בלאט 1 פון 1
רבי יוסף משה אייזנבערג מדראגיטשין זצ"ל והמערה בצפת ת"ו
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 1:33 pm
דורך יציב פתגם
אינעם ספר "אילת אהבים" איז געדריקט א בילד פון פתח המערה אין די אלטער ביה"ח אין עיה"ק צפת וואס דארט ליגט הגה"ק רבי יוסף משה אייזנבערג זי"ע אב"ד דראגיטשין בעל "מגיד משנה" על משנת חסידים, פאטער פון הגה"ק רבי יצחק חריף-אייזנבערג זי"ע אב"ד סאמבור בעל "האלף לך שלמה".
זייענדיג שוין עטליכע מאל אינעם צפת'ער ביה"ח, האב איך דורכגענישטערט כמעט די גאנצע ביה"ח (סיי אינעם געגענט פון אר"י הק' און בית יוסף ביז אראפ, און סיי אויבן לינקס נעבן דעם ציון פון רבי לייב בעל היסורים) און דערווייל נישט געטראפן אזא מערה מיט דיא טאוועל..
קען מיר איינער אפשר ארויסהעלפן און אנווייזן אויף פונקטליך ווי די מערה געפינט זיך?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 1:34 pm
דורך יציב פתגם
.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 1:58 pm
דורך חניוק
ס'קומט דערמיט גרויסע גילויים, וכבוד אלוקים הסתר דבר.
קודם רבי עמנואל חיריקי ליגט דא
http://www.mytzadik.com/index.asp?lid=6 ... k&kid=1976
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 2:21 pm
דורך למעלה משבעים
די קעפל שטייט
תאריך הילולה: א' אדר מקום קבורה: איטליה
פלעין א טעות?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 2:27 pm
דורך הסרפד
למעלה משבעים האט געשריבן:די קעפל שטייט
תאריך הילולה: א' אדר מקום קבורה: איטליה
פלעין א טעות?
איך מיין אז ר' חניוק מיינט גאר דאס ארויס צו ברענגן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 24, 2014 7:34 am
דורך פרעגער
יציב פתגם האט געשריבן:אינעם ספר "אילת אהבים" איז געדריקט א בילד פון פתח המערה אין די אלטער ביה"ח אין עיה"ק צפת וואס דארט ליגט הגה"ק רבי יוסף משה אייזנבערג זי"ע אב"ד דראגיטשין בעל "מגיד משנה" על משנת חסידים, פאטער פון הגה"ק רבי יצחק חריף-אייזנבערג זי"ע אב"ד סאמבור בעל "האלף לך שלמה".
זייענדיג שוין עטליכע מאל אינעם צפת'ער ביה"ח, האב איך דורכגענישטערט כמעט די גאנצע ביה"ח (סיי אינעם געגענט פון אר"י הק' און בית יוסף ביז אראפ, און סיי אויבן לינקס נעבן דעם ציון פון רבי לייב בעל היסורים) און דערווייל נישט געטראפן אזא מערה מיט דיא טאוועל..
קען מיר איינער אפשר ארויסהעלפן און אנווייזן אויף פונקטליך ווי די מערה געפינט זיך?
איך קען דיר נישט זאגן פונקטלעך וואו דאס איז, אבער לעצטענס האבעך געזעהן אז אויפ'ן צווייטן בארג (די אנדערע זייט פון די מקוה) דארט וואו ס'פיל מיט מערות האט מען געלייגט נייע טאוולען מיט נעמען (יאהרן צוריק האבעך געוואסט אז די מערות זענען פון חנה ושבעה בניה, זעהט אויס אז מ'האט געמופט אריין און ארויס).
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 24, 2014 10:36 am
דורך מיללער
ספר מגיד משנה
http://www.hebrewbooks.org/19644לרבי יוסף משה זצ"ל
ספר פני יצחק:
http://www.hebrewbooks.org/1342חיברו רבי יצחק חריף ב"ר יוסף משה נשוא האשכול
ספר אמרי מהרי"ן:
http://www.hebrewbooks.org/31397חיברו רבי יעקב נפתלי ב"ר יצחק חריף הנ"ל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:01 pm
דורך מיללער
ביים זיך אריינטאן בתולדות ר' מרדכי ענגלמאיר אב"ד לימנא איז אפירגעקומען אז דער ספר משנת חסידים ע"פ מגיד משנה לבעל נשוא השאכול דילן, איז איבערגעדרוקט געווארן שפעטער בשנת תרל"ח, שטיין שטייט אויפן שער בלאט אז דער ספר איז געדרוקט געווארן אין ירושלים, אבער עפעס איז עס נישט אזוי משמע פון ארוינגס און ארום, און דארט שטייט גאר אויפן שער בלאט אז דער מחבר פונעם פי' איז גאר ר' משה מזאלישין.
http://www.hebrewbooks.org/14834אויף אוצר החכמה האט די דערמאנטע מהדורה צוגעשטיקלט די ווערטער "חלק א'" העכער די ווערטער "חלק מפתח העולמות"
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?12740&איז דאס א פשו'טע גניבה ספרותית אדער א טעות, וואס גייט דארט פאר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:29 pm
דורך טייבעלע
דער ספר איז געדרוקט געווארן אין לעמבערג תרל"ח, און איז נאכאמאל ארויסגעגעבן געווארן בירושלים תשל"א, עס איז געוועהן א קאפי פון דער דפוס לעמבערג תרל"ח.
אזוי שטייט אויף דער ספר אינעם
ירושלים לייברערי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:37 pm
דורך יוסף שרייבער
הספר נדפס בלבוב בשנת תרל''ח. משה מזאלישין איז פשוט א טעות פון יוסף משה מדרוגטשין בן יקותיאל זלמן מזאלישין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:46 pm
דורך יציב פתגם
תולדות הגה"ק רבי משה מדראגיטשין זי"ע בגליון עלים לתרופה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:49 pm
דורך יציב פתגם
שתי מכתבים בגליון עלים לתרופה בנוגע למקום קבורתו בצפת ליד המשנת חסידים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:51 pm
דורך טייבעלע
דער בעהמ"ח ספר מגיד משנה האט געהאט אן אייניקל מיטן זעלבן נאמען יוסף משה מטשוטש וזאלין ראב"ד פרעמיסלא, מח"ס אילת אהבים, עס קאן זיין פון די ביידע שטעט איז געווארן א שילוב זאלישין.
אין דער ספר משנת חסידים ע"פ מגיד משנה שנדפס בשנת תשנ"ה איז דארט דא תולדות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:52 pm
דורך יוסף שרייבער
וראה שם בעלים לתרופה תחת הכותר מגיד משנה ויתורץ תמיהת רבינו מסקרענטאן למה כתוב ''חלק ראשון''.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 9:40 pm
דורך צושויער
טייבעלע האט געשריבן:דער בעהמ"ח ספר מגיד משנה האט געהאט אן אייניקל מיטן זעלבן נאמען יוסף משה מטשוטש וזאלין ראב"ד פרעמיסלא, מח"ס אילת אהבים, עס קאן זיין פון די ביידע שטעט איז געווארן א שילוב זאלישין.
אין דער ספר משנת חסידים ע"פ מגיד משנה שנדפס בשנת תשנ"ה איז דארט דא תולדות.
דער מחבר האט טאקע געהייסן משה און ער קומט ממקום אביו מזאלישין. ס'איז אמת.