זקני החסידים הנמצאים אתנו לאויט"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

דודי זקיני

תגובהדורך dovidal » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 5:31 pm

דו"ז הוא הרה"ח משה ווייסבערג ני"ו מבארא פארק זכה לשורר אצל הרה"ק ישעילע קערעסטירער זי"ע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 5:42 pm

ווילוויסן האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:איך האב געטראפן א האלמינער איד אין באראפארק וואס זאגט מיר אז ער געדענקט ר' ישעי'לע קערעסטורער איז געקומען ביי זיי אין שטעטל, ער געדענקט זיין קריאת שמע ליינען ביי מעריב, און לדבריו איז ער אלט געווען דאן א אינגל פון אכט-ניין יאר. מאכסט א חשבון ר' ישעי'לע איז אוועק תרפה, 89 יאר צוריק צו זיין דעמאלט ניין יאר דארף מען שוין זיין 97, אבער דער איד קוקט אויס ווי א אינגערמאן ער וואקט שנעלער פון מיר דרייווט א קאר. סאו עפעס שטימט מיר נישט.

פארגעסן צו שרייבן דעם נאמען, ער הייסט יערמיאש.


יערמיאש מיט האלמין גייט סינאנים, ר' מאיר יערמיאש איז געווען דער ראה"ק דארט, ער האט דארט איינגעזעצט עטליכע איידעמער, ביניהם ר' ברוך הענדלער (פאטער פון להבחל"ח ר' משה הי"ו) און ר' יהושע זאב גרינפעלד.

ס'דא דער יערמיאש וואס גייט מיט א הוט שבת, פאטער פון ר' דוד יערמיאש פון קר"י און הנגיד ר' ? יערמיאש פון ב"פ, אפשאר מיינט דער רב דעם איד.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 5:44 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:54
גם בביהמ"ד של הרב הערבסט יש מר בארלאם תלמיד מובהק של הרה"ק מגאלאנטא- יש לו חנות בוומב"ג ברחוב העוועמייער


איז דער מר בארלעם נאך טעטיג - ער דארף שוין זיין א בן מאה כמעט

ער האט מיר געזאגט אז זוכה געוועהן צו זעהן איינמאל הרה''ק ר' ישכר בער מבעלז זי''ע ווארשטיינדלעך דער לעצטע מאל וואס ער איז געפארן קיין מארניבאד האט ער אפגשעלט ביי זייערע הויז וואס איז געוועהן אינטערוועגנס אין ער איז נאך געוועהן א קינד אין האט דעמאלס זוכה געוועהן צו באקומען א ברכה פין דער בעלזער רב
ער האלט אז דער ברכה האט איהם באגלייט ביי די קריג וואס ער איז געוועהן זעקס יאהר אינטערן דייטשן ימ''ש וזכרם

מר. בארלעם האט מיר אמאל נאכעגזאגט א דבר תורה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואס ער האט געהערט מפ"ק אינדערהיים, ער האט עס געדענקט מיט א שטארקע בהירות

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 7:03 pm

שמואלישעי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.


מיקי וויינבערגער פון יאנג איזרעאל אמאל.

ער שטאמט פין בעלזא זיין פאטער איז געווען א דיין ביי הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע

האט ער עפעס מיט דער קרילובער רב וואס האט געהייסען וויינבערגער, געווען קודם רב אין קרילוב און נאכדעם אין טאמישוב; זיין רביצען איז געווען א בעלזא אייניקל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

הרב הגאון הישיש משה ציטראן שליט"א==ב"פ

תגובהדורך dovidal » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 11:52 am

בן הגאון אב"ד דאראג נכד הרה"ק רבי שמואל קאמאדער זי"ע
עס לוינט צו גיין זעהן דעם רב -- יש לו הרבה לספר
היה מקורב להרבה גדולים וצדיקים
יושנ כל היום בביתו וכותב חידושי תורה

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1630
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 12:05 pm

dovidal האט געשריבן:בן הגאון אב"ד דאראג נכד הרה"ק רבי שמואל קאמאדער זי"ע
עס לוינט צו גיין זעהן דעם רב -- יש לו הרבה לספר
היה מקורב להרבה גדולים וצדיקים
יושנ כל היום בביתו וכותב חידושי תורה


וואס איז דער אדרעס פליז...
参考专家

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 12:36 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:בן הגאון אב"ד דאראג נכד הרה"ק רבי שמואל קאמאדער זי"ע
עס לוינט צו גיין זעהן דעם רב -- יש לו הרבה לספר
היה מקורב להרבה גדולים וצדיקים
יושנ כל היום בביתו וכותב חידושי תורה


וואס איז דער אדרעס פליז...

1564 51 BUT CALL BEFORE

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 2:00 am

א געוואלדיגע אשכול, קען זיין לתועלת מרובה אויס צו נאשען די זקנים שליט"א, אבער ביטע שרייבט צו פון וועלכע שטעט זיי שטאמען או וועלכע צדיקם זיי האבן געקענט, יישר כח.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 8:52 am

מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:איך האב געטראפן א האלמינער איד אין באראפארק וואס זאגט מיר אז ער געדענקט ר' ישעי'לע קערעסטורער איז געקומען ביי זיי אין שטעטל, ער געדענקט זיין קריאת שמע ליינען ביי מעריב, און לדבריו איז ער אלט געווען דאן א אינגל פון אכט-ניין יאר. מאכסט א חשבון ר' ישעי'לע איז אוועק תרפה, 89 יאר צוריק צו זיין דעמאלט ניין יאר דארף מען שוין זיין 97, אבער דער איד קוקט אויס ווי א אינגערמאן ער וואקט שנעלער פון מיר דרייווט א קאר. סאו עפעס שטימט מיר נישט.

פארגעסן צו שרייבן דעם נאמען, ער הייסט יערמיאש.


יערמיאש מיט האלמין גייט סינאנים, ר' מאיר יערמיאש איז געווען דער ראה"ק דארט, ער האט דארט איינגעזעצט עטליכע איידעמער, ביניהם ר' ברוך הענדלער (פאטער פון ר' אברהם יקותיאל אבי להבחל"ח ר' משה הי"ו) און ר' יהושע זאב גרינפעלד.

ס'דא דער יערמיאש וואס גייט מיט א הוט שבת, פאטער פון ר' דוד יערמיאש פון קר"י און הנגיד ר' ? יערמיאש פון ב"פ, אפשאר מיינט דער רב דעם איד.


דער סטראשעלער צדיק האט שוין דערמאנט פארן רב פרטים איבערן האנדלערישן יחוס.
כפי השמועה האט דער פאטער פון ר' דוד אן עלטערער ברודער, כנראה איז פון אים די רעדע.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי בנימין וויליגער

תגובהדורך dovidal » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 12:17 pm

יעצט פארבראכט מיט אים = יליד מונקאטש תלמיד המנחת אלעזר
הראה לי היום התפילין שלו שהמנח"א הניח עליו ביום הבר מצוה
ממש א ריכטיגע טעם זקנים

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 5:17 pm

איך קען מיך פארשטעלן איך אלץ זקן זאל מיך זען אונטער א קעפל "הנמצאים אתנו" איך וואלט צובראכן דעם סקרין.....

קצת בחייהם?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 1:20 pm

מיללער האט געשריבן:
יערמיאש מיט האלמין גייט סינאנים, .

לויט ווי איך ווייס איז די שטעטל האלמין טאקע געווארן א שטעטל פאר אידן נאכדעם וואס זייער'ס א זיידע וואס האט געהייסן ר 'אברהם יקותיאל יערמיאש ע"ה האט אהין געמאפט איך מיין אז אויף די עצה פינעם יטב לב
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 1:47 pm

אין קרית באבוב אין ארץ ישראל איז דא א גאר עלטערע יוד לכאורה א בן תשעים ויותר ביים קלארען דעת, ער קימט אויכעט פין האלמין ער האט געלערענט ביי ר' יעקב שלום קליין ז"ל איך האב פין עם גיהערט עטליכע שיינע זאכען.
דער יוד הייסט ר' יוסף אייזיק גליק לאויוש
ער האט אויכעט געלערענט אין סאטמאר ביים רעבין דארט, אין געלערנט כמה פעמים מיט ר' אהרן ראטה מיט תולדות אהרן רבי
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

ggg
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 4:29 pm

האלץ האקער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יערמיאש מיט האלמין גייט סינאנים, .

לויט ווי איך ווייס איז די שטעטל האלמין טאקע געווארן א שטעטל פאר אידן נאכדעם וואס זייער'ס א זיידע וואס האט געהייסן ר 'אברהם יקותיאל יערמיאש ע"ה האט אהין געמאפט איך מיין אז אויף די עצה פינעם יטב לב

לויט ווי איך ווייס איז מרת קויפמאן תחי' אשת ר' ליפא קויפמאן לרפו"ש אויך א אייניקעל פון די יערמיאש משפחה

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 5:19 pm

מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:איך האב געטראפן א האלמינער איד אין באראפארק וואס זאגט מיר אז ער געדענקט ר' ישעי'לע קערעסטורער איז געקומען ביי זיי אין שטעטל, ער געדענקט זיין קריאת שמע ליינען ביי מעריב, און לדבריו איז ער אלט געווען דאן א אינגל פון אכט-ניין יאר. מאכסט א חשבון ר' ישעי'לע איז אוועק תרפה, 89 יאר צוריק צו זיין דעמאלט ניין יאר דארף מען שוין זיין 97, אבער דער איד קוקט אויס ווי א אינגערמאן ער וואקט שנעלער פון מיר דרייווט א קאר. סאו עפעס שטימט מיר נישט.

פארגעסן צו שרייבן דעם נאמען, ער הייסט יערמיאש.


יערמיאש מיט האלמין גייט סינאנים, ר' מאיר יערמיאש איז געווען דער ראה"ק דארט, ער האט דארט איינגעזעצט עטליכע איידעמער, ביניהם ר' ברוך הענדלער (פאטער פון להבחל"ח ר' משה הי"ו) און ר' יהושע זאב גרינפעלד.

ס'דא דער יערמיאש וואס גייט מיט א הוט שבת, פאטער פון ר' דוד יערמיאש פון קר"י און הנגיד ר' ? יערמיאש פון ב"פ, אפשאר מיינט דער רב דעם איד.


דאס איז לכאורה ר' אלי' יערמיאש פון ב"פ א זון פון ר' אברהם יקותיאל יערמיאש פון האלמין, ער איז זיכער נישט זיבן און ניינציג, לכל היותר קרוב צו די ניינציג

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 6:08 pm

AHA האט געשריבן:אין קרית באבוב אין ארץ ישראל איז דא א גאר עלטערע יוד לכאורה א בן תשעים ויותר ביים קלארען דעת, ער קימט אויכעט פין האלמין ער האט געלערענט ביי ר' יעקב שלום קליין ז"ל איך האב פין עם גיהערט עטליכע שיינע זאכען.
דער יוד הייסט ר' יוסף אייזיק גליק לאויוש
ער האט אויכעט געלערענט אין סאטמאר ביים רעבין דארט, אין געלערנט כמה פעמים מיט ר' אהרן ראטה מיט תולדות אהרן רבי

דער יוד האט מיר דערציילט צוויי שיינע מעשיות
א) אז ווען ר' יעקב שלום קליין די רב אין האלמין האט זיך אנגעטוהן א גארטעל איז דער גאנצער שטאט געפארן אויף רעדער (אזוי אשכנזיש געשטומט איז די שטאט געוועהן)
ב) אז ער איז אמאל געפארן קיין תל אבוב צום בעלזא רב אין דער גמזו רב איז דעמאלטס מיט געפארן מיט עם,
בעת זיי זענען א דורעך געגאנגען זאגן א גיטע וואך איז דער בעלזא רב געזיצען מיט'ן פנים צו דער ערד אין ווען דער גמזו רב איז א דורעך האט זיך דער בעלזא רב געגעבן א הייב אויף די קאפ אין געפרעגט: ווער איז יעצט דא א דורעך?
דער יוד זאגט אז ער נבהל ונשתומם געווארן פין דעם אינצידענט וויאזוי די בעלזא רב האט מרגיש געוועהן וועלכע יודען עס גייען דורעך אן קיקען.
ווי אויך האט ער דערציילט אז זייו טאטע האט אויפגענייט פאר סאטמאר רב ז"ל פאר יעדע נאכט חנוכה א נייע בעקיטשע.
לעצט פאראכטן דורך AHA אום מיטוואך נובעמבער 20, 2013 8:18 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 8:05 pm

צ"ל גמזו.

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 8:19 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:צ"ל גמזו.

א דאנק- שוין פאראכטען
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

שינאאוער הילולא

תגובהדורך dovidal » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 10:49 am

יעצט געזיצן ביי א לחיים לכבוד הילולא קדישא מיט הרה"ח הישיש יליד צאנז ר מתתי פריעזעל שליטא וואס זיינע זיידעס זענין געווען משמשים בקדש ביים שינאווער רב- וזכה להכירם
זי"ע

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 12:31 pm

וואס האט ער פארציילט?
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 10:24 am

מורי ורבותי ס'איז דא א'איד מיט די נאמען רבי שלמה זלמן בירנבוים שיחי' שטאמט פון בארדיוב רעדט א'זאפטיגע גאליציאנער אידיש וואינט און בארא פארק א'זיס איד'ל פונעם פריעדיגען דור מלא וגדוש בסיפורי צדיקים מלא טעם מיט א'ספעציעלן חן,ער האט נאך געזען די הייליגע מנחת אלעזר מיטן קאלשיצער רב הי"ד מיט נאך אסאך . איך האב מיך געדרייט ביי אסאך זקנים ,אבער אזא זיסע איד'ל האב איך לאנג נישט געטראפען. סאיז כדאי צו קענען אזא איד.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג דעצמבער 10, 2013 10:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 10:37 am

נאך איינעם וואס איז מלא וגדוש בסיפורי צדיקים ער הייסט רבי יהושע יאקאבאוויטש פון נירעדהאז ( עלטערע ברודער פון להבלח"ט דעם אומפארגעסליכען פילנעטראפ רבי אביגדור יאקאבאוויטש) א'איד און די נייציגער יארען בלע"ה פריש און געזונט ,געזען די הייליגער חפץ חיים רבי שייעלע קרעסטיערער עצי חיים הרה"ק רבי ישכר דב מבעלזא הרה"ק רבי פיניעלע אוסטילער הי"ד וואס איז איינגעשטאנען ביי זיי און שטוב,ועוד ,זייער א'באטעמטער שמוסער מיט א'מורעדיגע צלילות הדעת ער זיצט און מונקאטשער שוהל און בארא פארק א'יעדער צופרי ביז שפעט נאכמיטאג ,רבותי כאפטס אריין וואו לאנג מ'קען נאך.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1630
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 11:02 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:נאך איינעם וואס איז מלא וגדוש בסיפורי צדיקים ער הייסט רבי יהושע יאקאבאוויטש פון נירעדהאז ( עלטערע ברודער פון להבלח"ט דעם אומפארגעסליכען פילנעטראפ רבי אביגדור יאקאבאוויטש) א'איד און די נייציגער יארען בלע"ה פריש און געזונט ,געזען די הייליגער חפץ חיים רבי שייעלע קרעסטיערער עצי חיים הרה"ק רבי ישכר דב מבעלזא הרה"ק רבי פיניעלע אוסטילער הי"ד וואס איז איינגעשטאנען ביי זיי און שטוב,ועוד ,זייער א'באטעמטער שמוסער מיט א'מורעדיגע צלילות הדעת ער זיצט און מונקאטשער שוהל און בארא פארק א'יעדער צופרי ביז שפעט נאכמיטאג ,רבותי כאפטס אריין וואו לאנג מ'קען נאך.


שוין גערעדט מיט איהם עטליכע מאהל א זיסע איד
ער איז גאפארן כמעט אלע ימים טובים קיין בעלזא צו די בעלזער רב רבי אהרל'ע זי''ע ער איז געוועהן ביי רבי שלום אליעזר'ל מראצפערד הי''ד זי'ע ועוד
参考专家

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

זקני חסידים בבאסאטאן וספרינגפילד

תגובהדורך dovidal » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 3:18 pm

יאך האב נעכטין באזוכט אין באסטאן און באגעגענט 2 זקני חסידי ליבאוויטש וואס זענין געשיקט געווארן למקומות מושבותיהם ע"י אדמור הריי"ץ זצ"ל
האחד הרב צימענט יליד קליינווארדיין =אמו היתה בת החסיד המובהק רבי דובער ערמאן זצ"ל- אגב העצי חיים נפטר בבית אביו--גר בברוקליין ומנהל מוסדות חב"ד--מתפלל אצל האדמור מבאסטאן במשך ימי החול
והשני הרב דוד איידעלמאן אביו נולד סמוך ללאדזש והוא גר לאורך ימים 64 שנה בספריענגפילד מאסןטשסעסט ורב של השכונה אהוב על כולם

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 4:13 pm

דער רבי דובער ערמאן איז געווען א זוהן/אייניקל פון "דברים עריבים"?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 14 געסט