יציב פתגם האט געשריבן:מצבת הרה"ח ר' משה העניג ז"ל, אחיו של הגה"צ אב"ד שארמאש זצ"ל
חידוש, אז דער שארמאשער רב האט געהאט א ברודער נאך א תלמיד מובהק פונעם ייטב לב וואס איז שוין נסתלק געווארן תרמ"ז און דער שארמאשער רב איז נפטר געוואר קרוב צו הונדערט יאר דערויף.
ביסט דיך טועה, דאס איז א זיידע פון שארמאשע רב עי' בתולדותיו לשו"ת תפארת נפתלי אזוי שטייט אויפן מציבה 'מחותנו של הרה"צ וכו' איז ער נישט אווער בשנת תרפ"ח? דוכט זיך אזוי איז די לשון אויף די מציבה
דאס מאכט שוין מער צענט
טעות לעולם חוזר. אגב, די שארמאשער רב'ס טאטע האט אויך געהייסן ר' שמחה יוסף העניג (און פון דא נעמט זיך מיין טעות). אויף די מצבה שטייט נפטר ר"ח כסלו תרפ"ח
יציב פתגם האט געשריבן:מצבת הרה"ח ר' משה העניג ז"ל, אחיו של הגה"צ אב"ד שארמאש זצ"ל
חידוש, אז דער שארמאשער רב האט געהאט א ברודער נאך א תלמיד מובהק פונעם ייטב לב וואס איז שוין נסתלק געווארן תרמ"ז און דער שארמאשער רב איז נפטר געוואר קרוב צו הונדערט יאר דערויף.
רבותי בקשה נחוצה: אני צריך בדחיפות א. תמונת תואר פניו של רבי בנימין זאב מאנדלבוים, רב הראשון עיר סאטמאר ב. תמונת מציבת הרב הנ"ל ג. תמונות מהעיר סאטמאר בכלליות, מרחובות העיר, הבנינים, בתי מדרשים ודירות הרבנים וכדו'
אשמח מאוד למיש יוכל להעלות כאן התמונות הנ"ל בתודה למפרע
מראש צורים האט געשריבן:רבותי בקשה נחוצה: אני צריך בדחיפות א. תמונת תואר פניו של רבי בנימין זאב מאנדלבוים, רב הראשון עיר סאטמאר ב. תמונת מציבת הרב הנ"ל ג. תמונות מהעיר סאטמאר בכלליות, מרחובות העיר, הבנינים, בתי מדרשים ודירות הרבנים וכדו'
אשמח מאוד למיש יוכל להעלות כאן התמונות הנ"ל בתודה למפרע
א גוטן יונה
איר קומט אריין אין אן אשכול און איר בעט בילדער, איר האט אפי' אדורכגעקוקט לכה"פ דעם אשכול? viewtopic.php?p=769746#p769746
מיללער האט געשריבן:אין סאטמאר איז געווען א דיין בשם ר' יצחק קליין, ער האט ארויסגעגעבן א ירחון בשם "אהל יצחק", איך געדענק א שמועס אז ער האט באלאנגט צו די שטאטוסקאווא קהלה אין סאטמאר, איז דאס רעכט? ווער איז געווען זיין שווער "מהר"ח"?
דאס איז דער פריעסטער גליון וואס איך טרעף אויף ה"ב בוקס, חודש אב תרס"ה, ער שרייבט אז דאס איז שנה שלישית, הייסט דאס אז ער האט אנגעהויבן דעם ירחון בשנת תרס"ג. http://hebrewbooks.org/23081
ר' יצחק קליין נולד בעיר טאב לאביו ר' ישראל מת"ח ונכבדים דשם, למד בישיבת השבט סופט מפרעשבורג ובישיבת ר' זוסמאן סופר בפאקש, כשהגיע לפרקו נעשה חתן ר' חיים פרידריך אב"ד טורץ.
בשנת תרס"ב נתבקש מקהילת סטאטוס-קווא בעיר סאטמאר לקבל משרת הדיינות, ונענה למבוקשתם וקבל עליו הדיינות בשנים שאחר מלחמת העולם הראשונה נתעלה למדריגת ראב"ד בקהילתו, ר' יצחק נהרג במלחה"ע השני'.
ביותר נתפרסם ע"י הירחונים תורנים שהו"ל, 1) ירחון תורני אהל יצחק שי"ל פעם ראשונה חודש ניסן תרס"ג ונמשך עד סוף שנת תרע"ד (מלחמת העולם הראשונה), ובדרך כלל היו י"ב חוברות לשנה, יש חלק גדול מהקובצים בהיברו-בוקס. 2) מגד ירחים\מגיד, הירחון הזה הופיעה בתחילה בשנת תרפ"ה עד שנת תר"ץ שאז נסגר, וירחון המגיד התחיל להופיע בשנת תרפ"ח עד לערך שנת תרצ"ט, יש מזה ג' קובצים בהיברו-בוקס.
שאר ספריו בהיברו-בוקס זכרון לישראל כולל ג' חלקים (ע"ש אביו, וח"ג הוא מכתבי תנחומין מרבנים שקיבל על פטירת אביו) http://hebrewbooks.org/24068 קול חתן (עניני נישואין) יפרד והיה לשלשה קולות, א) קול התורה, פלפולים; ב) קול המטיף, נאומים; ג) קול הדורש, דרושים. http://hebrewbooks.org/37739
ר' בנימין זאב מאנדלבוים אכן היה הרב הראשון דשם, אחריו הגר"י גרינוואלד, ואחריו רבי אליעזר דוד גרינוואלד, ואחריו מרן הרה"ק מהריט"ב מסאטמאר עד השואה.
בנו של הרב"ז מאנדלבוים היה ר' משה אהרן מאנדלבוים ששימש כרב בעיר וואשערהעליש חתנו של המנוחת משה מטיסא-פירעד. הדיין בסאטמאר ר' משה דוד ווינטערניץ היה חתנו זל ר' בנימין זאב הנ"ל. בן נוסף של רביט בנימין זאב היה ר' אלי' מאנדלבוים ששימש שנים רבות כגבאי הראשון של הקהילה בסאטמאר (שטאטישע שוהל)
אפשר קען מען טאקע צאמשטעלן א ליסטע פון דיינים אין סאטמאר ותולדותיהם.
חתנו הרב אברהם שטייער בן ר' נתן, מורה לדת בעיר סאטמאר
במשך שבת האב איך דורך געלייענט די נייע ספר '' היסטאריע פון די שטאט סאטמאר '' פאר מיר איז עס געווען אינטערעסאנט וויפיל אידן עס האבן געוואוינט אין שטאט ליסטע פין איבער 20 בתי מדרשים דיינים רבנים די שטאסקווא קהילה אידישע שפיטאל דיטעילט ליסטע וואס די עולם האט געטין פאר פרנסה יאר תר'' צ ( קיקט אויס א שטארקע אקאנעמי אפאר אידן מיט עטליכע 100 ארבעטער ) אלע וואלן פין אלע יארן פאר ראה'' ק אין רבנים די ערשטע וועלט קריג בנוגע סאטמאר די 2 וועלט מלחמה די געטוי אין דעפאטירן צי אוישוויץ ה. י. ד. ( אגב שרייבט ער אז אין סאטמאר איז געווען די איינציגסטע שטאט וואס 9 גלחים האבן פאר געהאלטן די סס אין פראטעסטירט פארן נעמען די אידן צי די געטוי. אבער די גרעסערע חלק גלחים האבן געהאלפן די סס ) ער מאכט א שטיקל( קורצע )אריכות פין רביה'' ק ר'יואל מסאטמאר זצוק' 'ל פארן קימען קיין סאטמאר אין בשעת די קריג אין נאכדעם אין נאך
שתוקא בתרין האט געשריבן:געווען דארט ר' חנה הערש/הירש?, באשריבן אין דעם בוך "צאנז" פון לערנער
ר' חנה הערש רובין הי''ד (בן ר' נפתלי מווישניצא חתן הרה''ק משינאווע) האט געהאט א ביהמ''ד אין סאטמאר און האט שפעטער געוואוינט אין צאנז ווי מ'האט אים גערופן דער סאטמארער רב. (אין ספר אביר הרועים פון ר' שלמה יעקב געלבמאן ע''ה שרייבט ער אז ביים קריג האט מען דאך כידוע פארטריבן אסאך אידן פון גאליציע קיין סיביר. האט דערציילט דער לאנצוטער רב ז''ל אז איין טאג איז אנגעקומען דארט א ידיעה אז דער סאטמארער רב איז ניצול געווארן, האט דער עולם דארט געמיינט אז מ'רעדט פון ר' חנה הערש, ער האט אבער יא פארשטאנען וועם מ'מיינט באמת). ער איז געווען באקאנט אלס א אש קודש.
לכאורה קומט עס אין דעם אשכול האט מען אין די שטאט סאטמאר געהאלטען דעם זמן פון 72 מוצש"ק ווען רביה"ק איז דארט געווען רב ? מיין שאלה איז לגבי די שטאט די המון עם ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
פארוואס זעה איך נישט אויסגערעכענט און דער גאנצע אשכול, און ניטאמאל ווערט ער דערמאנט און דער ספר שיצא לאור. ה"ה רבי יחיאל אויש זצ"ל בן הרה"ק רבי אהרן אויש זצ"ל אב"ד לופעני בעל פרי אהרן, חתן הרה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע. היה אב"ד וואלקאן ומלפנים דומ"ץ בעיר סאטמאר בעל אבני אש.
פארוואס ווערט ער נישט אויסגערעכענט בין שאר דייני סאטמאר? איז עס נישט קראנט?
אוצרות ליסקא האט געשריבן:פארוואס זעה איך נישט אויסגערעכענט און דער גאנצע אשכול, און ניטאמאל ווערט ער דערמאנט און דער ספר שיצא לאור. ה"ה רבי יחיאל אויש זצ"ל בן הרה"ק רבי אהרן אויש זצ"ל אב"ד לופעני בעל פרי אהרן, חתן הרה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע. היה אב"ד וואלקאן ומלפנים דומ"ץ בעיר סאטמאר בעל אבני אש.
פארוואס ווערט ער נישט אויסגערעכענט בין שאר דייני סאטמאר? איז עס נישט קראנט?