גביר'ישע שידוכים ביי רבי'שע הויפן
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
גביר'ישע שידוכים ביי רבי'שע הויפן
ווי באקאנט זענען במשך די יארן פארגעקומען פיל שידוכים וואס גרויסע גבירים האבן זיך משדך געווען מיט רבי'שע הויפן, וועט מען דא פראבירן אביסל דאס צוזאמנעמען.
הנגיד ר' יעקב יוסף הלפרין מבארדיטשוב
זיין זון רבי דוד איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק מרוזין.
זיין טאכטער האט חתונה געהאט מיט ר' זאב אויערבאך אן אייניקל פונעם תולדות, און שפעטער [נאך בחייו פון ר' יעקב יוסף] האט זייער טאכטער חתונה געהאט מיט רבי נחומ'טשע מראחמיסטריווקא.

הנגיד ר' אברהם חנוך זילביגער מציעשנוב
זיין זון רבי חיים אהרן איז געווען אן איידעם ביי רבי משה מרדכי ממאקארוב.
מיט די אנדערע קינדער האט ער אויך געטון שיינע רבי'שע שידוכים.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm
הגביר הר' ... קאנער
עשה שידוכים עם בית שיניווע - צאנז
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

הנגיד ר' אברהם אבא אינגבער
רבי אבא'לע אינגבער האט געטון שיינע רבי'שע שידוכים.
זיין זון איז געווען אן איידעם ביי רבי משה מרדכי ממאקארוב.
ווי אויך האט ער זיך משדך געווען מיט שינאווע און קשאנוב
זעה דא איבער זיין רבנישן יחוס.
א באריכט איבער זיין פטירה אין "קול מחזיקי הדת" כ"ג אייר תרס"ב
http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_Heb/ ... 6&rtl=true

נחוניא האט געשריבן:רבי אבא'לע אינגבער האט געטון שיינע רבי'שע שידוכים.

ספר זכרון אברהם פון א זיידע פון רבי אבא'לע
http://www.hebrewbooks.org/22372
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
- לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול
כ'האב אמאל געהערט פון א אלטן גאליציאנעם חסיד, וואס האט דערציילט אויף א געוויסע חתונה וואס איז פארגעקומען פאר די קריג צווישן א רבי'ן מיט א נגיד, אז מען האט דעמאלס געזאגט בערך אזוי:
ווען א באלעבאס האט א טריפה הינדל
גיט ער דאס פאר דעם גוי
ווען א רבי האט א טריפה זונדל
גיט ער דאס פאר א באלעבאס
ווען א באלעבאס האט א טריפה הינדל
גיט ער דאס פאר דעם גוי
ווען א רבי האט א טריפה זונדל
גיט ער דאס פאר א באלעבאס
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
גוט גוט, און מסתמא נישט אלא מאל ריכטיג...
==
די אמרי נועם איז געווען א איידעם ביי א גביר, פיצעליס
אמאל איז געקומען א יוד צו זיין זוהן די עטרת ישועה, און געזאגט אז ער איז א קרוב צו פיצעליס, האט די עטרת ישועה געזאגט: ר' מאי"ר איז טאקע חייש למיעוטא [פיצעלי"ס], אבער צו מיעוטא דמיעוטא [א קרוב צו פיצעליס], איז ער נישט חייש...

איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן
-
- שר מאה
- תגובות: 112
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm
תמר'ל ברגסון
בראש ובראשונה לכאורה היא הגבירה תמר'ל ברגסון, שהשיאה את כל ילדיה במשפחות מיוחסות מבני רבנים וצדיקים וגדולי הדור. אולי באמת הגיע הזמן לרכז כאן את שמות כל צאצאיה.
הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא בעל אך פרי תבואה איז געוועהן א איידעם ביי הנדיג הגביר רבי יצחק לעפקאוויטש מליסקא
וכן נכדו רבי צבי הירש מליסקא הי"ד בעל שערי הישר איז געוועהן א איידעם ביי הנגיד הגביר רבי יצחק אייזיק בערגער פון מאד
הרה"ק רבי שלום קאמינקא איז געוועהן א איידעם ביי הנגיד הגביר רבי יעקב יוסף מראווע

- שר חמישים
- תגובות: 83
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 17, 2013 1:20 pm
דער הייליגער בארדיטשעווער זי"ע האט געזאגט אמאל אין א שבועות, רבש"ע דו האסט געטון א יחוס שידוך, און מיר האבן געטון א געלט שידוך, דו האסט געטון א יחוס שידוך האסט גענומען אונז בני אברהם יצחק ויעקב, מיר האבן געטון א געלט שידוך מיר האבן גענומען דיר וואס ס'שטייט דאך לי הכסף ולי הזהב נאם ה', יעצט אזויווי מיר האבן צוגעשטעלט מצדינו אזא שיינעם יחוס צום שידוך, אזוי דארפסטו פון דיין זייט צושטעלן דאס געלט...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm
נחוניא האט געשריבן:רבי אבא'לע אינגבער האט געטון שיינע רבי'שע שידוכים.
זיין זון איז געווען אן איידעם ביי רבי משה מרדכי ממאקארוב.
ווי אויך האט ער זיך משדך געווען מיט שינאווע און קשאנוב
זעה דא איבער זיין רבנישן יחוס.
א באריכט איבער זיין פטירה אין "קול מחזיקי הדת" כ"ג אייר תרס"ב
http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_Heb/ ... 6&rtl=true
להרה"ק רבי משה מרדכי טווערסקי ממאקרוב [חתן הרה"ק מהר"י מבעלזא] היה איידים בשם אינגבר
אשתו באה לאר"י ושם קבורה.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
נחוניא האט געשריבן:ווי באקאנט זענען במשך די יארן פארגעקומען פיל שידוכים וואס גרויסע גבירים האבן זיך משדך געווען מיט רבי'שע הויפן, וועט מען דא פראבירן אביסל דאס צוזאמנעמען.
פיל שידוכים וואס מ'האט זיך באמת משדך געווען מיט ייחסנים, אבער די אמת לאמיתו'דיגע סיבה איז געווען זייער עשירות.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט