משפחת הרבנים "ארזי הלבנון" טענענבוים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

משפחת הרבנים "ארזי הלבנון" טענענבוים

תגובהדורך רבניש » זונטאג אוקטובער 27, 2013 5:35 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:איז פארהאן ערגעץ ווי איך קען זעהן מסודר יחוס ותולדות רבני משפחת טענענבוים רבנים אין ווערפעלעט,טארנא,פילעק,פוטנאק וכו. יעדעס מאל איך זוך עפעס אויף די משפחה ווער איך פריש משוגע, עטליכע פון זיי האבען די קינדער איבערגענומען די פאזיציעס, ביי א חלק די ברידער און ביי אנדערע א זיידע/אייניקעל. איך זעה אז אפילו די ספרי תולדות צומישען זיך און מאכען פון צוויי מענטשען איינס און פון איינס צוויי, בקיצור איז עס דא ערגעץ בסדר נכון?


מיללער האט געשריבן:
גם אני בחלומי, שוין אפאר מאל געזוכט.

אז איינער איז זיך מתנדב צו העלפן גיין פתיחה, וועל איך בל"נ ארויסהעלפן.



אויפן כריז פון הנ"ל בין איך פותח באשכול ממשפחה מיוחסת של רבנים ארזי הלבנון "משפחת טענענבוים"

באמת איז עס שטארק פארצווייגט געקניפט געבינדען דור אחר דור אלעס אינעם זעלבען ראיאן. און די זעלבע שטעטלעך, קינדער, איידימער, אייניקלעך, ברודער, פעטערס, שוואגערס, ויש מקום צו ווערן אביסל צומישט, ווי איינער האט איבערגעבן פארן צווייטען נאך בחייו, אלע מיט די זעלבע נעמען מיט די זעלבע שטעט נאר מיט דורות געריקט.

די אב המשפחה איז הרב הגאון הקדוש רבי זאב וואלף טענענבוים זצ"ל
אבדק"ק ווערפעלעט - בעל "הרחובות הנהר" ו"פלגי מים"

איז געבוירן שנת תקמ"ז לאביו איש תם וישר ר' צבי הירש ז"ל אינעם דארף באדאלו די געגענט פון מילדוי-קאשוי
געלערענט ניין יאר ביי הגה"ק רבי עמרם חסידא מגדולי תלמידי החת"ס ואב"ד אורשא - מאד, און סוף ימיו איז ער ארויף לארה"ק בצפת ושמנ"כ
נשא את ביתו של הגה"ק רבי שרגא פיוויש פרענקל זצ"ל - אבדק"ק גינז-ריסקא, בעל "תלת גוונין דשרגא" מגזע היחס משפחת התואמים פרענקל מבית חלפן.
נכד בעל ה"עבודת הגרשינו" ה"קיקיון דיונה" ה"מגוני שלמה" ה"מהרש"ל" הרבי ר' העשיל מקראקא, מהר"ם פדווה" מהר"ם מרוטנבורג" "רש"י הקדוש" ר' יוחנן הסנדלר ר' גמליאל הזקן עד דוד המלך

בשנת תק"פ נתקבל לאב"ד דק"ק סענדרא אין געדינט דארט אלץ רב זיבן און צוואנציג יאר, און חודש אלול שנת תר"ז איז ער אויפגענומען געווארן לאב"ד דק"ק ווערפעלעט אויפן פלאץ פון הגה"ק רבי יהושע כ"ץ אויך מגדולי תלמידי החת"ס
ער האט געפירט א ישיבה אלע זיינע יארן קודם אין סענדרא, און דערנאך אריבער געפירט קיין ווערפעלעט. די ישיבה איז געווען איינגעגעבן אלס א אפציעלער פטור פון דינען אין מיליטער.

זיינע חיבורים:
רחובות הנהר - עה"ת פשט על כל פסוק ופסוק
פלגי מים - אויף די צייטן לויטן יאר מיט טיפע חקירות ע"ד חכמה ומוסר
קריה נאמנה - ענדליך צום פלגי מים דער נאמען איז למזכרת אהבת ירושלים עיה"ק
אילת השחר - על מגילת אסתר

עס איז באוויסט די בארימטע הסכמה חד במינו פון מרן הגה"ק הישמח משה זי"ע אויף זיינע ספרים.
ווי אויך די ווערטער פון הגה"ק אך פרי תבואה מליסקא אז ער איז פון די אינעם דור וואס מען איז מגלה תורה מן השמים.

און יאר תרל"ג האט געהערשט א שווערע מחלה - מגיפה וואס האט אומגעברענגט פילע ווי אויך גדולי ישראל, מען איז געקומען מזכיר זיין אז עס דערנענטערט זיך שוין נאנט צום שטאט האט ער געזאגט אז אין אונזער שטאט וועט זיין נאר איין כפרה אויף גאנצען כלל און מיט דעם וועט זיך ענדיגען, מוצש"ק נאך הבדלה האט ער זיך געזעגענט פון די משפחה און נאנטע. און איז נסתלק געווארן יענע נאכט ב' דר"ח אלול ומנו"כ בווערפעלעט

זיינע צוויי בארימטע קינדער זענען געווען די צוויי ברודער הגאונים הקדושים, שרי התורה
רבי שרגא צבי טענענבוים זי"ע - אבדק"ק טשאטה - בעל "הנטע שורק"
און רבי יעקב טענענבוים זי"ע אבדק"ק פוטנאק - בעל "הנהרי אפרסמון"
אויך האט ער אויפגעצויגן אלס שטוב קינד זיין שוואגער הגה"ק רבי שמואל פרענקל זי"ע מדאראג - ברודער פון זיין רעבעצין סלאווע, ווערענדיג א יתום פון זיין טאטען בצעירתו

ווערפעלעט.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג אוקטובער 27, 2013 10:12 pm

א העפליכען ייש"כ, ביטע זייטס ממשיך אבער מיט א דגוש דבור דבור על אופניו ווי און ווען.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג אוקטובער 28, 2013 12:10 pm

בניו של הגאון בעל נטע שורק זצ"ל
א. בנו רבי משה מווארפעלעט
ב. חתנו מ"מ רבי יהודה אלטמאן מטשאטה
ג. חתנו רבי מנחם טענענבוים מטארנע בן אחיו רבי יעקב אב"ד פוטניק

בניו של רבי יעקב טענענבוים אב"ד פוטניק זצ"ל
א. רבי מנחם מטארנע חתן אחיו הנטע שורק כנ"ל
ב. רבי מאיר מ"מ בפוטניק
ג. רבי ברוך מפוטניק

בנו של רבי משה מווארפעלעט בן הנטע שורק
א. רבי פישל סאלאמאן מווערפעלעט

בניו של רבי יהודה אלטמאן מטשאטה חתן הנטע שורק
א. רבי שבתי מ"מ בפעסט
ב. רבי שמעון מפאקש
ג. רבי שרגא מטשאטה
ד. חתנו רבי יוסף אשר הלוי פאללאק מווערפעלעט

בניו של ר' מנחם טענענבוים בן אב"ד פוטניק חתן דודו הנטע שורק
א. רבי שמואל דומ"צ בטארנע
ב. רבי משה מילדוי. חתן דודו רבי מאיר אב"ד פוטניק בן רבי יעקב אב"ד פוטניק
ג. חתנו רבי שמעון נייפעלד מדיוש דיור

בניו של רבי מאיר אב"ד פוטניק
א. חתנו רבי משה מילדוי הנ"ל בן אחיו רבי מנחם
ב. חתנו שמואל בנימין יונגרייז מפילעק
ג. חתנו ר' חיים יהודה טענענבוים מפוטניק. נכד רבי משה יוסף פלעגמאן דומ"ץ בה' מאד

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

הגדה של הגאון בעל רחובות הנהר

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג יולי 10, 2014 4:04 pm

רבי זאב וואלף עם חתימתו על הדש"פ אשל ברמה מצב מצויין
לחליפין או למכירה
צוגעלייגטע
rebwolf (640x478).jpg

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג יולי 10, 2014 4:10 pm

מה יקר?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג יולי 10, 2014 6:13 pm

איך בין נישט משוכנע עס איז זיין חתימה, לכאורה איז עס נאר א שייך.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

נאך א בילד פון די הגדה

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג יולי 10, 2014 7:35 pm

חתימת יד קדשו כפי מבינת נכדיו המו"ל ספריו
צוגעלייגטע
REBZEV (640x478).jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » פרייטאג יולי 11, 2014 10:11 am

מיר קוקט עס אויך אויס עפעס נישט זיין חתימה זייער נישט ארגינעל קוקט אויס ווי סתם געשריבען יארן שפעטער

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג יולי 31, 2014 7:46 pm

מכתב כת''י ר' משה טענענבוים הי''ד אב''ד מילדוי-סעפשי משנת תרצ''ט אודות יחוס משפחתם.
צוגעלייגטע
scan0029.jpg

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:11 pm

האם מישהו יודע הקשר בין ר' אברהם יצחק בן חיים אלישע טענעבוים להרחובות הנהר ?
הוא נולד בסביבות תק,פ נישא לרבקה בת הרב מרדכי יצחק ווייסבערג דומ,ץ סטראפקאוו ועלה לארץ ישראל תרכ"ב
היה תלמיד הישמח משה
בספר לקוטי יצחק בן אברהם ממשפחת קאפף מובא שהיה שו"ב והישמח משה העיד עליו שהנשמות באים לבקש תיקון לילה לפני השחיטה
צוגעלייגטע
אלחנן 001.jpg

אנכי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:46 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכ"י יושבת

תגובהדורך אנכי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:40 pm

אגב אורחא, היום בדר"ח אלול חל היומא דהילולא קדישא של שני ארז"י לבנון, ה"ה הג"ר זאב וואלף טענענבוים זי"ע אבדק"ק ווערפעלעט - בעל "רחובות הנהר" ו"פלגי מים", ומייסד השושילתא קדישא של משפחת הארזים. וכן חל היום היומא דהילולא של נכדו ונינו הג"ר שלום דוב טענענבוים זצ"ל אבדק"ק מילדוי ומח"ס "דובר שלום" אשר עדיין בכתובים.
אנא נפשי כתבית יהבית

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:25 pm

הגה"ק רבי שרגא צבי טענענבוים זי"ע בעל "נטע שורק"
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:25 pm

הגה"ק בעל "נטע שורק" זי"ע עם קבוצת תלמידים
צוגעלייגטע
נטע שורק.jpg
887.jpg
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:26 pm

הגה"ק רבי מנחם מענדל טענענבוים זצ"ל הי"ד אב"ד טארנא בעל "שארית מנחם"
צוגעלייגטע
43.jpg
656.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:31 pm

הגה"צ רבי משה זצ"ל הי"ד אב"ד מילדוי בעל "מסעות משה"
צוגעלייגטע
42.jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 5:14 pm

הגה"ק בעל "נהרי אפרסמון" רבי יעקב טענענבוים אב"ד ור"מ דקהילות פוטנאק - טאלליא זצ"ל - בן השני של הגה"ק רבי זאב וואלף טענענבוים ה"רחובות הנהר" אב"ד ור"מ ווערפאלעט

דער בילד איז א פעינטינג וואס א אייניקעל (נישט קיין פרומער איד א דאקטאר אין שפאניע) האט מיטגענומען פון אונגארן בשעתן קריג
צוגעלייגטע
nehiri_aforsmen.jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 5:20 pm

הגה"ק רבי מאיר טענענבוים אב"ד ור"מ קהילות פילעק - טארנא - פוטנאק - א זון פונעם בעל "נהרי אפרסמון"

א ברודער פון פריער דערמאנטען הגה"ק אב"ד ור"מ טארנא רבי מנחם מענדל טענענבוים זצ"ל - אין שווער פונעם פריער דערמאנטען ר' משה טענענבוים אב"ד מילדוי - זון פון ר' מנחם מענדל מטארנא
צוגעלייגטע
רבי מאיר זצ%22ל פילעק.jpg

אוועטאר
א איד
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 03, 2008 11:31 am
לאקאציע: ארץ ישראל
פארבינד זיך:

נהרי אפרסמון

תגובהדורך א איד » זונטאג ינואר 18, 2015 4:11 am

אינטרעסאנט, די פעינטינג איז נישט ענדליך צו קיינער פון די צוויי זוהן.
נישט ר' מאיר אין נישט ר' מענדל.

פאלאד
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:51 am

אמה של מלכות

תגובהדורך פאלאד » זונטאג פאברואר 01, 2015 8:01 am

מצבת אמו של ר' זאב וואלף טענענבוים בעל הרחובת הנהר בכפר באדאלא בסלובקיה

וה נוסח המצבה:

ויצב הרב מוהו זאב וואלף
מצבה
לאמו
הצדקת רויזה
בת כ"ה יהודא נזה?
מיום מתה יב אדר
שני תקצ"ד ל
תנצבה
צוגעלייגטע
באדאלא.JPG
אמו של בעל הרחובת הנהר
באדאלא1.JPG
מרת רוזיה בת יהודא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג פאברואר 14, 2016 2:49 pm

שבת היה היארצייט של מרן ה"נטע שורק" רבי שרגא צבי בהגה"ק זאב וואלף זכר צדיק לברכה - נפטר כמו שחל האי שעתא ד' אדר א' שבת קודש פ' תרומה תרנ"ז - כבן שבעים ואחד לחייו

דער נטע שורק איז געווען מפורסם אויסער גודל כח תורותו וואס האט געקלינגען בכל המדינה, אויך אלץ גרויסער איש מופת ופועל ישועות, ווי דער הייליגער צאנזער רב פלעגט צו זאגן פאר אונגארישע אידן וואס פלעגן קומען צום אים פאר ברכות וישועות צו וואס קומט איר ביז אהער, איר האט דעם טשאטה רב ביי אייך, גייט צו אים און פויעלט אלעס גוטס! אזוי האבן טאקע טויזענטער אידישע קינדער געטון און געהאלפן געווארן בכל משאלות לבם, (דער נטע שורק פלעגט פארן קיין צאנז ביו"ט שבועות ווי דער צאנזער רב פלעגט אים מכבד זיין מיט א פלפול פאר קריאת התורה - דערנאך האט דער הייליגער צאנזער רב געזאגט דעם קרעפל פשעטעל ביי קידושא רבא) אבער אלעס איז צוגעגענגען מיט דעם ריכטיגען אשכנזשיע אונגארישע גאנג, אנטלאפן פון פירסום און כבוד ווען אימער, ודרכו בקודש איז געווען זיך אויסצובאהאלטן מיט א פשטות וענווה יתירה עד אין לשער, אזוי ווי פילע אונגארישע גדולי ארץ בימים ההם,

ווען ער פלעגט פארן אויף די מרחקים פלעגט ער אויסצטון דעם איצטלא דרבנן ההונגארית, און זיך אנקליידן מיט בגדים פון די פשוטי עם אז מזאל אים נישט דערקענען, און אוזי אינעם באן-צוג זיך געזצעט אינעם אונטערשטען וואגאן ווי די פויערן האבן געפינען זייער מקום, דארט פלעגט ער זיך פארטיפן בדביקות די גאנצע רייזע אזוי האט מען אים במנוחה געלאזט, און ער האט געקענט טון את שאהבה נשפו להתדבק בבוראו ובתורותו, מאכט זיך אמאל און א אנהייב זמן דער נטע שורק זיצט אויפן באן צוריק קומענדיג פון ערגעץ ווי, באגעגענטער צוויי בחורים'לעך מיט גרויסע רענצלעך און געפעק ווי משלעפט זיך, ווי זיי דערזעהן א יוד אויף דעם זעלבען וואגאן פרעגן זיי: ר' איד אפשר קענט איר אונז געבן א האנט דא און צוהעלפן מיט די שווערע געפעק אנלאדענען אויפן וואגאן, מיא פארן אויף א יאר אין די ישיבה אריין צום ערשטען מאל, נו זעכער שטעלט זיך דער "איד" אויף פון זיין פלאץ און לייגט צו א האנט, משלעפט די שווערע רענצלעך אזאנס חשובע בחורים פארן לערנען תורה צום נייעם זמן א קלייניגקייט ברויך מען דאך צו צוהעלפן, אזוי גענדיגט מסדר זיין די פעק גייט יעדער צוריק צו זיין געטועכטס ביזן סוף וועג, אנקומענדיג צום סטאנציע שרייט דער קאנדאקטאר מעזא-טשאטע, נו מ'מעמאכט זיך גרייט אויסצושטייגן אינעם שטעטל מעזא-טשאטה, אזוי ביים אויסשטייגן העלפט דער איד ווייטער די בחורים אפלאדענען די גרויסע שווערע געפעק... אבער אזוי גייענדיגע אביסל ווייטער אינעם שטאציאן זעהן די צוויי בחורים עפעס א געפילדער פון בחורים מיט אזא שטיקל קבלת פנים אפגעווארטעכטס, און אלע בחורים לויפן צו צו דעם "איד" זיך שטיפן נעמען שלום פון זייער רבין, דעם הייליגן נטע שורק און איינציגוויייז גייען אלע דורך גיבן די הענט מיט א ווארימען קוש אין האנט פאר'ן רבין, ווען די בחורים האבן דאס דערזעהן האבן זיי שנעל געמאכט דעם ריסורטש וואס דא טוט זיך ולכבוד מה זו עושה כאן? ביז זיי באקומען דעם עטנפער, האבן זיי שנעל געכאפט ווער דער איד אויפן באן איז געווען.. בושה תכסה פניהם.. זיי האבן זיך אויסגעדרייט גאר שנעל און געכאפט דעם באן אויף צוריק און געגאנגען לערענען אוון אנדער ישיבה.

נאך אן עובדא מגודל מידותיו הקדושים:
פורים נאכמיטאג ביים רב אינדערהיים אלע תלמידים מיט די אנשי הקהלה זיצען מיטן רבין פארברענגען בסעודת משתה היין כל הקהל מבושם ואין להם ידועה בין ארור המן לברוך מרדכי.. דער רב זאגט הייליגע דברי אלוקים חיים, קומט מען זאגן דעם רבין אז איינער פון די צונויפגעקליבענע אידן וואס איז ידוע מיט קלעבעדיגע הענט. האט זיך צוגעקלעבט צו איינע פון טייערע ירושה בעכערס פונעם רב וואז איז געליגן אויפן טיש און סליגט ביי אים קעשענע. געבן זיי אן עצה טובה אז דער גבאי זאל יעדן אויסטאפן פארן ארויסגיין אזוי וועט מען דעם טייערן בעכער צוריק באקומען פונעם נוטל. זאגט דער נטע שורק: חלילה!! איך וועל ענק זאגן ווען עס איז נאר א ספק אז דער איד האט עס גענומען וואלט איך אפשר געקלערט אויב ממעג אזאנס טון אבער יעצט אז סיז א וודאי וועט דאך דער איד ביטער פארשעמט ווערן ווען וועט דעם בעכער געפינען ביי אים קעשענע, חלילה צו פארשעמען א אידיש קינד פאר א שטיקל זילבער! - איזהו מוסר השכל!



בית הכנסת של מרן זצ"ל, בעיירה מעזא- טשאטה, אונגארן
צוגעלייגטע
בית הכנסת נטע שורק טשאטה.jpg

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דינסטאג פאברואר 16, 2016 3:03 pm

ס'האלט אינמיטן ארויסקומען ספר 'רחובות הנהר' על התורה דורך הגה"צ רבי שרגא טעטנבוים שליט"א (בן הגה"צ רבי שלום דוב זצ"ל ממילדוי), דערווייל ארויסגעגעבן אויף סדר ויקרא, הערליך שיין ארויסגעגעבן [כפי הנראה גייט די סעט באשטיין פון 5 בענדער].

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג פאברואר 16, 2016 3:32 pm

רבניש האט געשריבן:רבי שרגא צבי טענענבוים זי"ע - אבדק"ק טשאטה - בעל "הנטע שורק"

מצבתו ומצבת הרבנית בעיר מעזא-טשאטה
צוגעלייגטע
IMG_6594.JPG
IMG_6593.JPG

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג פאברואר 16, 2016 3:39 pm

ראש הקהל האט געשריבן:בניו של הגאון בעל נטע שורק זצ"ל
א. בנו רבי משה מווארפעלעט
ב. חתנו מ"מ רבי יהודה אלטמאן מטשאטה
ג. חתנו רבי מנחם טענענבוים מטארנע בן אחיו רבי יעקב אב"ד פוטניק

מצבתו ומצבת הרבנית בעיר הנ"ל
צוגעלייגטע
6592.1.jpg
6592.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג פאברואר 16, 2016 3:48 pm

ראש הקהל האט געשריבן:בניו של הגאון בעל נטע שורק זצ"ל
א. בנו רבי משה מווארפעלעט
ב. חתנו מ"מ רבי יהודה אלטמאן מטשאטה
ג. חתנו רבי מנחם טענענבוים מטארנע בן אחיו רבי יעקב אב"ד פוטניק

בניו של רבי יעקב טענענבוים אב"ד פוטניק זצ"ל
א. רבי מנחם מטארנע חתן אחיו הנטע שורק כנ"ל
ב. רבי מאיר מ"מ בפוטניק
ג. רבי ברוך מפוטניק

איז דאס פארקערט אדער נאך א זון פונעם נטע שורק?
צוגעלייגטע
IMG_5230.JPG

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג פאברואר 16, 2016 3:50 pm

האהל הק'
צוגעלייגטע
IMG_5231.JPG


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט