זקני החסידים הנמצאים אתנו לאויט"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

זקני החסידים הנמצאים אתנו לאויט"א

תגובהדורך dovidal » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 1:59 pm

עס וואלט געווען כדאי וראוי לפתוח אשכול על זקנים וישישים איבער די תשעים לאויט"א וואס זענין נאך ביי די כלים , אז מען זאל קענין געניסן פון זייערע אוצרות- ולפעמים הם אחד מעיר וכדומה
-למשל איך בין די וואך געגאנגען באזוכען א זקן פון בולגורייא -פוילוין און גיהערט דברים נפלאים ואי"ה אפרסמו בקרוב
זייענדיג אינם עלעיוועטער אין דעם בנין אויף אושען פארקוועי האב איך באגעגענט א יודל פון דאמבראווע בן צ"ו שנה ושמו ג-טליעב= און איז ב"ה פריש און האט וואס צו פארציילען
העיקר מיין איך די אידן וואס וואונען אין ערטער וואס מען פרעגט זיי ווייניג אויס==ווייל די היימישע זקנים פארציילען דאך כסדר לבניהם אחריהם
על הצדיקים ועל החסידים ועל זקני שארית עמך בית ישראל
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום מיטוואך נובעמבער 13, 2013 12:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 2:05 pm

אין קרית יואל וואוינט א איד קרוב לבן מאה (נולד באמצע שנת תרע"ד), וואס איז ב"ה נאך ביים פולשטענדיגן דעת לאויט"א.

הלא הוא הרבני החסיד הישיש רבי אשר לעמיל בר"ש לאנדא שליט"א.

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 2:08 pm

קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 2:10 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין קרית יואל וואוינט א איד קרוב לבן מאה (נולד באמצע שנת תרע"ד), וואס איז ב"ה נאך ביים פולשטענדיגן דעת לאויט"א.

הלא הוא הרבני החסיד הישיש רבי אשר לעמיל בר"ש לאנדא שליט"א.


ער וואוינט ביי זיין איידעם הר"ר דוד גליק שליט"א ר"מ במתיבתא הק' און לכבודו האט ר' דוד געעפנט א ביהמ"ד אין זיין הויז הנקראת ביהמ"ד אשירה לה'.
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17972
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 2:21 pm

וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.


מיקי וויינבערגער פון יאנג איזרעאל אמאל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 3:00 pm

אין בארא פארק וואוינט א איד ר' דוד פריעדמאן, 96 יאר לאורך ימים ושנים, ער האט א איידעם אין קרית יואל ר' ברוך גלויבער. צופיל ווייסעך נישט איבער אים, נאר אזויפיל, ער איז פאר 8 יאר געווען אין סיביר, ער האט זיכער עפעס צו דערציילן פאר אונז!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 3:03 pm

וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.

דו מיינסט אפשר הרה"ח ר' שמואל בער גאטליעב?
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 3:54 pm

זאלסט מיר מוחל זיין אבער פון מיקי וויינבערגער ביז שמואל בער גאטליעב איז א היבשער שפרינג, איך האב געשריבן מיקי וונ"ב ווייל אים מיין איך
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

אוועטאר
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 6:16 pm

א גוטן.

אין אלטער קליוולאנד'ער שטיבל אין וומ"ס, ביי מנחב מעריב האביך באגעגנט א זקן מופלג כמעט א בן מאה בליעה"ר, א בראדי משפחה נאמען. היבש זיסלעך קע"ה, מער אינפאו וואלט געווען עפרישעטעד. ייש"כ

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 8:31 pm

farshlufen האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.


מיקי וויינבערגער פון יאנג איזרעאל אמאל.

ער שטאמט פין בעלזא זיין פאטער איז געווען א דיין ביי הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 11:54 pm

וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.

ער איז געווען דער רב פון יאנג איזראעל אין וומב"ג שטאמט פון גרויסע בעלזע חסידים

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

אין בארא פארק

תגובהדורך dovidal » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 11:58 pm

הרב שפירא בן מאה שנה הוא בנו של רבי זרח שפירא=מחסידי מלאכים יליד סיגעט גר ברחוב 54
גם בביהמ"ד של הרב הערבסט יש מר בארלאם תלמיד מובהק של הרה"ק מגאלאנטא- יש לו חנות בוומב"ג ברחוב העוועמייער
אין בייאנער קלויז אין איסט סייד איז דא א חשובער ת"ח הרב העפטלער שליט"א- היה מקורב אצל הרבה צדיקים

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 10:46 am

ר' יצחק מאיר שפירא ע"ה (שהי' מלמד תשב"ר בקרית יואל) איז געווען זיין נעפיו?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17972
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 11:00 am

דויד'ל, בזכרוני שר' זרח שפירא הי' יליד איהעל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17972
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 11:02 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ר' יצחק מאיר שפירא ע"ה (שהי' מלמד תשב"ר בקרית יואל) איז געווען זיין נעפיו?

ר' יצחק מאיר ב"ר משה ב"ר זרח.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 12:54 pm

farshlufen האט געשריבן:דויד'ל, בזכרוני שר' זרח שפירא הי' יליד איהעל.

right

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 2:19 pm

חיים ושלום האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.

דו מיינסט אפשר הרה"ח ר' שמואל בער גאטליעב?


ר' שמואל בער זז''ג וואוינט טאקע טיר ביי טיר מיט דער וויינבערגער
אבער פין ר' שמואל בער קען מען אויך הערן זיסע שיינע זאכן איך האב אמאל פארברענגט מיט איהם גאר א לאנגע צייט
参考专家

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 2:20 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
חיים ושלום האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.

דו מיינסט אפשר הרה"ח ר' שמואל בער גאטליעב?


ר' שמואל בער זז''ג וואוינט טאקע טיר ביי טיר מיט דער וויינבערגער
אבער פין ר' שמואל בער קען מען אויך הערן זיסע שיינע זאכן איך האב אמאל פארברענגט מיט איהם גאר א לאנגע צייט

נו?!?! גיב איבער
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 2:23 pm

איך קען א יוד אין וויליאמבורג מיטן נאמן ר' דוד גאלדברענער הי'ו
א יליד בילגורייא איך האב שוין פארברענגט מיט איהם זכרונות אויפן שטאט בילגורייא

אגב האט ער מיר געזאגט אז ביי דער באקאנטע בילד פין דער תלמוד תורה וואס מען זעהן דער בילגורייער רב ז''ל מיט קינדער איז איינער פין דער קינדער דער ר' דוד גאלדברענער זז''ג
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום מיטוואך נובעמבער 13, 2013 2:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
参考专家

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 2:30 pm

dovidal האט געשריבן:54
גם בביהמ"ד של הרב הערבסט יש מר בארלאם תלמיד מובהק של הרה"ק מגאלאנטא- יש לו חנות בוומב"ג ברחוב העוועמייער


איז דער מר בארלעם נאך טעטיג - ער דארף שוין זיין א בן מאה כמעט

ער האט מיר געזאגט אז זוכה געוועהן צו זעהן איינמאל הרה''ק ר' ישכר בער מבעלז זי''ע ווארשטיינדלעך דער לעצטע מאל וואס ער איז געפארן קיין מארניבאד האט ער אפגשעלט ביי זייערע הויז וואס איז געוועהן אינטערוועגנס אין ער איז נאך געוועהן א קינד אין האט דעמאלס זוכה געוועהן צו באקומען א ברכה פין דער בעלזער רב
ער האלט אז דער ברכה האט איהם באגלייט ביי די קריג וואס ער איז געוועהן זעקס יאהר אינטערן דייטשן ימ''ש וזכרם
参考专家

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 4:21 pm

dovidal האט געשריבן:הרב שפירא בן מאה שנה הוא בנו של רבי זרח שפירא=מחסידי מלאכים יליד סיגעט גר ברחוב 54
גם בביהמ"ד של הרב הערבסט יש מר בארלאם תלמיד מובהק של הרה"ק מגאלאנטא- יש לו חנות בוומב"ג ברחוב העוועמייער
אין בייאנער קלויז אין איסט סייד איז דא א חשובער ת"ח הרב העפטלער שליט"א- היה מקורב אצל הרבה צדיקים



ער הייסט ר' דוד שפירא לעימו"ש
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 5:08 pm

איך האב געטראפן א האלמינער איד אין באראפארק וואס זאגט מיר אז ער געדענקט ר' ישעי'לע קערעסטורער איז געקומען ביי זיי אין שטעטל, ער געדענקט זיין קריאת שמע ליינען ביי מעריב, און לדבריו איז ער אלט געווען דאן א אינגל פון אכט-ניין יאר. מאכסט א חשבון ר' ישעי'לע איז אוועק תרפה, 89 יאר צוריק צו זיין דעמאלט ניין יאר דארף מען שוין זיין 97, אבער דער איד קוקט אויס ווי א אינגערמאן ער וואקט שנעלער פון מיר דרייווט א קאר. סאו עפעס שטימט מיר נישט.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 5:13 pm

געזעצן לעצטע וואך ביים דאקטער, איז געזעצן דארט א גאליציאנער איד וועלכער גייט נאך טעגליך אריין ארבעטן אין B&H, זאגט מיר איינער דאס איז ר' ישעי' פאפיער הי"ו, פריש און מונטער בליעה"ר שוין א קרוב לתשעים
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 5:18 pm

ווילוויסן האט געשריבן:איך האב געטראפן א האלמינער איד אין באראפארק וואס זאגט מיר אז ער געדענקט ר' ישעי'לע קערעסטורער איז געקומען ביי זיי אין שטעטל, ער געדענקט זיין קריאת שמע ליינען ביי מעריב, און לדבריו איז ער אלט געווען דאן א אינגל פון אכט-ניין יאר. מאכסט א חשבון ר' ישעי'לע איז אוועק תרפה, 89 יאר צוריק צו זיין דעמאלט ניין יאר דארף מען שוין זיין 97, אבער דער איד קוקט אויס ווי א אינגערמאן ער וואקט שנעלער פון מיר דרייווט א קאר. סאו עפעס שטימט מיר נישט.

פארגעסן צו שרייבן דעם נאמען, ער הייסט יערמיאש.

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 5:21 pm

dovidal האט געשריבן:הרב שפירא בן מאה שנה הוא בנו של רבי זרח שפירא=מחסידי מלאכים יליד סיגעט גר ברחוב 54

כפי ששמעתי לא הי' ר זרח ובניו מה(נקראים )מלאכים, רק בנו ר' משה
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט