדקת אלטע רחל ע"ה בת הרה"צ רבי אלעזר בריזל זצ"ל. ער האט משמש געווען יארען לאנג הרה"ק רבי יודלע הורויטץ מ'דיזשיקעוו זצ"ל.געווען משגיח רוחני און ישיבת לפלגות ראובן און ישיבת סאטמאר אמשינוב ועוד. ימים נוראים פלעגט ער פירן א 'מנין בבית רבי משה אריה פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים . א'יעדע פרייטאג צו נאכט פלעגט ער האבען א'מנין אויף קבלת שבת בנוסח וויזניץ און כתל המערבי.ס'פלעגען עסען ביי אים צענדליגער בחורים מדי שבת בשבתו, און נאכען סעודה פלעגט ער גיין צום טיש פון מחותנו להיבלחט"א כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. נפטר ביום השב"ק כ"ד באייר תשע"ג לפ"ק.איבער געלאזט זייער א'חשובע משפחה .געהאט די שענסטע מחותנים ובתוכם הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל והגאון רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל והרה"צ רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל וחתנו הרה"צ רבי יוסף יואל קאהן שליט"א בן הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל ועוד. יהי זכרו ברוך.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 9:40 am
דורך יוסף שרייבער
אוי איז דאס געווען א טייערע איד.
שמעתי מחתנו
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 1:54 pm
דורך dovidal
הרב אברהם ניישלאס שליט"א מוראדיגע מעשיות אודותיו ואי"ה אכתוב כאן בקרוב
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 9:19 pm
דורך סטרעטענער אייניקל
האם הוא היה קאסאווער אייניקל?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 9:37 pm
דורך הסרפד
איך האב אמאל געליינט - אפשר אין ס' אבן שתיה? - אז משפחת מאנדערער זענען אייניקליך פון הרה"צ ר' פנחס יוסף דאכנער (-/שפירא, נכד הרה"ק מקאריץ) חתן הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 9:43 pm
דורך הסרפד
געטראפן: אין ס'
נזר החיים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:24 pm
דורך הסרפד
יעצט האב איך געטראפן א באשרייבונג אין 'המודיע' וואס האט מער פרטים פון ר' מנחם מאנדערער יחוס:
http://hamodia.com/2013/05/06/harav-men ... derer-ztl/זאגען זיי אז זיין מוטער איז געוועהן א טאכטער פון ר' מענדיל דאכנער אב"ד "Baramte", צ"ל בערהאמעט, ממשפחת ר' אלטר מענדיל אב"ד בערהאמעט ב"ר פנחס יוסף דאכנער הנ"ל.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 1:08 pm
דורך סתם אזוי
זיין מוטער איז נישט געווען א טאכטער פון רבי מענדיל דאכנער מבערהאמעט, נאר א אייניקל, א טאכטער פון זיין'ס א טאכטער.
ס'הייסט אזוי: רבי מנחם מענדיל אלטר דאכנער זצ"ל מבערהאמעט, בתו מרת חנה ע"ה (אשת הרה"צ רבי דוד גוטמאן זצ"ל נו"נ הגה"ק בעל ברכת יוסף מיאס זצ"ל), בתה מרת חי' ע"ה (אשת הרה"צ רבי משה מאנדרער זצ"ל), בנה הרה"צ רבי מנחם מענדיל מאנדרער מקאסוב זצ"ל.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 1:11 pm
דורך סתם אזוי
בילד פון זיין מציבה אויפ'ן הר הזיתים ירשת"ו