חמרא טבא האט געשריבן:אדמו"ר זצ"ל פונעם פולישע חדר
נו??
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
קיקיון האט געשריבן:שיסען מיט דעם ביקס קאפויר האט ער וועגען ש"ק עס זאל זיין כלאחר יד
-----------
ווען דער חזון איש האט געזעהן דעם קונטרס
איז ער אזוי נתפעל געווארען אז ער האט זיך נאכגעפרעגט אויף דעם מחבר
ווען ער איז געוואיר געווארען אז דאס איז א בחור האט ער מציע געווען דעם שידוך פאר זיין שוועטער
דער סטייפלער האט געהאט א סדר פון לערנען 36 שעה רצופות און נאכדעם זיך לייגען
האט ער אזוי אויסגעכענט אז די נסיעה פון ביאליסטאק קיין ווילנע זיך טרעפען מיט די משודכת און אירע ברידער
זאל זיין נאך די רצופות און ער וועט שלאפען אויף דעם באן
אבער צו זיין שלימזל זענען די זיצען געווען געפיטערט און ער האט זיך זיך נישט אראפגעזצט אלס חשש שעטנז
איז ער איינגעשלאפען ווען ער האט זיך געזעצט צום טיש
אבן יקרה האט געשריבן:דער הייליגער סטייפלער זכותו יגן עלינו
די בילד איז אלס ר"מ בישיבת "בית יוסף" נאווהארדאק אין פינסק, פאר ער איז ארויף צו אר"י, מיט זיין בן יחיד שה"ת שליט"א, צו דינען אלס ראש ישיבת בית יוסף אין בני ברק, לעבן גיסו דער הייליגער חזון איש זי"ע.
אלס בחור, ער האט געלערנט אין די נאוואהרדאקע ישיבה אין ביאליסטאק, באקאנט געוועהן אלס ריזיגן מתמיד יומם ולילה לא ישבותו. שפעטער האט ער געמוזט גיין דינען אין די רוסישע מיליטער, ער האט ווייטער א גאנצע צייט געלערנט בע"פ, און בשעת ער האט געדארפט שיסן, האט ער פראבירט, אהן צו לערנן ווי אזוי, געהאלטן די ביקס פארקערט, אין די קויל איז אנגעקומען צום פלאץ קולע אל השערה ולא יחטיא.
ס'איז באקאנט נאך עובדות פון די מיליטער, זיין מסיר"נ אויף שמירת שבת וכו'.
זיין הייליגע צורה, געדענקען מיר נאך אבלח"ט, א פחד און ציטערניש נאר צו זעהן.