אדמורי משפחת לערמאן - וויסקוט-קראשנאוויץ-קאסוב
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 1:09 pm
בדרך לא דרך האב איך זיך פארהאנקערט אין דעם ספר ווי עס ווערט דערמאנט אן אדמו"ר רש"ב לערמאן מקראשנאוויץ. פראביר איך צו מאכן אביסל ארעדענונג אין דער שלשלת וואס איך האב נארוואס אפגעפונען, און איך וועל מיטטיילן מיט די חשובע חברים עטליכע פונקטן וואס כ'האב אפגעפונען בעת'ן מאכן דאס ביסל פארשונג.
רבי שמחה בונים מקראשנאוויץ איז געווען א זוהן פון רבי חיים אב"ד בקהילות דאברין, פלאצק און קראשנאוויץ מחבר פון ספרים תהלות חיים אויף תהלים, נתיבות חיים, משנת חיים, פני חיים, צדקת חיים, שנות חיים, אויך האב איך געפונען בכתב א קונטרס קעגן רעדן שפת המדינה און בשבח פון לשון הקודש, אין שם ושארית ישראל שטייט געשריבן אז ער איז געווען מפורסם אלס א געוואלדיגער מאסף און בעל אוצר הספרים גדול, ער איז געווען איינער פון דריי ברודער וואס די אנדערע צוויי זענען געווען; רבי אברהם יוזפא אב"ד יאניפצע און וויסקוט פון איהם איז דא א ספר חידושי איבר"א אויך דארף זיין א ספר תפארת מהרא"י, און דער אנדערע ברודער איז געווען ר' ישראל אב"ד קאסוב, אלע קינדער פון הגאון ר' אליהו אב"ד טארלוי, וויסקוט און פילוב ומחבר ספרים אזור אליהו, משנת אליהו, מנחת אליהו, דבר אליהו (דארט איז דא א תשובה וועגן די סוגיא פון יאשע קאלב), וועלכע איז אליינס געווען א זוהן פון ר' אברהם יוזפא וועמען מען האט גערופען דער קאנסקאוואליאר שרף.
רבי אליהו איז געווען א תלמיד פונעם קאצקער רבין רבי מנחם מענדל פון רבי נח מקארוב מח"ס קב חן און פון רבי יצחק מנעשוויז.
אינעם דערמאנטע חידושי איבר"א איז אויכעט דא א ספר פרי משה, וואס עס האט מחבר געווען רבי משה יעקב בראנשטיין מנאשעלסק וואס איז געווען אן איידעם ביי רבי אליהו וויסקעטער.
הרב אייזנשטאט דערמאנט אין זיין ביאגראפישער ביכל "דורות האחרונים" הרב אברהם לערמאן מרבני בראנזוויל אן אייניקל פון רבי אליהו וויסקעטער (ביי אייזנשטאט איז א ספעציעלע חשיבות דאס וואס רבי אליהו איז געווען א תלמיד פון רבי יצחק מנעשוויז בן הפנים מאירות כמובן).
פון די רבנים למשפחת לערמאן זענען דא פילע סיפורים אין ספר שיח שרפי קודש
פון דאס וואס האדמו"ר ר' שמחה בונים לערמאן האט פארצייכנט און דערציילט בשם אביו.
איין אינטערעסאנטע באמערקונג האב איך וואס איז נוגע זייער יחוס; אויפן ספר חרש אבן און אויך אויפן ספר שיח שרפי קודש הנ"ל איז דא אן הסכמה פון אדמו"ר רש"ב ווי ער שרייבט צווישן אנדערע אז ער איז אן אייניקל פונעם גר"א און פונעם רבי'ן פון לובלין, ווידער אין דעם אזור אליהו וואס רבי חיים מיטן ברודער רבי אברהם יוזפא האבן געדרוקט שרייבן זיי קלאר אז ר' אליהו'ס זיידע ר' בנימין איז געווען ב"ד של הגר"א איך ווייס נישט צו ס'מיינט בן דודו אדער בן דורו, בסך הכל אפשר א פלימעניק פונעם גר"א, ווידער וועגן חוזה די זעלבע זאך שרייבט ער דארט אין אזור אליהו אז ר' אליהו'ס מאמע'ס פאטער איז געווען נכדת אחות אביו פונעם רבי'ן פון לובלין.
ומכאן ואילך גיב איך איבער דאס ווארט פאר חברי אייוועלט מוסיף צו זיין פרישע סחורה וואס אנבאלאנגט דער חשובע גזע.