בלאט 22 פון 31

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:00 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:# 141

(קליקט אויפן בילד צו פארגרעסערן)


זעהט אויך אויס ווי א שמחת תנאים וקישור החיתון וואו רבי משה ערשיינט אין צענטער, דער ערשטער אויף די לינקע זייט מיט די זון-ברילן איז האדמו"ר רבי חיים שלמה לאווי זצ"ל מחוסט-טאהש, און דער וואס איז אויף די רעכטע זייט פונעם חתן איז אפשר דער טורקא רב? ווער נאך?

קוקט נישט אויס צו זיין טורקא רב.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:00 pm
דורך מיללער
# 144

אן ענדליכע בילד צום פרירעדיגען, רבי משה ערשיינט אויף א חסידישע שמחה, עס זעהט אויס אז דער אויף די רעכטע זייט פונעם חתן (אויסגעדרייט צו רעכטס) איז אולי דער צעשינובער רב זצ"ל רבי שלום יחזקאל שגרא רובין-ה"ש, און וועם נאך דערקענט מען?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:05 pm
דורך מיללער
# 145

די זעלבע שמחה ווי די פריערדיגע, נאר די רעכטע זייט פונעם אויבן-אן, דא דערקענט מעןם קלארער דעם צעשינובער רב זצ"ל, אפשר דרעקענט מען היצטערט בעסער די אנדערע?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:06 pm
דורך מיללער
# 146

דער בילד שיינט צו זיין ביי א בר-מצוה, דער בחור'ל זאגט דאס פשט'ל און רבי משה זצ"ל הערט זיך איין, ווער זענען די אנדערע משתתפים?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:16 pm
דורך מיללער
# 147

רעכטס איז אפשר דער סאדאוונער רב זצ"ל רבי ירחמיאל יצחק סעקולא - איז דאס רעכט? און ווער איז לינקס?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:16 pm
דורך מיללער
# 148

און וועם זעהט מען אויף דיזע בילד?

אפשר דער ראדזינער רבי ליינט די תנאים

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:21 pm
דורך מיללער
# 149

און דער בעל צורה דערקענט מען?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:22 pm
דורך בן בוזי
אויף בילד #146 איז דאס מעגליך רבי זושא'לע מטשארנאביל?
בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:23 pm
דורך מיללער
# 150

זקן שיורד עפ"י מדותיו, ווער איז דער איד?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:23 pm
דורך רימנובער אייניקעל
#146
נעבן רבי משה זצ"ל איז הרה"צ רבי זושא'לע טשערנאבילער זצ"ל (האלטן זיין האנט אויף די שטערן).
#144-145 שיינט טאקע צו זיין צעשינאווער רב ז"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:24 pm
דורך בן בוזי
#149 אדמו"ר רי"א מנאוואמינסק זצ"ל
בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:26 pm
דורך מיללער
# 151

הרב פאם לינקס, ווער נאך?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:28 pm
דורך מיללער
# 152

קוקט אויס ווי א מסיבת שבע ברכות, אפשר זעהט מען דעם באטורער רב זצ"ל אויף די לינקע זייט פונעם טיש, דער לעצטער ביים וואנט, ווער נאך?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:29 pm
דורך מיללער
# 153

דער צווייטער רעכטס איז האדמו"ר רבי נפתלי גראס זצ"ל מקערעסטיר-בערבעשט, וועם נאך זעהט מען?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:31 pm
דורך מיללער
# 154

אין צענטער זעהט אויס ווי א שטיקל נאדבורנא צורה, און דער שטריימל אויף די לינקע זייט ברויך מען ליציטירן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:32 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מיללער האט געשריבן:# 154
בילד
אין צענטער זעהט אויס ווי א שטיקל נאדבורנא צורה, און דער שטריימל אויף די לינקע זייט ברויך מען ליציטירן

די נאדבורנא צורה איז לכאורה האדמו"ר מזוטשקא זצ"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:34 pm
דורך מיללער
# 155

רבותי רופט אייך אן ווארעם, ווער זענען די חשוב'ע אידן?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:36 pm
דורך מיללער
# 156

אויפן שמייכל פון די משתתפים איז ניכר אז עמיצער זאגט געלונגענע דברי בדחנות (מסתם ר' חיים מענדל), אבער האט אפשר עמיצער א מושג ווער די שמייכלנדע פיגורן זענען?

(אפשר דער נייטרא רב נעבן דעם חתן פון די לינקע זייט)

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:36 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:# 154
בילד
אין צענטער זעהט אויס ווי א שטיקל נאדבורנא צורה, און דער שטריימל אויף די לינקע זייט ברויך מען ליציטירן

איך זעה נישט קיין נאדווארנע רבי דא.
און ס'איז א'מאליגע ספאדיק.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:37 pm
דורך צייטונג
מיללער האט געשריבן:נ.ב. אין 'די צייטונג' יענע וואך פרשת וישלח תשע"ה האט דער מייסטער שריפטשטעלער און היסטאריקער הרב אז"י פריעדמאן הי"ו געהאט א הערליכען שמועס מיט הרה"ג רבי ישראל גארבער שליט"א, רבי ישראל איז אן איידעם ביי הרה"צ רבי משה מנחם שפיגעל זצ"ל אדמו"ר מאוסטראוו-קאלושין בניו יארק, אינעם ארטיקל איז ערשינען דער בילד וואס איז גענומען געווארן פון דאנעט אינאיינעם מיט די אידענטיפיקאציע וואס דער חשוב'ער רימינובער אייניקל זז"ג האט צוגעשטעלט.

עס איז איבריג צו זאגן אז אויב איז מען נהנה פון דעם אוצר איז נישט מער ווי יושר לכה"פ צו באדאנקען די וואס האבן עס ערמעגליכט, וויפיל מאל מען איז מעורר דערוועגן מאכט זיך נאך אלעמאל אזעלכע וואס זעהן נישט איין די נחיצות דערפון, ונמצא ש"ש מתחלל על ידם אז מ'קלערט אז חסידישע אידן פירן זיך אזוי אויף, וואו איז די מדה פון הכרת הטוב? האסט בארייכערט דיין ארטיקל, גיב כאטש א יישר כח פאר מענטשן וואס האבן עס די צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ.

ומכאן הקריאה יוצאת בכל לשון של בקשה, אז איר נוצט די בילדער ברשות הרבים אויף סיי וועלכע אופן, מאכט זיכער צו שרייבן בשם המפורש מיט אייער אייגענעם לשון אז די בילדער קומען פון "אידישע וועלט" און גיט א דאנק פאר אלע "חשוב'ע אידן וואס האבן דאס ערמעגליכט" און אויב זענט איר א פארגינער לייגט צו א ברכה אז די אידן זאלן געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן, און דערמיט וועט איר האבן א חלק אין קידוש שם שמים.


געפויעלט - ואתכם הסליחה, ברכה והצלחה.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:37 pm
דורך רימנובער אייניקעל
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 154
בילד
אין צענטער זעהט אויס ווי א שטיקל נאדבורנא צורה, און דער שטריימל אויף די לינקע זייט ברויך מען ליציטירן

די נאדבורנא צורה איז לכאורה האדמו"ר מזוטשקא זצ"ל.

דאס איז ניקס זוטשקא רבי זצ"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:39 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:# 156

אויפן שמייכל פון די משתתפים איז ניכר אז עמיצער זאגט געלונגענע דברי בדחנות (מסתם ר' חיים מענדל), אבער האט אפשר עמיצער א מושג ווער די שמייכלנדע פיגורן זענען?

[b](אפשר דער נייטרא רב נעבן דעם חתן פון די לינקע זייט

אמת,נייטרא רב זצ"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:40 pm
דורך מיללער
# 157

וועלכער רבי טאנצט דא די מצוה טאנץ?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:41 pm
דורך מיללער
# 158

א שמחת בר מצוה, אפשר איז דער בעלזער רב פון מאנטריאל רבי יעקב יצחק ניימאן צו לינקס פונעם בר מצוה בחור'ל?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:43 pm
דורך מיללער
# 159

דער בילד איז סתם א פלא, איז דאס א ביהמ"ד מיט דריי פרוכת'ער? א בר מצוה בחור'ל מיט אביסל פירות אויפן טיש, א איד מיט א שטריימל

וואס גייט דא פאר?