בלאט 21 פון 31

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2014 8:16 pm
דורך מינצקער
הרב יעקב טייטלבוים מקיו קארדין הילס (אבי המחנך ר' אלי טייטלבוים ז"ל)

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2014 9:17 pm
דורך מיללער
מינצקער האט געשריבן:הרב יעקב טייטלבוים מקיו קארדין הילס (אבי המחנך ר' אלי טייטלבוים ז"ל)

לכאורה זענט איר גערעכט

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2014 10:51 pm
דורך מינצקער
אין בזה שום ספק ראה פה
http://theantitzemach.blogspot.com/2008 ... tions.html
קרעדיט ידידינו קיקיון

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 1:16 am
דורך חמרא טבא
מינצקער האט געשריבן:הרב יעקב טייטלבוים מקיו קארדין הילס (אבי המחנך ר' אלי טייטלבוים ז"ל)

תלמיד מובהק מהגאון רבי מאיר אריק זצ''ל

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 10:45 am
דורך מיללער
# 133 - רבי אליעזר סילווער ליינט די כתובה ביי א חופה - איז דער אינדערזייט פון אים מיט א שטריימל - א רב?
בילד

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 11:32 am
דורך מיללער
# 134 - צווישן ר' אליעזר סילווער און דער חתן זעהט מען האדמו"ר ר' יעקב ישראל טווערסקי מטשערנאבל - ווער איז רעכטס?
בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 10:27 am
דורך מיללער
מורי ורבותי! איש בשורה אנכי היום, בעזרת השי"ת ויתעלה, האבן מיר די טעג זוכה געווען צו א פרישע פעקל בילדער אין די סעריע פון "הערליכע רבנים-בילדער" צו אידענטיפיצירן.

כמעשיהם בראשונה רעדט מען פון גאר א זעלטענער אוצר פון קלארע בילדער רובם אין די בראשית יארן באלד נאכן קריג, בשנות ה'תש"י - תש"ך, וואו עס ווערן געזען רבנין וראשי ישיבות מדור הקדום, און ברענגט ארויף א תענוג ביי די וואס פארשטייען די ווערט דערפון.

איידער מיר גייען ווייטער שטעלן די בילדער, מוזן מיר אויסדרוקן אונזערע דאנק ווערטער, בשם כל קהלה קדישא הדין, פאר די חשוב'ע עוזרים ומסייעים הרוצים בעילום שמם, וועלכע ארבייטן אויף פארשידענע פראנטן אהערצושטעלן די בילדער, פון סקענען, ביז סארטירן, ביז אפשיקן אז עס זאל זיין ראוי להעלות על שלחנם של מלכים, זאל זיי דער אייבירשטער באצאלן כפלי כפליים מן השמים, ויתברכו ממעון הברכות לראות בשמחת צאצאיהם, עולמם יראו בחייהם, עם השפעות טובות וכל טוב סלה.

נ.ב. אין 'די צייטונג' יענע וואך פרשת וישלח תשע"ה האט דער מייסטער שריפטשטעלער און היסטאריקער הרב אז"י פריעדמאן הי"ו געהאט א הערליכען שמועס מיט הרה"ג רבי ישראל גארבער שליט"א, רבי ישראל איז אן איידעם ביי הרה"צ רבי משה מנחם שפיגעל זצ"ל אדמו"ר מאוסטראוו-קאלושין בניו יארק, אינעם ארטיקל איז ערשינען דער בילד וואס איז גענומען געווארן פון דאנעט אינאיינעם מיט די אידענטיפיקאציע וואס דער חשוב'ער רימינובער אייניקל זז"ג האט צוגעשטעלט.

עס איז איבריג צו זאגן אז אויב איז מען נהנה פון דעם אוצר איז נישט מער ווי יושר לכה"פ צו באדאנקען די וואס האבן עס ערמעגליכט, וויפיל מאל מען איז מעורר דערוועגן מאכט זיך נאך אלעמאל אזעלכע וואס זעהן נישט איין די נחיצות דערפון, ונמצא ש"ש מתחלל על ידם אז מ'קלערט אז חסידישע אידן פירן זיך אזוי אויף, וואו איז די מדה פון הכרת הטוב? האסט בארייכערט דיין ארטיקל, גיב כאטש א יישר כח פאר מענטשן וואס האבן עס די צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ.

ומכאן הקריאה יוצאת בכל לשון של בקשה, אז איר נוצט די בילדער ברשות הרבים אויף סיי וועלכע אופן, מאכט זיכער צו שרייבן בשם המפורש מיט אייער אייגענעם לשון אז די בילדער קומען פון "אידישע וועלט" און גיט א דאנק פאר אלע "חשוב'ע אידן וואס האבן דאס ערמעגליכט" און אויב זענט איר א פארגינער לייגט צו א ברכה אז די אידן זאלן געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן, און דערמיט וועט איר האבן א חלק אין קידוש שם שמים.

-

האלט אייך געשפאנט אויף די פרישע בילדער וועלכע וועלן אנהייבן ערשיינען מאמענטאריש

הודאה על העבר,ובקשה על העתיד.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 10:46 am
דורך רימנובער אייניקעל
כבוד הרב מיללער שליט"א.
על ישראל הדרתו בעיר סקרענטאן מחוז פענסליוועניע והגלילות יצ"ו.

א'הארציגן יישר כוח אויפן עבר ,פארן צו שטעלן הערליכע היסטורישע אינטערסאנטע בילדער ביז היינטיגן טאג ,ובקשה על העתיד אז איר זאלט צושטעלן ביתר שאת ויתר עז מער און מער בילדער ,בבריות גופא ונהורא מעליא ביז משיח'ס טאג במהרה בימנו אמן .

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 10:59 am
דורך מיללער
וזה החלי בעזהשי"ת

-

# 135

רעכטס ווערט געזען האדמו"ר רבי צבי אברהם ארי' לאנדא זצ"ל מאליק - [לינקס קלערט עמיצער אז דאס איז משושלת מאנאסטריטש, אפשר דער ארעל-ברעזנא רבי פון דיטראוט, מה דעתכם?]

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:02 am
דורך מיללער
# 136

דער זעלבער דמות פון # 135 אויף די רעכטע זייט, לינקס איז הגאון רבי אליעזר סילווער ז"ל

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:04 am
דורך מיללער
# 137

זעהט אויס ווי ביי די זעלבע מאורע פון בילד # 135, דער אליקער רבי רעכטס, לינקס ווערט געזען הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל מיט רבי אליעזר סילווער, און דער זעלבער פיגור אין צענטער

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:14 am
דורך מיללער
# 138

רבי משה פיינשטיין זצ"ל אויף א שמחה אין די "בני ישראל שול אוו לינדען הייטס", דער שול געפונט זיך אויף די ניינטע עוו. נעבן בארא פארק, און איז געווען באשריבן א צייט צוריק אין "די צייטונג" דורך ידידי רי"ש דרעזנער הי"ו (אפשר קען איינער אהערברענגען יענעם ארטיקל?)

בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:17 am
דורך מיללער
# 139

רבי משה פיינשטיין זצ"ל לינקס - מיט הגאון רבי מרדכי גיפטער זצ"ל ר"י טעלז

(אידענטיפיקאציע קרעדיט; ר' הירשל ציג)

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:18 am
דורך הירשל ציג
מיללער האט געשריבן:# 139
בילד
רבי משה פיינשטיין זצ"ל לינקס - מיט וועם?



מיט ר"מ גיפטער

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:21 am
דורך הירשל ציג
מיללער האט געשריבן:וזה החלי בעזהשי"ת

-

# 135

רעכטס ווערט געזען האדמו"ר רבי צבי אברהם ארי' לאנדא זצ"ל מאליק - [לינקס קלערט עמיצער אז דאס איז משושלת מאנאסטריטש, אפשר דער ארעל-ברעזנא רבי פון דיטראוט, מה דעתכם?]


http://theantitzemach.blogspot.com/2008 ... itude.html

ברעזנא רבי מיט טאמאשפאלער רבי ביי א הכנסת ס"ת

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:23 am
דורך מיללער
הירשל ציג האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וזה החלי בעזהשי"ת

-

# 135

רעכטס ווערט געזען האדמו"ר רבי צבי אברהם ארי' לאנדא זצ"ל מאליק - [לינקס קלערט עמיצער אז דאס איז משושלת מאנאסטריטש, אפשר דער ארעל-ברעזנא רבי פון דיטראוט, מה דעתכם?]


http://theantitzemach.blogspot.com/2008 ... itude.html

ברעזנא רבי מיט טאמאשפאלער רבי ביי א הכנסת ס"ת

א יישר כח ר' הירשל

זענט איר טאקע ביי דער מיינונג אז דער רב/רבי אין די ערשטע דריי בילדער איז דער ברעזנא רבי?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:24 am
דורך מיללער
הירשל ציג האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 139
בילד
רבי משה פיינשטיין זצ"ל לינקס - מיט וועם?



מיט ר"מ גיפטער

שטימט - יישר כח!

גיימיר עס פאררעכטן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:27 am
דורך מיללער
# 140

רבי משה פיינשטיין זצ"ל אויף א שמחה, זעהט אויס ווי עמיצער ליינט אויף די תנאים הונטערן אויבן-אן, שטייענדיג דארט רעכטס זעהט מען הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק אצל מהריט"ב זצ"ל מ'סאטמאר.

ווער זענען די חשוב'ע אידן זיצענדיג אויבן-אן, און וועם נאך דערקענט מען אויפן בילד?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:33 am
דורך מיללער
# 141

(קליקט אויפן בילד צו פארגרעסערן)


זעהט אויך אויס ווי א שמחת תנאים וקישור החיתון וואו רבי משה ערשיינט אין צענטער, דער ערשטער אויף די לינקע זייט מיט די זון-ברילן איז האדמו"ר רבי חיים שלמה לאווי זצ"ל מחוסט-טאהש, און דער וואס איז אויף די רעכטע זייט פונעם חתן איז אפשר דער טורקא רב? ווער נאך?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:33 am
דורך הירשל ציג
מיללער האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וזה החלי בעזהשי"ת

-

# 135

רעכטס ווערט געזען האדמו"ר רבי צבי אברהם ארי' לאנדא זצ"ל מאליק - [לינקס קלערט עמיצער אז דאס איז משושלת מאנאסטריטש, אפשר דער ארעל-ברעזנא רבי פון דיטראוט, מה דעתכם?]


http://theantitzemach.blogspot.com/2008 ... itude.html

ברעזנא רבי מיט טאמאשפאלער רבי ביי א הכנסת ס"ת

א יישר כח ר' הירשל

זענט איר טאקע ביי דער מיינונג אז דער רב/רבי אין די ערשטע דריי בילדער איז דער ברעזנא רבי?


שווער צו זאגען בוודאות

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:34 am
דורך הירשל ציג
מיללער האט געשריבן:# 141

(קליקט אויפן בילד צו פארגרעסערן)
בילד

זעהט אויך אויס ווי א שמחת תנאים וקישור החיתון וואו רבי משה ערשיינט אין צענטער, דער ערשטער אויף די לינקע זייט מיט די זון-ברילן איז האדמו"ר רבי חיים שלמה לאווי זצ"ל מחוסט-טאהש, און דער וואס איז אויף די רעכטע זייט פונעם חתן איז אפשר דער טורקא רב? ווער נאך?

שני מימין הרב צבי מאיר (?) גינזבערג פון די אגוה"ר אן איידעם פונעם חוסט'ער רבי (?)

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:37 am
דורך רימנובער אייניקעל
הירשל ציג האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 141

(קליקט אויפן בילד צו פארגרעסערן)


זעהט אויך אויס ווי א שמחת תנאים וקישור החיתון וואו רבי משה ערשיינט אין צענטער, דער ערשטער אויף די לינקע זייט מיט די זון-ברילן איז האדמו"ר רבי חיים שלמה לאווי זצ"ל מחוסט-טאהש, און דער וואס איז אויף די רעכטע זייט פונעם חתן איז אפשר דער טורקא רב? ווער נאך?

שני מימין הרב צבי מאיר (?) גינזבערג פון די אגוה"ר אן איידעם פונעם חוסט'ער רבי (?)

יא אמת דאס איז הרב גינזבורג שליט"א.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:45 am
דורך מיללער
הירשל ציג האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 141

(קליקט אויפן בילד צו פארגרעסערן)
בילד

זעהט אויך אויס ווי א שמחת תנאים וקישור החיתון וואו רבי משה ערשיינט אין צענטער, דער ערשטער אויף די לינקע זייט מיט די זון-ברילן איז האדמו"ר רבי חיים שלמה לאווי זצ"ל מחוסט-טאהש, און דער וואס איז אויף די רעכטע זייט פונעם חתן איז אפשר דער טורקא רב? ווער נאך?

שני מימין הרב צבי מאיר (?) גינזבערג פון די אגוה"ר אן איידעם פונעם חוסט'ער רבי (?)


יא, הרב גינזבורג שליט"א איז טאקע אן איידעם ביים חוסט-טאהשער רבי ז"ל, אפשר אויב אזוי איז דאס א שמחה ביי איינע פון זיינע קינדער, און לפי"ז קען מען אידענטיפיצירן די אנדערע אויפן בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:49 am
דורך מיללער
# 142

גאר א רייכער בילד פון א מסיבה שגדולי הדור מסובין בה, זיצענדיג אויפן אויב-אן דערקענט מען די ראשי ישיבה הגאונים; רבי אברהם קאלמאנאוויטש זצ"ל ר"י מיר (לינקס מיטן הדרת פנים און לעגערע ווייסע בארד), רבי משה פיינשטיין זצ"ל ר"י תפארת ירושלים (מער אין צענטער אויסגעדרייט אויף צוריק), רבי אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ונשיא אגה"ר (רעכסט מיטן צילינדער)הגאון רבי דוד ליפשיץ אב"ד סובאלק ור"י רי"א (שטייענדיג פון הונטן אין א שמועס מיט רבי משה)

וועם נאך זעהט מען דא?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:56 am
דורך מיללער
# 143

ווידער זעהט מען רבי משה פיינשטיין אויף א שמחה, דאסמאל מיט חסידישע רביים, ווער זענען זיי? (דער וואס שטייט פון הונטן מיטן פלאטישקען הוט איז אפשר דער שאמשאנער רב רבי גבריאל יודא אילאוויטש, לויט פריערדיגע שפעקולאציעס)