בלאט 15 פון 31
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 12:21 am
דורך רימנובער אייניקעל
די אויבערשטע בילד איז הרה"ג רבי מנחם זאב שיק זצ"ל אבד"ק טאקאי.
טאטע פון הרה"צ רבי אליעזר שלמה שיק שליט"א אבד"ק היכל הקודש ברעסלב.
די מיטילסטע בילד איז פון די לינקע זייט הרה"ג רבי משה שטערן זצ"ל אבד"ק דעברעצין .
ולידו אולי הרב רבי אברהם שמואל בנימין סופר זצ"ל גאב"ד פרעשבורג יצ"ו?.
און די אינטערשטע בילד איז הרה"צ רבי חיים שלמה'לה הורוויטץ זצ"ל אדמו"ר מ'סטריזשוב.
גאב"ד ביליץ.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:50 am
דורך רימנובער אייניקעל
דאס איז הרב הגאון רבי יהודה יצחק שטערן זצ"ל.
גאב"ד ביליץ.
מלפנים מרביץ תורה בישיבת ערוגת הבושם צהעלים.
און די אינטערשטע בילד איז ער די ערשטע פון רעכטס.
ולידו פאפא צהעלים רבי יוסף מ'דעעש זצ"ל.
אבד"ק אפשא.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:58 am
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:ֳ# 26
הגה"צ רבי משה יעקב בעק זצ"ל.
אבד"ק אפשא יצ"ו.
ומגדולי תלמידי המנחת אלעזר מ'מונקאטש זיע"א.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 11:17 am
דורך רימנובער אייניקעל
די אויבערשטע און די מיטילסטע בילד זענען
הגה"צ רבי אברהם צבי הורוויטץ אבד"ק בייטש זצ"ל.
בן הרבנית מרת טילא בת הרה"ק מ'צאנז זיע"א.
און די אינטערשטע בילד זעט זיך אן הרב פאלאק זצ"ל .
אבד"ק וואדקארט יצ"ו.
און פון אינטער אים מיט די האלבע פנים זעט זיך אן בייטשער רב הנ"ל.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 11:24 am
דורך קיקיון
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ֳ# 26
הגה"צ רבי משה יעקב בעק זצ"ל.
אבד"ק אפשא יצ"ו.
ומגדולי תלמידי המנחת אלעזר מ'מונקאטש זיע"א.
בעה״מ שו״ת חמדת משה ואבני שהם עה״ת___
דוכט זיך אז ביליצער רב זצ"ל האט געהאט די כתה אינטער קאשויער רב זי"ע אין צעלים
און זיך באזעצט אין א"י נאך אין די תש"י ? יארען אבער קיין סאך שפעטער ניט
לאדיין ונייטרא.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 11:35 am
דורך רימנובער אייניקעל
די אויבערשטע בילד פון די רעכטע זייט איז הגה"צ רבי שלום משה אונגאר זצ"ל.
אבד"ק ור"מ נייטרא.
לידו הרה"ג רבי יצחק בנימין מענדעלאוויטש אבד"ק פישפעק לאדיין.
און די אינטערשטע בילד דער פון די צווייטע זייט רעכטס האלטן זיין האנט אויף די פלאש איז
הגה"צ רבי משה ניישלאס זצ"ל אבד"ק סערדאהעלי ושיכון סקווירא.
לעבן אים נאראל פאפא זצ"ל.
בדרך אגב קוקט גוט אויף די ביידע בילדער וועט איר זען אז רבי משה ניישלאס זצ"ל מיט נייטרא רב זצ"ל ענדלען זייער שטארק.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 12:08 pm
דורך געגאנגן
מיללער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:# 6
אינמיטן דאכט זיך הרב פראמאוויטש מציילסהיים
אויסער די ברילען, זעה איך נישט קיין דמיון
-
# 7
נאך פון די צוויי רבנים וואס ווערן געזעהן אין # 6
הרה"צ מזידיטשויב אפטא זכר צדיק לברכה.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 12:22 pm
דורך רימנובער אייניקעל
דאס איז הרב הצדיק רבי ישכר בעריש אייכענשטיין זכר צדיק לברכה.
אדמו"ר מ'זידיטשויב אפטא זצ"ל.
בן הרה"צ רבי שלום זצ"ל מ'זידיטשויב פראכניק .
.
רעדענדיג פון אים מיז איך ארויס ברענגן אפאר שטריכען זיינע.
איך האב אים פרעזענליך געקענט,ער איז געווען זייער נאנט מיט להבלחט"א אבי מורי שליט"א.
מלא וגדוש במדת החסד אין כדוגמתו, גומל חסד בגופו ובממנו וואס ער האט צאם געקליבן.
איך מיט אבי מורי שליט"א האבן פרעזענליך מיט געלעבט זאכען אשר לא יאומן כי יסופר.
א'גאלדענע הארץ ,א' עניו און א' שפל ברך לא החזיק טיבותיה לנפשיה.
מלא וגדוש במדות טובות ומעשים טובים בהצנע לכת.
וויפיל איך וויל רעדן וועל איך נישט קענען ארויס ברענגען זיין גאנצע מהות און גוטסקייט.
יכלו הזמן והם לא יכלו.
ויהי רצון אז ער זאל זיין א'מליץ יושר און א'גוטער בעטער אויף אונז און גאנץ כלל ישראל.
וינוח בשלום על משכבו ויעמוד לגורלו לקץ הימים ויקים בתחיית מיתי עמו ישראל ברחמים .
בביאת שילה ולו יקהת עמים במהרה בימנו אמן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 12:54 pm
דורך יוראפ
23 און 89 זענען די סעים? האט אסאך ענליכע שטריכן
23 פלעגט גיין סטראקעס?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 12:59 pm
דורך מיללער
רימינובער, מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט, יישר כחכם
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 1:00 pm
דורך יוראפ
מיללער האט געשריבן:רימינובער, מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט, יישר כחכם
גא"מ - אבער ס'פעלט די נומערן
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 1:09 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:רימינובער, מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט, יישר כחכם
אמן כן יהי רצון.
המברך יתברך.
געלייבטס מיר בנאמנות איך בין קיין כי הוא זה נישט מגזם..
איך האב נישט גערעדט אפס קצהו א'טיפה מן הים פון זיין גוטסקייט גאלדענע הארץ און חסד ומעשים טובים זיינע.
וויפל איך וועל רעדן איז ווייניג ארויס געברענט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 1:11 pm
דורך רימנובער אייניקעל
יוראפ האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:רימינובער, מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט, יישר כחכם
גא"מ - אבער ס'פעלט די נומערן
איך ווייס
ס'איז תם ולא נשלם צו אידענטיפיצירן די בילדער.
עוד חזון למועד.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 1:15 pm
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:רימינובער, מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט, יישר כחכם
למועד אשוב.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 1:52 pm
דורך רימנובער אייניקעל
למעשה איז אזוי:
ידידי הנ"ל וואס האט מיר געהאלפן אידענטפיצירן א'גרויסע חלק פון די בילדער האט נישט געקענט אידענטפיצירן אלע בילדער .
און ממילא דארף איך אליינ'ס ארום גיין און נאכפארשען די בילדער,אזוי וואו איך האב געטוהן אויף א'היפש שיינע פאר בילדער.
ובעזרת שמו יתברך למועד אשוב מיט נייע אינפארמאציע בלי נדר.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 2:09 pm
דורך קיקיון
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:די אויבערשטע בילד פון די רעכטע זייט איז הגה"צ רבי שלום משה אונגאר זצ"ל.
אבד"ק ור"מ נייטרא.
לידו הרה"ג רבי יצחק בנימין מענדעלאוויטש אבד"ק פישפעק לאדיין...........
וועגען לאדיין'ר רב איז
דא א גאנצער שמיעס
שנפתחה ע"י מיללער מיט נאך בילדער
ער איז געווען א שד"ר פון נייטרא ישיבה ?
איך געדענק אים פון בעלזא 16טע עוו שטיבעל (נאך ניט געהייסען דאמאלט 16 מען האט נאן ניט געדארפט סימנים)
בקשת עזרה מחברי הפורום.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 3:58 pm
דורך רימנובער אייניקעל
לחברי הפורום ה' עליכם יחיו..
היות איך פראביר צו אידענטיפיצירן בילדער פון דעם פורום.
האב איך געוואלט בעטן פון חברי הפורום אויב ס'איז מעגליך צו צייכענען דא די אלע נישט אידענטיפיצירטע בילדער.
מיט די נומערן וכו'.
וואס עפעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:56 pm
דורך רימנובער אייניקעל
יוראפ האט געשריבן:23 און 89 זענען די סעים? האט אסאך ענליכע שטריכן
23 פלעגט גיין סטראקעס?
וואס פאלט אייך ביי ?.
23# איז אודווארי רב זצ"ל און ער איז נישט געגאנגן סטראקעס און #89 איז אידענטיפיצירט געווארען אלס דעעשער רבי זצ"ל.
איך וועל אייך ברענגען ביידע בילדער ווען איר וועט גיט קוקען אויף די נאז וועט איר זען אז ס'איז נישט די זעלבע מענטש.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 8:03 pm
דורך צושויער
farshlufen האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:רימינובער, מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט, יישר כחכם
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 8:29 pm
דורך יציב פתגם
צושויער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:רימינובער, מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט, יישר כחכם
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 9:00 pm
דורך שישא
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:די מיטעלסטע בילד עפעס א'נאנעשער רב .(נישט הרב פעקטע וואס מיר האבן שפעטער געברענגט)
נישט "עפעס א נאנאשער רב" נאר דער לעצטער רב וואס האט מכהן געווען ברבנות העיר נאנאש, הגה"צ ר' יקותיאל יודא היילפרין זצ"ל, אחר המלחמה בב"פ ונפטר בשנת תשל"א.
הרב פעקעטע איז געווען א חשובער איד אין נאנאש, אבער נישט רב
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 9:24 pm
דורך מיללער
שישא האט געשריבן:רימנובער אייניקעל האט געשריבן:די מיטעלסטע בילד עפעס א'נאנעשער רב .(נישט הרב פעקטע וואס מיר האבן שפעטער געברענגט)
נישט "עפעס א נאנאשער רב" נאר דער לעצטער רב וואס האט מכהן געווען ברבנות העיר נאנאש, הגה"צ ר' יקותיאל יודא היילפרין זצ"ל, אחר המלחמה בב"פ ונפטר בשנת תשל"א.
הרב פעקעטע איז געווען א חשובער איד אין נאנאש, אבער נישט רב
חידוש נפלא, אפשר קען מען האבן נאך פרטים, איז ער געווען דער שווער פון ר' שמואל בראך מאפסי ארץ נאנאש? אדער איז דאס א דריטע משפחה בכלל?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 9:37 pm
דורך קיקיון
חותמות "משה זאב רייצער" ו"יוסף צבי היילפרין דומ"ץ דק"ק נ. שאמקוט", בסוף ספר "תקפו כהן" רישום: "מקנת כסף של רבינו אב"ד ור"מ דפה... הבירה נאנאש במדינות אונגארין... המתחמם בצוורו של רבינו... הצעיר יקותיאל יודא היילפרין מגזע החכם צבי" [אוצר הרבנים 11571, מאוחר יותר רבה של נאנאש בעצמו, אחיו רבי יוסף צבי הלפרין (אוצר הרבנים 8964
www.kedem-auctions.com/en/node/6741
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:38 pm
דורך 11211
ר' יקותיאל יודא האלפרין/האלפערט איז א זוהן פון ר' בן ציון חתן האפסי ארץ מ'נאנאש
הרב מיללער,
ר'שמואל בראך'ס שיכות צו נאנאש איז יוחס עצמו,זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר׳ דוד צבי שרייבער חתן ר' חיים אלתר זוסמאן חתן ה'אפסי ארץ
ר' דוד צבי איז א זוהן פון ר' נפתלי שרייבער בעמח"ס מעטה נפתלי מ'קליינווארדאן א ברודער פונעם אפסי ארץ
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:54 pm
דורך רימנובער אייניקעל
שישא האט געשריבן:רימנובער אייניקעל האט געשריבן:די מיטעלסטע בילד עפעס א'נאנעשער רב .(נישט הרב פעקטע וואס מיר האבן שפעטער געברענגט)
נישט "עפעס א נאנאשער רב" נאר דער לעצטער רב וואס האט מכהן געווען ברבנות העיר נאנאש,
הגה"צ ר' יקותיאל יודא היילפרין זצ"ל, אחר המלחמה בב"פ ונפטר בשנת תשל"א.הרב פעקעטע איז געווען א חשובער איד אין נאנאש, אבער נישט רב
א'יישר כח גדול צו באשיידען די נאמען פונעם נאנאשער רב זצ"ל.
איך האב טאקע צו געלייגט די נאמען.