רבי אפרים זלמן היילפרין זצ"ל דענווער-ירושלים בעמח"ס שומר אמנים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

רבי אפרים זלמן היילפרין זצ"ל דענווער-ירושלים בעמח"ס שומר אמנים

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 28, 2013 12:11 pm

בן בוזי האט געשריבן:נאך איינע פון די רבנים זענען געווען הגאון ר' אפרים זלמן היילפרין, בן ר' אלחנן דוב נכד ר' יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן. וועלכע האט אויך קודם משמש געווען ברבנות אין די קהלות פון פרעמישלאן און בערזאן, שפעטער האט ער בפקודת האדמור הרה"ק ר' ישראל מטשארטקוב אנגענומען דאס רבנות אין דענווער ווי ער האט משמש געווען אין דער זרע אברהם שוהל, ער איז שפעטער געקומען אהער קיין נוא יארק ווי ער האט אנגענומען דאס רבנות אין די לאוער איסט סייד אין ביהמ"ד אנשי בראד.

אין די שפעטערע יאהרן איז ער געווארן שטארק מקושר צו אדמורי ראחמסטריווקא וועלכע האבן געוואוינט אין ארץ הקודש, און ער איז שפעטער ארויף געפארן זיך באזעצן דארט לחסות בצל הקודש, ער האט זיך שטארק אפגעגעבן מיט מעורר זיין בענין ענטפערן אמן יהא שמי' רבה און אויך ארויס געגעבן דערוועגן א ספר שומר אמונים, אזוי אויך האט ער פארארבעט מעשים פאר טהרת בנות ישראל און מייסד געווען דארט דעם מרכז הארצי למען טהרת המשפחה.

אין היברו בוקס מדור הכת"י איז דא א ספר בכת"י פון ר' יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן (אגב ער איז געווען פארדעם רב אין דינוב, עיין בשו"ת דברי שאול יו"ד סי' שס"ד שמזכירו כאבד"ק דינוב בשנת תרי"ד, ובשו"ת שואל ומשיב ח"א שאלה ק"ה כתב שקיבל מכתב ביום עש"ק ויחי י"ג טבת תרי"ז שר' שלמה יעקב היילפרין נתקבל לאב"ד פרעמישלאן).

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 28, 2013 2:07 pm

ר' אפרים זלמן היילפרין איז געבוירן געווארן י"ג כסליו תרל"ב (בהקדמת ספרו שמר אמנים שרייבט ער כי ב"ה בי"ג כסליו שנה זו [תשי"ב] מלאו לי שמונים שנה בחסדו הגדול, אשר אבותי לא הגיעו לשנים הללו. אין אנציקלופדיה לחכמי גאליציע שטייט בטעות אז ער איז געבוירן י"ג טבת תרל"ב), צו זיין פאטער ר' אלחנן דוב און זיין מוטער מרת הינדא בילא נכדת ר' איציקל האמבורגער אב"ד אה"ו (בהקדמת ספרו שמר אמנים שרייבט ער מצד אמי אני נכד להגה"ק מרן ר' יצחק האמבורגער זצ"ל דור חמישי). אזוי אויך איז ער געווען א אייניקל ממשפחת באב"ד ומשפחת ראפאפארט (שם).

זוכענדיג אין גוגל אינפארמאציע איבער אים, האב איך געפינען דאס פאלגענדע:
בקונטרס של רבי אפרים זלמן הלפרין מדענוור-ירושלים מסופר בעמוד מ' שהילדים שנולדו להוריו מתו, וכשאמו נתעברה אתו, שלח רבי שלמה קלוגר שיגשו אל רבה של טרנופול. הרב אמר לאמא ללכת להתפלל בבית העלמין ליד קברו של סב המשפחה רבי משה כיוון שהניח צוואה שעד עשרה דורות מיוצאי חלציו כל מי שיבוא לבקש על בנים יעתיר בעדו. היא עשחה כן, ואכן הבקשה נתמלאה והבן שרד לאריכות ימים. הוא מעיד שהשתטח בעצמו על הקבר וראה שנחקק שם: ומשה עלה אל האלוקים עש"ק ז' אדר.


ער האט געלערענט בבחרותו ביים בארימטן גאון ר' יצחק חיות מבראד בעל שיח יצחק עמ"ס מכות ושו"ת שדה יצחק (נפטר ביום ד' כ"ד שבט תרס"א).

אגב דאס וואס ס'איז אין די פריערדיגע תגובה דערמאנט געווארן זיין זיידע ר' יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן און אז ס'איז דא אין היברו בוקס א חיבור בכת"י פון אים איז אינטערסאנט אראפצוברענגען וואס ער שרייבט בהקדמת ספר הנ"ל: אם כי אבותי לא הדפיסו את חבוריהם בחייהם, ואחרון מהם אא"ז הרב ר' יעקב שלמה היילפרין זצ"ל נ"ע, שכל ימי חייו כתב כעשרת אלפים גליונות, כולם נמצאים אצלי, ושאלתיו כמה פעמים למה לא ידפיסם ואמר לי שכבר אמרו חז״ל (מגילה י"א) הרבה נביאים נתנבאו להם לישראל וכו', אלא נבואה שהוצרכה לדורות נכתבה ושלא הוצרכה לדורות לא נכתבה, ועיי"ש ברש"י הקדוש ובמפרשים בעץ יעקב, א"כ אנו רואים מה שנצרך לדורות נכתב, ואני מחויב לכתוב חידושי, כמו שכתוב בזהר ובספר חסידים, שכל מי שמחדש דבר בתורה מחויב לכתבו, אבל להדפיסו לפרסם, אם ימצא איזה דבר מחידושיו אשר יש בהם צורך לדורות בודאי יסבב עלת העלות וסיבת הסיבות שיודפס ויתפרסם. אזוי אויך שרייבט ער דארט אז ר' יעקב שלמה איז נסתלק געווארן כ"ח טבת תרנ"ה.

בשנת תרס"ו - אלט זייענדיג 34 יאר - איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן רב אין ביהמ"ד זרע אברהם טריסק אין דענווער - ווי בן בוזי האט שוין דערמאנט - און דערנאך איז ער געקומען קיין ניו יארק ווי ער האט אנגענומען דאס רבנות אין די לאוער איסט סייד אין ביהמ"ד אנשי בראד.

אין ספר לדור אחרון איז געדרוקט א קול קורא פון אגודת הרבנים דארה"ב וקנאדא משנת תרצ"ה, צווישן זיי איז דא חתימת ר' אפרים זלמן ווי ער שרייבט חופ"ק נוי יארק.

אין יאר תרצ"ו איז ער ארויף קיין ארץ ישראל ווי ער האט זיך באזעצט אין ירושלים, און איז געווארן אויפגענומען אלס גבאי ראשי דישיבת חיי עולם (ס'איז דא געדרוקט עטליכע דאקומענטן פון ישיבת חיי עולם ווי מ'געפינט זיין נאמען צווישן די חותמים), און בשנת תרצ"ח האט ער געגרינדעט די מרכז לטהרת המשפחה בא"י.

ער איז שפעטער עטליכע מאל געווען אין אמעריקא נאך געלט פאר די "מרכז לטהרת המשפחה בא"י" ווי ער האט געדינט אלס יו"ר, זעה אין הפרדס שנה כ"ז חוברת ג' ווי ער שרייבט בשנת תשי"ג אז ער איז שוין אין שנת פ"א לחייו און ער טאר באמת נישט פארן אזא נסיעה לויט זיין געזונט צושטאנד, טראץ דעם נעמט ער אונטער די נסיעה עיי"ש. ס'איז טאקע פארגעקומען לכבודו א גרויסארטיגע קבלת פנים, ס'איז געדרוקט אין הפרדס שנה כ"ח חוברת ט' מיט אלע דעטאלן, צווישן אנדערע שטייט אז ס'איז געווען מיט די באטייליגונג פון האדמורי"ם מסאטמאר וסקווירא ועוד. אויך אין הפרדס שנה כ"ח חוברת ה' שטייט איבער זיין דעמאלסדיגע אנקום קיין אמעריקא.

אין ספר אדמור"י בעלז ח"ד עמ' רסז שטייט א מעשה נורא וואס האט פאסירט ביי איינע פון זיינע באזוכן אין אמעריקא, אז עפ"י הצעת האדמו"ר מגור איז ער געפארן קיין אמעריקא אויף די עלטערע יארן לטובת די מרכז כאטשיג ער איז שוין געווען איינמאל און ער האט נישט מצליח געווען האט אים אבער האדמו"ר מגור שטארק צוגעשטופט ער זאל יא פארן, און דארט ווי ער איז איינגעשטאנען זייענדיג אין אמעריקא איז געווען א טיר צום הויף, און אונטער דעם איז געווען א טיפע גרוב, איינמאל האט ער געעפענט די טיר און ער איז אריינגעפאלן אינעם טיפן גרוב און זיין מצב איז געווען דעמאלס זייער שווער, האט מען געשיקט א דרינגענדע טעלעגראמע צום גערער רבי'ן האט האדמו"ר מגור געזאגט מיר זענען אים מחויב צו באצאלן און מתפלל זיין פאר אים, היות ער איז געפארן צוליב אונז, וכך הוה ער האט קורצליך דערנאך זיך ערהוילט.

כפי ידיעתינו האט ער נישט געהאט קיין זון, זיינע טעכטער זענען ווי פאלגענד:

א) מרת פראדל אשת ר' נתן סיטנער
ב) מרת אסתר הדס אשת ר' פתחי' מענקיש
ג)מרת לאה אשת ר' יהודא דוב גאלינסקי. ובזוו"ש אשת ר' מנחם מענדל מארקוס
ד) מרת פעשא אשת ר' ירוחם פישל שימאנאוויטש. אין די הקדמה פון ספר שומר אמנים דערמאנט ער אים לשבח.
ה) מרת קילא אשת ר' בנציון באקסער

ער איז נפטר געווארן אין ירושלים זקן ושבע ימים ביום ב', ד' אדר, תשכ"א.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 28, 2014 11:42 am

א הארציגען דאנק הרב קנ"א פאר די פילע דעטאלן איבער דעם "רב מובהק גדול בתורה וביראה" וואס האט פאר א תקופה באלאכטען די אמעריקאנער באדן און שפעטער מזכה געווען כלל ישראל.

עס איז דא אויפן ברייטן געוועב א בריוו וואס דער גרויסער גאון רבי משה זבולון מרגליות ז"ל פון ניו יארק שרייבט צו די פרנסי ומנהיגי הקהלות אין דענווער, להכות על קדקדם פון אזעלכע וועלכע האבן געזוכט משפיל צו זיין כבודו הגדול, איך לייג דא ביי דעם בריוו (באדיבות הגאון ר' וויליוויסען חבר פעיל במורשת חכמי אמעריקא) מיט מיין העתקה:

ב"ה ניו יארק ד' לפ' שלח תרע"ז לפ"ק
כבוד פו"מ [פרנסי ומנהיגי] הקהלות וכל אנשי העדות אשר בקהלות דענווער יע"א
אחים יקרים!
כאשר שמעתי כי נמצאו אנשים בקהלתם המשפילים כבוד הרב המאוה"ג ... כמר רא"ז היילפרין נ"י הרב שלכם ומוציאים עליו לעז שטועה בהוראותיו, הנני לכתוב לכם שלא תשמעו בקולם ולהעיד לכם שהרה"ג הנ"ל הוא רב מובהק גדול בתורה וביראה, ובשנה העברה כאשר הי' אסיפת הרבנים בניויארק, אשר התאספו יותר משמונים רבנים גדולי תורה ובעלי', ובחרו ... חמשה גדולי ישראל כי ידברו בתורה ובהוראה ע"י כל רב אשר רצונו להיות חבר באגודת הרבנים, וכולם העידו כי מצאו אותו מלא וגדוש בתורה ובהוראה.
וכמה פעמים אשר פלפלתי עמו בהוראה ע"י חליפת מכתבים הרבה בהוראת או"ה [איסור והיתר] ובדיני גיטין ובהרבה ענינים, ומצאתיו כי הוא ת"ל [תהלה לקל] מלא דבר בגה"ת [?] ופוסקים, והוא רב מובהק גדול בתורה ובהוראה.
לכן אחי ורעי הנני להגיד לכם קבל עם כי הרה"ג רא"ז היילפרין הנ"ל הוא רב מובהק ובקולו תשמעון את אשר יורה לכם בדבר ה', והמזלזלים בכבודו המה מזלזלים בכבוד התורה ויחושו לנפשם, ומובטוחני כי תשימו מקום לדברי הנאמרים באמת וב? וה' ישים שלום ביניכם ויזכה אתכם לראות בשלום העולם ובשלום ישראל ורבנן, עד עמוד הכהן לאורים ושבו בנים לגבולם בב"א.
מ"ז מרגליות החוב"ק ניויארק, יו"ר לאגודת הרבנים דאמעריקא וקאנאדא
צוגעלייגטע
New Picture.bmp
New Picture.bmp (853.65 KiB) געזעהן 4466 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 28, 2014 11:47 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:כפי ידיעתינו האט ער נישט געהאט קיין זון, זיינע טעכטער זענען ווי פאלגענד:

א) מרת פראדל אשת ר' נתן סיטנער
ב) מרת אסתר הדס אשת ר' פתחי' מענקיש
ג)מרת לאה אשת ר' יהודא דוב גאלינסקי. ובזוו"ש אשת ר' מנחם מענדל מארקוס
ד) מרת פעשא אשת ר' ירוחם פישל שימאנאוויטש. אין די הקדמה פון ספר שומר אמנים דערמאנט ער אים לשבח.
ה) מרת קילא אשת ר' בנציון באקסער



חתנו ר' יהודה דוב גאלינסקי שימש כרב בעיר קאלטשעסטער קאנעטיקוט, ואח"כ בק' שערי צדק בסי-געיט, ברוקלין, נפטר פתאום י' שבט תשט"ז (בחיי חותנו הראשון):
http://kevarim.com/rabbi-yehuda-dov-galinsky/
בנו הרב מעלה גאלינסקי מילא מקומו ואח"כ עלה לאר"י והיה מראשי ישיבת שעלבים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 28, 2014 12:01 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין היברו בוקס מדור הכת"י איז דא א ספר בכת"י פון ר' יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן (אגב ער איז געווען פארדעם רב אין דינוב, עיין בשו"ת דברי שאול יו"ד סי' שס"ד שמזכירו כאבד"ק דינוב בשנת תרי"ד, ובשו"ת שואל ומשיב ח"א שאלה ק"ה כתב שקיבל מכתב ביום עש"ק ויחי י"ג טבת תרי"ז שר' שלמה יעקב היילפרין נתקבל לאב"ד פרעמישלאן).


תיקון: עס זענען דארט פארהאנען פופצן! כתבי-יד, אונטער פארשידענע נעמען; סדרי בראשית, עטרת בראשית, מעשה בראשית און נאך, פון עטליכע יארן.

רבי יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן זצ"ל איז געווען דער זון פון רבי דוב בעריש ב"ר אלחנן היילפרין זצ"ל אב"ד פרעמישלאן ויתר יחוסם נדפסה בספר "מנחם משיב נפש" עיי"ש באריכות.

די כתבי ידות אויף היברו-מאנוסקריפטס:
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1636.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1637.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1640.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1647.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1661.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1662.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1663.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1668.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1669.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1670.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1671.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1676.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1602.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1605.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1606.pdf

אהרןאביגדור
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:14 pm

הגה"צ ר' אפרים זלמן היילפרין

תגובהדורך אהרןאביגדור » מאנטאג אפריל 07, 2014 9:35 pm

שלום וברכה לכולם, איך האב געליינט אן אשכול וואס איז דא געשריבען מיט א פאר יאהר צוריק וועגען מיין זיידען הגה"צ ר' אפרים זלמו היילפרין זצ"ל, ווער האט געווינט במשך זיין לעבען אין געליציע און שפעטער אין דענווער קאלאראדא און אין נוא יארק.

שפעטער איז ארויף אויף ארה"ק ווי ער האט געגריגדעט דעם בארימטע מוסד מרכז למען טהרת המשפה. ער איז געווען מקושר צו הרבה מצדיקי הדור בתוכם הרה"ק ר' דוד משה מטשארטקוב ובנו הרה"ק ר' ישראל זי"ע, און אין ארה"ק איז ער געווען זייער נאנט צו הרה"ק ר' שלמ'קה מזוועהיל זי"ע, און נאך הרבה צדיקים וגאונים.

היות ער האט זיך ארויף געצויגען קיין ארה"ק פון אמעריקא אליינס מיט זיין רעביצען, איז נישט אזוי ידוע ביי די אייניקלעך אזויפיל פרטים פון זיין לעבען אין ארה"ק.
איז דא איינער וואס קען עפעס אינפארמאציע צי מעשיות וועגען איהם אדער פון זיין תקופה אין ארה"ק צי זיינע יאהרען אין ארה"ק?

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג אפריל 07, 2014 9:44 pm

שוין דו איין אשכול אויף איהם: viewtopic.php?t=21829

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אפריל 07, 2014 9:47 pm

צאמגעשטעלט.

בליץ
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » דינסטאג אפריל 08, 2014 1:00 am

איז די משפחת היילפרין אויך אייניקלעך פונעם בעל סדר הדורות?

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג אפריל 08, 2014 11:12 am

ניין, ער איז געוועהן פון די גאליציאנע היילפרינ'ס, פון די זעלבע משפחה ווי די ברעזאנער היילפרינ'ס. (איך געדענק נישט צו די ליטווישע היילפרינ'ס שטאמען בכלל פון די זעלבע משפחה, אבער קיין אייניקל פון'ם בעל סדר הדורות איז ער זעכער נישט געוועהן.)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 08, 2014 12:09 pm

קבלת פנים נהדרה בשנת תשי"ד לכבוד האי גאון וצדיק רבי אפרים זלמן היילפרין זצ"ל לרגל בואו לאסוף כספים עבור מרכז הארצי לטהרת המשםחה שעמד בראשה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 9&pgnum=32

אהרןאביגדור
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:14 pm

תגובהדורך אהרןאביגדור » דינסטאג אפריל 08, 2014 3:44 pm

ר' אפרים זלמן איז נישט געווען אן אייניקל פון דער בעל סדר הדורות. ער איז אבער געווען אן אייניקל פון דער ברעזענער היילפרין'ס. ער איז אויך געווען אן אייניקל פון ר' איציק'ל האמבורגער'ס יונגסטע זוהן ר' אברהם ליב, וער איז געווען דער פרנס אין בראד. זיין זיידע איז געווען דער גאון וצדיק ר' יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן וואס זיין תשובות ווערען נזכרים בשו"ת שואל ומשיב ודברי חיים. דער משפחה אי זייער אינטראסירט צו לערנען מערע פרטים ועגען ר' אפרים זלמן און זיין זיידע ר' יעקב שלמה. א גרויסע דאנק צו די וואס האבען שוין געשריבען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 08, 2014 3:47 pm

אהרןאביגדור האט געשריבן:ר' אפרים זלמן איז נישט געווען אן אייניקל פון דער בעל סדר הדורות. ער איז אבער געווען אן אייניקל פון דער ברעזענער היילפרין'ס. ער איז אויך געווען אן אייניקל פון ר' איציק'ל האמבורגער'ס יונגסטע זוהן ר' אברהם ליב, וער איז געווען דער פרנס אין בראד. זיין זיידע איז געווען דער גאון וצדיק ר' יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן וואס זיין תשובות ווערען נזכרים בשו"ת שואל ומשיב ודברי חיים. דער משפחה אי זייער אינטראסירט צו לערנען מערע פרטים ועגען ר' אפרים זלמן און זיין זיידע ר' יעקב שלמה. א גרויסע דאנק צו די וואס האבען שוין געשריבען.

ברוך הבא הרב אהרן אביגדור, נכד האי גברא רבא ויקירא שזכה לזכות את ישראל בארץ ובחוץ לארץ.

האם יש סיכוי שהמשפחה יו"ל את כתבי רבי יעקב שלמה היילפרין שמונחים עזובים וגלמודים בניו יארק?

אהרןאביגדור
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:14 pm

תגובהדורך אהרןאביגדור » דינסטאג אפריל 08, 2014 6:31 pm

הו"ל כתבי הגאון ר' יעקב שלמה הוא בודאי דבר קרוב ללב כל נכדיו אבל היות שדורש הדבר הרבה כספים עד הנה לא זכינו לאורו. לאידך גיסא מציאות הכת"י ידוע לכל נכדיו וברוך ה' אינם נעזבים ובעזהי"ת עוד נזכה לראות את אורם.

אהרןאביגדור
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:14 pm

תגובהדורך אהרןאביגדור » מיטוואך אפריל 16, 2014 11:39 pm

עס איז ביי מיר א חידוש אז כנראה לע"ע ס'איז נישט דא קיין שו"ת באוצר הכת"י של הר' יעקב שלמה למרות שכנראה משאר ספרי שו"ת שבו נדפסו תשובותיו הי' כותב שו"ת עם גדולי דורו במשך שנים רבות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 4:39 pm

מיללער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין היברו בוקס מדור הכת"י איז דא א ספר בכת"י פון ר' יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן (אגב ער איז געווען פארדעם רב אין דינוב, עיין בשו"ת דברי שאול יו"ד סי' שס"ד שמזכירו כאבד"ק דינוב בשנת תרי"ד, ובשו"ת שואל ומשיב ח"א שאלה ק"ה כתב שקיבל מכתב ביום עש"ק ויחי י"ג טבת תרי"ז שר' שלמה יעקב היילפרין נתקבל לאב"ד פרעמישלאן).


תיקון: עס זענען דארט פארהאנען פופצן! כתבי-יד, אונטער פארשידענע נעמען; סדרי בראשית, עטרת בראשית, מעשה בראשית און נאך, פון עטליכע יארן.

רבי יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן זצ"ל איז געווען דער זון פון רבי דוב בעריש ב"ר אלחנן היילפרין זצ"ל אב"ד פרעמישלאן ויתר יחוסם נדפסה בספר "מנחם משיב נפש" עיי"ש באריכות.

די כתבי ידות אויף היברו-מאנוסקריפטס:
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1636.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1637.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1640.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1647.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1661.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1662.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1663.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1668.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1669.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1670.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1671.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1676.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1602.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1605.pdf
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1606.pdf

מצבת הגאון רבי מנחם מאניש היילפרין שו"ב בעיר בראדי ומח"ס מנחם משיב נפש על הש"ס, נפטר ב כסלו תרעב:

https://s3.amazonaws.com/geshergalicia- ... 35fd3b42de
צוגעלייגטע
Halperin.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 29, 2015 12:18 pm

דער מארגען זשורנאל] 09 אפריל 1910
צוגעלייגטע
דער מארגען זשורנאל] 09 אפריל 1910.png
דער מארגען זשורנאל] 09 אפריל 1910.png (26.23 KiB) געזעהן 4148 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג פאברואר 02, 2015 1:51 pm

דער מארגען זשורנאל] 26 ספטמבר 1910
צוגעלייגטע
GetImage.png
GetImage.png (11.94 KiB) געזעהן 4110 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

בן פרייליך
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2011 3:26 pm

תגובהדורך בן פרייליך » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:09 am

תמונת מצבת ביתו גיטל פראדעל וחתנו נתן סיטנער בהר המנוחות
צוגעלייגטע
גיטל פראדל סיטנר-הר המנוחות 2016-10-16 - Copy.jpg
גיטל פראדל סיטנר-הר המנוחות 2016-10-16 - Copy.jpg (145.57 KiB) געזעהן 1412 מאל
נתן הכהן סיטנר-הר המנוחות 2016-10-16  - Copy.jpg
נתן הכהן סיטנר-הר המנוחות 2016-10-16 - Copy.jpg (146.17 KiB) געזעהן 1412 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal, קהילת יקנה''ז און 21 געסט