ר' רפאל הלוי אב"ד אלטענדארף ויאסלא - וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

ר' רפאל הלוי אב"ד אלטענדארף ויאסלא - וצאצאיו

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 23, 2013 4:48 pm

רבותי, היינט דארף איך א טובה פון ענק.

איך זיך אינפארמאציע אויף הג"ר אברהם זאב הלוי בן הג"ר יצחק הלוי אבד"ק אלטענדארף באונגארן.

בין אינטרעסירט אין אלע אינפארמאציע וואס מען האט אויף אים, אבער בעיקר איז מיין פראגע, ווי האט ער געוואוינט אין אונגארן פאר ער איז געקומען קיין אמעריקע?
--
יעצט די פרטים:

רבי אברהם זאב איז געווען רב פון מקיספורט, פענסילוועניע - McKeesport, Pennsylvania
ער האט מחבר געווען דער ספר הדעה והדבור, ברוקלין תרצ"א
http://hebrewbooks.org/2905

זיין ברודער איז געווען הג"ר שמחה הלוי רב פון פורט-אמבו, ניו דזורזי - Perth Amboy, New Jersey

אונעם ספר הדעה והדבור שרייבט ער אז זיין שווער איז "הגביר המרומם, רחים ומוקיר רבנן, איש אמונים יו"ש מהו' אהרן שמשון השכל ב"ר שלמה זלמן ע"ה - נפ' י"ח ימים לחודש שבט התרפ"ח". דאס מיינט אז זיין שווער'ס משפחה נאמען איז געווען Heskel אדער Haskel.

לויט ווי עס זעהט מיר אויס האט ער חתונה געהאט פאר ער איז געקומען קיין אמעריקע, איז ממילא שטארק יתכן אז ער האט געוואוינט במקום מגירי חותנו.

זיין שוויגער איז "הגבירה הצנועה והחשובה מרת פיגה ריזל תחיה בת ר' אריה ליב נ"ע"

ער האט געהאט א זוהן וועמען ער ברענגט אין זיין ספר און רופט אים אן "החריף כמר אהרן יחי'", "אחד מהמצוינים שבישיבת ר' יצחק אלחנן"

ידידי ר' זלמן אלפערט פון דער לייברערי פון ישיבה יוניווערסיטי האט געטשעקט די ליסטע פון די אלומני און נישט געטראפען א "אהרן הלוי".

יעצט קום איך צו ענק, מיר צו העלפען.

א יישר כח למפרע.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אפריל 23, 2013 4:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 23, 2013 4:55 pm

הרב מיללער האט אים דאהי ערווענט:
viewtopic.php?p=418143#p418143
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:19 pm

א יישר כח אייך הרב.

הרב מיללער ברענקט דארט א לינק צו קברים.קאם
http://kevarim.com/rabbi-avroham-zev-wolf-levy/

דארטען איז דא צוויי ניצליכע קאמענטס.

דארטען שרייבט א ר' שמעון האסקעל אז דאס איז געווען זיין פעטער.

אויך שרייבט דארט א פרוי מיטען נאמען מייזליש אז זי איז אן אייניקל פון ר' שמעון לוי, א ברודער פון ר' זלמן לוי, וואס ביידע זענען געווען זוהן פון הג"ר אברהם זאב הלוי אבד"ק מקיספורט.

דער שאלה איז צו זיי ווייסען דער ענטפער צו מיין שאלה, וואס איז; ווי האט ער געוואוינט אין אונגארן פאר ער איז געקומען קיין אמעריקע?

מיט די ריכטיגע פאקטען ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, קען מען אפשר טרעפען די שיף און עליס איילענד רעקארדס, וואס קענען געבען דער נאמען פון דער שטאט וואס איך זיך.
--
Simon Haskel // Apr 19, 2011 at 5:24 pm

I’m pretty sure that this is my uncle Wolf Levy who lived with his family on our block in Brooklyn in the 30s thru 40s. He was ordained but to my knowledge did not have a permanent congregation.
He had two sons (one Rabbi Zalman Levy in N.J.) and 3 daughters
--
7 Jessica Meizlish // Jan 15, 2013 at 11:13 pm

I believe that this is my Great Grandfather. Simon, that would make you my cousin. My grandfather was Simon Levy and Zalman was his brother.
--
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:35 pm

כבוד יקירי הרב השומר,

זוכט איר בעיקר איבער דעם רב אדער מער איבער די השכל/העסקעל פאמיליע?

איך האב אנגעפרעגט אין קברים הנ"ל פון דעם שמעון העסקעל, בין נישט זיכער צו ער וועט ענטפערן.

דער ברודער ר' שמחה הלוי איז שפעטער אריבער קיין מאנטריאל, חיבר ספר שמחת הלוי:
http://www.hebrewbooks.org/2945

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:43 pm

וואס איז פאר מיר העכסט וויכטיג איז דער נאמען פון שטאט ווי ער האט געוואוינט אין אונגארן; אויב מערערע שטעט איז מערערע שטעט. דער שכל זאגט אז אויב ער האט נישט געוואוינט אין אלטענדארף דארט ווי זיין טאטע איז געווען רב, איז דענמאלץ שטארק יתכן אז ער האט געוואוינט דארט ווי ער האט חתונה געהאט (אזוי איז געווען די מנהג בדרך כלל), וואס דאס מיינט, דארטען ווי די האסקעל'ס האבען געוואוינט.

אויב מיר זאלען וויסען ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, וועלען מיר שוין האלטען אין ערגעץ, ווייל נאכדעם קען מען פרובירען נאכגיין די רעקארדס.

די אייניקלעך וואס איר פרובירט קאנטאקטען קענען טאקע אפשר וויסען. איז זיין נאמען אויף Jewish gen?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:03 pm

SPUSMN האט געשריבן:וואס איז פאר מיר העכסט וויכטיג איז דער נאמען פון שטאט ווי ער האט געוואוינט אין אונגארן; אויב מערערע שטעט איז מערערע שטעט. דער שכל זאגט אז אויב ער האט נישט געוואוינט אין אלטענדארף דארט ווי זיין טאטע איז געווען רב, איז דענמאלץ שטארק יתכן אז ער האט געוואוינט דארט ווי ער האט חתונה געהאט (אזוי איז געווען די מנהג בדרך כלל), וואס דאס מיינט, דארטען ווי די האסקעל'ס האבען געוואוינט.

אויב מיר זאלען וויסען ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, וועלען מיר שוין האלטען אין ערגעץ, ווייל נאכדעם קען מען פרובירען נאכגיין די רעקארדס.

די אייניקלעך וואס איר פרובירט קאנטאקטען קענען טאקע אפשר וויסען. איז זיין נאמען אויף Jewish gen?

עס איז מיר משמע אז דער טאטע ר' גרשון יצחק איז נישט געווען רב אין אלטענדארף נאר דער זיידע ר' רפאל הלוי מחסידי מרן הדב"ח, אח"כ נתקבל כרב בעיר יאסלא.

איך מיין אז אויך דער פאטער ר' גרשון יצחק איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא, כן נראה לי מדברי בנו ר' שמחה הלוי [ליוואי] בהקדמת ספרו הנ"ל שמחת הלוי.

ר' רפאל פון אלטענדארף האט געהאט נאך א זון ר' אפראים אליעזר וועלכער ליגט אין בארידוב, מיר האבן אים דערמאנט באשכול על הביה"ח בברדיוב שנמצא שם מציבתו עם מציבת בנו ר' משה, פונעם ספר שמחת הלוי זעה איך אז ר' רפאל האט געהאט אן איידעם ר' משה יהודה בירנבוים מחסידי ר' אלעזר ריישער זצ"ל

-

דאס איז די צענזוס רעקארדס פון תר"ץ אין ברוקלין, על משפחת ר' אברהם זאב הלוי:
https://familysearch.org/pal:/MM9.1.1/X7X4-KYB#

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:12 pm

פונעם ברידער'ס ספר "שמחת הלוי" ווערען מיר געוואויר אז ער האט זיך גערופען "רבי שמחה הלוי ליוואי". אויך אז ער האט נאך געלעבט אין תשכ"ז (רבי אליעזר זאב איז נפטר געווארען י"ז כסלו תש"א).

אין די מקורות וואס איר ברענגט שטייט אז ער איז געווען א צאנזער חסיד אין אונגארן.

רבי שמחה שרייבט אז ער האט געלערענט אין קראקא ביי הגאון רבי יודל אסטראווצער, אויך האט ער זוכה געווען צו הערען תורה פון הגאון רבי יוסף ענגעל. נאכדעם האט ער געלערענט אין אוהעל "אצל מו"ר הגה"ק ר' דוד מייזליש הי"ד".

ער שרייבט אז ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע איז שוין זיין טאטע דא געווען פריער. זיין טאטע איז געווען רב אין אלטענדארף אין אונגארן, נאכדעם אין יאסלע אין גאליציע, און איז געוען "ממעריצי ומחסידי בעל דברי חיים זצ"ל". "וגם אבי ז"ל זכה להסתופף בימי נעוריו בצל כ"ק בעל דברי חיים זי"ע.

ער שרייבט דארט אז זיין מאמע איז אוועק כ"א כסלו תרנ"ט, איז אויב אזוי זעהט אויס אז ער האט מאריך ימים געווען, נאך געלעבט בשנת תשכ"ז.

ער (רבי שמחה) איז געווען נשיא פון הסתדרות הרבנים.

ער דערמאנט אינעם ספר א פעטער ר' משה יהודה בירנבוים "ממעריצי ר' אליעזר ריישער זצוק"ל"
--
כ'זעה אז איר האט שוין געשריבען, איז קודם שיק איך דאס כמו שהוא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:23 pm

דער צענזוס רעקארד וואס איר ברענגט, שפילט קינצען "אז עס איז אוט אוו מעמארי" און כ'קען נאר זעהן דער אויבערשטער חלק.
https://familysearch.org/pal:/MM9.1.1/X7X4-KYB#[/quote]

דארט שטייט אז ער איז געבוירען געווארען אין פוילין אין יארע 1891, זיינע ביידע עלטערען זענען געבוירען געווארען אין פוילין, און ער איז געקומען קיין אמעריקע אין יארע 1914. דאס הייסט ביי די 23 יאר, און קען זיין שוין פארהיירעט. זיין נאמען איז Wolf Levy.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:26 pm

SPUSMN האט געשריבן:דער צענזוס רעקארד וואס איר ברענגט, שפילט קינצען "אז עס איז אוט אוו מעמארי" און כ'קען נאר זעהן דער אויבערשטער חלק.
https://familysearch.org/pal:/MM9.1.1/X7X4-KYB#


דארט שטייט אז ער איז געבוירען געווארען אין פוילין אין יארע 1891, זיינע ביידע עלטערען זענען געבוירען געווארען אין פוילין, און ער איז געקומען קיין אמעריקע אין יארע 1914. דאס הייסט ביי די 23 יאר, און קען זיין שוין פארהיירעט. זיין נאמען איז Wolf Levy.[/quote]

Name: Wolf Levy
Event Type: Census
Event Date: 1930
Event Place: Brooklyn (Districts 1751-1953), Kings, New York
Gender: Male
Age: 39
Marital Status: Married
Race: White
Birthplace: Poland
Birth Year (Estimated): 1891
Immigration Year: 1914
Relationship to Head of Household: Head
Father's Birthplace: Poland
Mother's Birthplace: Poland
District: 1911
Household ID: 133
Sheet Number and Letter: 7A
Line Number: 3
Affiliate Publication Number: T626, roll 1498
GS Film number: 2341233
Digital Folder Number: 4661168
Image Number: 00372
Household Gender Age Birthplace
Head Wolf Levy M 39 Poland
Wife Rose Levy F 30 Poland
Daughter Pearl Levy F 10 New York
Daughter Evelyn Levy F 9 Pennsylvania
Son Zalmon Levy M 7 Pennsylvania
Daughter Rhoda Levy F 2 New York
Son Simon Levy M 0 New York

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:43 pm

א גרויסען יישר כח.

דאס הייסט אז זין זוהן ר' שמעון איז געבוירען געווארען אין שנת תר"ץ
ר' זלמן אין שנת תרפ"ג
א טאכטער בשנת תר"פ
א טאכטער בשנת תרפ"א
א טאכטער בשנת תרפ"ח

אויך שטייט דארטען אז זיין ווייב איז 30 יאר אלט, דאס הייסט אז זי איז געבוירען געווארען אין שנת תר"ס. איז אויב אזוי איז ער אנגעקומען אין שנת תרע"ד (זי איז נאר געווען 14 יאר אלט) אליין, נישט פארהיירעט. קומט אויס אז נישט די האסקעל'ס זיך איך יעצט, נאר די אלע שטעט ווי ער האט געוואוינט פארען אהער קומען. אלטענדארף, יאסלא, און ווי נאך?

דער ברידער איז דענמאלץ שוין יא אינטרעסאנט, ווייל קען זיין אז ביי אים (ביי זיינע רעקארדס) וועט עפעס מער שטיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:06 pm

SPUSMN האט געשריבן:א גרויסען יישר כח.

דאס הייסט אז זין זוהן ר' שמעון איז געבוירען געווארען אין שנת תר"ץ
ר' זלמן אין שנת תרפ"ג
א טאכטער בשנת תר"פ
א טאכטער בשנת תרפ"א
א טאכטער בשנת תרפ"ח

אויך שטייט דארטען אז זיין ווייב איז 30 יאר אלט, דאס הייסט אז זי איז געבוירען געווארען אין שנת תר"ס. איז אויב אזוי איז ער אנגעקומען אין שנת תרע"ד (זי איז נאר געווען 14 יאר אלט) אליין, נישט פארהיירעט. קומט אויס אז נישט די האסקעל'ס זיך איך יעצט, נאר די אלע שטעט ווי ער האט געוואוינט פארען אהער קומען. אלטענדארף, יאסלא, און ווי נאך?

דער ברידער איז דענמאלץ שוין יא אינטרעסאנט, ווייל קען זיין אז ביי אים (ביי זיינע רעקארדס) וועט עפעס מער שטיין.


דארט אויף פעמילי-סורטש איז אויך די די צענזוס פון מקקיספארט מיט צען יאר בעפאר בשנת תר"פ - 1920, דארט איז קלאר אז ער האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי ארום א יאר בעפאר, די טאכטער פערל איז דאן געווען דריי מאנאטן אלט.

דאס לייגט צו צו די טעאריע אז דער פאטער זייערער ר' גרשון יצחק הלוי איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בשנת תרע"ד מיט די קינדער ווען דער זון אברהם זאב איז נאך געווען אומפארהייראט.

בלייבט די שאלה, וואו דער גרשון יצחק האט געוואונט פארן ארויסקומען, וואר אלטענדארף און יאסלא זענען שטעט וואו זיין פאטער ר' רפאל האט געוואונט, דער ר' אברהם זאב איז געווען בזוו"ר אן איידעם ביי א געוויסער ר' משה וואס איז געווען אן אייניקל פון ר' אברהם זאב פרענקל בעמח"ס משיב כהלכה, די קינדער אברהם זאב און שמחה זענען קינדער פון די ווייב פעסיל בת ר' משה הנ"ל, זי איז אוועק אינגערהייט בשנת תרנ"ט (אברהם זאב איז דעמאלס אלט געווען קנאפע זיבן יאר)

דערנאך האט ער חתונה געהאט בזוו"ש מיט טויבא בת ר' יעקב, זי איז אוועק תרע"ז (ווארשיינליך שוין דאהי) און ר' גרשון יצחק איז אוועק ח' שבט תרצ"א.

ברויך מען אפירזוכען די רעקארדס פון די פטירות פון ר' גרשון יצחק און זיין פרוי טויבא, אבער געווענליך שטייען דארט נישט קיין נעמען פון א געבורטסשטאט נאר א געבורטסלאנד.
-
האב איך יעצט געטראפן די צענזוס רעקארד פון 1910 - תר"ע ווי מ'זעהט אז אייזיק לעווי מיט זיין ווייב טויבא זענען שוין ארויסגעקומען 1904 - תרס"ד, און זיי האבן געוואונט אן קינדער אין ברוקלין.
אמור מעתה אז די קינדער אברהם זאב [און שמחה] זענען געבליבן וואונען אין אייראפא, נאכדעם וואס זייער מאמע איז אינגערהייט אוועק און זייער טאטע האט ארויסגעוואונדערט קיין אמעריקא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:18 pm

דאר ברודער ר' שמחה פון פערט-אמבאי און שפעטער אין מאנטריאל, האט חתונה געהאט אין מאנטריאל מיט די טאכטער פון הנגיד ר' אהרן דרייזין, די חתונה איז פארגעקומען תרפ"ב, ווי מ'זעהט דא:
http://multiculturalcanada.ca/node/1499 ... splay=full
עס ווערט דארט דערמאנט אז דער פאטער מר. י.ג. לעווי און ראביי לעווי (הוא האח) פון מקקיספארט האבן זיך באטייליגט ביי די חתונה, זעהט מען לכאורה אז דער פאטער ר' יצחק גרשון איז נישט געווען קיין רב.

בילד פון ר' שמחה הלוי בשנת תשכ"א אלס רב אין מאנטריאל (פון א אויסגאבע פון YU רי"א וואו דער רב האט באקומען סמיכה)
צוגעלייגטע
levy.jpg

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:57 pm

געוואלדיגע אינפארמציע!

איז יעצט די שאלה, ווי האט ער זיך געדרייט פון תרס"ד (פון בר מצוה) ביז תרע"ד (בן כ"ג) ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע? ווי און אונגארן און ווי און פוילין?

אויך ווי איז ער געבוירען געווארען און ווי האט ער געוואוינט ביז תרס"ד?
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך אפריל 24, 2013 2:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

סדר היחוס

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:59 pm

שטעלט זיך אויס דער יחוס אזוי:

דער רבי רבי שמעלקא מניקלסבורג זי"ע האט געהאט אן איידעם הגאון רבי יעקב (אנטילגער) אבד"ק קאטלבערג.

זיין איידעם איז געווען דער משיב כהלכה, הגאון רבי אברהם זאב (וואלף) פרענקל, אבד"ק פשעווארסק, וריישא.

זיין זוהן איז געווען 'הה"צ המפורסם ר' פנחס".

זיין אייניקל איז געווען מרת פעסיל (נפ' כ"א כסלו תרנ"ט) בת רבי משה. קומט אויס אז רבי משה איז געווען אדער א זוהן אדער אן איידעם פון רבי פנחס. (דאס איז אויב דער פעסיל איז געווען א אייניקעל [ווארשיינליך אזוי] און נישט א איר אייניקעל פון רבי פנחס).

מרת פעסיל האט חתונה געהאט מיט רבי גרשון יצחק הלוי (נפ' ח' שבט תרצ"א), א זוהן פון הגאון רבי רפאל הלוי אבד"ק אלטענדארף ויאסלא. רבי רפאל איז געווען א צאנצזער חסיד, און זיין זוהן רבי גרשון יצחק האט נאך זוכה געווען בימי נעוריו להסתופף ביים דברי חיים זי"ע.

זייערע קינדער זענען:
א) רבי משולם זושא (זעהט אויס דער עלצטע), נפ' י"ז אדר תרנ"ז. זיין ברודער רבי שמחה טיטולירט אים: "אחי היקר, הולך תמים, ירא וחרד לדבר השם".
ב) רבי אברהם זאב הלוי, נולד בשנת תרנ"א בפולין, געקומען קיין אמעריקע בשנת תרע"ד, חתונה געהאט תרע"ח-ט, אבד"ק מעקיספארט פענסילוועניע משנת תרע"ח-ט עד תרפ"ג, און נאכדעם געוואוינט און ברוקלין. נפ' י"ז כסלו תש"א, מחב"ס הדעה והדיבור.
ג) רבי שמחה הלוי ליוואי, חתונה געהאט תרפ"ב, רב ואב"ד בביהכ"נ שערי תפלה בעיר פורט-אמבוי, ניו גורזי, און נאכדעם געוואוינט אין מונטריאל. געווען נשיא פון הסתדרות הרבנים. מחב"ס שמחת הלוי.

בזוו"ש האט רבי גרשון יצחק חתונה געהאט מיט מרת טויבא (נפ' ט"ז כסלו תרע"ז) בת רבי יעקב.

הגאון רבי רפאל הלוי האט געהאט נאך צוויי קינדער (וואס מיר ווייסען).
א) רבי אפרים אליעזר הלוי (זיין זוהן רבי רפאל ווערט דערמאנט לשבח אז "אף שהיתה לו האפשרות לעזוב את עירו ולהנצל, נשאר עם הקהילה ועשה הרבה להציל נפשות. וכאשר נודע לו שהרשעים רצו להעביר מספר גדול של בתולות ישראל, עשה הוא תעמולה והצליח להציל אותן. אבל זה נודע להנאצים ימ"ש ונהרג בשביל זה. כה יצאה נשמתו הטהורה במסירות נפש להצלת ישראל, הי"ד").
ב) מרת חי שרה אשת רבי משה יהודה בירנבוים, ממעריצי וחסידי הרה"ק רבי אלעזר ריישער זצ"ל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג יוני 27, 2013 1:58 pm

אינטרעסאנט אז נישט אוצר הרבנים, נישט מאורי גאליציה, נישט פנקס הקהילות און נישט רבינו הקדוש מצאנז ווייסען צו זאגען פון ר' רפאל הלוי אב"ד אלטענדארף ויאסלא. סאו לע"ע ווייסען מיר נאר פון זיין רבנות (אדער דיינות?) ממה שמובא בספרי נכדיו און פון א תשובה (וואס באטיטעלט עם 'ידיד נפשי', האט ער עם געקענט פון צאנז?) בשו"ת ברכת יעקב ווי ער ווערט דערמאנט אלס מו"צ בק"ק אלטענדארף, דארף מען ממשיך זיין צו זיכען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 22, 2013 4:32 pm

מיללער האט געשריבן:דאר ברודער ר' שמחה פון פערט-אמבאי און שפעטער אין מאנטריאל, האט חתונה געהאט אין מאנטריאל מיט די טאכטער פון הנגיד ר' אהרן דרייזין, די חתונה איז פארגעקומען תרפ"ב, ווי מ'זעהט דא:
http://multiculturalcanada.ca/node/1499 ... splay=full
עס ווערט דארט דערמאנט אז דער פאטער מר. י.ג. לעווי און ראביי לעווי (הוא האח) פון מקקיספארט האבן זיך באטייליגט ביי די חתונה, זעהט מען לכאורה אז דער פאטער ר' יצחק גרשון איז נישט געווען קיין רב.

בילד פון ר' שמחה הלוי בשנת תשכ"א אלס רב אין מאנטריאל (פון א אויסגאבע פון YU רי"א וואו דער רב האט באקומען סמיכה)

בריוו בכת ידו פון ר' שמחה הלוי צו חיים בלאך
צוגעלייגטע
chaimbloch00reel03_1027.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג מאי 30, 2014 11:33 am

אט איז די מציבה פון ר' גרשון יצחק אבי ר' אברהם זאב הלוי לעווי, ער ליגט אין מט. חברון אין דער זעלבער חלקה -רעים האהובים שטיבל- ווי זיין זוהן.
צוגעלייגטע
IMG_0461.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג מאי 30, 2014 11:42 am

אט איז זיין פרוי מרת טויבא

פ"נ
אשה חשובה בת גדולי הדור
מ' טויבא ליווייא
בת ר' יעקב קאנער
נפטרה י"ט כסלו תרע"ה
תנצב"ה
צוגעלייגטע
IMG_0481.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג ינואר 30, 2018 9:56 pm

בן בוזי האט געשריבן:אט איז די מציבה פון ר' גרשון יצחק אבי ר' אברהם זאב הלוי לעווי, ער ליגט אין מט. חברון אין דער זעלבער חלקה -רעים האהובים שטיבל- ווי זיין זוהן.

אט דא איז די תעודת פטירה פון ר' גרשון יצחק
https://www.familysearch.org/ark:/61903/1:1:2WVY-2QW
Isaac Levy
New York, New York City Municipal Deaths
Name Isaac Levy
Event Type Death
Event Date 26 Jan 1931
Event Place Brooklyn, Kings, New York, United States
Gender Male
Age 81
Marital Status Married
Race White
Occupation Collector
Birth Date 1850
Birthplace Austria
Burial Date 27 Jan 1931
Cemetery Mt Hebron Cem
Father's Name Raphael
Father's Birthplace Austria
Mother's Name Rebecca Fuchs
Mother's Birthplace Austria
Spouse's Name Sarah Levy

Yehudale
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 01, 2018 6:57 pm

ר' רפאל הלוי אב"ד אלטענדארף

תגובהדורך Yehudale » זונטאג יוני 03, 2018 10:18 pm

שלום עליכם, איך האב געלייענט דיין פאסט אין וועלכע דו האסט געבעטן אינפארמאציע וועגן ר.רפאל לוי זצ''ל פון אלטענדאף. דאס האט אויף מיר געמאכט א שטארקן איינדרוק ווייל ר.רפאל איז געווען מיין עלטער עלטער זיידע, הייסט עס מיין באבעס זיידע. איך זוך אינפארמאציע וועגן אים, זיין משפח און זין לעבן. אויב דו קענסט שיקן מיר עפעס, עס מאכט נישט אויס ווי קליין עס קען זיין, וואלט איך דיר א סך געדאנקט. איך שרייב און לייען אויף ענגליש, העברייאיש און יידיש. א גרויסן דאנק פאר דיין הילף, יהודה וויינשטאק

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » זונטאג אוגוסט 05, 2018 5:13 pm

SPUSMN האט געשריבן:הגאון רבי רפאל הלוי האט געהאט נאך צוויי קינדער (וואס מיר ווייסען).
א) רבי אפרים אליעזר הלוי (זיין זוהן רבי רפאל ווערט דערמאנט לשבח אז "אף שהיתה לו האפשרות לעזוב את עירו ולהנצל, נשאר עם הקהילה ועשה הרבה להציל נפשות. וכאשר נודע לו שהרשעים רצו להעביר מספר גדול של בתולות ישראל, עשה הוא תעמולה והצליח להציל אותן. אבל זה נודע להנאצים ימ"ש ונהרג בשביל זה. כה יצאה נשמתו הטהורה במסירות נפש להצלת ישראל, הי"ד").

0091.jpg
0091.jpg (40.76 KiB) געזעהן 1030 מאל
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » זונטאג ינואר 06, 2019 2:42 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:אינטרעסאנט אז נישט אוצר הרבנים, נישט מאורי גאליציה, נישט פנקס הקהילות און נישט רבינו הקדוש מצאנז ווייסען צו זאגען פון ר' רפאל הלוי אב"ד אלטענדארף ויאסלא. סאו לע"ע ווייסען מיר נאר פון זיין רבנות (אדער דיינות?) ממה שמובא בספרי נכדיו און פון א תשובה (וואס באטיטעלט עם 'ידיד נפשי', האט ער עם געקענט פון צאנז?) בשו"ת ברכת יעקב ווי ער ווערט דערמאנט אלס מו"צ בק"ק אלטענדארף, דארף מען ממשיך זיין צו זיכען.

און אזוי אויך פון זיין זוהן ר' אפרים אליעזר'ס מציבה וואו ער ווערט באטיטלט אבד"ק אלטענדארף.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג ינואר 15, 2019 2:44 pm

SPUSMN האט געשריבן:פונעם ברידער'ס ספר "שמחת הלוי" ווערען מיר געוואויר אז ער האט זיך גערופען "רבי שמחה הלוי ליוואי". אויך אז ער האט נאך געלעבט אין תשכ"ז (רבי אליעזר זאב איז נפטר געווארען י"ז כסלו תש"א).

אין די מקורות וואס איר ברענגט שטייט אז ער איז געווען א צאנזער חסיד אין אונגארן.

רבי שמחה שרייבט אז ער האט געלערענט אין קראקא ביי הגאון רבי יודל אסטראווצער, אויך האט ער זוכה געווען צו הערען תורה פון הגאון רבי יוסף ענגעל. נאכדעם האט ער געלערענט אין אוהעל "אצל מו"ר הגה"ק ר' דוד מייזליש הי"ד".

ער שרייבט אז ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע איז שוין זיין טאטע דא געווען פריער. זיין טאטע איז געווען רב אין אלטענדארף אין אונגארן, נאכדעם אין יאסלע אין גאליציע, און איז געוען "ממעריצי ומחסידי בעל דברי חיים זצ"ל". "וגם אבי ז"ל זכה להסתופף בימי נעוריו בצל כ"ק בעל דברי חיים זי"ע.

ער שרייבט דארט אז זיין מאמע איז אוועק כ"א כסלו תרנ"ט, איז אויב אזוי זעהט אויס אז ער האט מאריך ימים געווען, נאך געלעבט בשנת תשכ"ז.

ער (רבי שמחה) איז געווען נשיא פון הסתדרות הרבנים.

ער דערמאנט אינעם ספר א פעטער ר' משה יהודה בירנבוים "ממעריצי ר' אליעזר ריישער זצוק"ל"
--
כ'זעה אז איר האט שוין געשריבען, איז קודם שיק איך דאס כמו שהוא.

אין שמחת הלוי שטייט נאך א זאך וואס הרב ספוסמאן ערווענט נישט, אז ר' רפאל איז געווען מגזע המהר"ם מטיקטין, וויל איך וויסן צו איינער ווייסט מער דערוועגן, און צו דאס מיינט אז ער איז געווען בן אחר בן פון אים זייענדיג א לוי, ווייל אויף ר' רפאל שטייט נישט קיין לעצטע נאמען און דער מהר"ם טיקטין האט געהייסן איש הורוויץ, אויב איינער ווייסט עפעס דערוועגן קען ער מיטטיילן זיין אינפארמאציע.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מאנטאג מאי 06, 2019 3:19 pm

אינעם אשכול פון משפחת הרבנים בילליטצער מסערענטש פרעגט הרב מיללער א שאלה וואס איז נוגע אהער, און איז געבליבן אומפארענטפערט, בין איך נייגעריג אויב איינער ווייסט א תשובה דערוועגן:
1) פאר ר' ליפמאן בילליצטער איז געווען רב אין אלטענדארף ר' רפאל הלוי (?), זיין זון ר' אפרים אליעזר ליגט אין בארדיוב (עי' באשכול על ביה"ח בארדיוב), איז דער ר' רפאל געווען פון די בילליטצער משפחה?

viewtopic.php?p=495505#p495505
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

הרה"ח ר' רפאל לעווי הי"ד ראש קהילת ברדיוב נכד הג"ר רפאל הלוי מאלטענדארף זצ"ל

תגובהדורך יין ישן » דאנארשטאג יולי 04, 2019 6:38 pm

SPUSMN האט געשריבן:הגאון רבי רפאל הלוי האט געהאט נאך צוויי קינדער (וואס מיר ווייסען).
א) רבי אפרים אליעזר הלוי (זיין זוהן רבי רפאל ווערט דערמאנט לשבח אז "אף שהיתה לו האפשרות לעזוב את עירו ולהנצל, נשאר עם הקהילה ועשה הרבה להציל נפשות. וכאשר נודע לו שהרשעים רצו להעביר מספר גדול של בתולות ישראל, עשה הוא תעמולה והצליח להציל אותן. אבל זה נודע להנאצים ימ"ש ונהרג בשביל זה. כה יצאה נשמתו הטהורה במסירות נפש להצלת ישראל, הי"ד").

אין ספר זכרונות "המאור" כרך ב' עמ' תש"ג איז דא זייער א שיינע באשרייבונג וואס ברענגט ארויס אין קורצן די פעולות נשגבות פון ר' רפאל הי"ד, ווי עס שיינט האט ער גאר אסאך געלייסטעט פאר אחב"י בעת צר, יהא זכרו ברוך.

ר' רפאל לעווי מברדיוב זכרונות המאור.png
ר' רפאל לעווי מברדיוב זכרונות המאור.png (62.21 KiB) געזעהן 385 מאל
לעצט פאראכטן דורך יין ישן אום מיטוואך יולי 10, 2019 11:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט