זקני החסידים הנמצאים אתנו לאויט"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג יוני 20, 2014 2:21 pm

קאנסט אים ???

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג יוני 20, 2014 2:33 pm

dovidal האט געשריבן:קאנסט אים ???

יעע, שוין עטליכע מאל גערעדט מיט אים!! א טייערער איד, פון די עקספייערטע סטייל!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג יוני 22, 2014 11:51 am

dovidal האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:מורי ורבותי ס'איז דא א'איד מיט די נאמען רבי שלמה זלמן בירנבוים שיחי' שטאמט פון בארדיוב רעדט א'זאפטיגע גאליציאנער אידיש וואינט און בארא פארק א'זיס איד'ל פונעם פריעדיגען דור מלא וגדוש בסיפורי צדיקים מלא טעם מיט א'ספעציעלן חן,ער האט נאך געזען די הייליגע מנחת אלעזר מיטן קאלשיצער רב הי"ד מיט נאך אסאך . איך האב מיך געדרייט ביי אסאך זקנים ,אבער אזא זיסע איד'ל האב איך לאנג נישט געטראפען. סאיז כדאי צו קענען אזא איד.

וועמען נאך האט ער געקענט פון די גאליציאנע רבי'ס ? ווי דאווענט ער ?

געקענט די בארדיובער רבי'ס , קינדער און אייניקלעך פון הרה"ק רבי משה'לה מבארדיוב זצ"ל. (בן רבי ברוכ'ל מ'גארליץ און שווער פון הרה"ק מ'קאלשיץ הי"ד). ער דאווענט שבת בייטאג און שחרית אינדערוואכען און סטיטשינער שוהל אוף 50'טע גאס. ער געדענקט ווען מונקאטשער רב איז געקומען קיין בארדיוב ביים טיש איז געווען אזא געפאקטע עולם האט מונקאטשער רב'ס גבאי רבי חיים בער אראפ גענומען קאפלעך פון די אינגלעך און ארויס געווארפען אינדרויסען און זיי נישט צוריק אריין געלאזט און שוהל, ביי שלוש סעודות תורה האט מונקאטשער רב כדרכו געפערליך געהאקט א'קעגען אגודה מזרחי און ציונים און געזאגט אז די וואס פארן קיין אמעריקא ווערן האלבע גוים און די וואס פארען קיין פאלעסטינע ווערן גאנצע גוים, און רבי שלמה זלמן הנ"ל פארציילט די ביטערע גלות וואס ער האט מיט געמאכט און בארדיוב, אז אמאל שבת צופרי גייענדיג צום שוהל מיט נייע פאר שיך האט עם א'אינגער שגץ וואס ער האט געקענט אפגעשטעלט און געהייסען זיך אוועק זעצען און אויס טוהן זיין נייע שיך און די שגץ האט גענומען זיין נייע שיך און עם ג'געבען זיין אלטע צוריסענער שיך. ער וינטשעט יעדען איינעם מיט דריי גימלס,די ערשטע ג ' איז געזונט די צווייטע ג 'איז געלט די דריטע ג' איז געדולד.

אן אדרעס ביטע ?? אדער טעלפון?

אמלא רצון מעלת כבודו והיא לכם הטעלפאן נומער וה'אדרעסע של רבי שלמה זלמן שיחי'.
.


בארא פארק יצ"ו.1323-50-street
והטעלפאן שלו הוא.
718-437-0865.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הם צדיקי יסוד עולם.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג יוני 22, 2014 12:00 pm

כבוד דודיל שיחי'

איר טוהט א'גרויסע זאך ביי ארום גיין צו די זקנים לאויט"א און קריגן פון זיי אינפארמאציע פון פריעדיגע צדיקים און די לעבן שטייגער פון די אלטע היים.
איך האפ אז איר וועט אונז מזכה זיין מיט די טייערע אינפארמאציע.

מ'דארף געדנקן אז די אידין קומט א'געוואלד מיט קרעדיט נאך אזא ביטערע און שווערע מלחמה זענען זיי געבליבן גאנץ ביי די אמונה הטהורה און פון פריש אויפגעשטעלט נייע הערליכע דורות.

מ'קען פון זיי ארויס נעמען א'געוואלד מיט מוסר השכל אז מ'טאר קיינמאל נישט אויפגעבן און קיין שום צושטאנד שבעולם.

ס'איז זייער באקאנט די מעשה אז בשעת הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל האט זיך אריבער געצויגען פון ארץ ישראל קיין אמעריקא איז ביים געזעגנען האט הרה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל אים געפרעגט אויף וועמען לאזט ער זיי איבער.

האט ער אים גענטפערט ער זאל גיין צו די שטיבלך ביי שחרית און ווען א'איד ציהט ארויף זיין ארבל לייגן תפילין און ער זעט א'נומער אויפגקריצט אויפן האנט זאל ער אים בעטן א'ברכה.

און מ'זאגט נאך פון צדיקים אז א'איד וואס האט מיט געמאכט די ביטערע קריג און זאגט נאך שמע ישראל איז א'צדיק יסוד עולם.

ולמצוה גדולה יחשב מחזק זיין די טייערע צובראכענע צדיקים און מפרסם זיין זייערע לעבנס געשיכטע און ספיציעל וואס זיי האבן מיט געמאכט ביי די ביטערע קריג וואס מ'קען זיך לערנען אמונה און בטחון מיט א'געוואלד השגחה פרטית אויף יעדן טריט און שריט .
און אויך עובדות וסיפורי צדיקים פון פריעדיגן דור .

און צו אייך דויד'ל וונטשען מיר כה לחי און זייט מזכה את הרבים מיט אסאך געזונטע לאנגע יארן ביז משיח'ס טאג במהרה בימנו אמן.

מורי ורבותי כאפט'ס אריין וואו לאנג די ליכטעלע ברענט נאך.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג יוני 22, 2014 9:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג יוני 22, 2014 12:52 pm

ייש"כ וב"ה הרבה הרבה יש לעשות בשדה הזה== והרבה מהם גרים במקומות שקשה להגיע אליהם
יש לי ב"ה הרבה שלוחים- מהם הרב א ז פר"מ הרב יש דרעזנער הרב לוריא הרב רוס [ יודע נגן] ועוד
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום דינסטאג יוני 24, 2014 1:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

טעמו וראו כי טוב.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג יוני 22, 2014 1:13 pm

אמן כן יהי רצון.
והמברך יתברך.

איר וועט בעז"ה האבן א'ריכטיגן תענוג רוחני ביים פארברענגן און שמיעסן מיט רבי שלמה זלמן בירענבוים שיחי'.

און איר וועט מיר זייער דאנקבאר זיין פאר אים פארשטעלן צו אייך.

טעמו וראו כי טוב...

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

דערווישט

תגובהדורך dovidal » זונטאג יוני 22, 2014 2:08 pm

א היימישער גאליציאנער יוד
הרב חיים יעקב דים בן תשעים יליד פשעווארסק גר כהיום במאנסי אצל בנו

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג יוני 22, 2014 2:35 pm

dovidal האט געשריבן:א היימישער גאליציאנער יוד
הרב חיים יעקב דים בן תשעים יליד פשעווארסק גר כהיום במאנסי אצל בנו

וועלעכע גיטע אידין האט ער מיט זיין פאטער און זיידע פארכאפט?.
און וועלכע קרייז האט ער באלאנגט?.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג יוני 23, 2014 2:49 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:א היימישער גאליציאנער יוד
הרב חיים יעקב דים בן תשעים יליד פשעווארסק גר כהיום במאנסי אצל בנו

וועלעכע גיטע אידין האט ער מיט זיין פאטער און זיידע פארכאפט?.
און וועלכע קרייז האט ער באלאנגט?.

היו חסידי ציעשנוב והוא היה אצל הה"ק רבי יחזקאלע צישנובער

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג יוני 23, 2014 11:08 am

ר' חיים בלאקסענהיים פון איבראן נכד הה"ק מליסקא זי"ע
קלאפט שוין א הונדרעט, ער איז זיס האט אן א שיעור סיפורים ועובדות, מלא וגדוש,
וואוינט און בארא פארק

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג יוני 24, 2014 2:01 am

הה"צ רבי מענדיל האגער מסטרוזניץ לונדון






כמו"כ השתתף אד"ש [ משאץ וויזניץ ]בהקמת מצבה לש"ב הרה"צ רבי מענדיל האגער זצ"ל מסטרוזניץ, נו"נ למרן בעל האמרי ברוך מוויז'ניצא זי"ע שנסתלק בשיבה טובה אשתקד, בשנת המאה ושלוש לחייו,

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יוני 24, 2014 11:56 am

פון ר' ... (געדענקעך פונקט נישט זיין ערשטע נאמען אפשר ר' שלמה?) בערקאוויטש לרפ"ש בן מאה לאויש"ט פון וויליאמסבורג האט מען שוין דא ערווענט?

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג יוני 24, 2014 2:06 pm

dovidal האט געשריבן:הה"צ רבי מענדיל האגער מסטרוזניץ לונדון

בן?
הנותן לשכוי בינה...

אייניגע
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

תגובהדורך אייניגע » דינסטאג יוני 24, 2014 2:16 pm

יוראפ האט געשריבן:פון ר' ... (געדענקעך פונקט נישט זיין ערשטע נאמען אפשר ר' שלמה?) בערקאוויטש לרפ"ש בן מאה לאויש"ט פון וויליאמסבורג האט מען שוין דא ערווענט?


כבודו מיינט מן הסתם ר' ברוך זז"ג

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יוני 24, 2014 2:19 pm

אייניגע האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:פון ר' ... (געדענקעך פונקט נישט זיין ערשטע נאמען אפשר ר' שלמה?) בערקאוויטש לרפ"ש בן מאה לאויש"ט פון וויליאמסבורג האט מען שוין דא ערווענט?


כבודו מיינט מן הסתם ר' ברוך זז"ג

קענעמעך נישט שערמאנען די נאמען, אבער מעגליך.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג יוני 24, 2014 4:18 pm

תרנגול האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:הה"צ רבי מענדיל האגער מסטרוזניץ לונדון

בן?

רבי ישכר בעריש זצ"ל בן רבי יעקב יצחק דוד זצ"ל מ'סטראזשניץ בן הרה"ק רבי ברוך מ'וויזשניץ זצ"ל.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג יוני 24, 2014 4:32 pm

AHA האט געשריבן:אין קרית באבוב אין ארץ ישראל איז דא א גאר עלטערע יוד לכאורה א בן תשעים ויותר ביים קלארען דעת, ער קימט אויכעט פין האלמין ער האט געלערענט ביי ר' יעקב שלום קליין ז"ל איך האב פין עם גיהערט עטליכע שיינע זאכען.
דער יוד הייסט ר' יוסף אייזיק גליק לאויוש
ער האט אויכעט געלערענט אין סאטמאר ביים רעבין דארט, אין געלערנט כמה פעמים מיט ר' אהרן ראטה מיט תולדות אהרן רבי

געשמאקער אידעל, דער האט פיינע מעשיות. א עכטע חסיד פון אמאליגע רביס.
איינער ווייסט צו ער איז נאך אקעי?
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יולי 01, 2014 1:28 pm

ש"ב הרה"ח הישיש ר' חיים מאיר פוקס הי"ו פון פלארידע
אן דירעקטער אייניקל פון מיין עלטער פעטער החסיד הנודע ר' מרדכי חנא פוקס מוויזניץ זצ"ל
דער איד אין בליעה"ר לאורך ימים ושנים, הונדערט און פינף יאר אלט, גייט נאך ארום ווי א יונגערמאנטשיק, לערנט פלייסיג און זיך מפלפל, דערציילט מעשיות'לעך פון אלטן קארפאטן רומעניע, און וויזניץ, מיט א זיסקייט און טעם זקינים, (כמדומה אז ער דרייווט נאך א קאר!), האט נאך אינזין צו שיקן דרשה געשאנק פאר יעדן ווייטן פיפטן קאזין...

נעכטן האט ער זיך געפונען אין בארא פארק צי גאסט
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יולי 01, 2014 4:25 pm

מה שכתבתי לעיל הוא טעות
הר' חיים מאיר הנ"ל נמצא עכשיו במושב זקינים באטלאנטיק ביעטש, בהאטעל הנקרא the nautiles hotel

אתמול ביקרו אותו וסיפר ענינים נפלאים מאוד מהסב"ק מוויזניץ זי"ע
הוא מספר שזוכר כשהאהבת ישראל שבת את שבתו בווילחאביץ, היה שם תור ארוך עם אנשים שבאו אליו בקוויטלעך, כל אחד עם הפעקל שלו, זה אין לו פרנסה וזה יש לו שלשה מוידן להשיא וכו' וכו', האהב"י זי"ע קרא ברצינות ועל כל קוויטל וקוויטל נתאדמו פניו מאוד
עוד הוא זוכר איך שהאהב"י כיבדו אז בשולחן לזמר איזה זמר, והוא התחיל לשיר 'לאל עורך דין' בנוסח וויזניץ של ימים הנוראים....., ועל אף שהיה מוזר מאוד מאוד, לא ההין שום אחד לפתוח פה, הוא אומר תמה אני על עצמי למה החלטתי לשיר 'לאל עורך דין', ולמה לא שרתי מה ידידות או קה אכסוף.......
הוא מספר איך שפעם אחת כיבדוהו בעליה בוויזניץ בבני ברק, [כבר אחר פטירת האמר"ח], כל העולם סבבו פניהם אליו לראות מי הוא זה 'ר' חיים מאיר ב"ר ישראל' העולה לתורה עכשיו, וכי הרבי זצ"ל קם לתחיה......
הוא בלי עין הרע פריש און מונטער, מוכן לשיח ולספר לשעות ארוכות,... זוכר עוד מלפני מלחמת העולם הראשונה....., כדאי מאוד לבקרו
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג יולי 01, 2014 6:44 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

signout
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » דינסטאג יולי 01, 2014 4:37 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין קרית יואל וואוינט א איד קרוב לבן מאה (נולד באמצע שנת תרע"ד), וואס איז ב"ה נאך ביים פולשטענדיגן דעת לאויט"א.

הלא הוא הרבני החסיד הישיש רבי אשר לעמיל בר"ש לאנדא שליט"א.

ער האט די אינטערווי אין אוצרות די חודש?

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » דינסטאג יולי 01, 2014 5:31 pm

יהיה כן האט געשריבן:ש"ב הרה"ח הישיש ר' חיים מאיר פוקס הי"ו פון פלארידע
אן דירעקטער אייניקל פון מיין עלטער פעטער החסיד הנודע ר' מרדכי חנא פוקס מוויזניץ זצ"ל
דער איד אין בליעה"ר לאורך ימים ושנים, הונדערט און פינף יאר אלט, גייט נאך ארום ווי א יונגערמאנטשיק, לערנט פלייסיג און זיך מפלפל, דערציילט מעשיות'לעך פון אלטן קארפאטן רומעניע, און וויזניץ, מיט א זיסקייט און טעם זקינים, (כמדומה אז ער דרייווט נאך א קאר!), האט נאך אינזין צו שיקן דרשה געשאנק פאר יעדן ווייטן פיפטן קאזין...

נעכטן האט ער זיך געפונען אין בארא פארק צי גאסט


יא יא יהי'
איי איז ער א געשמאק אידל
איך האב איינמאל גערעדט צו אים אויפן טעלעפאון ער איז בדעה צלולה אז נאר
אינמיטן האט אים איינער פון די אנוועזענדע געבעטן צו זינגען דעם וויזניצן "רחם"
איי האט ער דאס געזינגען מיטן אמאליגן חן
און יא ער דרייווט נאך
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג יולי 01, 2014 6:16 pm

וואטיצעך האט געשריבן:און יא ער דרייווט נאך

פשיהא... דאס איז נישט קיין רעקארד ברעיקינג צו דרייוון ביי די הונדערט פינף יאר?

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יולי 01, 2014 6:39 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:און יא ער דרייווט נאך

פשיהא... דאס איז נישט קיין רעקארד ברעיקינג צו דרייוון ביי די הונדערט פינף יאר?


נישט ריכטיג, כהיום דרייווט ער מער נישט
אבער ער האט נאך געדרייווט ביז לעצטנס, (שוין איבער די הונדערט)
ער איז אין א האטעל\מושב זקינים, אלע פארן שוין אין ווילטשעיר'ס אבער ער שפאנט ארום אויף די אייגענע פיס מיטן וואלקער, און פירט זיך אויף ווי א יונגערמאן'טשיק צווישן אלטיטשקעס..., די מויל גייט עם אויף רעדער
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

טרעוולער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » דינסטאג יולי 01, 2014 6:58 pm

שרייבטס כאטשיג פון וועלעכע שטעט די אידן קומען.

ר' לעמיל לאנדא נ"י קומט פון ... אין אונגארן? רומעניע?

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יולי 01, 2014 7:28 pm

ר' חיים מאיר זז"ג קומט פון ווילחאוויץ

ר' לעמיל, קומט לכאורה פון דעברעצין?
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט