בלאט 1 פון 2

רבי גדלי' יוסף בערינשטיין מבראנזוויל

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 9:17 am
דורך בן בוזי
נעכטן האט מיר מיין חשובער ידיד האדמו"ר שליט"א דתולעת יהושע מביקסאד, געקלאפט א דעפעשע אין בליץ פאסט, אז ס'איז פאראן אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט עטליכע וועלכע זענען באקאנט געווארן איבער א ציון מצויינת אין די וואשינגטאן סעמיטערי וועלכע שטייט אויף די גרעניצן פון דער עיר ואם בישראל בארא פארק יצ"ו. דער מקום קבורה איז פון איינער וועלכע איז פאר אונז געווען ביז היינט אומבאקאנט, מיטן נאמען "רבי גדלי' יוסף ב"ר יצחק בערינשטיין".

די חברים היקרים דער סקרענטאנער רב, ר' פישעלע בראנסווילער און אני הקטן מסיראקיוז האבן זיך תומ"י גענומען צו די עבודה און נאך א קורצע זוכעניש זענען מיר אנגעקומען צו די פאלגענד בייגעלייגטע ציטאט פון דעם אמעריקאנער-בראנזווילער חכם וסופר הרב בנציון אייזנשטאדט. פון דארט קומט ארויס אז די רעדע איז טאקע פון גאר א ספעציעלער איד.

איך מאך דערפון א באזונדערע אשכול וויבאלד נאכן אויסהערן די אינטערוויוען אויף קול מבשר זעהט זיך אויס אז ס'וועט ציען באזונדערע אינטערעס און מאכן א שטארקע סענזאציע.

שפעטער וועלן מיר אויסשמועסן פארשידענע הארות און הערות איבער די מאדנע אינטערוויוס (צווישן-געשפרעכן) אויף קול מבשר.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 9:30 am
דורך בן בוזי
קיין בילד פונעם מציבה האבן מיר נאך דערווייל נישט געזעהן, אבער ווי מ'זעהט אינעם צוגעלייגטער אויסשניט, איז געווען כבוד גדול עשו לו במותו, און דער וועלכע האט אויסגעשריבן דער מציבה איז געווען פון די גרעסטע און בארימטסטע פאעטן בימיו מנחם מענדל דאליציק.

ער האט איבערגעזאלזט א זוהן וועמען אייזנשטאט טוט נאכאנאנד טיטולירן אויף באזונדערע פלעצער אלס המשכיל המצויין ר' בנימין ארי' יהודא לייב בערינשטיין מאיסט נוא יארק, כ'ווייס נישט וואס פון איהם איז געבליבן, ס'וואלט מיר אבער געווען אינטערעסאנט אויב דער מיטן זעלבער נאמען וועלכע איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק דוד בידערמאן צווייטער זוהן פון הרה"ק ר' משה מלעלוב און פאטער פון ר' ירוחם פישל בערינשטיין באקאנט אלס ר' פישעלע דיין מרבנים המפורסמים בירושלים איז געווען דער זעלבער מענטש אדער א בלויזער צופאל.

דאס וואס הרב פריינד אויפן טעלעפאן רעדט וועגן א רבי יהודא דוד בערינשטיין מח"ס הלכתא רבתא לשבת מגדולי רבני נוא יארק, ס'זעהט אויס ווי ער וויל מאכן עפעס א קשר צווישן זיי, איז אבער די מעשה אז זיין פאטער האט גאר געהייסן ר' נתן.

ר' משה ליב בערינשטיין מעליזאבעט וירושלים איז ווידער אויך נישט קיין ברודער אדער זוהן פון ר' גדלי' יוסף.

(ר' יונה מאכט א פאטאלער טעות ביים זאגן אז "ס'איז מסתבר" אז אויך הרב חיים יעקב ווידרעוויץ ליגט דארט אין בארא פארק אויסמישנדיג בעיסייד מיט בעי פארקוועי. בעיסייד איז אין אזאן פארק אין די פיטקין עוועניו סעימיטעירי נעץ).

בילדער

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 9:33 am
דורך ברוך אתה
איך וועל פאוסטען בילדער קורצליך אי"ה

של נעליך מעל רגליך

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 9:45 am
דורך ברוך אתה
די מצבה

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 9:49 am
דורך ברוך אתה
די מצבה איז די ערשטע רעכטס פונעם חלקה

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 9:52 am
דורך ברוך אתה
קלארער

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 10:18 am
דורך בן בוזי
איך דאנק אייך זייער פאר די בילדער וברוך אתה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 10:20 am
דורך בן בוזי
דער בראנזווילער ריעים האהובים שטיבל מיט דער מחזיקי הדת שוהל (אין וועלכע חלקה הרב בערינשטיין ליגט) זענען זעהט אויס געווען פארבונדן האבנדיג אלס רב דעם רבי מרדכי ארי' האבערמאן מח"ס מראה החודש וועמען מיר האבן באזונדער באשריבן אין אונזער ביאגראפיע בוך, אויף זייט 6 טוט אונז דער בראנזווילער עילוי ר' פישעלע צוצייכענען אז ס'איז פאראן א בריוו פון ר' יוסף בערינשטיין פון די איסט נוא יארקער רבנים, ווען נישט די יאהרן וואלטן מיר געזאגט אז ס'איז ער, אבער היות ס'שטימט נישט וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט צו וויסן ווער איז דאס יא, אפשר אן אייניקל?
--------------
(מר. אמערלינג דער וואס ליגט רעכטס פון הרב בערינשטיין אלס קאמיטע מיטגליד פונעם יובל באנקעט לכבוד דעם מאנוסטריטשער רבי'ן טוט איהם ווארעם באגריסן)

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 3:26 pm
דורך farshlufen
די אר"י'דיגע כותבי יוחסין אווי ר' בנימין אדער וועקשטיין און אפשר גאר מונקאטש האבן נאך נישט באשריבן די אר"י'דיגע בערנשטיין פאמיליע?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 11:13 pm
דורך סטרעטענער אייניקל
בן בוזי האט געשריבן:קיין בילד פונעם מציבה האבן מיר נאך דערווייל נישט געזעהן, אבער ווי מ'זעהט אינעם צוגעלייגטער אויסשניט, איז געווען כבוד גדול עשו לו במותו, און דער וועלכע האט אויסגעשריבן דער מציבה איז געווען פון די גרעסטע און בארימטסטע פאעטן בימיו מנחם מענדל דאליציק.

ער האט איבערגעזאלזט א זוהן וועמען אייזנשטאט טוט נאכאנאנד טיטולירן אויף באזונדערע פלעצער אלס המשכיל המצויין ר' בנימין ארי' יהודא לייב בערינשטיין מאיסט נוא יארק, כ'ווייס נישט וואס פון איהם איז געבליבן, ס'וואלט מיר אבער געווען אינטערעסאנט אויב דער מיטן זעלבער נאמען וועלכע איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק דוד בידערמאן צווייטער זוהן פון הרה"ק ר' משה מלעלוב און פאטער פון ר' ירוחם פישל בערינשטיין באקאנט אלס ר' פישעלע דיין מרבנים המפורסמים בירושלים איז געווען דער זעלבער מענטש אדער א בלויזער צופאל.

דאס וואס הרב פריינד אויפן טעלעפאן רעדט וועגן א רבי יהודא דוד בערינשטיין מח"ס הלכתא רבתא לשבת מגדולי רבני נוא יארק, ס'זעהט אויס ווי ער וויל מאכן עפעס א קשר צווישן זיי, איז אבער די מעשה אז זיין פאטער האט גאר געהייסן ר' נתן.

ר' משה ליב בערינשטיין מעליזאבעט וירושלים איז ווידער אויך נישט קיין ברודער אדער זוהן פון ר' גדלי' יוסף.

(ר' יונה מאכט א פאטאלער טעות ביים זאגן אז "ס'איז מסתבר" אז אויך הרב חיים יעקב ווידרעוויץ ליגט דארט אין בארא פארק אויסמישנדיג בעיסייד מיט בעי פארקוועי. בעיסייד איז אין אזאן פארק אין די פיטקין עוועניו סעימיטעירי נעץ).


סאיז נישט די זעלבע בערינשטיין פין לעלוב. ר' בנימין בערינשטיין, די איידים פין רבי יצחק דוד בידערמאן האט געהייסן ר' בנימין ב"ר פישל. און ער איז געווען די זיידע פין ר' פישל דיין. [ ר' ירוחם פישל דיין ב"ר משה ישראל ב"ר בנימין בערינשטיין חתן רבי יצחק דוד בידערמאן].

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:06 am
דורך מיללער
רב נוסף בניו יארק עם שם משפחת בערנשטיין, ר' יהודה ב"ר נח בערנשטיין:
http://kevarim.com/rabbi-yehuda-bernstein/

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:56 am
דורך בן בוזי
[ במאמר המוסגר בין איך נאך זייער סקעפטיש אין דער גאנצער ענין, כ'מיין צו זאגן אודאי כאפט ישועות ורפואות, אבער דער גאנצער טאראראם איז נאר פון אפלייענען א מציבה.

ראשית, דער שרייבער פון די מציבה איז געווען א געדונגענע שרייבער מיט א געשליפענעם און פליסיגע פעדער, דער איינציגסטער ריזיגע ספעציעלע טיטל איז של נעלך בן אדם כי קדש הקבר, צו יעדע אנדערע שורה האב איך א חבר בקברים דאט קאם.

צווייטנס, הגם אייזנשטאדט שרייבט כבוד גדול עשו לו במותו, אמת מ'האט באשטעלט א טייערע מציבה, און געצאלט געלט פאר א ספעציעלער שרייבער מקונן צו זיין, אבער יענע יאהרן אין נוא יארק האט מען אפילו נאר א קליינער כבוד גדול שוין באשריבן אין די צייטונגען, און דערווייל איז נאך נישט אפיר געקומען אזאנס. ]

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 10:06 am
דורך פרעגער
זאת מצאתי כאן http://genforum.genealogy.com/bernstein ... s/178.html

I am looking for the family of Lena BERNSTEIN's father, who was supposedly a rabbi in New York City around 1900-1905. My family could have it wrong, maybe he was just a Cantor, but what we have been told is that he was a rabbi. We do not know who his wife or other children were, nor his first name.

Lena BERNSTEIN was born about 1867 in Suvalch, Poland and came to the USA either in the late 1870s or late 1880's, the records are not clear. She married Abraham GROSSMAN about 1891, we think in New York City. They lived in Canada, Seattle, and Manhattan before finally settling down in California by 1910.

I have been studying the Manhattan city directories for about 1900-1910, looking for Rabbi BERNSTEIN's in case one of them is Lena's father. My GROSSMAN family lived at 104 2nd Av in 1904-1905, but I did not find an obvious Rabbi BERNSTEIN on 2nd Av.

I saw two Rev BERNSTEIN's in the 1905 directory, Harris BERNSTEIN, 20 W 112th, and Isaac BERNSTEIN, 224 E 81st, but do not know if they are family.

In 1908 and 1909 there also is a Rev Benjamin BERNSTEIN at 77 Essex. and by 1910 there are many others as well, including Revs Isidor, Jacob, Otto, and William BERNSTEIN.

I have tried finding census records on these men but they seem to move a lot and usually were not shown as rabbis in the census records, they mostly had other occupations or trades.

קאן זיין אז יענער רעדט פון דעם ר' גדלי' יוסף?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 2:59 pm
דורך א גוט ווארט
תם ונשלם לקל בורא עולם

:!:

עפילאג:
מנחם מענדל דאליצקי האט געמאכט א גוטע דזשאב, אפילו אויף 100 יאר שפעטער!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 11:30 am
דורך מיללער
א גוט ווארט האט געשריבן:תם ונשלם לקל בורא עולם

:!:

עפילאג:
מנחם מענדל דאליצקי האט געמאכט א גוטע דזשאב, אפילו אויף 100 יאר שפעטער!


די זשאב גייט ווייטער אן, י.ש. דרעזנער אין 'די צייטונג' די וואך צושפרייט דעם מקום הישועות.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2012 4:53 pm
דורך רבבה
אויב זענט איהר אן אימפלאיד רופט אהן קול מבשר אין מאכט העד ליינ'ס ------- וואס איז געשען מיט דעם עם חכם ונבון .....אתה בחרתנו

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2012 7:56 pm
דורך ראש הקהל
כ'האב געהאט צוויי שוואגערס וואס זענען """בתמימות""" אהין געגאנגען, מ'געט א צינד מיט א מעטש, און מ'לויפט, איי ווי אהין? פרעג בעסער נישט
דערציילן זיי מיר אז ס'זענען דארט געוועהן הונדערטער מענטשן, למעשה זאגט מיר מיין שוועסטער, אז זי האט שוין געזעהן א מופת אויפן פלאץ,
פרעג איך וואס, לאמיר הערן, ענטפערט זי, אז איר מאן איז נישט געוועהן א שעה צייט אונדערהיים אויף א פרייטאג, האט זיך עס שוין געלוינט.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 9:11 am
דורך מיללער
אינעם באשרייבונג געבערעגנט אויבן פון רב"צ אייזענשטאט אין דורות האחרונים ווערט געברעגענט אז זיין שווער איז געווען 'המפורסם ר' אורי הימעלשטיין' וואלט כאטש געווען אינטערעסאנט צו ווייסען מער איבער דעם שווער.

אינעם ספר 'רפדוני בתפוחים' מהדורת פאדגורזא תרנ"ו איז דא לקוטים ביים סוף בעיקר ד"ת פון ר' שמעון סופר אב"ד קראקא זצ"ל, דאס לעצטע שטיקל איז 'מהרב הצדיק ר' אורי במהר"י הימעלשטיין', מיין שאלה איז צו איז דאס דער זעלבער [מסתבר אז יא דען סיי אורי און סיי הימעלשטיין זענענן נישט קיין פאפולערע נעמען, און פונקט די זעלבע צאמשטעל זאלן האבן צוויי באזונדערע יחידים, כאטש דאס איז קיין ראי' פארט אן השערה], און אויב יא, ווערט שווער פ"וו זאל מען אריינדריקען חידו"ת פון הרב הימעלשטיין אין א גאליציאנער ספר, וא"ת אז ער איז געווען א גאליציאנער, ווי קומט דער ליטוואק הרב בערנשטיין [פועל ישועות - ווען ער איז שוין - בקרב הארץ] צו זיין אן איידעם אין גאליציע?

די זעלבע חידו"ת און נאך הוספות איז מיט א יאר שפעטער געדרוקט געווארן אין א ספר 'חרוזי פנינים' ווי דער מחבר ר' יצחק ראובן הכהן ארינשטיין פון קראקא אידענטיפיצירט זיך אלס אייניקל בן בתו פון דעם דערמאנטן ר' אורי במהר"י היממעלשטיין, ושוב אנחנו שואלים, איז דאס דער שווער פון דעם ניו יארקער צדיק נסתר?

גראדע אין 'המגיד' בשנת תרכ"ו איז דא א מודעה איבער א 'חברת מקיצי נרדמים' מיט אן אסיפה אין שטאט מינסק, ווי עס ווערט אויסגערעכענט ר' אורי היממעלשטיין (זעה בייגעלייגט) אלז א מיטגליד, דאס איז ווארשיינליך זיכער דעם הרב בערינשטיינ'ס שווער, ווייל ווי דערמאנט איז ער דאך געקומען קיין ניו יארק פון מינסק.

למי פתרונים?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 28, 2013 4:38 pm
דורך מיללער
א גוט ווארט האט געשריבן:תם ונשלם לקל בורא עולם

:!:

עפילאג:
מנחם מענדל דאליצקי האט געמאכט א גוטע דזשאב, אפילו אויף 100 יאר שפעטער!

מער איבער דעם מר. דאליצקי, דער ממליך און מכתיר פונעם צדיק פון בראנזוויל
http://www.yivoencyclopedia.org/article ... hem_Mendel

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 10:25 am
דורך בן בוזי
אויב דער עולם איז אין די גוסטע פון גיין בורפיסיג אויף קברים וציונים, האב איך אפגעפונען נאך איינס אין די בעיסייד סעמיטערי, פון א ר' אברהם אהרן באקשט ז"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 10:32 am
דורך ק.נ.א. וועטער
מסתמא דער זעלבער בעל מנסח געשריבן.

ייכ מיללער און בן בוזי

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 8:16 am
דורך קיקיון
פאר מיר איינשפארען א וועג איך האב שיעור ניט מקיים געווען הלך בעצת אשתו (לאו דוקא דער דמיון, קיין נופל לג.. וואלט ניט ג'ווען)


בן בוזי האט געשריבן:קיין בילד פונעם מציבה האבן מיר נאך דערווייל נישט געזעהן, אבער ווי מ'זעהט אינעם צוגעלייגטער אויסשניט, איז געווען כבוד גדול עשו לו במותו, און דער וועלכע האט אויסגעשריבן דער מציבה איז געווען פון די גרעסטע און בארימטסטע פאעטן בימיו מנחם מענדל דאליציק.

מיללער האט געשריבן: מער איבער דעם מר. דאליצקי, דער ממליך און מכתיר פונעם צדיק פון בראנזוויל
http://www.yivoencyclopedia.org/article ... hem_Mendel



בן בוזי האט געשריבן:אויב דער עולם איז אין די גוסטע פון גיין בורפיסיג אויף קברים וציונים, האב איך אפגעפונען נאך איינס אין די בעיסייד סעמיטערי, פון א ר' אברהם אהרן באקשט

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 8:38 am
דורך הערליך
וועלכע נומער געפונט זיך די אינטערויו?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 12:13 pm
דורך scy4851
מחר! ג' חשון!
יומא דהילולא של הצדיק מבראנזוויל

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 12:23 pm
דורך בן בוזי
לויט א לעצטע אויפדעקונג פון ליפלעטן וועלכע זענען דעם פארגאנגענעם שבת קודש געווען צושפרייט ביי די בתי חסידים דעיר וויליאמסבורג, ווערט דער בעקיארד-צדיק באקאנט מיטן טיטל; דער צדיק נסתר פון בעלארוס, איך גלויב אז דערמיט טוט הרב דרעזנער פרידליכערהייט שליכטן דעם שטומען קאמף וואס עס פירט אין זיין דירעקציע דער באפאלאוער מגיד - וועלכע פארמאגט אויסשליסליכע רעכטן איבער די צדיקים נסתרים מיט אמעריקאנער-שטעט-נעמען.