משפחת הרבנים "ארזי הלבנון" טענענבוים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

מרן הגה״ק ה״נהרי אפרסמון״ מפּוטנאק זצ״ל

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 10:38 pm

לרגל ההילולא ביום כ״ח כסליו נר ד׳ דחנוכה

בנו השני והצעיר של הגה״ק הרחובות הנהר זצ״ל
הגאון הגדול צדיק קדוש ה׳ רבן של ישראל אדונינו מורינו ורבינו רבי יעקב טענענבוים זצ״ל - בעל ה״נהרי אפרסמון״ (נוסח מציבה) רב בעיירת טאלליא, טשאטה, ואח״כ בפוטנאק ושם מנוח״כ

נולד בטו״ב תמוז שנת תקצ״ב זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן יעקב נאך זיין ידיד בתורה ובקבלה הגאון הק׳ רבי יעקב לערבערבוים זצ״ל אב״ד ליסא - ובעל החוות דעת, והנתיבות, וואס איז אוועק מיט א צוויי חדשים פריער אום כ״ה אייר תקצ״ב, זיין טאטע שרייבט צוויישן זיינע רשימות איבערן געבורט פון זיין יונגערען זון אזוי: ביום טו״ב לחודש תמוז תקצ״ב א׳ פרשת מטות בעלות השחר אשר הרחמים מתגבר בעולם, והאיר הבוקר נולד בני חביבי יעקב, וקראתי לו שם זה להקים שם הגאון בעל חוות דעת, והבורא יזכינו שיכירו הכל כי זרע ברך ה׳ ולרוב עוז ושלום, שנת גאולה וגאולת עולם לפ״ק.

רבי יעקב האט געלערענט תורה פון זיין גרויסן טאטען אין די ישיבה אין ווערפעלעט, זייענדיג 15 יאר אלט איז ער שוין געווארן אויפגענומען אין די ישיבה אלס ר״מ צוליב זיין יראה טהורה, כשרונות, און אויסטערלישע התמדה בתורה, און ספעצילע פארשטאנד צו מחנך זיין תלמידים נאך אין זיין פריע יוגענט.

ער איז געווארן אן איידעם ביי הגביר המרומם ר׳ ראובן יעקב חיים רייכמאן ז״ל - געבענדיג פאר אים זיין טאכטער הרבנית הצדיקות דבורה ע״ה, א באקאנטער חשובער גביר וואס האט אים גענומען אונטער זיינע פליגלען אויסצוהאלטן ער זאל קענען זיצן רואיג באהלי של תורה.

הגה״ק מהרי״ץ דושינסקיא זצ״ל האט פארציילט אז עס איז געווען באקאנט איבער זיין געוואלדיגן הפלא׳דיגן שטארקן מח, אז ער האט געקענט שרייבן צוויי באזונדערע זאכן אויף איינמאל מיט ביידע הענט!

אין יאר תרי״ח איז ער גערופן געווארן איבערנעמען דאס רבנות אין שטאט טאלליא והגלילות, דארט האט ער געפענט אן אייגענע ישיבה, 10 יאר איז ער געווען רב אין טאלליא, אין תרכ״ט איז ער געווארן אויפגענומען אלץ רב אין טשאטה, פאר בלויז געציילטע יאר אין מען האט אים גערופן משמש זיין ברבנות קיין פוטנאק ווי ער איז געקומען איבערנעמען דאס רבנות פון פריערדיגן רב וואס איז אוועק הגה״ק רבי שלמה זלמן ברוין זצ״ל אין יאר תרל״ד, דאס רבנות אין טשאטה האט ער איבערגעגעבן פאר זיין עלטערן ברודער דער נטע שורק.

פּוטנאק (און דעם געגענט פון משיקאלץ) איז געווען א שיינער בטעמט שטעטל ווי אלע בני הקהלה אן אויסנאם זענען געווען ספעציעלע בעלי דרך ארץ און שטארקע מכבדי ומעריצי תורה, מוקירי רבנן, און אויך א רייכער שטעטעל זייענדיג א גרויסע וויין האנדעלס פלאץ, ווי די נכבדי העיר האבן אויסגעהאלטן זייער רב מיט א ברייט האנט ובכבוד הראוי און צוגאב האט איינע פון די חשובע נגידי העיר א גרויסער וויין סוחר אויסגעהאלטן די גאנצע ישיבה אזוי אז דער רב האט געקענט מרביץ תורה זיין מיט הרחות הדעת אן טראגן דעם עול הכספי, ווי אויך האבן די בני הקהלה באצאלט מיט א ברייט האנט אלע קאסטן פון מדפיס און מפיץ זיין די פילע ספרים פון זייער רב צו יעדע צייט.

למעשה האט דער נהרי אפרסמון מיט גענומען זיין ישיבה איבעראל אין אלע מקומות ווי ער האט געדינט אלץ רב, אבער אין פוטנאק ווען ער האט געזען אז ער איז שוין געקומען אל המנוחה ואל הנחלה האט ער באפעסטיגט די ישיבה פיל פאכיג און סיז געווען אן אויסגערופענער ישיבה אינעם גאנצן ארום, מיט א הייליגן ראש ישיבה פאר די בחורים ווי ער האט פארשטייט זיך געדינט אלץ זייער רבי אזוי ווי עס איז געווען דער סדר מיט די אונגארישע רבנים וראשי ישיבה אז פאר די בחורים זענען זיי גערופן געווארן ״די רבי״, א רבי וואס טראכט און לעבט מיט די תלמידים צו יעדע רגע, ווי עס ווייזט זיך אויס פון די פילע חילופי מכתבים פון די ליבשאפט און הנאה ווען די תלמידים טוען אים איינמעלדן אין זייער כסדרדיגע פארשריט און עבדות השם אפי׳ שוין נאכן ארויס גיין פון די ישיבה.

צווישן זיינע תלמידים זענען געווען חשובע רבנים פון אונגארן:
הגאון רבי פנחס ביליצער זצ״ל אב״ד סערענטש - בן הגאון רבי עמרם ישי סג״ל ביליצער ג״כ אב״ד סערענטש (חתנו היה מנחם הלוי פאללאק ג״כ אב״ד סערענטש ואח״כ בפרוץ המלחמה היגר ליונייטעד סטעיטס וכיהן כרב קהילת ״אהבת ישורון״ נפטר בשנת תשי״ג)
נאך אן איידעם פון דעם רבי פנחס ביליצער איז דער באקאנטער ר׳ אשר אנשיל פאללאק - בעל עולמו של אבא.

הגאון רבי יוסף שווארץ זצ״ל מקליינווארדיין - בעל הירחון המפורסם וילקט יוסף

הגאון רבי יהושע בריסק זצ״ל אב״ד טיסא-דאדא אביו של המהר״ם בריסק זצ״ל אב״ד טאשנאד

הגאון רבי נתן צבי בריסק זצ״ל אב״ד טשעקע, אחיו של ר׳ יהושע בריסק הנ״ל - חותנו של המהר״ם מבריסק, שהיה חתן דודו.

הגאון רבי יואל זאב גלאטשטיין זצ״ל אב״ד ור״מ העלמעץ בן הגאון רבי שמעון אב״ד יארמוט, שהיה רבה האחרון של העלמעץ לפני השואה.

הגאון רבי חיים שלמה מאשקאוויטש זצ״ל ראב״ד טאקיי - חותנו של הגאון רבי מנחם זאב שיק זצ״ל אב״ד טאקיי - זקינו של מוהרא״ש משפיע ברסלב.

הגאון רבי יוסף שלמה רייניץ זצ״ל אב״ד קהילות הספרדים במישקאלץ

הגאון החריף רבי שמואל בלום זצ״ל מקאשוי (היה לו כתב רבנות מכמה קהילות אבל סירב לשרת ברבנות)
אביו של הגה״ק אדמו״ר רבי רפאל בלום זצ״ל אב״ד ור״מ קאשוי

הגאון רבי משה וועכסלער זצ״ל - שהיגר ליונייטעד סטעיטס ניו יארק וכיהן ברבנות בקהילת ברית שלום, ואח״כ בבראנקס, היה דרשן נפלא ובעל מוסר בניו יארק, שלימוד את דרך הדרוש ומוסר ממרן רבינו הנהרי אפרסמון, יש כמה ספרים נאים ממנו ובניהם ספר ״ויספר משה״ על גימטריאות.

דער נהרי אפרסמון איז געווען איין שטיק תורה און אויסער דעם האט אים גארנישט פאראינטערסירט...
ספעציעל איז ער געווען בארימט בימיו מיטן אפשרייבן הונדערטער תשובות להלכה צו יעדע צייט פאר די שואלים, צווישן זיי גרויסע רבנים ווי הגה״ק רבי יחזקי פייבל פלויט זצ״ל תלמיד חביב למרן החתם סופר זצ״ל, הגה״ק רבי נפתלי הכהן שווארץ אבד״ק מאד, בן מרן הקול ארי׳ זצ״ל, הגה״ק רבי אליעזר חיים דייטש בעל תבואת השדה, זאגט אינעם הספד וז״ל: ונוכל להספידו ורפו כל ידים הכותבים שאלת בדבר הלכה.

ווי אויך איז דא א באקאנטע תשובה צו אים פונעם הייליגן דברי חיים זצ״ל ווען ער איז נאך געווען א יונגערמאן אלס רב אין טאלליא ווי דער דברי חיים ענטפערט אים מיט א שטארקע חיבה יתירה איבער שטאפּ גענז (שו״ת דברי חיים ח״ב יור״ד סימן מ״ה-מ״ח)

איבער דאס קשר אמיץ וחזק פון די צוויי ברודער הנטע שורק און דעם נהרי אפרסמון איז א פרק פאר זיך, ווי זיי האבן זיך מכניע געווען איינער פארן צווייטן מיט א גאנצן ביטול, דער נטע שורק שרייבט וכל דבוריו קדושים וטהורים.

צווישן די הונדערטער תשובות אינעם שו״ת נהרי אפרסמון טרעפט מען תשובת צו די שואלים צו יעדע אינטערסאנטע אדער שווערע זמן ווען סתם א רב זעצט זיך געווענדליך נישט שרייבן קיין תשובות...

ווי למשל: אסרו חג פסח תרמ״ח, אסרו חג פסח תרמ״ז, מוצאי יו״ט פסח תרמ״ח, ערב שבועות, ערב יום כיפור תרנ״ה, ערב חג הסוכות תרנ״ב, ערב סוכות תרנ״ה, עצם יום הפורים תרמ״ו, עצם יום הפורים תרנ״ד, שושן פורים תרנ״ד,
ווי אויך זעהט מען תשובות אין קור ארט קארלסבאד וויילענדיג לצורך רפואה.

נאך די פטירה פונעם בעל ״מחנה חיים״ הגה״ק רבי חיים סופר דער פּעסטער רב זצ״ל יאר תרמ״ו, האט אים די עיר הבירה די פּעסטע קהילה גערופן משמש זיין און ממלא מקום זיין דעם אלטן רב, מערערע משלחת׳ן זענען געקומען פון די חשובע ראשי הקהילה פון פּעסט קיין פּוטנאק, מיט די כתב רבנות און בקשה, ער האט זיך דורך גערעד מיטן ברודער, די תשובה איז געווען: ״לחם לאכול יש לך גם כאן, טוב פת חריבה ושלוה, מאשר בעיר הבירה שאנשיה מרובים וטרדות שונות יהיה לחמך יום יום. ולא תוכל ללמוד על מי מנוחות.״ אזוי זייענדיג נאר פאראינטערעסירט נאר אין תורה און הרבצת התורה מיט התמדה איז ער פארבליבן אינעם קליינעם שטאט פּוטנאק, און אויפגעגעבן דעם גרויסן אנבאט דאס פּעסטער רבנות פּאסטן, בעת ווען ער איז געפארן זיך היילן פון זיין לעצטען מחלה פאר די פטירה קיין פּעסט האט ער זיך אויסגעדריקט אז ער האלט אז דאס איז צוליב דעם וואס ער האט אפגעווארפן די נאכאנאנדע בקשות פון די פּעסטער יודן צוליב דעם ״ברענגט״ מען אים יעצט אהער...

א גרויס ידידות האט געהערשט צווישן אים אין דעם הייליגן ״בני שילשים״ הגה״ק רבי יוסף ראטענבערג זצ״ל האדמו״ר מקאסאן ווי עס איז פארהאנען פילע בריווען פונעם בני שלישים איבערן נהרי אפרסמון׳ס גרויסקייט אין הייליגקייט, טראץ דער ניכר׳דיגן חילוק דער נהרי אפרסמון א שטארק אשכנזישע רב, און דער קאסאני רב א חסידשער אדמו״ר.
און איינע פון די בריוון שרייבט ער: ״ואנו פה ק״ק פוטנאק על שב״ק וכאן נמצא רב גדול תלמיד חכם מופלג וירא אלוקים ונאותין מאורו הטוב וב״ה שזכינו לקבל פניו המאירים.״
אן אנדער בריוו שרייבט ער צו זיין זון רבי משה שמואל זצ״ל (שפעטער אין לאס אנגעלעס נפטר בשנת תש״ו) ויחוס עצמו נוכל לומר עליו בדורינו זה, ענוותן ושפל ברך שייף עייל שייף נפיק, וגריס באורייתא תדירא.
און קורצע ווערטער ארויסגעברענגט דעם גאון גדול צדיק וקדוש נשגב!

דער נהרי אפרסמון איז נפטר געווארן אום כ״ח כסליו שנת תרנ״ז דעם פערטן טאג חנוכה.
ומנוחת כבודו אינעם אוהל אין שטאט פּוטנאק

ממלא מקומו בעיר פּוטנאק איז געווען בנו הגה״ק רבי מאיר טענענבוים זצ״ל - ווי ער האט ממשיך געווען דאס רבנות אין ישיבה ע״ד אביו הק׳

פאלאד
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:51 am

קונטרס ישרש יעקב

תגובהדורך פאלאד » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 7:51 am

רבניש האט געשריבן:
קונטרס "ישרש יעקב" איז לכאורה א טעות נישטא אזא חיבור מהרב הנהרי אפרסמון בכלל.

מצורף לינק לקונטרס ישרש יעקב הודפס בסוף ספר ליקוטי שושנים

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 9:04 am

פאלאד האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
קונטרס "ישרש יעקב" איז לכאורה א טעות נישטא אזא חיבור מהרב הנהרי אפרסמון בכלל.

מצורף לינק לקונטרס ישרש יעקב הודפס בסוף ספר ליקוטי שושנים

ישר כח שיינע תשובות, איז דאך עס נישט זיינס א ספר, רבי יוסף שווארץ דער תלמיד האט אריינגעשטעלט תשובות וואס איז נישט געווען געדריקט עס איז דאך דא פון נאך גדולים דארט, און דאכציכמיר אז סיז שוין געדריקט טייל צו די גאנצע אין די לעצטערע מהדורא נהרי אפרסמון על מס׳ ביצה ווי מעהאט אריינגעלייגט נאך געפינענע תשובות,

איין אינטערסאנטע תשובה מערק איך דא ווי ער געט זייער גוטע אינפורמיצע פאר א בחור א תלמיד וואס ארבייט שוין.... און ער שטיפט צו דעם שידוך, זעהט אויס עס איז אייביג געווען די זעלבע וועלט, און געוויסע זאכן וואס טוישן זיך נישט!
לעצט פאראכטן דורך רבניש אום מיטוואך דעצמבער 21, 2016 9:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 9:56 am

דאכצעך אז ס'איז דא א ספר פון א אינגערמאן א טענענבוים פון קרית יואל וואס באשרייבט די יחוס פון די משפחה
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 10:16 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:דאכצעך אז ס'איז דא א ספר פון א אינגערמאן א טענענבוים פון קרית יואל וואס באשרייבט די יחוס פון די משפחה

עס איז דא מערערע, דער ספר פון וואס איר רעד איז ספר ״שארית מנחם״ (תשס״א) פון הרה״ק רבי מנחם מענדל טענענבוים מטארנא זצ״ל - ווי דער חשובער מחבר הרה״ג רש״א טענענבוים שליט״א (בעל ניצוצי תומר) האט צאמגעשלעפט דברי תורה פון ספרים אין ירחונות היות עס איז נישט פארבליבן קיין געדריקטע ספר פונעם, עס איז שוין געליגן בבית הדפוס און דער בלוטיגער שואה האט עס מיטגעטראגן מיטן רויעך, יענע תולדות איז נאר פון דעם טארנא רב מיט זיין זון רבי משה ממילדוי זצ״ל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 10:35 am

גערעכט.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 7:18 am

מכתב מהגה״ק ממילדוי מהר״ם טענענבוים זצ״ל - להגה״ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ״ל, בתוך הדברים: פליאה הוא בעיניו ששלח לו דוללער על הדואר, הלא מציון תצא "תורה"... ולא "מעות"... אבל עכ״פ ישמור הדוללער לשמירה ולהצלחה אצלו.
צוגעלייגטע
IMG_7048.JPG

פאלאד
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:51 am

תגובהדורך פאלאד » מיטוואך ינואר 04, 2017 8:36 am

רבניש האט געשריבן:
פאלאד האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
קונטרס "ישרש יעקב" איז לכאורה א טעות נישטא אזא חיבור מהרב הנהרי אפרסמון בכלל.

מצורף לינק לקונטרס ישרש יעקב הודפס בסוף ספר ליקוטי שושנים

ישר כח שיינע תשובות, איז דאך עס נישט זיינס א ספר, רבי יוסף שווארץ דער תלמיד האט אריינגעשטעלט תשובות וואס איז נישט געווען געדריקט עס איז דאך דא פון נאך גדולים דארט, און דאכציכמיר אז סיז שוין געדריקט טייל צו די גאנצע אין די לעצטערע מהדורא נהרי אפרסמון על מס׳ ביצה ווי מעהאט אריינגעלייגט נאך געפינענע תשובות,

איין אינטערסאנטע תשובה מערק איך דא ווי ער געט זייער גוטע אינפורמיצע פאר א בחור א תלמיד וואס ארבייט שוין.... און ער שטיפט צו דעם שידוך, זעהט אויס עס איז אייביג געווען די זעלבע וועלט, און געוויסע זאכן וואס טוישן זיך נישט!

שמו מעיד עליו ישרש יעקב

בספר שמן אפרסמון שנדפס מחדש יש תולדות בהרחבה מצורף תמונה מהשער
צוגעלייגטע
שמן אפרסמון.jpg
שמן אפרסמון

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג אפריל 24, 2017 11:02 am

פאלאד האט געשריבן:מצבת אמו של ר' זאב וואלף טענענבוים בעל הרחובת הנהר בכפר באדאלא בסלובקיה

וה נוסח המצבה:

ויצב הרב מוהו זאב וואלף
מצבה
לאמו
הצדקת רויזה
בת כ"ה יהודא נזה?
מיום מתה יב אדר
שני תקצ"ד ל
תנצבה

כבוד הרב פאלאד, איר האט אויסגעלאזט א שורה מעתיק צו זיין "מצבת קבורתה", און לכאורה איז די לעצטע ווארט פון די פריערדיגע שורה "וזה" (די וא"ו זעט אויס ווי א נו"ן), כנלענ"ד.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 21, 2017 5:39 pm

איבער פיר יאר צוריק האבן מיר דא געברענגט די בילד פון הרה"ק בעל שארית מנחם מטארנא זצ"ל, איז די וואך (פ' קרח תשע"ז) אין המבשר קהילות גליון 395 אנטפלעקט געווארן א גילוי מדהים!

אלזא זיי חלומ'ן אין די גרויסע וועלט אריין, וואספארא מין פאנטאזיעס מענטשן קענען האבן, דאס איז דער טארנא רב אן א קלער, אייניקלעך איז דא גענוג ווער ס'האט אים געקענט
דאס בילד קומט פון אן אייניקל וואס האט דאס באקומען פון זיין זיידע וואס האט דאס נאך מיטגעברענגט פונדערהיים. די בילד איז ארויס לאור עולם דורך דעם אייניקל פון זיין זיידענס משפחה קאלעקציע בילדער (ער האט צושניטן דעם בילד ווייל אויף די לינקע זייט זעהט מען די רעבעצין די טאכטער פונעם נטע שורק) און דאס איז ביי א קבלת פנים אין די שטאט קאשוי ווי דער טארנא רב האט געהאט פילע חסידים.
און נאכדעם וואס דער בילד איז ארויס לאור עולם האט א צווייטער אייניקל געטראפן ביי זיין זיידן דער קאשויער רב זצ"ל וואס האט געלערענט אין קאשוי ווי באוויסט און געווען א סטראפקאווער חסיד און ווי אויך א גרויסע חסיד פון טארנא רב, דעם זעלבן בילד און אין בעק פונעם בילד איז געשטאנען מיט קאשויער רב'ס שריפט הרה"ק רבינו מטארנא זצ"ל!
דער אייניקל זז"ג איז זיך מתמרמר אז נישט איך דארף קאשויער רב'ס עדות פאר'ן בילד ווייל מיין זיידע האט דעם בילד געוויזן טעגליך פאר אונז אייניקלעך און ער איז אויפגעוואקסן אויפן שויס פונעם טארנא זיידן!
און נאט אייך א קאפיע פונעם ביכל קהילת טארנא וסביבותיה געשריבן דורך א טארנא איינוואוינער גוטמאן אין די שנות הלמ"ד וואס האט אויך דעם בילד.
צוגעלייגטע
0011.gif
0011.gif (78.81 KiB) געזעהן 3253 מאל

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך יוני 21, 2017 5:46 pm

האט איינער זיי שוין איינגעמאלדן דערויף?

-
די ארץ ישראל'דיגע צייטונגען זענען דאך געשלאגן מיט "גילויים", "חשיפות" וכדו', אן קיין האפט.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך יוני 21, 2017 5:51 pm

חחחחחחח.... זאל מיר לאכן אדער וואס?

ווייסט נישט דער המבשר צייטונג אז עס איז א גאר קליינע וועלט היינט?
גענדיגט מיט גילוים....
און אדרבה זאלן די גרויסע מתגלים ברענגן דעם גאנצן בילד אומגעשניטן. מיט די רעבעצין אין דער זייט....

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך יוני 21, 2017 5:59 pm

@יוראפ קענסטו אפשר אהערברענגען די בילד בכתי"ק פון האדמור מקאשוי זצ"ל
אויך א גילו מדהים ופרסום ראשון אז קאשוי רב האט פארמאגט בילדער און צוגעשריבן דערויף
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך יוני 21, 2017 6:06 pm

אינטערסאנט אז אין ערגעץ צווישן די זכרונות פון אדמו"ר מ'קאשוי זי"ע ווי ער דערמאנט זיינע רבי'ס און צו וועמען ער איז געווען מקושר דערמאנט ער נישט קיינמאל טורנא רב
אויסער דעם פוק חזי צווישן די תלמידים וועלכע האבן יארן לאנג געלערענט ביים קאשויער רב און זיי האבן קיינמאל אים נישט געהערט דערמאנען דעם טורנא רב
און בכלל די טיטול הרה"ק רבינו וכו' איז נישט דעם קאשויער רב'ס סגנון הלשון
אלזא וויל איך זען דעם כת"י און מ'וועט עס קענען פעסטשטעלן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך יוני 21, 2017 6:07 pm

ברענגן צו וואס ?

ווייל א צייטונג איז אויסגעלאפן פון גיליום?

מעברויך גארנישט ברענגן

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך יוני 21, 2017 6:34 pm

צו די משפחה ארזי לבנון פלעגט דער קאשויער רב יא אייביג דערמאנען דעם טארנא רב בחרדת קודש, אין רעדן מיט גרויס געגיעון פונעם טארנא רב, וויפיל מאל דערמאנט דער חתם סופר רבו מובהק רבי נתן אדלער אין זיינע ספרים, נישט צו זאגן אז ער איז געווען דעם קאשויער רב׳ס רבי מובהק נאר דאס אז מברענגט נישט פונעם מיינט נישט גארנישט.

קען זיין אז דער לשון אויפן בילד איז נישט רבינו אבער כתב ידו איז עס זיכער!

אן הסכמה פונעם קאשויער רב אויפן ספר שארית מנחם פונעם טארנא רב איז דא א גאר ווארימע הסכמה וואס דער רב האט געשריבן בשארית כוחותיו ווען ער האט שוין נישט געשריבן קיין בריוון רק לכבודו של הגה״ק מטארנא האט ער זיך אנגעשטרענגט וואס איז טאקע למעשה די לעצטע בריוו וואס דער קאשויער רב האט געשריבן בכתב ידו!

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך יוני 21, 2017 6:45 pm

רבניש האט געשריבן:צו די משפחה ארזי לבנון פלעגט דער קאשויער רב יא אייביג דערמאנען דעם טארנא רב בחרדת קודש, אין רעדן מיט גרויס געגיעון פונעם טארנא רב, וויפיל מאל דערמאנט דער חתם סופר רבו מובהק רבי נתן אדלער אין זיינע ספרים, נישט צו זאגן אז ער איז געווען דעם קאשויער רב׳ס רבי מובהק נאר דאס אז מברענגט נישט פונעם מיינט נישט גארנישט.

קען זיין אז דער לשון אויפן בילד איז נישט רבינו אבער כתב ידו איז עס זיכער!

אן הסכמה פונעם קאשויער רב אויפן ספר שארית מנחם פונעם טארנא רב איז דא א גאר ווארימע הסכמה וואס דער רב האט געשריבן בשארית כוחותיו ווען ער האט שוין נישט געשריבן קיין בריוון רק לכבודו של הגה״ק מטארנא האט ער זיך אנגעשטרענגט וואס איז טאקע למעשה די לעצטע בריוו וואס דער קאשויער רב האט געשריבן בכתב ידו!

רעדן מיט חרדת קודש מיינט נישט קיין תלמיד / חסיד.
אדרבה, אין די דערמאנטע הסכמה דערמאנט ער אים נישט מיט א אויסדרוק ווי 'מורי ורבי' וכדומה.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך יוני 21, 2017 6:56 pm

צד תמות האט געשריבן:

דעם סטראפקעווער רב רבי אברהם שלום זצ״ל, דערמאנט ער אויך אין די הקדמה בספרו טל השמים אן די ווערטער ״מורי ורבי״ מיינט דאס אויס ״חסיד״?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך יוני 21, 2017 10:08 pm

עוד מכתב מהר״ם ממילדוי לידיד נפשו הגרי״ח זאנענפעלד זצ״ל.

מודיע לו שב״ה הגיע הביתה למילדוי מארה״ק לאחר נסיעותו. ומצא כולם בריאים.

ווי אויך ברענגט ער ארויס זיינע טיפע געפילן אין גליסטעניש זיך צו באזעצן אין ארה״ק.
״ומי יתן שאזכה לבוא שמה במהרה לישב אפי׳ על פת חריבה..!
צוגעלייגטע
RenderedContent-BAB37528-6220-4380-B343-F733055FF6DF.JPG
RenderedContent-BAB37528-6220-4380-B343-F733055FF6DF.JPG (73.96 KiB) געזעהן 3160 מאל
RenderedContent-9007617D-2D84-4E71-800D-A2036884968C.JPG
RenderedContent-9007617D-2D84-4E71-800D-A2036884968C.JPG (97.24 KiB) געזעהן 3160 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 21, 2017 10:38 pm

רבניש האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:צו די משפחה ארזי לבנון פלעגט דער קאשויער רב יא אייביג דערמאנען דעם טארנא רב בחרדת קודש, אין רעדן מיט גרויס געגיעון פונעם טארנא רב, וויפיל מאל דערמאנט דער חתם סופר רבו מובהק רבי נתן אדלער אין זיינע ספרים, נישט צו זאגן אז ער איז געווען דעם קאשויער רב׳ס רבי מובהק נאר דאס אז מברענגט נישט פונעם מיינט נישט גארנישט.

קען זיין אז דער לשון אויפן בילד איז נישט רבינו אבער כתב ידו איז עס זיכער!

אן הסכמה פונעם קאשויער רב אויפן ספר שארית מנחם פונעם טארנא רב איז דא א גאר ווארימע הסכמה וואס דער רב האט געשריבן בשארית כוחותיו ווען ער האט שוין נישט געשריבן קיין בריוון רק לכבודו של הגה״ק מטארנא האט ער זיך אנגעשטרענגט וואס איז טאקע למעשה די לעצטע בריוו וואס דער קאשויער רב האט געשריבן בכתב ידו!

רעדן מיט חרדת קודש מיינט נישט קיין תלמיד / חסיד.
אדרבה, אין די דערמאנטע הסכמה דערמאנט ער אים נישט מיט א אויסדרוק ווי 'מורי ורבי' וכדומה.

דעם סטראפקעווער רב רבי אברהם שלום זצ״ל, דערמאנט ער אויך אין די הקדמה בספרו טל השמים אן די ווערטער ״מורי ורבי״ מיינט דאס אויס ״חסיד״?

אבער דער סטראפקובער רב רעכנט ער צוזאמען מיט רבי שאול בראך אלס שני מאוריי מורי ורבותי [ביי רבי שאול בראך שרייבט ער גראדע נאכאמאל מו"ר]

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג יוני 22, 2017 3:21 pm

יוראפ האט געשריבן:

נכון! ער שרייבט נאר די דריי גדולים צדיקים וואס האבן בעצם געוואוינט אין די שטאט קאשוי, מורו ורבו רבי שואל, הסטראפקווער, ומהר״ש ענגעל, נעמט נאכאלץ נישט צו די פאקטן!

ער איז געווען א חסיד פון כמה צדיקים, שרייבן שרייבט ער נאר פון די תושבי עירו ממש

הגם צום באמערקן אז דער טארנא רב האט אויך שוין געהאט א מקום אין קאשוי זיך צו באזעצען דארט אויף דער עלטער ווען ער האט איבערגעגעבן דאס רבנות בחייו פאר זיין זון ר׳ שמואל, נאר אזויווי דער אפעציעלער רב איז ער דאך געווען, האט מען געוואלט אויפהערן געבן געהאלט אויב ציהט ער זיך אוועק, און ער האט געגעבן דעם געהאלט פארן זון, איז ער לסוף יא פארבליבן אין טארנא, אז דער זון זאל ווייטער האבן פרנסה.

נחזור: אויב האט ער געהאלטן א בילד פונעם, צייגט דאס מער ווי סתם א קשר!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יוני 22, 2017 5:04 pm

איז אפשר קען מען טאקע שאפן א פאטא קאָפי פון דעם כת"י

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » מיטוואך יוני 28, 2017 5:36 pm

מכתב מהגה"ק רבי מנחם מענדל טעננענבוים זצ"ל אבד"ק טארנא
בן הגה"ק רבי יעקב זצ"ל אבד"ק פוטנאק וחתן דודו הגה"ק בעל נטע שורק זצ"ל
צוגעלייגטע
555.jpg
555.jpg (176.03 KiB) געזעהן 3030 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך יוני 28, 2017 7:14 pm

סתם אזוי האט געשריבן:מכתב מהגה"ק רבי מנחם מענדל טעננענבוים זצ"ל אבד"ק טארנא
בן הגה"ק רבי יעקב זצ"ל אבד"ק פוטנאק וחתן דודו הגה"ק בעל נטע שורק זצ"ל

איך זעה אז סיז דא נאך א חלק בריוו אויף די אנדערע זייט

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 5:02 pm

לכבוד ההילולא קדישא ב׳ דר״ח אלול - של מרן רבי זאב וואלף מווערפעלט זי״ע. הופיע ספרו עה״ת ״רחובות הנהר״ בדפוס חדש הכרך במדבר דברים.

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט