בלאט 1 פון 1
הטפסר ר' דניאל איציק יפה מבערלין
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 28, 2012 9:41 am
דורך ראש הקהל
צו ווייסט איינער מער אינפארמאציע וועגן
השר הטפסבר הנגיד רבי דניאל מבערלין
כמה פעמים שוין געזעהן זיין נאמען פיגורען און גאר אלטע ספרים, אלס גרויסע איש נכבד בבערלין דייטשלאנד
כמדומה לי האט ער אויך אויפגעשטעלט און געלאזט בויען א בית הכנסת,
ווייסט איינער ווי מ'קען זעהן א שטיקל ביאגרופיה זיין תולדות, טאטע, קינדער וכדומה
כ'מיין אז ער ווערט אויך דערמאנט אלס דניאל יפה, קען זיין, ?
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 29, 2012 3:39 pm
דורך msp
מובא כמה פעמים בפרי מגדים
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 29, 2012 7:21 pm
דורך למעלה משבעים
מיר ליגט אין זכרון אז די פרי מגדים שרייבט סוף הל' פסח אז ער האט געענדיגט שרייבן זיין פירוש אין זיין בית מדרש, דערמאנט ער אים נאך ערגעץ?
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 29, 2012 8:54 pm
דורך למעלה משבעים
דא שטייט אז מען האט אים אויך גערופן אלץ דניאל איציג, און זיין טאטע האט געהייסן איציג.
דא איז דא א א בילד פון אים.
זיין אידענע איז געווען
מרים בת ר' שמחה בונם (דעסויא, ב"ר וואלף) נכד הרמ"א.
דארט שטייט די ליסט פון זיינע קינדער אזוי:
א טאכטער האנכע מיט
דוד פרידלענדער (הערה 2).
א טאכטער בילכע מיט נתן פרייהער (שם).
א זון איצק
א טאכטער בלימכע
א זון ר' אליהו
א זון ר' בונם (א איידעם ביי ר' אייזק דסויא, מי זה?) נאמבער
530 דא שטייט שמחה בונם.
א טאכטער פענלכע
א טאכטער ציפרכע
א טאכטער צערלכע
א טאכטער רבקה
א זון ר' יאקאב
א טאכטער רעכלכע
א טאכטער ייטכע
איך זע ער האט געהאט נאך א טאכטער אנריאטה וואס איז נישט אין יענעם ליסט, א איידעם
ר' מנדל אופנהיים.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 4:31 pm
דורך ראש הקהל
א גרויסע שכויח למעלה משבעים פאר דו גרויסע טירחא און פאר דו שנעלע תירוץ
קודם כל וואס פאר א מין נעמען זענען דאס, האנאכע, פענלעכע, צערלעכע?
נאך א שנעלע נריסערטש אויף היברו בוקס איז דער דוד פריעדלענדער לכאורה המשכיל הידועה,
כן משמע בהערה שניה שהבאת, וכן ראיתי בהצופה לחכמת ישראל חלק י"ד בודפשט תר"צ פעידזש 5 שבהיברו בוקס, כ'ווייס נישט ווי אזוי צו לינקען, אדרבא כל הרוצה ליטול את השם יחזור וילינקו,
אמנם מאידך גיסא מצאתי בספר מלין דרבנן לר' ישראל מ"ש מנ"ש פפד"א תקמ"א, פעידש 5 ג"כ על היברו בוקס, ונותן שכויח לנדבני הספר, וז"ל
...האלוף הראש והקצין מפורסם כהר"ר דוד בן הקצין המפורסם המנוח כהר"ר חיים פרידלאנדר מק"ב. ה"ר חתן השר ונכבד בישראל הטפסר והנגיד הקצין מפורסם כהר"ר דניאל יצ"ו. והשלישי הוא הנכבד מדיק באמונתו יחיה האלוף התורני והרבני סופר מהיר מוהר"ר איצק יפה סופר ונאמן דק"ק בערלין....
תרי איכא למשמע, אז דער דוד פריעדלענדער איז יא געוועהן אן ערליכע, אפשר איז דאס ביפאר ער איז געווארן א משכיל, ווייסט איינער?
השנית, דער דניאל מיט איצק יפה ווערט נישט דערמאנט אלס טאטע און א זוהן? והרי זה פלא, דלכאורה המדובר אב עם בנו?
האם יש מישהו שיודע הפתרון?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 3:12 pm
דורך מיללער
למעלה משבעים האט געשריבן:דא שטייט אז מען האט אים אויך גערופן אלץ דניאל איציג, און זיין טאטע האט געהייסן איציג.
דא איז דא א א בילד פון אים.
זיין אידענע איז געווען
מרים בת ר' שמחה בונם (דעסויא, ב"ר וואלף) נכד הרמ"א.
דארט שטייט די ליסט פון זיינע קינדער אזוי:
א טאכטער האנכע מיט
דוד פרידלענדער (הערה 2).
א טאכטער בילכע מיט נתן פרייהער (שם).
א זון איצק
א טאכטער בלימכע
א זון ר' אליהו
א זון ר' בונם (א איידעם ביי ר' אייזק דסויא, מי זה?) נאמבער
530 דא שטייט שמחה בונם.
א טאכטער פענלכעא טאכטער ציפרכע
א טאכטער צערלכע
א טאכטער רבקה
א זון ר' יאקאב
א טאכטער רעכלכע
א טאכטער ייטכע
איך זע ער האט געהאט נאך א טאכטער אנריאטה וואס איז נישט אין יענעם ליסט, א איידעם
ר' מנדל אופנהיים.
די טאכטער "פענלכע" אדער "פעני" האט געהייראט מיט נתן ארנשטיין א זון פון א רייכער באנקיר אין וויען, מיט איר איז געווען אן אינטערעסאנטער עפיזאד וואס ר' דניאל פרוסטיץ האט דערציילט פאר ר' חזקי' פפייבל פלויט אב"ד שוראן תלמיד מרן החת"ס, ווען דער הייליגער חת"ס האט אלס בחור באגלייט זיין רבי ר' נתן אדלער און זיי זענען איינגעשטאנען אין וויען ביי דעם באנקיר ארנשטיין, האט דער חתם סופר באמערקט אז די שנור גייט מיט א הוילן קאפ, און ער האט איר אריינגעגעבן א פסק.
די מעשה ווערט אראפגעברענגט אין לקוטי חבר בן חיים, און די קרעדיט איבער די אויפדעקונג ווער די חצופה איז געווען, גייט צו דעם בעל הבלוג אן די מעין ליין:
http://onthemainline.blogspot.com/2013/ ... ir-of.html
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 4:42 pm
דורך Gevald Geshrigen
אין דייטשלאנד איז געווען וואס האבן זיך גערופן צוזאמען מיטן טאטנס נאמען אזוי ווי מען זעט פון ר׳ שמשון רפאל הירש וואס זיין נאמען איז געווען שמשון בן רפאל און דאס איז דער פירוש לכאורה אויף דניאל איציק יפה איז דניאל בן איציק. הרב מאיר לעהמאן זצ״ל וועלכער האט געשריבן די אלע מעשיות ברענגט א מעשה פונעם פרי מגדים מיט ר׳ דניאל וועגן זיין איידעם פריעדלענדער אז דער פרי מגדים האט געזען מיט וועם ער האט צוטון. ביי די מעשיות איז אבער אוממעגליך צו וויסן וועלכע פרטים זענען אויסגעזויגן פון פינגער און וועלכע נישט הגם אסאך פרטים וואס ער שרייבט זענען אמת כשלעצמם
דער זיידע פון "טל חייים" האט געהייסן ר' דוד פריעדלענדער
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 5:10 am
דורך יקים
דער טל חיים פון ליסקא (חתן האך פרי תבואה) איז געוועהן א זון פון ר' משה פריעדלענדער דער רב פון קלייןווארדיין. (חתן ר' ליייבוש הרב הראשון פון קללינווארדיין)
און ר' משה איז געווהן א זון פון ר' דוד
ר' משה האט אויך געהאט א זון ר' דוד וואס איז געוועהן דער שווער פון ר' זלמן בינער אבי ר' חיים משה בינער אבי ר' זלמן בינער וואס ליגט אין ביה"ח קרית יואל
איינער ווייסט אויב דאס האט א שייכות להנ"ל
(אפשר ר' דוד אאיז געוועהן בתחילתו א הערליכע איד און האט געהאט חשוב'ע קינדער
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 11:34 am
דורך קיקיון
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 11:51 am
דורך קיקיון
מספר "ענף עץ אבות ?"
מעשה שהיה אצל הגאון רבי יוסף תאומים (בעל פרי מגדים) שהסתופף בבית מדרשו של הגביר ר' דניאל יפה, ונשאל פעם שאלה ע"י דוד פרידלנדר מראשי המשכילים (הסכלים) בברלין, שהיה חתנו של ר' דניאל יפה, וככה הרהיב עוז והחציף פניו לשאול את הגאון, למה סיפר משה "וְתִמְנַע הָיְתָה פִילֶגֶשׁ לֶאֱלִיפַז בֶּן-עֵשָׂו"?
ומה היה צורך לכתוב זאת בתורה? הבין ר' יוסף מסגנון דבריו שהשואל הוא אפיקורוס, ובא רק לקנטר וכיון שידוע לנו שאין להשיב לאפיקורוס ישראל, וכל שכן שלכופר יותר,
השיב לו: אינני יכול להשיב לך תשובה על שאלתך, הלך דוד פרידלנדר בשמחה לחותנו ר' דניאל ואמר לו, לשווא אתה מבזבז את כספך ומחזיק אנשים כאלה בבית מדרשך, הנה שאלתי אותו שאלה על פסוק שבמקרא ואמר שאינו יודע לענות,
תמה ר' דניאל ואמר הא כיצד? והלא רבי יוסף נחשב לאחד מגדולי הרבנים? וגם רבינו מרא דאתרא הגאון רבי צבי הירש לוין מפליג בשבחו, ענהו דוד פרידלנדר ואמר: אדרבא נסה אתה אותו ושאלהו, והלא הודעת בעל דין כמאה עדים דומה, שלח רבי דניאל וקרא לרבי יוסף והוא מיהר לבוא לפניו, פתח רבי דניאל ואמר: דוד חתני סיפר לי ששאל את כבודו בדברי תורה וכבודו אמר לו שאין בידו להשיב לו תשובה, הייתכן? האם על מנת כן אני מספק לו פרנסתו?
השיב ר' יוסף בחיוך: תנוך דעתך ר' דניאל, עדיין יש בי תורה כדי חמשה דינרים בשבוע שאתה מעניק לי! ועתה אשיב לך על השאלה ששאל חתנך דוד, חתנך שאל שאלה שכבר שאל אותו לפנים מנשה בן חזקיהו שהיה מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, בשעה שישב ודרש אגדות של דופי נגד תורתנו הקדושה (סנהדרין צט:) הבנתי שהוא מפקפק חס ושלום ב"תורה מן השמים" ועל כן לא השיבותיו דבר, אבל לך אסביר את הענין, מסורת קבלה היא בידינו: תמנע זו בת מלכים היתה כמו שכתוב "וַאֲחוֹת לוֹטָן תִּמְנָע" (שם, כב).
וכל אלוף הוא מלכות בלי כתר, אדיר חפצה היה להתגייר ולהדבק בזרעו של אברהם אבינו שקידש שם ה' ברבים, באה אצל אברהם, יצחק ויעקב ולא רצו לקבלה, (מפני שהיה שמץ פיסול בייחוס משפחתה), הלכה אצל אליפז בן עשו וגייר אותה (גיור רפורמי) והייתה פילגש לאליפז, כי אמרה מוטב שתהיה אפילו שפחה לאומה זו, ולא גבירה לאומה אחרת.
ומפני שלא היה לאבותינו לדחותה, יצא ממנה עמלק, שציער לישראל, ולכן נאמר "וְתִמְנַע הָיְתָה פִילֶגֶשׁ" וגו' ומזה יש ללמוד לקח, לקרב את הבאים להסתופף תחת כנפי השכינה, זוהי תשובה לשאלה ששאל חתנך,
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 1:39 pm
דורך נא_שכל
ר' קיקיון סתם מוציא לעז על המתים. ויש בה חרם חמור.
ס'ידוע אז ער איז געווען באמת אן ערליכער און פשוטער איד, ס'נאך נישט געווען דעמאלט'ס "שתי" סעיפים, ס'נאך נישט געוון קיין שום טיילונג, זיין איידעם איז געווען מראשי המשכילים, און ער האט געשלעפט די משפחה אהין, אבער ר' דניאל האט כסדר פרובירט צו פארארבייטן אז ער זאל זיך משנה זיין לטוב.
כמדומה אז ער האט אויך צוואה געלאזט אז נאר וואס פירן זיך אויף ווי אידן זאלן אים ירשנען.
איר זענט פרומער ווי דער פרמ"ג? דער פרמ"ג שרייבט אויף אים "כהר"ר דניאל יפה נר"ו", האלטס ער וואלט אזוי געשריבן אויף א משכיל.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 2:49 pm
דורך ולא מיין
ראש הקהל האט געשריבן:א גרויסע שכויח למעלה משבעים פאר דו גרויסע טירחא און פאר דו שנעלע תירוץ
קודם כל וואס פאר א מין נעמען זענען דאס, האנאכע, פענלעכע, צערלעכע?
נאך א שנעלע נריסערטש אויף היברו בוקס איז דער דוד פריעדלענדער לכאורה המשכיל הידועה,
כן משמע בהערה שניה שהבאת, וכן ראיתי בהצופה לחכמת ישראל חלק י"ד בודפשט תר"צ פעידזש 5 שבהיברו בוקס, כ'ווייס נישט ווי אזוי צו לינקען, אדרבא כל הרוצה ליטול את השם יחזור וילינקו,
אמנם מאידך גיסא מצאתי בספר מלין דרבנן לר' ישראל מ"ש מנ"ש פפד"א תקמ"א, פעידש 5 ג"כ על היברו בוקס, ונותן שכויח לנדבני הספר, וז"ל
...האלוף הראש והקצין מפורסם כהר"ר דוד בן הקצין המפורסם המנוח כהר"ר חיים פרידלאנדר מק"ב. ה"ר חתן השר ונכבד בישראל הטפסר והנגיד הקצין מפורסם כהר"ר דניאל יצ"ו. והשלישי הוא הנכבד מדיק באמונתו יחיה האלוף התורני והרבני סופר מהיר מוהר"ר איצק יפה סופר ונאמן דק"ק בערלין....
תרי איכא למשמע, אז דער דוד פריעדלענדער איז יא געוועהן אן ערליכע, אפשר איז דאס ביפאר ער איז געווארן א משכיל, ווייסט איינער?
השנית, דער דניאל מיט איצק יפה ווערט נישט דערמאנט אלס טאטע און א זוהן? והרי זה פלא, דלכאורה המדובר אב עם בנו?
האם יש מישהו שיודע הפתרון?
דאס איז דאך דער באקאנטער וואס האט ארויסגעגעבן אינאיינעם מיט רבי שאול ב"ר צבי הירש דעם מצפה יקותיאל
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 7:31 pm
דורך קיקיון
נא_שכל האט געשריבן:ר' קיקיון סתם מוציא לעז על המתים. ויש בה חרם חמור.
ס'ידוע אז ער איז געווען באמת אן ערליכער און פשוטער איד, ס'נאך נישט געווען דעמאלט'ס "שתי" סעיפים, ס'נאך נישט געוון קיין שום טיילונג, זיין איידעם איז געווען מראשי המשכילים, און ער האט געשלעפט די משפחה אהין, אבער ר' דניאל האט כסדר פרובירט צו פארארבייטן אז ער זאל זיך משנה זיין לטוב.
כמדומה אז ער האט אויך צוואה געלאזט אז נאר וואס פירן זיך אויף ווי אידן זאלן אים ירשנען.
איר זענט פרומער ווי דער פרמ"ג? דער פרמ"ג שרייבט אויף אים "כהר"ר דניאל יפה נר"ו", האלטס ער וואלט אזוי געשריבן אויף א משכיל.
וואס האט ער שוין געשריבען אויף אים אויזער הכרת הטוב? און ווי לענג איז דער פרמ"ג געזעסען ביי אים?
ווער איז דער ר' משה צו וועמען דער יעב"ץ שרייבט אזוי ווארעם אין
תשובה קנ"ודער נוב"י האט זיך נישט פון אנפאנג טועה געווען וועגען אהרון חורינער ?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 8:17 pm
דורך קיקיון
נא_שכל האט געשריבן: כמדומה אז ער האט אויך צוואה געלאזט אז נאר וואס פירן זיך אויף ווי אידן זאלן אים ירשנען.

- Untitled 1.gif (6.26 KiB) געזעהן געווארן 274 מאל
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 8:50 pm
דורך נא_שכל
יישר כוח פארן ברענגן א מקור פאר מיין "כמדומה".
און נאכמאל פארוואס זענט איר בכלל מדמה רמ"ד און אהרן חורינער צו ר' דניאל יפה, ער איז בכלל נישט געווען זייער גאטונג, ער איז נישט געווען קיין געלערנטער אדער געבילדעטער אדער תלמיד חכם, סתם א פלייסיגע ביזנעס מאן וואס גאר שטארק מצליח געווען און האט געטון שידוכים מיט די גרעסטע קאפיצעטעטן און דאס האט נישט געטויגט, אדער אויסער דעם איז ער געווען א תמימותדיגער פשוטער איד וואס האט געזוכט צו פאלגען ערליכע תלמידי חכמים וגאונים, און ס'נישט דא קיין שום ראיה אז ער האט ח"ו מסית געווען אידן צו זיין פון די "נאורים".
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 9:00 pm
דורך קיקיון
נא_שכל האט געשריבן: ער האט ח"ו מסית געווען אידן צו זיין פון די "נאורים". ?
איך האב דאס נישט געשריבען
איך האב געשריבען פוסח על שתי סעיפים
ער האט געשטיצט ת"ח
און געהאט שייכות אויך מיט,,,,,
קיין גרויסער מבין זעט אויס איז ער ניט געווען
אז עס האט געקענט קומען צו אזא מצב אז ער האט געדארפט חושש אז דאס נידריעגטע
וועט געשעהן ביי אים אין משפחה
--
איך האב נישט מדמה געווען דניא' איציק צו רמ"ד און חורינער
נור געמאכט א פארלאעל פון דעם פרמ"ג צו דעם נוב"י און דעם יעב"ץ
אז מען קען זיך טועה זיין
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 9:59 pm
דורך נא_שכל
קיקיון האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן: ער האט ח"ו מסית געווען אידן צו זיין פון די "נאורים". ?
איך האב דאס נישט געשריבען
איך האב געשריבען פוסח על שתי סעיפים
ער האט געשטיצט ת"ח
און געהאט שייכות אויך מיט,,,,,
ווען איינער פאלט אריין מיט אן איידעם - וואס מאכט אים קאליע א חלק פון זיין משפחה - הייסט ער א "פוסח על שתי הסעיפים"?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:44 am
דורך אוצרות ליסקא
יקים האט געשריבן:דער טל חיים פון ליסקא (חתן האך פרי תבואה) איז געוועהן א זון פון ר' משה פריעדלענדער דער רב פון קלייןווארדיין. (חתן ר' ליייבוש הרב הראשון פון קללינווארדיין)
און ר' משה איז געווהן א זון פון ר' דוד
ר' משה האט אויך געהאט א זון ר' דוד וואס איז געוועהן דער שווער פון ר' זלמן בינער אבי ר' חיים משה בינער אבי ר' זלמן בינער וואס ליגט אין ביה"ח קרית יואל
איינער ווייסט אויב דאס האט א שייכות להנ"ל
(אפשר ר' דוד אאיז געוועהן בתחילתו א הערליכע איד און האט געהאט חשוב'ע קינדער
א גוטן יקים, שלום וברכה, ווארשיינליך זענען מיר קרובים.
און אור הישר והטוב, ברענגט ער אז דער טאטע פון רבי משה אבי הטל חיים היה שמו 'ר' דוד'.
פון ווי ער ברענגט עס, ווייס איך נישט, לכאורה א מסורה און גזירה שוה פון שימלויע רב פון וויליאמסבורג, רבי חיים צבי עהרנרייך שליט"א זז"ג.
לדעתי האט דער טאטע פון ר' משה אבי הטל חיים געהייסן ר' יוסף און אפשר האט דער ר' יוסף'ס' טאטע געהייסן דוד.
ס'איז מיר אויך אונטרעסאנט צו וויסן אויב דער דוד פריעדלאנדער דער משכיל האט שייכות צום טל חיים, צו אפשר גאר א זיידע? וויבאלד דער דוד פריעדלאנדער'ס טאטע האט געהייסן חיים,
כשמו של הטל חיים, אגב, וואס איז דו ר"ת פון ק"ב? וועלעכע שטאט איז עס? און נניח אז יא, ווייסט איינער פרטים פון דער זיידעס פון דער דוד פריעדלאנדער דער משכיל, לכאורה ווייסט מען נישט, עד כמה שידי יד כהה מגעת.
ס'איז אבער גוט צו וויסען ר' יקים, און דאס קענסטו לינקען צו אשכול הטל חיים, אז דער רבי משה פריעדלאנדער'ס אבי הטל חיים שווער, שמו היה רבי יהודה לייב אב"ד קליינווארדיין היה נכד דור ששי להמהרש"א, און און דעס איז נכלל טויזענטע משפחות, הן אלע יוצאי פריעדלאנדער, גם אחיו של הטל חיים, הנמנה כהיום לרבבות, און ווי אויך רובא דרובא נאנאש'ע איינקלעך, ווייל דער רבי יהודה לייב אב"ד קליינווארדיין היה געהאט אן איידעם גאלדבערגער, זיידע פון גאר אסאך נאנאש'ע אייניקלעך,
בעזרת ידידי חוקר היוחסין רבי נפתלי אהרן וועקשטיין שליט"א מאשדוד האבען מיר כמעט געטראפן פונקטליך ווי אזוי מ'קומט אן צום מהרש"א ז"ל, און דאס גייט נאך קומען.
אגב, דער בעל אברך על תהלים האט אויך געהייסן פריעדלאנדער און זיי זענען זיך מתייחס בן אחר בן צום גאון המהר"ם פאדעווע.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:53 am
דורך קיקיון
די זוכסט קרובים?
אינטערסיר זיך ווגען שלמה יודא ליב ס"ט פרעדלענדער
אפשר איז ער א קרוב
אם בארזים נפלה שלהבת מה יעשו אזובי קיר
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 7:12 pm
דורך קיקיון
רבו עלו חבירי און אויפגעוויזען אז איך בין נישט גערעכט
אז דער יעב"ץ האט נישט גלייך דערשמעקט ווער משה דעסויער איז
אז דער נוב"י האט נישט דערשמעקט ווער אח"ר איז
ווי אזוי קען מען זיך אפרעדען אויף א בעה"ב א סוחר
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2015 10:44 am
דורך נטיעות
הרב "אוצרות ליסקא", איר האט געשריבען:
בעזרת ידידי חוקר היוחסין רבי נפתלי אהרן וועקשטיין שליט"א מאשדוד האבען מיר כמעט געטראפן פונקטליך ווי אזוי מ'קומט אן צום מהרש"א ז"ל, און דאס גייט נאך קומען.
האם כבר העליתם את דבריו כאן באיזהו מקומן?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2015 11:38 am
דורך אוצרות ליסקא
ניין.
כ'האב עס יעצט אויך ברמז באשכול רבי צבי הירש מליסקא.
אבער הסדר, הטעם, ולמה, עדיין לא כתבתי.
כ'וואלט עס נישט געשריבען פונקטליך אן פרעגן מקודם נצר מטע"י מעשי ידי ידידי רנ"א וועקשטיין.... צו איך מעג
א בילד פון רבי דוד פריעדלענדער מלאפוש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:38 pm
דורך יקים
[img]http://[/img]
אוצרות ליסקא האט געשריבן:יקים האט געשריבן:דער טל חיים פון ליסקא (חתן האך פרי תבואה) איז געוועהן א זון פון ר' משה פריעדלענדער דער רב פון קלייןווארדיין. (חתן ר' ליייבוש הרב הראשון פון קללינווארדיין)
און ר' משה איז געווהן א זון פון ר' דוד
ר' משה האט אויך געהאט א זון ר' דוד וואס איז געוועהן דער שווער פון ר' זלמן בינער אבי ר' חיים משה בינער אבי ר' זלמן בינער וואס ליגט אין ביה"ח קרית יואל
איינער ווייסט אויב דאס האט א שייכות להנ"ל
(אפשר ר' דוד אאיז געוועהן בתחילתו א הערליכע איד און האט געהאט חשוב'ע קינדער
א גוטן יקים, שלום וברכה, ווארשיינליך זענען מיר קרובים.
און אור הישר והטוב, ברענגט ער אז דער טאטע פון רבי משה אבי הטל חיים היה שמו 'ר' דוד'.
פון ווי ער ברענגט עס, ווייס איך נישט, לכאורה א מסורה און גזירה שוה פון שימלויע רב פון וויליאמסבורג, רבי חיים צבי עהרנרייך שליט"א זז"ג.
לדעתי האט דער טאטע פון ר' משה אבי הטל חיים געהייסן ר' יוסף און אפשר האט דער ר' יוסף'ס' טאטע געהייסן דוד.
ס'איז מיר אויך אונטרעסאנט צו וויסן אויב דער דוד פריעדלאנדער דער משכיל האט שייכות צום טל חיים, צו אפשר גאר א זיידע? וויבאלד דער דוד פריעדלאנדער'ס טאטע האט געהייסן חיים,
כשמו של הטל חיים, אגב, וואס איז דו ר"ת פון ק"ב? וועלעכע שטאט איז עס? און נניח אז יא, ווייסט איינער פרטים פון דער זיידעס פון דער דוד פריעדלאנדער דער משכיל, לכאורה ווייסט מען נישט, עד כמה שידי יד כהה מגעת.
ס'איז אבער גוט צו וויסען ר' יקים, און דאס קענסטו לינקען צו אשכול הטל חיים, אז דער רבי משה פריעדלאנדער'ס אבי הטל חיים שווער, שמו היה רבי יהודה לייב אב"ד קליינווארדיין היה נכד דור ששי להמהרש"א, און און דעס איז נכלל טויזענטע משפחות, הן אלע יוצאי פריעדלאנדער, גם אחיו של הטל חיים, הנמנה כהיום לרבבות, און ווי אויך רובא דרובא נאנאש'ע איינקלעך, ווייל דער רבי יהודה לייב אב"ד קליינווארדיין היה געהאט אן איידעם גאלדבערגער, זיידע פון גאר אסאך נאנאש'ע אייניקלעך,
בעזרת ידידי חוקר היוחסין רבי נפתלי אהרן וועקשטיין שליט"א מאשדוד האבען מיר כמעט געטראפן פונקטליך ווי אזוי מ'קומט אן צום מהרש"א ז"ל, און דאס גייט נאך קומען.
אגב, דער בעל אברך על תהלים האט אויך געהייסן פריעדלאנדער און זיי זענען זיך מתייחס בן אחר בן צום גאון המהר"ם פאדעווע.
פון יזכור בוך לקהילת לאפוש