משפחת הרבנים "ארזי הלבנון" טענענבוים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג פאברואר 16, 2016 8:11 pm

סתם אזוי האט געשריבן:ס'האלט אינמיטן ארויסקומען ספר 'רחובות הנהר' על התורה דורך הגה"צ רבי שרגא טעטנבוים שליט"א (בן הגה"צ רבי שלום דוב זצ"ל ממילדוי), דערווייל ארויסגעגעבן אויף סדר ויקרא, הערליך שיין ארויסגעגעבן [כפי הנראה גייט די סעט באשטיין פון 5 בענדער].


כן זה נכון והוא ספר אור מופלא עם יסודות עמוקות למי שלומד החומש ורש״י בעיון, מעוטר בהסכמה חד במינו מאת הגה״ק מרן הישמח משה זצ״ל ובכלל יש כמדומה רק ארבע הסכמות ממרן הנ״ל.

הספר היה נקראת בפי אנשי הונגריה - דער אונגארישער אור החיים הק׳
לא היה בנמצא רק עם דפוס ישן נושן מאוד שהכביד הלימוד בה.

ועכשיו סדר במדבר דברים בשלבי סיומה (כרך אחד) (בראשית יהיה שני כרכים)

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג פאברואר 16, 2016 10:45 pm

יישר כח יוראפ פאר די תמונות המציבות - ג׳ אדר איז דער יארצייט פונעם נטע שורק׳ס איידעם אין ממלא מקום א טאג פירער פונעם שווער נקבר ביום לאחריו ההילולא של חותנו הק׳

מנכדיו בא״ב של הגר״י אלטמאן איז הגאון רבי יוסף מאיר אלטמאן אב״ד ור״מ חוג חתם סופר שליט״א

איבער דעם שידוך מיט רבי יהודה אלטמאן מיטן טאכטער פונעם נטע שורק איז דא צוויי עובדות
ס׳ ערשטע: די טאכטער איז געווען א חולי נופל מהאט דאס צוויסן געטון פארן חתן (געווען א תלמיד אויך) האט ער גאזאגט קיין פראבלעם ער וועט דאס מסדר זיין... נו ווי אזוי? ער איז אריין צום רבין דעם נטע שורק איז זאגט אים אוודאי וויל איך אן איידעם ווערן ביים רבין - אבער סדאך דא א גרויסע פראבלעם זי האט דאך א געפערליכע מחלה אזוי קען איך נישט גיין צום שידוך שלידן געבט מיר די רבי א ברכה מיט אן הבטחה אז די מחלה גייט לגמרי אוועק גייט מען יעצט צום טעלער ברעכן אז נישט.. איז אויס מיטן שידוך.. דער נטע שורק האט זיך פארקלערט א היפשע וויילע במחשבתיו הק׳ גייט אריבער א שטיק אנגעצויגענע צייט הייבט ער אויף דעם קאפ אין גיבט דעם בחור יהודה אלטמאן א הבטחה אז די מדוברת וועט זיין געזונט כאחד האנשים אן א זארגן אזוי איז מען געגאנגען צום ווארט למזל טוב.

ס׳צווייטע רבי יהודה אלטמאן איז געווען א תלמיד חביב פון הגה״ק בעל באר שמואל מאונסדארף זצ״ל בשעת מעהאט גערעדט דעם שידוך איז ער געגאנגען נעמען ברכת והסכמת רבו בשעת די שיחה זאגט אים דער אונסדארפער רב הער אויס ווען איך בין געווען ביי איינע פון די גרויסע אסיפות אין פעסט בעת דעם טיילונג אין אונגארן ווי אלע עיני העדה ורבנים זענען זיך צאמגעקומען, האב איך געזהן דעם רחובות הנהר אנקומען מיט די באגלייטונג פון זיינע צוויי זוהן הנטע שורק והנהרי אפרסמון ווען כאב גזעהן די מראה פון די טאטע מיט די זון מיט די הייליגע געזיכטן ומראהם כמראה אלוקים האט זיך מיר געדאכט אז איך זעה רב חייא ובניו (ווי סווערט געברענגט אין גמ׳ כמה מקומות דאס גרויסקייט פון רב חייא ובניו) און די פרעגסט איבער שליסן דעם שידוך?
די מעשה איז נדפס בספר משלחן מלכים שיחות כ״ק מרן האדמו״ר מ׳סאטמאר שליט״א בביקור אצל הגה״צ מחוג חת״ס שליט״א - וכן סיפר הגה״צ רבי יוסף אשר פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט לפני השואה - ונכד הרחובות הנהר.

מרן רביה״ק מ׳סאטמאר זי״ע האט פארציילט להרה״צ ממילדוי זצ״ל אז ווען דער נטע שורק איז געווען אמאל אין סיגוט אין באזוכט ביים קדושת יו״ט זצ״ל האט אים דע טאטע געזאגט: יואליש׳ל קוק זיך גוט איין אין זיין צורה הקדושה ווייל דאס איז מסוגל ליראת שמים, און ער האט טאקע גוט געדענקט די צורה.
זיי זענען געווען שטארק בידידות בעת די מחלוקה אין סיגוט בזמן הקדיו״ט איז דער נטע שורק צו געשטאנען לימינו ווי מזעהט בספרו שו״ת כמה וכמה תשובות בענין הזה אל הקדיו״ט.

שישא
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » מיטוואך פאברואר 17, 2016 10:43 am

רבניש האט געשריבן:מעוטר בהסכמה חד במינו מאת הגה״ק מרן הישמח משה זצ״ל ובכלל יש כמדומה רק ארבע הסכמות ממרן הנ״ל.

טאקע א הסכמה נפלאה, אבער עס איז דאס מער פון 20 הסכמות זיכער

רבניש האט געשריבן:הספר היה נקראת בפי אנשי הונגריה - דער אונגארישער אור החיים הק׳

חידוש גדול, מקור ביטע

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך פאברואר 17, 2016 7:17 pm

א הערליכע ארבעט געמאכט מיט דעם גאנצן שלשלת הקודש!
דער ראש המשפחה, איש תם וישר ר' צבי הירש ז"ל, האט געהאט נאך א זון, רבי שלמה אב"ד סענטפעטער, צי קען עמיצער דא באריכטן אויך זיין משפחה און שלשלת אראפ?
יישר כח

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 17, 2016 10:52 pm

יוראפ האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:בניו של הגאון בעל נטע שורק זצ"ל
א. בנו רבי משה מווארפעלעט
ב. חתנו מ"מ רבי יהודה אלטמאן מטשאטה
ג. חתנו רבי מנחם טענענבוים מטארנע בן אחיו רבי יעקב אב"ד פוטניק

בניו של רבי יעקב טענענבוים אב"ד פוטניק זצ"ל
א. רבי מנחם מטארנע חתן אחיו הנטע שורק כנ"ל
ב. רבי מאיר מ"מ בפוטניק
ג. רבי ברוך מפוטניק

איז דאס פארקערט אדער נאך א זון פונעם נטע שורק?


דאס איז דער זון פונעם נטע שורק שטייט דאך קלאר ארויס אויף די מציבה זעהט אויס נישט געווען קיין רב

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 17, 2016 10:55 pm

שישא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:מעוטר בהסכמה חד במינו מאת הגה״ק מרן הישמח משה זצ״ל ובכלל יש כמדומה רק ארבע הסכמות ממרן הנ״ל.

טאקע א הסכמה נפלאה, אבער עס איז דאס מער פון 20 הסכמות זיכער

רבניש האט געשריבן:הספר היה נקראת בפי אנשי הונגריה - דער אונגארישער אור החיים הק׳

חידוש גדול, מקור ביטע


נא אדרבה אפשר ווייסט איר די איבריגע 19 הסכמות פונעם הייליגען ישמח משה רעכטנט זיי אויס (אויב עס איז אייך באקאנט)ֿ

א מקור? די מקור איז ווארשיינדליך די אונגארישע אידן... א פאלקס טערמין איז א פאלקס טערמין וואס שייך מער מקור אזוי האבן די זקני יוצא אונגארן איבערגעגעבן.

שישא
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 12:10 pm

רבניש האט געשריבן:נא אדרבה אפשר ווייסט איר די איבריגע 19 הסכמות פונעם הייליגען ישמח משה רעכטנט זיי אויס (אויב עס איז אייך באקאנט)ֿ

סוף ספר הגה"ק בעל ישמח משה דארף זיין אויסגערעכנט איבער 20 הסכמות
רבניש האט געשריבן:א מקור? די מקור איז ווארשיינדליך די אונגארישע אידן... א פאלקס טערמין איז א פאלקס טערמין וואס שייך מער מקור אזוי האבן די זקני יוצא אונגארן איבערגעגעבן.

א עלטערע איד מיוצאי אונגארן איז טאקע א מקור, אדרבא געב איבער א נאמען

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דינסטאג פאברואר 23, 2016 2:46 pm

הגה"ק רבי זאב וואלף טעננענבוים זצ"ל אבד"ק ווערפעלעט בעל רחובות הנהר
ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הגה"ק רבי עמרם חסידא ממאדא זצוק"ל (9 יאר האט ער געלערנט ביי אים).
בהגיעו לפרקו איז ער געווארן א איידעם ביי הגה"ק רבי שרגא פייביל פרענקל זצ"ל אבדק"ק גונז – רוסקא (אבי הגה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זצ"ל).
שנת תק"פ איז ער געווארן רב אין שטאט סענדרא, שנת תר"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין ווערפעלעט.
נפטר יום ב' דר"ח אלול תרל"ג לפ"ק.
חיבר ספרים: רחובות הנהר עה"ת, קריה נאמנה דרשות, אילת השחר על מגילת אסתר, פלגי מים דרשות.
*
הגה"ק רבי שרגא צבי טעננענבוים זצ"ל אבד"ק טשאטה בעל נטע שורק, בנו בכורו של הגה"ק רבי זאב וואלף זצ"ל אבד"ק ווערפעלעט הנ"ל
נולד ב' דר"ח אייר תקפ"ו, ער איז געווען א תלמיד פון זיין גרויסן טאטן זצ"ל.
בהגיעו לפרקו איז ער געווארן א איידעם ביי הגה"ק רבי אברהם יעקב רויזע זצ"ל אבד"ק קאשוי.
שנת תר"ח נאך זיין טאטע האט איבערגלאזט די שטאט סענדרא איז ער דארט אויפגענומען געווארן אלס רב, שנת תרל"ד איז ער אויפגענומען אלס רב אין שטאט טשאטה.
ער איז שטארק דבוק געווען אין צדיקי הדור ובפרט אין רבינו הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע.
נפטר יום ד' אדר א' תרנ"ז לפ"ק
חיבר ספרים: נטע שורק חידושי סוגיות ופלפולים, דרושים ועה"ת.
*
הגה"ק רבי יעקב טעננענבוים זצ"ל אבד"ק פוטנאק בעל נהרי אפרסמון, בן שני של הגה"ק רבי זאב וואלף זצ"ל אבד"ק ווערפעלעט הנ"ל
נולד טו"ב תמוז תקצ"ב, ער איז געווען א תלמיד פון זיין גרויסן טאטן זצ"ל.
שנת תרי"ח איז ער געווארן רב אין שטאט טאליא, שנת תרכ"ט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט טשאטה, שנת תרל"ג אלס רב אין שטאט פוטנאק.
נפטר כ"ח כסליו תרנ"ז לפ"ק.
חיבר ספרים: שו"ת נהרי אפרסמון ג' חלקים, שמן אפרסמון עה"ת, קונטרס ישרש יעקב.
*
הגה"ק רבי מנחם מענדל טעננענבוים זצ"ל הי"ד אבדק"ק טארנא, בן הגה"ק רבי יעקב זצ"ל אבד"ק פוטנאק הנ"ל.
נולד בשנת תר"ט, ער איז געווען א תלמיד פון זיין גרויסן טאטן זצ"ל.
בהגיעו לפרקו איז ער געווארן א איידעם ביי זיין פעטער (אחי אביו) הגה"ק רבי שרגא צבי טעננענבוים זצ"ל אבדק"ק טשאטה בעל נטע שורק.
שנת תר"ן איז ער נתמנה געווארן אלס רב אין שטאט פילעק, שנת תרנ"ט איז ער גערופן געווארן צו דינען אלס רב אין שטאט טארנא.
היה נכבד ונערץ בקדושה אצל גדולי וצדיקי דורו, ביניהם הגה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל (ביי די גרויסע מונקאטש'ער חתונה י"ז אדר תרצ"ג, איז ער געפארן אנטייל נעמען, נאך די חופה האט די מנח"א זיך אויסגעדרייט צו זיין שוואגער הגה"ק רבי שלום סאפרין זצ"ל מקאמארנא און ער האט אים געזאגט אויף רבינו "קוקטס אן דעם אונגארישן רב, ביי ענק אין גאליציע איז נישט דא דריי אזעלכע רבנים, ער פאקט ענק אלע איין אין לינקן וועסטל קעשענע..").
בערוב ימיו האט ער געבעטן ביי די ראשי הקהלה אז ער וויל אויפגעבן דאס רבנות כדי מקדיש צו זיין זיין צייט בתורה ועבודה, וכן עשו, מ'האט דעמאלטס אויפגענומען בנו הגה"צ רבי שמואל טעננענבוים זצ"ל הי"ד בתור רב הצעיר (רבי שמואל הנ"ל הובל למחנה מות באוישוויץ רח"ל, ועלה על מוקד אש בשנת תש"ד, הי"ד).
חודש סיון תש"ד האבן די רשעים ימ"ש פארטריבן אנשי ק"ק טארנא און מיט די וואגאנען זיי געפירט כצאן לטבח, וביניהם רבינו, בהגיעם לאוישוויץ איז רבינו עם רוב אנשי קהלתו געשיקט געווארן לינקס אין איז נשרף געווארן עקה"ש ביום ג' סיון תש"ד לפ"ק.
חיבר ספרים: שארית מנחם עה"ת.
*
הגה"ק רבי מאיר טעננענבוים זצ"ל אבד"ק פוטנאק בעל לוית אור, בן הגה"ק רבי יעקב זצ"ל אבד"ק פוטנאק הנ"ל.
נולד ב' סליחות תרי"ד, למד אצל אביו וזקינו זצ"ל.
בהגיעו לפרקו איז ער געווארן א איידעם ביי הגה"צ התורני רבי אהרן אברהם רייכמאן זצ"ל מק"ק אימאלע, נאכן חתונה האט ער זיך באזעצט במקום מגורי אביו בעיר פוטנאק.
שנת תרמ"ב איז ער געווארן רב אין שטאט פילעק, בשנת תרמ"ה איז ל"ע זיין רביצין נפטר געווארן איבערלאזנדיג אפאר יתומות, ונשא בזוו"ש את בת הגה"צ התורני רבי אהרן ביכלער זצ"ל מקק"ק פילעק מקום רבנותו. שנת תרמ"ז איז ער גערופן געווארן צו דינען אלס רב אין שטאט טארנא, שנת תרנ"ז ווען זיין גרויסע טאטע זצ"ל איז נסתלק געווארן האבן די בני הקהלה באשלאסן אים אויפצונעמען אלס רב.
קיץ תרפ"ח איז ער קראנק געווארן, וביום ר"ח אב איז ער נסתלק געווארן.
חיבר ספרים לוית אור על מגילת אסתר, אמרי מאיר דרשות על כל מועדי השנה, גנזי מאיר עה"ת.
*
הגה"ק רבי משה טעננענבוים זצ"ל הי"ד אבד"ק מילדוי בעל מסעות משה, בן הגה"ק רבי מנחם מענדל זצ"ל אבד"ק טארנא הנ"ל.
נולד שנת תרמ"ו בעיר פילעק, ער האט געלערנט בימי בחרותו ביי רבו הגה"ק רבי שמואל ראזנבערג זצ"ל אבד"ק אונסדורף בעל באר שמואל, און נאכדעם ביי רבו הגה"ק הערוגת הבשם זצ"ל מחוסט.
בהגיעו לפרקו איז ער געווארן א איידעם ביי דודו (אחי אביו) הגה"ק רבי מאיר טעננענבוים זצ"ל אבד"ק פוטנאק.
שנת תרע"ד איז נסתלק געווארן הגה"ק רבי שלמה זלמן בייטוס זצ"ל אבד"ק מילודי האבן זיי גערופן רבינו צו ווערן דארט רב.
לחם מלחמות ה' בעוז ובתעצומות נגד המחבלים בכרם ה' צבקות הציונים הארורים ימ"ש לרבות נגד האגודאים, כנודע.
ביום א' פרשת חוקת שנת תרפ"ד איז ער ארויף אויפן שיף על דרכו לארץ הקודש, דארט אין אר"י האט ער באזוכט דאס גאנצע לאנד לארכה ולרחבה, און ער האט דאס אלס שפעטער אפגעדרוקט אין זיין מפורסם'דיגע ספר מסעות משה.
ג' סיום תש"ד עלה על מוקד אש ונהרג עקה"ש, הי"ד.
חיבר ספרים: מסעות משה.
*
הגה"צ רבי שלום דוב טעננענבוים זצ"ל אבד"ק מילדוי, בן הגה"ק רבי משה זצ"ל אבד"ק מילדוי הנ"ל.
למד אצל רבו הגאון רבי יהשוע בוקסבוים זצ"ל אבד"ק גאלאנטא בעל אור פני יהושע.
אלס בחור בשמת תרצ"ז איז ער אויפגענומען אלס רב הצעיר אין שטאט מילודי לעמוד לימין אביו זצ"ל.
שנת תרצ"ט האט ער מצליח געווען זיך ארויסצוכאפן מארצות איירופא און ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, דארט האט ער געלערנט ביי רבו הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל מרא דארעא קדישא.
בהגיעו לפרקו איז ער געווארן א איידעם ביי הגה"צ רבי שמואל קעניגסבערג זצ"ל מיקירי קרתא דשופריא. נאכן חתונה האט ער מייסד געווען א כולל נטע שורק נהרי אפרסמון. שפעטער איז ער אריבער וואוינען אין מאנטריעאל און ער האט דארט מייסד געווען א ביהמ"ד נטע שורק נהרי אפרסמון ד'מילדוי. לעת זקנותו איז ער געקומען וואוינען בעיר הצדק קרית יואל.
נפטר יום ב' דר"ח אלול תשנ"א.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג פאברואר 23, 2016 3:24 pm

סתם אזוי האט געשריבן:הגה"ק רבי משה טעננענבוים זצ"ל הי"ד אבד"ק מילדוי בעל מסעות משה, בן הגה"ק רבי מנחם מענדל זצ"ל אבד"ק טארנא הנ"ל.
נולד שנת תרמ"ו בעיר פילעק, ער האט געלערנט בימי בחרותו ביי רבו הגה"ק רבי שמואל ראזנבערג זצ"ל אבד"ק אונסדורף בעל באר שמואל, און נאכדעם ביי רבו הגה"ק הערוגת הבשם זצ"ל מחוסט.
בהגיעו לפרקו איז ער געווארן א איידעם ביי דודו (אחי אביו) הגה"ק רבי מאיר טעננענבוים זצ"ל אבד"ק פוטנאק.
שנת תרע"ד איז נסתלק געווארן הגה"ק רבי שלמה זלמן בייטוס זצ"ל אבד"ק מילודי האבן זיי גערופן רבינו צו ווערן דארט רב.
לחם מלחמות ה' בעוז ובתעצומות נגד המחבלים בכרם ה' צבקות הציונים הארורים ימ"ש לרבות נגד האגודאים, כנודע.
ביום א' פרשת חוקת שנת תרפ"ד איז ער ארויף אויפן שיף על דרכו לארץ הקודש, דארט אין אר"י האט ער באזוכט דאס גאנצע לאנד לארכה ולרחבה, און ער האט דאס אלס שפעטער אפגעדרוקט אין זיין מפורסם'דיגע ספר מסעות משה.
ג' סיום תש"ד עלה על מוקד אש ונהרג עקה"ש, הי"ד.
חיבר ספרים: מסעות משה.


זהו טעות לא היה נגד האגודה הגם אמת שלא השתייך עמהם. כי השפעת האגודה באונגארן בכלל לא היה כ"כ, בעיקור התנגד בתעצומות עם הציונת אבל לא עם האגודה - היה לו הרבה ידידות עם רבני האגודה
וכמו כן השתתף אצל הכנסיה הגדולה בעיר וויען ששם פגש עם גדולי הדור והעריץ אותם עד למאוד. והם ג"כ נהנו לשוחח אתו שהיה איש חכם ונבון ובעל השפעה על הסביבה.
וכמו כן היה בידידות עם הרה"ק האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל

וידועה המעשה היות שהיה בידידות רב עם המונקאטשער רב והרבה שחחו והשתעשעו זה בזה (המונקאטשער אהב שארפע קלוגע קעפ) פעם היה באצמע שיחה והמונקאטשער רב התחיל לדבר על האגודה כידועה שהיה מתנגד בחריפות להאגודה, והמילדויער רב התחיל לדבר טוב לצידם לומר שלא כ"כ געפערליך סוף סוף מדברים מגדולי הדור שמסכימים עם האגודה. המונקאטשער האט געגעבן א הייב דעם קאפ מיט אזא קוק מיט די אויגן, והיה על השולחן טינט מיט א פעדער לכתיבה האט ער איינגעטינקען דעם פעדער אינעם טינט אין געגעבן אזא קליינעם שפריצל כמו לרמוז לו להפסיק מיד לדבר טוב על האגודה (פארשטייט זיך אז דער מנח"א האט דאס געטון נאר פאר גאר א נאנטען ידיד ווי דאס פריינשאפט האט דאס ערלויבט)

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » מיטוואך פאברואר 24, 2016 2:05 pm

בנו הגה"צ רבי שלום דוב זצ"ל למד בבחרותו בעיר קאשוי, פעם אחת בא לשם רביה"ק מסאטמאר זי"ע לביקור, כאשר ניגש הבחור ואמר לרביה"ק שהוא בן של הגה"ק רבי משה טעננענבוים זצ"ל ענה ואמר אחד מן הסובבים שם "ער וועט שוין נישט זיין קיין ציוני..!" נענה רביה"ק ואמר "נישט נאר א ציוני וועט ער נישט זיין נאר א אגוד'יסט וועט ער אויך נישט זיין!.."

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 24, 2016 4:19 pm

סתם אזוי האט געשריבן:בנו הגה"צ רבי שלום דוב זצ"ל למד בבחרותו בעיר קאשוי, פעם אחת בא לשם רביה"ק מסאטמאר זי"ע לביקור, כאשר ניגש הבחור ואמר לרביה"ק שהוא בן של הגה"ק רבי משה טעננענבוים זצ"ל ענה ואמר אחד מן הסובבים שם "ער וועט שוין נישט זיין קיין ציוני..!" נענה רביה"ק ואמר "נישט נאר א ציוני וועט ער נישט זיין נאר א אגוד'יסט וועט ער אויך נישט זיין!.."


מקודם המעשה הזה נותן המשמעות להיפך, משום שאביו לא היה נגד האגודה ע"כ אמר מרן מסאטמאר שאפי' שאינה מתנגד לאגודה עכ"ז הבחורל לא יהיה אגודאי (כמו שאומרים באנגלית טיעז)

וגם ניתי ספר ונחיחזא הלא הוא כתב ספר מסעות משה ושם מקונן על הציונת והמזרחי, ואף מילה אחת אינה מוזכרת על האגודה על מה ולמה להוסיף ממה שלא כתב בספרו בהדיה?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 24, 2016 4:21 pm

שוין געווען דא ערגעץ די בילדער אבער מה טוב סזאל ליגן אין פלאץ אויך
צוגעלייגטע
משה_טענענבוים_אב_ד_ור_מ_מילדוי.jpg
משה_טענענבוים_מילדוי_עם_הה_ק_וויזניץ.jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 24, 2016 6:46 pm

הרה"צ רבי שלום דוב טענענבוים ממילדויא, עזב את מדינת אונגארן בהחלטת אביו המסעות משה בשנת תרצ"ט ובברכת הקודש זקינו הצדיק מטארנא אביו ראה בעיניו הבדלוחים את אשר ימצא את עמו באחרית הימים וחסד ה' היתה ההחלטה הלז להנחיל גיום עליון שהרב רבי שלום דוב הוא עענף היחידי שנשאר מכל משפחת אביו לשם ולשארית לדורות עולם, אביו כתב מכתב לידידו הגרי"ץ דושינסקיא גאב"ד, לקבל בנו הבחור המופלג מיד עם בואו לארה"ק להישיבה, וליתן עינא פקיחא עליו, רבו הראה לו חיבה יתירה יוצא מן הכלל.. כידועה מרן הגרי"ץ היה מתנהג במדת פח"ד יצחק, והבחורים היה מורא רבם עליהם, הגאב"ד היה רגיל לומר לו שמחויב לקרב אותו יותר מידי לשלם טובה תחת טובה והכרת הטוב שזקינו מרן הנטע שורק פעל בעת המחלוקה בעיר גאלאנטא שהגרי"ץ יתקבל משרת הרבנות דעיר גאלאנטא, שזה היה תחילת דריכת כוכבו של הגרי״ץ בעולמה של רבנות ומשם נמשך לכל ההצלחה שלו בתור רב ור״מ מפורסם בכל העולם, ובכלל הרבה לשוחח ולספר לו ברגש קודש עובדות והנהגת מאבותיו הק'

הרה״צ ממילדויא פלעגט פארציילן איינמאל שוין נאך די חתונה אן ערב יו"כ איז ער אריין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך לגמר חתימה טובה נאכן ווארעם אנווינטשען, האט אים דער מהרי"ץ אנגעכאפט אין די הענט אין זאגט אים: זיין נאמען מיט זיין מאמעס נאמען, איך וויל זאלסט מיך אינזינען האבן ער האט זיך גאר געווינדערט און גאר פארשעמט, זיין גרויסע רבי איז זיך מזכיר ביי אים... פרעגט ער דעם רבין דער רבי איז זיך ביי מיר מזכיר א תלמיד? ענטפערט אים די רבי די ווייסט וואס א זכות אבות איר האט איר ווייסט וואס א זיידעס איר האט געהאט זיי מיך מזכיר פאר א רפואה כאב ווייטאג אינעם מויל שווערע יסורים מיט די ציין טוען מיר וויי און דאס שטערט אים פון זיין עבודת הק׳ אין די הייליגע טעג, זאל ער אים אינזינען האבן

בשנת תש"ה יסד הרב ממילדויא בפקודת רבו הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא הגאב"ד זי"ע, ישיבה-כולל נטע שורק נהרי אפרסמון בעיה"ק ירושלים ע״ש זקיניו הק׳

טענענבוים_טארנא_נהרי_אפרסמון_נטע_שורק.jpg

מכתב המלצה מגדולי ירושלים למען הישיבה והכולל להרב ממילדויא

מכתב המלצה להדפסת ספרי זקיניו מהגאון רבי עקיבא סופר מפרעשבורג זצ"ל והגאון רבי איסר זלמן מלצר זצ"ל
_טענענבוים_מילדוי_טארנא_נטע_שורק_נהרי_אפרסמון.jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 6:12 pm

הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא - ביי די חופה פון תלמידו הרה"צ רבי שלום דוב טענענבוים זצ"ל
צוגעלייגטע
טענענבוים_דושינסקיא.jpg
טענענבוים_דושינסקיא_מילדוי.jpg
4.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 6:16 pm

מצבה פון די מאמע פונעם רחובות הנהר זצ"ל און באדאלו
צוגעלייגטע
IMG_0039.JPG

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 11:36 pm

יוראפ האט געשריבן:מצבה פון די מאמע פונעם רחובות הנהר זצ"ל און באדאלו


שוין דא אויפן ערשטען בלעטעל דא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 11:38 pm

אופס נישט באמערקט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 27, 2016 2:30 pm

ראש הקהל האט געשריבן:בניו של הגאון בעל נטע שורק זצ"ל
א. בנו רבי משה מווארפעלעט
ב. חתנו מ"מ רבי יהודה אלטמאן מטשאטה
ג. חתנו רבי מנחם טענענבוים מטארנע בן אחיו רבי יעקב אב"ד פוטניק
צוגעלייגטע
IMG_5157.JPG

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 27, 2016 3:02 pm

ראש הקהל האט געשריבן:בניו של רבי יעקב טענענבוים אב"ד פוטניק זצ"ל
א. רבי מנחם מטארנע חתן אחיו הנטע שורק כנ"ל
ב. רבי מאיר מ"מ בפוטניק
ג. רבי ברוך מפוטניק
צוגעלייגטע
IMG_0094.JPG
IMG_0089.JPG
IMG_0083.JPG

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מארטש 27, 2016 3:04 pm

דער ביהכ"נ אין פוטנאק
צוגעלייגטע
Putnok.jpg

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:16 pm

הגיע לידי ספר פלא יועץ עם חתימת חותמת הגאון מנחם מענדל טענענבוים מפוטנאק

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:46 pm

dovidal האט געשריבן:הגיע לידי ספר פלא יועץ עם חתימת חותמת הגאון מנחם מענדל טענענבוים מפוטנאק


נו אדרבה תתקשר אלי באישי

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 8:31 am

סתם אזוי האט געשריבן:הגה"ק רבי יעקב טעננענבוים זצ"ל אבד"ק פוטנאק בעל נהרי אפרסמון, בן שני של הגה"ק רבי זאב וואלף זצ"ל אבד"ק ווערפעלעט הנ"ל
נולד טו"ב תמוז תקצ"ב, ער איז געווען א תלמיד פון זיין גרויסן טאטן זצ"ל.
שנת תרי"ח איז ער געווארן רב אין שטאט טאליא, שנת תרכ"ט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט טשאטה, שנת תרל"ג אלס רב אין שטאט פוטנאק.
נפטר כ"ח כסליו תרנ"ז לפ"ק.
חיבר ספרים: שו"ת נהרי אפרסמון ג' חלקים, שמן אפרסמון עה"ת, קונטרס ישרש יעקב.

איז דא צוויי ישרש יעקב? באקאנט איז ישרש יעקב מהרה"ק ר' יעקב יהודה טעננבוים מנאדרזין, דער איידים פון הרה"ק ר' מענדלי מווארקי. זיין טאטע איז געווען ר' נתן נטע טעננבוים פון ווארשה. איז דא בכלל א שייכות ציווישען דער צוויי משפחות טעננבוים, פולין מיט אונגארין?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 11:17 am

אין שום שייכות בין הטענענבוים מפוילין לאונגארן

קונטרס "ישרש יעקב" איז לכאורה א טעות נישטא אזא חיבור מהרב הנהרי אפרסמון בכלל.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 4:51 pm

חידושי סגיות נטע שורק
עם החתימות של הה"ק רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט ובניו זצ"ל
צוגעלייגטע
IMG_2313 copy.jpg


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט