רבי מנחם מאנדרער זצ"ל מקאסוב - כ"ד אייר תשע"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2552
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

רבי מנחם מאנדרער זצ"ל מקאסוב - כ"ד אייר תשע"ג

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג מארטש 30, 2014 10:01 am

הרה"צ בנן של קדושים רבי מנחם מענדל מאנדרער מקאסוב זצ"ל איז געבוירען געווארען שנת תרצ"ה און בערמהוט באקאווינע צו זיין טאטע בנש"ק רבי משה זצ"ל.און שנת תש"א ווען די דייטש ימ"ש איז אריין געקומען קיין בערמהוט איז ער אנטלויפען מיט די משפחה קיין סטראשזניץ און שפעטער קיין טראנסניסטריה זיין מאמע איז ליידער אומגעקומען ביי די אויף קידוש ה' הי"ד . נאכען קריג איז ער ארויף געקומען קיין ארץ ישראל און געוואינט און ירושלים עיה"ק. ער איז אריין לערנען און ישיבת וויזניץ און געווארען מקושר לרבו הרה"ק האמרי חיים מ'וויזניץ זצ"ל,ער האט חתונה געהאט מיט הצדקת אלטע רחל ע"ה בת הרה"צ רבי אלעזר בריזל זצ"ל. ער האט משמש געווען יארען לאנג הרה"ק רבי יודלע הורויטץ מ'דיזשיקעוו זצ"ל.געווען משגיח רוחני און ישיבת לפלגות ראובן און ישיבת סאטמאר אמשינוב ועוד. ימים נוראים פלעגט ער פירן א 'מנין בבית רבי משה אריה פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים . א'יעדע פרייטאג צו נאכט פלעגט ער האבען א'מנין אויף קבלת שבת בנוסח וויזניץ און כתל המערבי.ס'פלעגען עסען ביי אים צענדליגער בחורים מדי שבת בשבתו, און נאכען סעודה פלעגט ער גיין צום טיש פון מחותנו להיבלחט"א כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. נפטר ביום השב"ק כ"ד באייר תשע"ג לפ"ק.איבער געלאזט זייער א'חשובע משפחה .געהאט די שענסטע מחותנים ובתוכם הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל והגאון רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל והרה"צ רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל וחתנו הרה"צ רבי יוסף יואל קאהן שליט"א בן הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל ועוד. יהי זכרו ברוך.
צוגעלייגטע
קאסוב-ירושלים-זצל-ארכיון-ה.-לזר-13.jpg
קאסוב-ירושלים-זצל-ארכיון-ה.-לזר-13.jpg (38.37 KiB) געזעהן 4659 מאל
קאסוב-ירושלים-זצל-ארכיון-ה.-לזר-10-470x323.jpg
האדמור-מקאסוב-ירושלים-זצל-ארכיון-ה.-לזר-35-470x704.jpg
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג מארטש 31, 2014 2:15 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג מארטש 30, 2014 10:40 am

אוי איז דאס געווען א טייערע איד.

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

שמעתי מחתנו

תגובהדורך dovidal » זונטאג מארטש 30, 2014 2:54 pm

הרב אברהם ניישלאס שליט"א מוראדיגע מעשיות אודותיו ואי"ה אכתוב כאן בקרוב

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » זונטאג מארטש 30, 2014 10:19 pm

האם הוא היה קאסאווער אייניקל?
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מארטש 30, 2014 10:37 pm

איך האב אמאל געליינט - אפשר אין ס' אבן שתיה? - אז משפחת מאנדערער זענען אייניקליך פון הרה"צ ר' פנחס יוסף דאכנער (-/שפירא, נכד הרה"ק מקאריץ) חתן הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מארטש 30, 2014 10:43 pm

געטראפן: אין ס' נזר החיים

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג יוני 12, 2014 11:24 pm

יעצט האב איך געטראפן א באשרייבונג אין 'המודיע' וואס האט מער פרטים פון ר' מנחם מאנדערער יחוס: http://hamodia.com/2013/05/06/harav-men ... derer-ztl/
זאגען זיי אז זיין מוטער איז געוועהן א טאכטער פון ר' מענדיל דאכנער אב"ד "Baramte", צ"ל בערהאמעט, ממשפחת ר' אלטר מענדיל אב"ד בערהאמעט ב"ר פנחס יוסף דאכנער הנ"ל.

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » מיטוואך יוני 17, 2015 2:08 pm

זיין מוטער איז נישט געווען א טאכטער פון רבי מענדיל דאכנער מבערהאמעט, נאר א אייניקל, א טאכטער פון זיין'ס א טאכטער.
ס'הייסט אזוי: רבי מנחם מענדיל אלטר דאכנער זצ"ל מבערהאמעט, בתו מרת חנה ע"ה (אשת הרה"צ רבי דוד גוטמאן זצ"ל נו"נ הגה"ק בעל ברכת יוסף מיאס זצ"ל), בתה מרת חי' ע"ה (אשת הרה"צ רבי משה מאנדרער זצ"ל), בנה הרה"צ רבי מנחם מענדיל מאנדרער מקאסוב זצ"ל.

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » מיטוואך יוני 17, 2015 2:11 pm

בילד פון זיין מציבה אויפ'ן הר הזיתים ירשת"ו
צוגעלייגטע
unnamed.jpg

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג מאי 27, 2016 11:05 am

באקומען פון מיין חבר אויף אימעיל, מ'האמיר נאכנישט אנגעיאגט אריינצובליקן געהעריג, קוקט אויס אינטרעסאנט.
צוגעלייגטע
שמועס לחתנים קאסוב.compressed.pdf
(237.47 KiB) דאונלאודעד 225 מאל

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » פרייטאג מאי 27, 2016 4:50 pm

סתם אזוי האט געשריבן:באקומען פון מיין חבר אויף אימעיל, מ'האמיר נאכנישט אנגעיאגט אריינצובליקן געהעריג, קוקט אויס אינטרעסאנט.



ישר כח

שיין, הערליך, הייליג, קלוג, צו די זאך, יעדע ווארט אויסצוקושן
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג מאי 29, 2016 12:11 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:אוי איז דאס געווען א טייערע איד.

האמיר געהאט די זכי' צו הערן אסאך שיינע זאכן פון אים אין די אושפוצינע שטיבל נאך יעדע שחרית
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דינסטאג מאי 31, 2016 10:33 am

מחר יומא דהילולא

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » מיטוואך יוני 01, 2016 2:41 pm

בעמדינו בהאי יומא, יומא דהילולא רבא, נזכרים ונעשים הימים היפים ונעימים שהיו ואינם, אוי די הייליגע זיסע לעכטיגע קאסוב'ער הויף אין ירשלים של מעלה, מ'האמיר די זכיה געהאט במשך א שיין תקופה לערנענדיג אין ארה"ק להסתופף בצל קדשו ולהתאבק בעפר רגליו הטהורים, ברוך הוא וברוך שמו ית' שהוליך רגלי למקום קדוש הזה, בעת ווען רוב פון מיינע חברים זענען נאר געלאפן קיין עזרת תורה צו א חבר'ס ערשטע קוזין ווייל ער גיבט "סעמאן פיש" בין איך געווען די "נאר" וואס איז נעבעך געלאפן צו מאנדרער.. כ'האף מיינע חברים האבן נאך עפעס פון יענע סעמאן פיש'עס ווייל איך האב נאך אסאך פון די מאנדרער הויף, ס'איז ביי מיר געבליבן א ים מיט הייליגע זכרונות, ס'איז ביי מיר איינגעקריצט אין הארץ הויפענעס פון רשימות, וועלכע וועלן בלייבן ביי מיר לנצח נצחים.
הדיו מתייבש והקולמוס מתבייש צו באשרייבען אפס קצה רום גדלותו וקדושתו, ושוגב פעולת צדקתו, וואס איין שטיקל אדמת קודש אויף רחוב חגי אין ירושלים קען אלטס כולל זיין, שוין, זאל דיר אייבערשטער העלפען, דמותו הטהור יעמוד לנגד עינינו וזכותו הגדול יגן עלינו.

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 12:14 pm


שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:29 pm

dovidal האט געשריבן:הרב אברהם ניישלאס שליט"א מוראדיגע מעשיות אודותיו ואי"ה אכתוב כאן בקרוב

שוין צייט צו שרייבן
כשמ"ו כן הוא

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:30 pm

סתם אזוי האט געשריבן:געפונען אויף לדעת
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20160910&gil=2260

חזקה על ר' חיים שלמה דאכנער אז ער געבט ארויס פיינע געשמאקע סחורה,
האבן מיר דאס געפרינטעט, און ליינען במשך דעם שב"ק
כשמ"ו כן הוא

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 1:47 pm

תגובהדורך משה ברמן » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 3:43 pm

ס'איז ארויס גליון ג'
א הערליכע ארבעט!!!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 3:53 pm

וואו קען מען עס באקומען עפעס די לינק ארבעט נישט ביי מיר
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 4:16 pm

גליון ג'
פון הרה"צ מקאסוב זצ"ל

איך האב דאס ביי מיר, אבער איך קען דאס נישט ארויף לייגן דא

דער פייל איז צו גרויס
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
חסיד - אשכנזי
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 10:44 pm

תגובהדורך חסיד - אשכנזי » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 5:26 pm

רבש"ע זיי בעסער צופרידן - לייז אונז אויס אלץ אידן - ווי איידער אלץ גוים חלילה - ר"ר בונם מפשיסחא זי"ע

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג פאברואר 26, 2017 1:06 pm

חסיד - אשכנזי האט געשריבן:http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20170225&gil=2260


געוולדיג!! א ריזיגע יישר כח
מעג איך בעטן די ערשטע 2 אויך אויב מעגליך?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » זונטאג פאברואר 26, 2017 1:58 pm

נודה לך האט געשריבן:
חסיד - אשכנזי האט געשריבן:http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20170225&gil=2260


געוולדיג!! א ריזיגע יישר כח
מעג איך בעטן די ערשטע 2 אויך אויב מעגליך?

שמו האט געשריבן:איך האב דאס ביי מיר, אבער איך קען דאס נישט ארויף לייגן דא

דער פייל איז צו גרויס

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג פאברואר 26, 2017 7:27 pm

"סתם אזוי" איך האב געבעטן "חסיד אשכנזי" וואס ער האט מיר צוגעצייכענט גליון ג' צו ער קען גליון א' און ב' אויך צוצייכענען אויף די וועג.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 1:47 pm

תגובהדורך משה ברמן » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:41 am



צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט