בלאט 24 פון 31

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 1:41 pm
דורך לכאורה
מיללער האט געשריבן:# 159

דער בילד איז סתם א פלא, איז דאס א ביהמ"ד מיט דריי פרוכת'ער? א בר מצוה בחור'ל מיט אביסל פירות אויפן טיש, א איד מיט א שטריימל

וואס גייט דא פאר?

זעהט אויס ווי נוי סוכה... מאדנע צו נעמען פרוכת'לעך פאר נוי סוכה, אבער עס הענגט טשאטשקעס מיט לעמפלעך פון דאך אויך

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 1:44 pm
דורך מיללער
ובצאתו מן הכרך, פארענדיגנדיג דעם היינטיגען סעט (זאץ) פון בילדער, וויל איך ברבם אויסדריקן א יישר כח פארן חשובען מעמבער וואס איז באקאנט אלס דער "קליינווארדיינער רב", שלי ושלכם שלו הוא! ער האט דעם גרעסטן חלק אין ממציא זיין די הערליכע בילדער, זאל אים דער פון אויבן באצאלן מיט מלא חפניים נחת וחדוה, און אוודאי האפן מיר אויף ווייטער שישמח אותנו מיט פרישע שיפמענטס, תמונות מדהימות.

יהי חלקנו ממזכי הרבים

ירא הקהל וישפוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 1:54 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:# 150

זקן שיורד עפ"י מדותיו, ווער איז דער איד?

איז דאס נישט די זעלעבע פערזאהן וואס איז אויבן אידענטיפיצירט געווארן(בילד# 32) אלץ רבי משה זאב פאלאק אבד"ק גראסווארדיין זצ"ל?.

יישר כוחכם.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 2:04 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:ובצאתו מן הכרך, פארענדיגנדיג דעם היינטיגען סעט (זאץ) פון בילדער, וויל איך ברבם אויסדריקן א יישר כח פארן חשובען מעמבער וואס איז באקאנט אלס דער "קליינווארדיינער רב", שלי ושלכם שלו הוא! ער האט דעם גרעסטן חלק אין ממציא זיין די הערליכע בילדער, זאל אים דער פון אויבן באצאלן מיט מלא חפניים נחת וחדוה, און אוודאי האפן מיר אויף ווייטער שישמח אותנו מיט פרישע שיפמענטס, תמונות מדהימות.

יהי חלקנו ממזכי הרבים

א'הארציגען יישר כח פאר "קליינווארדיינער רב" און פאר "הרב מיללער" פאר די זעלטענע היסטורישע בילדער.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 2:09 pm
דורך הירשל ציג
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ובצאתו מן הכרך, פארענדיגנדיג דעם היינטיגען סעט (זאץ) פון בילדער, וויל איך ברבם אויסדריקן א יישר כח פארן חשובען מעמבער וואס איז באקאנט אלס דער "קליינווארדיינער רב", שלי ושלכם שלו הוא! ער האט דעם גרעסטן חלק אין ממציא זיין די הערליכע בילדער, זאל אים דער פון אויבן באצאלן מיט מלא חפניים נחת וחדוה, און אוודאי האפן מיר אויף ווייטער שישמח אותנו מיט פרישע שיפמענטס, תמונות מדהימות.

יהי חלקנו ממזכי הרבים

א'הארציגען יישר כח פאר "קליינווארדיינער רב" און פאר "הרב מיללער" פאר די זעלטענע היסטורישע בילדער.

ג"א מצטרף לברכות נכד הרימנובער

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 2:13 pm
דורך יאנקעלע קליגער
א דאנק הרב מיללער און אייער משלח קליינוארדיינער רב פאר די הערליכע בילדער

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 150

זקן שיורד עפ"י מדותיו, ווער איז דער איד?

איז דאס נישט די זעלעבע פערזאהן וואס איז אויבן אידענטיפיצירט געווארן(בילד# 32) אלץ רבי משה זאב פאלאק אבד"ק גראסווארדיין זצ"ל?.

150# איז דאך א לענגערע בארד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 2:36 pm
דורך רימנובער אייניקעל
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:א דאנק הרב מיללער און אייער משלח קליינוארדיינער רב פאר די הערליכע בילדער

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 150

זקן שיורד עפ"י מדותיו, ווער איז דער איד?

איז דאס נישט די זעלעבע פערזאהן וואס איז אויבן אידענטיפיצירט געווארן(בילד# 32) אלץ רבי משה זאב פאלאק אבד"ק גראסווארדיין זצ"ל?.

150# איז דאך א לענגערע בארד

גערעכט,אבער ס'קען זיין מיט די צייט איז עס געווארן שיטער און קלענער.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 2:39 pm
דורך צושויער
גם אני מברך בקול רם לידידינו הנקרא בשם חביב קליינווארדיינער רב הי"ו על טרחתו המרובה להנאתינו, יבורך מן השמים בכל הברכות האמורות בתורה.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 3:14 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 50
בילד
אדמו"ר הכנסת מרדכי מסאדיגורא-פשעמישל זצ"ל איז מסד"ק (רעכסט) הגאון רבי חיים צבי קרוגער לינקס, אין צענטער זאגט דער וויצע ראה"ק חבר המורשת אז דאס איז הגאון הרב יאלעס זצ"ל פון פילאדעלפיע, האט ער רעכטס?


אינדערצווישן בין איך געוואור געווארן אז דער בילד איז פון די חתונה פון הגאון רבי שמואל עקיבא שלעזינגער שליט"א אב"ד שטראסבורג (אבי הגרי"ד שליט"א רב דק' שערי תפלה) מיט די טאכטער פון הגרח"צ קרוגער אב"ד בריסל.

לפי זה דערקען איך אז לינקס דער וואס אביסל פארשטעקט, איז הרב עקיבא עהרנפעלד ע"ה, דער זון פונעם מאטעסדארפער רב זצ"ל וואס איז געווען אן איידעם ביי הרב קרוגער. איז מעגליך אז דער רב אינטערמיט איז אפשר הרב שלעזינגער פון תל אביב - יפו, פאטער פטונעם שטראסבורגער רב און גענפער רב?

לאור פון דעם בילד:
viewtopic.php?p=964963#p964963
קומט אויס אז דער רב אין צענטער אין בילד # 50 איז רבי יוסף יונה צבי הורוויץ זצ"ל אב"ד אונסדארף ופראנקפורט, וממילא מסתבר שמדובר בחתונה של בת אחרת של הרב קרוגער עם בנו של הרב מאונסדארף.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 3:17 pm
דורך שמעלקא טויב
פלא והפלא הפלא ופלא, ישר כח גדול כבוד הרב!

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 3:28 pm
דורך Ayer Shpaiz
#156
איך האב געװיזען צו א איד פון דעם חדר אן ער האט אײדעניפײד דעם גאנצן עולם
L-R Upper Level
Yosef Tzvi Grossberger. Burech Spitzer. Shmilu Hoffman. Yussi Lefkowitz. Tovia Gross. Yedidye Amsel.
Mayer Yide Stern. Levi Yitzchok Nussencweig
Lower Level
הרב יוסף דוב הכהן ליעבערמאן
ניטרא רב
החתן יצחק משה פ״מ
ביקסאדער רבי

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 3:39 pm
דורך מיללער
Ayer Shpaiz האט געשריבן:#156
איך האב געװיזען צו א איד פון דעם חדר אן ער האט אײדעניפײד דעם גאנצן עולם
L-R Upper Level
Yosef Tzvi Grossberger. Burech Spitzer. Shmilu Hoffman. Yussi Lefkowitz. Tovia Gross. Yedidye Amsel.
Mayer Yide Stern. Levi Yitzchok Nussencweig
Lower Level
בילד
הרב יוסף דוב הכהן ליעבערמאן
ניטרא רב
החתן יצחק משה פ״מ
ביקסאדער רבי


א גרויסן יישר כח, דא האבן מיר געהאט א קלארער בילד פון הרב ליבערמאן ז"ל:
viewtopic.php?p=259048#p259048
badatz האט געשריבן:ב''ה
בילד
דאס איז הרב יוסף דוב הכהן ליעבערמאן זצ''ל מנכדי הקונטרס הספיקות תלמיד המהרש''ג מנהל ת''ת ערוגת הבושם
ואומר השיעור המפורסם כל בוקר אחר התפילה על סדר הש''ס בביהמד''ר תורה ודעת על ווילסאן סטריט .

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:13 pm
דורך לכאורה
Ayer Shpaiz האט געשריבן:#156
איך האב געװיזען צו א איד פון דעם חדר אן ער האט אײדעניפײד דעם גאנצן עולם
L-R Upper Level
Yosef Tzvi Grossberger. Burech Spitzer. Shmilu Hoffman. Yussi Lefkowitz. Tovia Gross. Yedidye Amsel.
Mayer Yide Stern. Levi Yitzchok Nussencweig
Lower Level
הרב יוסף דוב הכהן ליעבערמאן
ניטרא רב
החתן יצחק משה פ״מ
ביקסאדער רבי

א גרויסן יישר כח!
נאך קיינמאל נישט געזען קיין בילד פונעם ביקסאדער רבי'ן אין די מיטעלע יארן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 5:05 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:



badatz האט געשריבן: .
[/quote]
די בילד קוקט אויס צו זיין א'מוצאי שבת ווי די עולם גייט בגדי שבת.
אדער איז דאס ביי זיין חתונה (מוצ"ש בימים ההם?),פארשפיל, אדער ביי א'שבע ברכות.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:09 pm
דורך מיללער
עס קומען אריין ב"ה פארשידענע קאמענטארן מיט אידענטיפיקאציעס, איך וועל עס שטעלן כפי סדר שקבלתים אין מוקדם ומאוחר.

א שיינעם דאנק פאר די וואס נעמען זיך די טירחא מפענח צו זיין די בילדער, שלא יחסר לנו כלום להנות בהם בני אדם, זאלן זיי אלע שטענדיג זעהן נחת און פרייד מעתה ועד עולם

מיללער האט געשריבן:# 158
בילד


שרייבט א חשוב'ער איד אז דאס איז לכאורה די בר מצוה פון יעקב אשר מאסטער ע"ה,‬‎ זיין מאמע איז געווען א ריינמאן, ממילא איז דארט געווען די נאראלער‬‎ רב (און ער זיצט די לינקע זייט פונעם בחור'ל כפי שכת' הרימנובער לעיל) פון די אנדערע זייט זיצט דער בייטשער רב ר' בעריש היילפרין ז"ל, נאך אים (מיט די לענגערע ווייסע בארד - צו רעכטס) זיצט ר' יחזקאל שרגא בנו של רבי אלישע מגארליץ, נאך אים ווייס יאך נישט, נאך אים זיצט ר' אלימלך יאריטשובער.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:13 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:# 151
בילד
הרב פאם לינקס, ווער נאך?

דער וואס שטייט איז ווארשיינליך הג"ר ישראל פערקאווסקי ר"י בית התלמוד

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:18 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:# 150
בילד

דאס איז רבי נפתלי קליין-לייפער זצ"ל באקאנט אלס דער וואליע רב, מייסד קהל חסידים בבארא פארק (נכדו של רבי יוסל'ע מנירעדהאז בנו של הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנא זצ"ל - אחיו יבחל"ח הרה"חר' לייבוש לייפער הי"ו בב"פ התראיין לאחרונה על ה'קול מבשר')

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:23 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:# 144
בילד
אן ענדליכע בילד צום פרירעדיגען, רבי משה ערשיינט אויף א חסידישע שמחה, עס זעהט אויס אז דער אויף די רעכטע זייט פונעם חתן (אויסגעדרייט צו רעכטס) איז אולי דער צעשינובער רב זצ"ל רבי שלום יחזקאל שגרא רובין-ה"ש, און וועם נאך דערקענט מען?



מיללער האט געשריבן:# 145
בילד
די זעלבע שמחה ווי די פריערדיגע, נאר די רעכטע זייט פונעם אויבן-אן, דא דערקענט מעןם קלארער דעם צעשינובער רב זצ"ל, אפשר דרעקענט מען היצטערט בעסער די אנדערע?

פון די רעכטע זייט זיצען; ר' שמחה יוסף וואלטער, ר' חיים קופערמאן, ר' דוד קאהן (ממעליץ חסיד פלאנטש), האדמו"ר מציעשינוב‬‎ זצ"ל, דער חתן איז אולי ר' חיים שפריי, דער מיט דעם שטריימעל פון הונטן איז אולי אביו ר' לייביש שפריי‬‎.

‫לינקס פון ר' משה אביסל ארויסגעריקט זיצט הרב שטיינווארצל‬‎, פון הונטער הרב שטיינווארצל,דער בחור מיט די פאות ארום די אויער זעהט אויס ווי ר' שמערל ציטראנענבוים, לעבען אים איז ר' אברהם העפטלער, ביים עק איז ר' שמעון קליין.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:28 pm
דורך מיללער
בילד
בילד
בילד

לויט דעם מקור איז דער וואס ווערט געזען אין די דריי בילדער, הג"ר נתן תאומים ז"ל רב דק' כל ישראל אין ברוקלין ובעמח"ס בר פחתי (בן?)

יוצאי חלציו.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:29 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 150
בילד

דאס איז רבי נפתלי קליין-לייפער זצ"ל באקאנט אלס דער וואליע רב, מייסד קהל חסידים בבארא פארק (נכדו של רבי יוסל'ע מנירעדהאז בנו של הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנא זצ"ל - אחיו יבחל"ח הרה"חר' לייבוש לייפער הי"ו בב"פ התראיין לאחרונה על ה'קול מבשר')

זון פון הרה"ק רבי משה מנחם פון דעברעצין הי"ד בן רבי יוסעלע פון נירעדהאז בן רבי מרדכי'לע פון נאדווערנא.

און שווער פון להבלחט"א פון בלאזשוב'ער רבי שליט"א.
און פון ר' זילבער שיחי'(ברודער פון הגאון רבי מיכל זילבער שליט"א) וואס ער מיט זיין איד'נע פירן היינט אן, די שמחה זאל "קהל חסידים" אין בארא פארק.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:32 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:# 138
בילד
רבי משה פיינשטיין זצ"ל אויף א שמחה אין די "בני ישראל שול אוו לינדען הייטס", דער שול געפונט זיך אויף די ניינטע עוו. נעבן בארא פארק


דער וואס זיצט אויף די לינקער זייט זעהט אויס ווי דער רב פון די לינדען הייטס שול הרב ר' אהרן ווערטהיים ז"ל, דער וואס שטייט דער לעצטע רעכטס מיט די ברילן האט געהייסן ר' אליעזר בעער ע"ה

הרב ווערטהיים.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:49 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 138
בילד
רבי משה פיינשטיין זצ"ל אויף א שמחה אין די "בני ישראל שול אוו לינדען הייטס", דער שול געפונט זיך אויף די ניינטע עוו. נעבן בארא פארק


דער וואס זיצט אויף די לינקער זייט זעהט אויס ווי דער רב פון די לינדען הייטס שול הרב ר' אהרן ווערטהיים ז"ל, דער וואס שטייט דער לעצטע רעכטס מיט די ברילן האט געהייסן ר' אליעזר בעער ע"ה

הרב ד"ר ווערטהיים,מחבר ספר "הלכות והליכות בחסידות, ועוד.
און בן אחר בן צו הרה"ק רבי ארי' לייב פון בענדער זצוק"ל,(ברודער פון הרה"ק רבי משה'לע פון סאווראן זיע"א).

161 - 162

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:59 pm
דורך Ayer Shpaiz
162.jpg
161.jpg

161 - L
ר׳ שלמה גאדשטײן מונקאטש
162
ר׳ חײם בער מונקאטש

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:09 pm
דורך Ayer Shpaiz
nitra!.jpg


חתן ר׳ חײם שפיטצער
טאנצט מיט נײטרא רב

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:12 pm
דורך מיללער
Ayer Shpaiz האט געשריבן:
החתן ר׳ חײם שפיטצער
טאנצט מיט נײטרא רב


לפי"ז איז אולי דער אונטער דעם עראו, גיסו להבחל"ח ר' משה חיים רובין ע"ה