בלאט 16 פון 31

הערה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 11:50 pm
דורך רימנובער אייניקעל
איבע קוקענדיג די בילדער האב איך באמערקט נאך אפאר חידושים.

די אויבערשטע בילד די ערשטע פון רעכטס איז ביליצער רב זצ"ל רעדן מיט רבי משה ניישלאס זצ"ל.

די אינטערשטע בילד די איד מיט די ווייסע בארד איז רבי אברהם הערש הורוויטץ בייטשער רב זצ"ל כנ"ל.

מי זה ואיזה הוא?.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:00 am
דורך רימנובער אייניקעל
לחברי וקוראי הפורום ה' עליכם יחיה.

האם זה תואר צורת הרה"צ הרב סקולא אבד"ק סאדאוונע זצ"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 7:20 am
דורך קיקיון
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:הערליך איז נישט דאס ווארט, שכרך הרבה מאד.
דער פון רעכטס איז נישט טאהשער רבי זז"ג לאויט"א?


בילד
דאס איז הרה"צ רבי שלום משה אונגאר זצ"ל אבד"ק נייטרא.

[b]וועלעכע איז נייטרא רב????
[/b]
נייטרא רב זצ"ל איז די צווייטע פון די רעכטע זייט האלטנדיג זיין האנט אויף די פלאש.
וואלט איינער געווסט מיט וועמען רעדט ער?.
לעבן אים (דער וואס ס'רעדט מיט פאפער רב זצ"ל) איז נאראלער רב זצ"ל.

דער בילד איז געווען אין דעם HAMODIA פון לעצטע וואך בעטענדדיג אינפא
זייער אדרעס AWORLDTHATWAS HAMODIA COM

תיקון טעות.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 8:34 am
דורך רימנובער אייניקעל
איך האב אריינגעשיקט די באשיידונג פון די בילד צו די רעדאקציע פון די ענגליש המודיע.

תיקון טעות.
בדרך אגב האב איך מברר געווען אז די מענטש האלטן די האנט אויף די פלאש איז הרה"צ רבי משה ניישלאס זצ"ל אבד"ק שיכון סקווירא און נישט וואו ס'שטייט אויף די בילד.

שאצער רבי זצ"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 8:49 am
דורך רימנובער אייניקעל
איך האב מברר געווען אז די מענטש און גאנצן לינקס פון די בילד (וואס קוקט אויס אז די היט איז אויף די רעכטע זייט אבער ס'איז נישט) איז שאצער רבי זצ"ל.

בדרך אגב וועלן מיר מאכן חזרה אויף די בילד.
לעבן שאצער רבי איז הרה"צ רבי ישכר בער ראזענבוים זצ"ל אדמו"ר מ'סטראזשניץ.
לעבן אים (לפי די אידענטיפיקאציע פון איינער פון חברי הפורום).איז בנו החתן הרה"צ רבי אשר מרדכי זצ"ל האדמו"ר מ'סטראזשניץ קליוולאנד.(ביום חתונתו ובשמחת לבו).
לעבן אים זיצט זיין זיידע הרה"ק רבי איתמר'ל זצוק"ל פון נאדווערנא.
לעבן אים איז חתנו הרה"צ רבי שלום ישכר בער שפירא זצ"ל אדמו"ר מ'קעכניא .
לעבן אים איז גיסו הרה"צ רבי יצחק אייזיק ראזענבוים זצ"ל אדמו"ר מ'זוטשקא.
לעבן אים איז הרה"צ רבי חיים שלמה לאווי זצ"ל אדמו"ר מ'חוסט טאש.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 1:28 pm
דורך הסרפד
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:איך האב מברר געווען אז די מענטש און גאנצן לינקס פון די בילד (וואס קוקט אויס אז די היט איז אויף די רעכטע זייט אבער ס'איז נישט) איז שאצער רבי זצ"ל.

וועליכער?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:12 pm
דורך מיללער
אין שאטן פון די פטירה פון הרבני החסיד ר' דוד הויער ע"ה וועלכער איז געווען אן אקטיווער הנהלה מיטגליד אינעם מוסד החשוב "רב טוב" האבן מיר ערהאלטן עטליכע בילדער פון רב טוב אסיפות און מסיבות וואו מ'דערקענט דעם סאטמארער וויצע-פרעזידענט ע"ה צווישן די פראמינענטע ראשי המדברים, און צו דער זעלבער צייט ווערן געזען נאך רבנים ואישי ציבור, איך לייג דא די סעריע פון בילדער, און די חשוב'ע חברים קענען ארויסהעלפן מיט די אידענטיפיקאציעס כיד ה' הטובה עליהם.

-

# 101

ביי א "רב טוב" דינער בשנת תשמ"ה אין בארא פארק, ווערן געזען זיצנדיג אויפן אויבן-אן פון רעכטס; אדמו"ר ממשאלאו, אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל, גאב"ד דעברעצין זצ"ל, ?, ?
פון הונטערוויילעכס זיצנדיג אויף לינקס וןוערט געזען דער סאטמארער רבי שליט"א (מהרי"י)
שטייענדיג ביים מיקראפאן ווערט געזען ר' דוד הויער ע"ה, און גאנץ רעכטס שטייט ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, ווער איז אין צענטער?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:15 pm
דורך farshlufen
אין צענטער שטייענדיג? ר' וואלף רייכבערג.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:20 pm
דורך מיללער
# 102

ביי א "רב טוב" דינער איו זאל פון ויואל משה אין וויליאמסבורג שנת ? עס איז אנגעגרייט דאס בענקל פאר מרן בעל ברך משה זצ"ל פון רעכטס מיט א טארט גרייט און דער מיקראפאן ביי די זייט פאר די דברות קודש, ביים פאדיום שטייט ר' דוד הויער ע"ה, און נעבן אים צו לינקס זיצן; ר' סענדר דייטש ע"ה ולהבחל"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, ווער זענען די רבנים נאכדעם? און ווער זענען די פני הקהלות וואס זיצן אויפן ערשטן טיש פארנט? עס קוקט מיר אויס אז אויף די טיש פארן אויבן-אן דער ערשטער רעכטס איז ר' שמעון לאנדא ע"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:23 pm
דורך farshlufen
מיללער, שלעכט אויבגעפאסט צו וואס?

נאך ר' משה דוד דאכציך דער סענדזשארדזשער רב

ר' זלמן בינער ז"ל קוקט אויס להבחל"ח הר"ר משה ראובן איצקאוויטש זז"ג אדער ר' יושע וו"ב.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:25 pm
דורך מיללער
# 103

ביי א "רב טוב" דינער יום ב' תרומה תשמ"ה אין מאנטריאל, ביים מיקראפאן שטייט דער לעגענדארער נשיא מוסדות רב טוב באייראפא הרהב הגאון רבי חיים קרייזווירטה זצ"ל גאב"ד אנטווערפן, אויף די רעכטע זייט זיצט דער סאטמאר-מאנטריאלער רב רבי דוד מייזליש שליט"א, און פון הונטער דעם מייק זעהט מען ר' דוד הויער ע"ה - ווער זענען די צוויי רבנים אויף די רעכטע זייט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:27 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:
נאך ר' משה דוד דאכציך דער סענדזשארדזשער רב

ר' זלמן בינער ז"ל להבחל"חהר"ר משה ראובן איצקאוויטש זז"ג.


דער סענזשארזשער רב זענט איר גערעכט און ר' זלמן בינער אויך, ר' משה ראובן איז נישט אויף דעם בילד

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:28 pm
דורך farshlufen
#101 זיצענדיג צווישן ר' דוד הויער און ר' וואלף רייכבערג, ר' חיים משה שטויבער דוכט זיך.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:30 pm
דורך מיללער
# 104-105
אן אסיפה פון "רב טוב" ביים מייק שטייט ר' דוד הויער ע"ה, רעכטס אויפן אויבן-אן זיצט ר' סענדר דייטש ע"ה און נאך אים להבחל"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, אויף די לאנגע טיש אויפן רעכטע זייט דערקענט זיך רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל פון די פרינדע רבנים אין "רב טוב", וועם נאך דערקענט מען?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:31 pm
דורך שמעלקא טויב
101 ליקנס פון דעברעצינער רב איז נישט הרב וואכטפויגל?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:35 pm
דורך מיללער
# 106

א שפאציר אין ? (אפשר בארא פארק פארנט פון 53 ביהמ"ד סאטמאר?) דער זענטא רב שליט"א רבי ליפא טייטלבוים פון רעכטס, להבחל"ח הרה"ח ר' ליבוש לעפקאוויטש, ר' הערשל קעסטנבוים, ר' דוד הויער עליהם השלום, און גאנץ לינקס איז דער טעטשער רב שליט"א פון בארא פארק.
פון הונטן ווערט דערקענט ר' אברהם (אלבערט) פריעדמאן הי"ו פון "די צייטונג".

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:36 pm
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
נאך ר' משה דוד דאכציך דער סענדזשארדזשער רב

ר' זלמן בינער ז"ל להבחל"חהר"ר משה ראובן איצקאוויטש זז"ג.


דער סענזשארזשער רב זענט איר גערעכט און ר' זלמן בינער אויך, ר' משה ראובן איז נישט אויף דעם בילד

האסט רעכט, קוקענדיג נאכאמאל, ר' יושע וו"ב.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:37 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
נאך ר' משה דוד דאכציך דער סענדזשארדזשער רב

ר' זלמן בינער ז"ל להבחל"חהר"ר משה ראובן איצקאוויטש זז"ג.


דער סענזשארזשער רב זענט איר גערעכט און ר' זלמן בינער אויך, ר' משה ראובן איז נישט אויף דעם בילד

האסט רעכט, קוקענדיג נאכאמאל, ר' יושע וו"ב.

דאס יא, לינקס נאך ר' זלמן ז"ל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:38 pm
דורך farshlufen
#106 איז אויף ראטלעדזש נעבן אין מוקדם ומאוחר בתורי : או די עי - קינגס טערעס - תהלות יואל - וואנדער ברעד.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:40 pm
דורך מיללער
# 107

א נאנטע בילד פונעם דערמאנטן "רב טוב דינער" אין מאנטרעאל, א שמועס צווישן הגר"ח קרייזווירטה זצ"ל מיטן סאטמארער רב שליט"א פון מאנטרעאל אינדערצווישן ר' דוד הויער ע"ה, ווער נאך?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:56 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:# 107

א נאנטע בילד פונעם דערמאנטן "רב טוב דינער" אין מאנטרעאל, א שמועס צווישן הגר"ח קרייזווירטה זצ"ל מיטן סאטמארער רב שליט"א פון מאנטרעאל אינדערצווישן ר' דוד הויער ע"ה, ווער נאך?


קיבלתי באישי:
גאנץ לינקס איז ר' מרדכי לאווי ז"ל בנו של אדמו"ר מטאהש שליט"א און אינדערמיט איז הגר"י וואזנער שליט"א דומ"ץ סקווירא-מאנטריאל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:57 pm
דורך נחמן נתן
שמעלקא טויב האט געשריבן:101 ליקנס פון דעברעצינער רב איז נישט הרב וואכטפויגל?

נעוואדע. הג"ר נתן וואכטפויגל ז"ל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:59 pm
דורך נחמן נתן
מיללער האט געשריבן:# 101
ביי א "רב טוב" דינער בשנת תשמ"ה אין בארא פארק, ווערן געזען זיצנדיג אויפן אויבן-אן פון רעכטס; אדמו"ר ממשאלאו, אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל, גאב"ד דעברעצין זצ"ל, ?, ?
פון הונטערוויילעכס זיצנדיג אויף לינקס וןוערט געזען דער סאטמארער רבי שליט"א (מהרי"י)
שטייענדיג ביים מיקראפאן ווערט געזען ר' דוד הויער ע"ה, און גאנץ רעכטס שטייט ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, ווער איז אין צענטער?

farshlufen האט געשריבן:אין צענטער שטייענדיג? ר' וואלף רייכבערג.

צווישן ר' וואלף מיט ר' דוד הויער, איז ר' שמחה פנחס שטראהלי, משב"ק אדמור"י באבוב

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 4:02 pm
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:# 107

א נאנטע בילד פונעם דערמאנטן "רב טוב דינער" אין מאנטרעאל, א שמועס צווישן הגר"ח קרייזווירטה זצ"ל מיטן סאטמארער רב שליט"א פון מאנטרעאל אינדערצווישן ר' דוד הויער ע"ה, ווער נאך?


קיבלתי באישי:
גאנץ לינקס איז ר' מרדכי לאווי ז"ל בנו של אדמו"ר מטאהש שליט"א און אינדערמיט איז הגר"י וואזנער שליט"א דומ"ץ סקווירא-מאנטריאל

שלאף איך אז איך האב נישט דערקענט ר' מרדכי'ס שמייכל, פיל פארברענגט מיט אים, יהא זכרו ברוך.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 4:03 pm
דורך מיללער
נחמן נתן האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:101 ליקנס פון דעברעצינער רב איז נישט הרב וואכטפויגל?

נעוואדע. הג"ר נתן וואכטפויגל ז"ל

ריכטיג, און דער לעצטער לינקס איז דער פריימאנער רב זצ"ל רבי רפאל זילבער