רבי אורי מסטערליסק זצ"ל - כ"ג אלול תקפ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 9:56 pm

היטן די אויגן
צוגעלייגטע
image (1).jpg
image (1).jpg (254.81 KiB) געזעהן 898 מאל
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי לוי יצחק קלוגהויפט

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 6:19 pm

א מזל טוב צו די חתונה פון רבי לוי יצחק קלוגהויפט נכד הרה"ק מסטרעליסק
https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/ ... ew/2633845

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג פאברואר 11, 2018 1:33 pm

נחוניא האט געשריבן:א מזל טוב צו די חתונה פון רבי לוי יצחק קלוגהויפט נכד הרה"ק מסטרעליסק
https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/ ... ew/2633845

די יחוס פון רבי לוי יצחק קליגהויפט צו רבי אורי מסטרעליסק
רבי לוי יצחק קליגהויפט - נפטר כ"ב טבת תשמ"א
בן רבי משה קליגהויפט
חתן רבי שלמה
בן רבי לוי יצחק אב"ד אנטיניא
בן רבי שלמה מסטרעליסק
בן רבי אורי מסטרעליסק

נאות דשא
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 22, 2017 10:26 pm

רבי לוי יצחק ׳אב״ד אנטיניא׳

תגובהדורך נאות דשא » דינסטאג פאברואר 13, 2018 8:09 am

נחוניא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:א מזל טוב צו די חתונה פון רבי לוי יצחק קלוגהויפט נכד הרה"ק מסטרעליסק
https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/ ... ew/2633845

די יחוס פון רבי לוי יצחק קליגהויפט צו רבי אורי מסטרעליסק
רבי לוי יצחק קליגהויפט - נפטר כ"ב טבת תשמ"א
בן רבי משה קליגהויפט
חתן רבי שלמה
בן רבי לוי יצחק אב"ד אנטיניא
בן רבי שלמה מסטרעליסק
בן רבי אורי מסטרעליסק


פון וואו נעמט איר דאס אז רבי לוי יצחק איז געווען רב אין אנטיניא?
וועלעכע יארן איז ער דארט געווען רב?
איז ער געווען אן איידעם ביי איינעם אין אנטיניא?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג פאברואר 13, 2018 10:18 am

נאות דשא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:רבי לוי יצחק קליגהויפט - נפטר כ"ב טבת תשמ"א
בן רבי משה קליגהויפט
חתן רבי שלמה
בן רבי לוי יצחק אב"ד אנטיניא
בן רבי שלמה מסטרעליסק
בן רבי אורי מסטרעליסק

פון וואו נעמט איר דאס אז רבי לוי יצחק איז געווען רב אין אנטיניא?
וועלעכע יארן איז ער דארט געווען רב?
איז ער געווען אן איידעם ביי איינעם אין אנטיניא?

מסתמא שטייט אזוי אין מאורי גליציה.
איך האב נישט קיין בעסערע מקור דערויף, ווי אויך נישט מער פרטים ביי וועמען ער איז געווען אן איידעם.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מארטש 11, 2019 2:30 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מה פתאום האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:השרף רבי אורי מסטערליסק זי"ע נולד לאביו רבי פנחס בשנת תקי"ז. הוא היה תלמיד מובהק של הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע. בזו"ש הוא היה חתן רבי יעקב קאפיל חסיד מקולומייא. וזכה לכינוי "השרף" בגלל התלהבותו העצומה בתפילה. הוא נסתלק כ"ג אלול תקפ"ו, ובנו רבי שלמה נסתלק כמה חודשים אחריו בכ"ב טבת תקפ"ז. תלמידו המובהק היה הרה"ק רבי יהודא צבי מסטרעטין זי"ע.

פון דא איז נולד געווארען א טעות אז א חלק סטרעליסקער אייניקליך פארופען זיך נכדי רבי יעקב קאפיל חסיד(טאטע פונעם אהבת שלום. מקאסוב, ) ווייל פון דעם זיווג האט ער נישט געהאט קינדער.


ס'איז לאו דוקא א טעות, זיי קענען זיין אייניקלעך פון ביידע באזונדער.

ס'זענען פאקטיש דא סטרעליסקער אייניקלעך וואס זענען יא נכדי רבי יעקב קאפיל חסיד, ווייל אן אייניקל פונעם סטרעליסקער'ס צווייטע רביצין [הרה"צ ר' צבי הירש לאנדמאן (אבד"ק סטרעליסק ובסוף ימיו בקיטוב)בן הצדי' רבקה ע"ה בת הצדי' בלומא ע"ה בת הרה"ק רבי יעקב קאפיל חסיד] איז געווען אן איידעם ביי הרה"צ רבי יצחק חדב"ן הרה"ק השרף מסטרעליסק זי"ע.

לאמיר קלאר מאכען די זאך . איך רעדט פון איין זאך און איר רעדט פון א צווייטען זאך. רבי אורי סטערליסקער האט געהאט צוויי זיווגים ,בזייווג שני איז ער געוון א איידים פון רבי קאפיל חסיד אבער נישט געהאט קינדער פון זיווג שני,איך זאג אז איך קען אייניקליך פון רבי אורי סטרעסליסקער וואס זיי מיינען אז זיי שטאמען פון רבי אורי דארעך זיין זיווג שני מיט רבי קאפיל חסיד טאכטער,און ממילא פארופען זיי זיך בטעות אלטס אייניקליך אויכעט פון רבי קאפיל הנ"ל, און איר רעדט פון א גאנצע אנדערע זאך אז רבי אורי'ס צווייטע רעבעצינ'ס א' איינקל האט חתונה געהאט מיט א' אייניקעל פון הרה"ק מסטערליסק. ולא פליגי ,מר אמר חדא ומר אמר חדא.

איז דאס א זיכערע זאך, אז ר' אורי סטרעליסקער האט נישט געהאט קיין קינדער פון זיין זיווג בת ר' קאפל חסיד?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:29 pm

הסרפד האט געשריבן:געטראפן דער מקור: עי' בשער ספר מתוקה שנת העובד לבנו ר' צבי.
(איז דאס דער זעלבער ר' צבי לאנדמאן וואס ווערט געבראכט אלץ אב"ד קרילוב אין פנקס הקהלות?)

א באריכט איבער די פטירה פון הרב צבי לאנדמאן מבאקוי נהריה.
רבי צבי לאנדמאן מבאקוי נהריה.jpg
רבי צבי לאנדמאן מבאקוי נהריה.jpg (98.4 KiB) געזעהן 63 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], פתחיה און 10 געסט