בלאט 1 פון 18

זקני החסידים הנמצאים אתנו לאויט"א

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:59 pm
דורך dovidal
עס וואלט געווען כדאי וראוי לפתוח אשכול על זקנים וישישים איבער די תשעים לאויט"א וואס זענין נאך ביי די כלים , אז מען זאל קענין געניסן פון זייערע אוצרות- ולפעמים הם אחד מעיר וכדומה
-למשל איך בין די וואך געגאנגען באזוכען א זקן פון בולגורייא -פוילוין און גיהערט דברים נפלאים ואי"ה אפרסמו בקרוב
זייענדיג אינם עלעיוועטער אין דעם בנין אויף אושען פארקוועי האב איך באגעגענט א יודל פון דאמבראווע בן צ"ו שנה ושמו ג-טליעב= און איז ב"ה פריש און האט וואס צו פארציילען
העיקר מיין איך די אידן וואס וואונען אין ערטער וואס מען פרעגט זיי ווייניג אויס==ווייל די היימישע זקנים פארציילען דאך כסדר לבניהם אחריהם
על הצדיקים ועל החסידים ועל זקני שארית עמך בית ישראל

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:05 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אין קרית יואל וואוינט א איד קרוב לבן מאה (נולד באמצע שנת תרע"ד), וואס איז ב"ה נאך ביים פולשטענדיגן דעת לאויט"א.

הלא הוא הרבני החסיד הישיש רבי אשר לעמיל בר"ש לאנדא שליט"א.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:08 pm
דורך וואטיצעך
קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:10 pm
דורך וואטיצעך
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין קרית יואל וואוינט א איד קרוב לבן מאה (נולד באמצע שנת תרע"ד), וואס איז ב"ה נאך ביים פולשטענדיגן דעת לאויט"א.

הלא הוא הרבני החסיד הישיש רבי אשר לעמיל בר"ש לאנדא שליט"א.


ער וואוינט ביי זיין איידעם הר"ר דוד גליק שליט"א ר"מ במתיבתא הק' און לכבודו האט ר' דוד געעפנט א ביהמ"ד אין זיין הויז הנקראת ביהמ"ד אשירה לה'.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:21 pm
דורך farshlufen
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.


מיקי וויינבערגער פון יאנג איזרעאל אמאל.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:00 pm
דורך שמעלקא טויב
אין בארא פארק וואוינט א איד ר' דוד פריעדמאן, 96 יאר לאורך ימים ושנים, ער האט א איידעם אין קרית יואל ר' ברוך גלויבער. צופיל ווייסעך נישט איבער אים, נאר אזויפיל, ער איז פאר 8 יאר געווען אין סיביר, ער האט זיכער עפעס צו דערציילן פאר אונז!

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:03 pm
דורך חיים ושלום
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.

דו מיינסט אפשר הרה"ח ר' שמואל בער גאטליעב?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:54 pm
דורך וואטיצעך
זאלסט מיר מוחל זיין אבער פון מיקי וויינבערגער ביז שמואל בער גאטליעב איז א היבשער שפרינג, איך האב געשריבן מיקי וונ"ב ווייל אים מיין איך

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:16 pm
דורך שטרוי
א גוטן.

אין אלטער קליוולאנד'ער שטיבל אין וומ"ס, ביי מנחב מעריב האביך באגעגנט א זקן מופלג כמעט א בן מאה בליעה"ר, א בראדי משפחה נאמען. היבש זיסלעך קע"ה, מער אינפאו וואלט געווען עפרישעטעד. ייש"כ

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:31 pm
דורך שמואלישעי
farshlufen האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.


מיקי וויינבערגער פון יאנג איזרעאל אמאל.

ער שטאמט פין בעלזא זיין פאטער איז געווען א דיין ביי הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:54 pm
דורך dovidal
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.

ער איז געווען דער רב פון יאנג איזראעל אין וומב"ג שטאמט פון גרויסע בעלזע חסידים

אין בארא פארק

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:58 pm
דורך dovidal
הרב שפירא בן מאה שנה הוא בנו של רבי זרח שפירא=מחסידי מלאכים יליד סיגעט גר ברחוב 54
גם בביהמ"ד של הרב הערבסט יש מר בארלאם תלמיד מובהק של הרה"ק מגאלאנטא- יש לו חנות בוומב"ג ברחוב העוועמייער
אין בייאנער קלויז אין איסט סייד איז דא א חשובער ת"ח הרב העפטלער שליט"א- היה מקורב אצל הרבה צדיקים

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:46 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ר' יצחק מאיר שפירא ע"ה (שהי' מלמד תשב"ר בקרית יואל) איז געווען זיין נעפיו?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:00 am
דורך farshlufen
דויד'ל, בזכרוני שר' זרח שפירא הי' יליד איהעל.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:02 am
דורך farshlufen
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ר' יצחק מאיר שפירא ע"ה (שהי' מלמד תשב"ר בקרית יואל) איז געווען זיין נעפיו?

ר' יצחק מאיר ב"ר משה ב"ר זרח.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 12:54 pm
דורך dovidal
farshlufen האט געשריבן:דויד'ל, בזכרוני שר' זרח שפירא הי' יליד איהעל.

right

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:19 pm
דורך מומחה יוחס
חיים ושלום האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.

דו מיינסט אפשר הרה"ח ר' שמואל בער גאטליעב?


ר' שמואל בער זז''ג וואוינט טאקע טיר ביי טיר מיט דער וויינבערגער
אבער פין ר' שמואל בער קען מען אויך הערן זיסע שיינע זאכן איך האב אמאל פארברענגט מיט איהם גאר א לאנגע צייט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:20 pm
דורך חיים ושלום
מומחה יוחס האט געשריבן:
חיים ושלום האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:קודם שכח פארן עפענען ס'אשכול,
עס איז דא א איד וואס וואוינט אין די פראשעקטס אויף 225 division אין וומס"ב ער הייסט ר' מיקי (מרדכי ?) וויינבערגער לאויוש"ט דאווענט אקעגן איבער אין נאנאש געהערט אז ער האט אסאך צו רעדן, ווער עס וויסט מער פרטים זאל זיך לאזן הערן.

דו מיינסט אפשר הרה"ח ר' שמואל בער גאטליעב?


ר' שמואל בער זז''ג וואוינט טאקע טיר ביי טיר מיט דער וויינבערגער
אבער פין ר' שמואל בער קען מען אויך הערן זיסע שיינע זאכן איך האב אמאל פארברענגט מיט איהם גאר א לאנגע צייט

נו?!?! גיב איבער

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:23 pm
דורך מומחה יוחס
איך קען א יוד אין וויליאמבורג מיטן נאמן ר' דוד גאלדברענער הי'ו
א יליד בילגורייא איך האב שוין פארברענגט מיט איהם זכרונות אויפן שטאט בילגורייא

אגב האט ער מיר געזאגט אז ביי דער באקאנטע בילד פין דער תלמוד תורה וואס מען זעהן דער בילגורייער רב ז''ל מיט קינדער איז איינער פין דער קינדער דער ר' דוד גאלדברענער זז''ג

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:30 pm
דורך מומחה יוחס
dovidal האט געשריבן:54
גם בביהמ"ד של הרב הערבסט יש מר בארלאם תלמיד מובהק של הרה"ק מגאלאנטא- יש לו חנות בוומב"ג ברחוב העוועמייער


איז דער מר בארלעם נאך טעטיג - ער דארף שוין זיין א בן מאה כמעט

ער האט מיר געזאגט אז זוכה געוועהן צו זעהן איינמאל הרה''ק ר' ישכר בער מבעלז זי''ע ווארשטיינדלעך דער לעצטע מאל וואס ער איז געפארן קיין מארניבאד האט ער אפגשעלט ביי זייערע הויז וואס איז געוועהן אינטערוועגנס אין ער איז נאך געוועהן א קינד אין האט דעמאלס זוכה געוועהן צו באקומען א ברכה פין דער בעלזער רב
ער האלט אז דער ברכה האט איהם באגלייט ביי די קריג וואס ער איז געוועהן זעקס יאהר אינטערן דייטשן ימ''ש וזכרם

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 4:21 pm
דורך דארפסמאן
dovidal האט געשריבן:הרב שפירא בן מאה שנה הוא בנו של רבי זרח שפירא=מחסידי מלאכים יליד סיגעט גר ברחוב 54
גם בביהמ"ד של הרב הערבסט יש מר בארלאם תלמיד מובהק של הרה"ק מגאלאנטא- יש לו חנות בוומב"ג ברחוב העוועמייער
אין בייאנער קלויז אין איסט סייד איז דא א חשובער ת"ח הרב העפטלער שליט"א- היה מקורב אצל הרבה צדיקים



ער הייסט ר' דוד שפירא לעימו"ש

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 5:08 pm
דורך ווילוויסן
איך האב געטראפן א האלמינער איד אין באראפארק וואס זאגט מיר אז ער געדענקט ר' ישעי'לע קערעסטורער איז געקומען ביי זיי אין שטעטל, ער געדענקט זיין קריאת שמע ליינען ביי מעריב, און לדבריו איז ער אלט געווען דאן א אינגל פון אכט-ניין יאר. מאכסט א חשבון ר' ישעי'לע איז אוועק תרפה, 89 יאר צוריק צו זיין דעמאלט ניין יאר דארף מען שוין זיין 97, אבער דער איד קוקט אויס ווי א אינגערמאן ער וואקט שנעלער פון מיר דרייווט א קאר. סאו עפעס שטימט מיר נישט.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 5:13 pm
דורך יהיה כן
געזעצן לעצטע וואך ביים דאקטער, איז געזעצן דארט א גאליציאנער איד וועלכער גייט נאך טעגליך אריין ארבעטן אין B&H, זאגט מיר איינער דאס איז ר' ישעי' פאפיער הי"ו, פריש און מונטער בליעה"ר שוין א קרוב לתשעים

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 5:18 pm
דורך ווילוויסן
ווילוויסן האט געשריבן:איך האב געטראפן א האלמינער איד אין באראפארק וואס זאגט מיר אז ער געדענקט ר' ישעי'לע קערעסטורער איז געקומען ביי זיי אין שטעטל, ער געדענקט זיין קריאת שמע ליינען ביי מעריב, און לדבריו איז ער אלט געווען דאן א אינגל פון אכט-ניין יאר. מאכסט א חשבון ר' ישעי'לע איז אוועק תרפה, 89 יאר צוריק צו זיין דעמאלט ניין יאר דארף מען שוין זיין 97, אבער דער איד קוקט אויס ווי א אינגערמאן ער וואקט שנעלער פון מיר דרייווט א קאר. סאו עפעס שטימט מיר נישט.

פארגעסן צו שרייבן דעם נאמען, ער הייסט יערמיאש.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 5:21 pm
דורך היפאקריט
dovidal האט געשריבן:הרב שפירא בן מאה שנה הוא בנו של רבי זרח שפירא=מחסידי מלאכים יליד סיגעט גר ברחוב 54

כפי ששמעתי לא הי' ר זרח ובניו מה(נקראים )מלאכים, רק בנו ר' משה