בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 1:53 pm
דורך LYI
ציקער זיס באפאלא מגיד
אבער הכל בידי שמים והכל תלוי במזל אפי' ס"ת
למעשה ציט דער איד אן עולם גדול צי שטוינען אלעס פון א נוסח מציבה וואס עפעס א משכיל האט געשריבען
געב א קוק מארגען ג' חשון איז אויך דער יארצייט פון הרה"ק ר' ישראל האגער דער ראדאוויצער רבי זצ"ל, ער האט א אוהל מיט דער גאנצע מעשה א יחסן וכו' איך בין נייגעריג צי עס וועט זיין 3 אידען אויף זיין ציון אין בעט דעיוויד אין עלמאנט
אגבמ אויב עס פארען אפאר אידען אין מען וויל מאכען א מנין איי עם אין
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 12:47 pm
דורך קיקיון
געהאנגען בשכונתי

א איד אן איידעם פון א גדול בענקים
א טאטע פון צוויי מפורסמים
און מען וויל מציין מקום מוחתו
שרייבט מען סמוך ונראה ל _?_
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:28 pm
דורך בן בוזי
אט האב איך זיך באגעגנט מיט נאך א רב וואס זיין רוה-ארט איז פארהייליגט אזש ביזן פארלאנגען טאטאלע בארפיסגקייט ביים צוטרעטן צו זיין קבר.
http://kevarim.com/rabbi-yisroel-chaim-schlosberg/
אויסגעמעקט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:20 pm
דורך רימנובער אייניקעל
קיקיון האט געשריבן:געהאנגען בשכונתי
ehren0001.jpg
א איד אן איידעם פון א גדול בענקים
א טאטע פון צוויי מפורסמים
און מען וויל מציין מקום מוחתו
שרייבט מען סמוך ונראה ל _?_
נו ואס'שזע איז?
וואו ס'דערקענט זיך אויפן בילד האט מען אראפ געקראצט און אויסגעמעקט זיין נאמען אויף ענגליש פון די מצבה.
און אויך האט מען צוגעלייגט צו זיין טאטע'ס נאמען יהודה אינטער די ווארט חיים.
ס'פלאץ אביסל געטוישט
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:31 pm
דורך פריעד
איך בין היינט דארט געווען זיי האבן אראפגענומען די טויער נאר געלאזט די צוויי זייטן. געלייגט א גרויסע ליכט באקס . ס'דא דארטן תהילים'ס מיט ליכט. איך קען נישט ארויפלייגן א פיקשער ווייל ס'צו גרויס די פייל
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:45 pm
דורך פריעד
פון ווי נעמט איר די אינפא אז דער פאעט מנחם מענדל דאליציק האט געשריבן די מצבה ? און ווער זאגט אז ס'איז נישט אמת וואס ס'שטייט אויף די מצבה ?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:48 pm
דורך מיללער
פריעד האט געשריבן:פון ווי נעמט איר די אינפא אז דער פאעט מנחם מענדל דאליציק האט געשריבן די מצבה ? און ווער זאגט אז ס'איז נישט אמת וואס ס'שטייט אויף די מצבה ?
ליין איבער דעם גאנצן אשכול, עס קען זיין אז אלעס וואס שטייט אויך די מצבה איז אמת, אבער איך וואלט דאליצקי נישט געטרויעט אפי' מיט א גלאז וואסער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:40 pm
דורך פריעד
איבערגעליינט די גאנצע אשכול. ''בן בוזי'' מאכט אלעס אוועק אבער ער ברענגט נישט קיין מקור פון ווי ער נעמט עס אז דער משכיל דאליצקי האט געשריבן די מציבה
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:31 am
דורך farshlufen
פריעד האט געשריבן:איבערגעליינט די גאנצע אשכול. ''בן בוזי'' מאכט אלעס אוועק אבער ער ברענגט נישט קיין מקור פון ווי ער נעמט עס אז דער משכיל דאליצקי האט געשריבן די מציבה
איר האט געלייענט די ערשטע תגובה?
"ועל מצבתו קונן המשורר הגדול הרמ"מ דאליצקי"

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:05 am
דורך פריעד
גערעכט. סארי כ'האב עס פארזעהן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:02 pm
דורך פריעד
ווער האט געשריבן די attachment?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 8:59 am
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:א גוט ווארט האט געשריבן:תם ונשלם לקל בורא עולם
:!:
עפילאג:
מנחם מענדל דאליצקי האט געמאכט א גוטע דזשאב, אפילו אויף 100 יאר שפעטער!
די זשאב גייט ווייטער אן, י.ש. דרעזנער אין 'די צייטונג' די וואך צושפרייט דעם מקום הישועות.
שוין אריבער זמן שכחה..
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:27 pm
דורך בן בוזי
געווענטליכער מעלדונג אין מארגן זשורנאל וועגן באקשט'ס לוי' און איבער א יאהר איבער די שטאטפינדענדע מציבה שטעלונג
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 10:13 am
דורך כתב ולשון
מיללער האט געשריבן:אינעם ספר 'רפדוני בתפוחים' מהדורת פאדגורזא תרנ"ו איז דא לקוטים ביים סוף בעיקר ד"ת פון ר' שמעון סופר אב"ד קראקא זצ"ל, דאס לעצטע שטיקל איז
'מהרב הצדיק ר' אורי במהר"י הימעלשטיין', מיין שאלה איז צו איז דאס דער זעלבער [מסתבר אז יא דען סיי אורי און סיי הימעלשטיין זענענן נישט קיין פאפולערע נעמען, און פונקט די זעלבע צאמשטעל זאלן האבן צוויי באזונדערע יחידים, כאטש דאס איז קיין ראי' פארט אן השערה], און אויב יא, ווערט שווער פ"וו זאל מען אריינדריקען חידו"ת פון הרב הימעלשטיין אין א גאליציאנער ספר, וא"ת אז ער איז געווען א גאליציאנער, ווי קומט דער ליטוואק הרב בערנשטיין [פועל ישועות - ווען ער איז שוין - בקרב הארץ] צו זיין אן איידעם אין גאליציע?
די זעלבע חידו"ת און נאך הוספות איז מיט א יאר שפעטער געדרוקט געווארן אין א ספר 'חרוזי פנינים' ווי דער מחבר ר' יצחק ראובן הכהן ארינשטיין פון קראקא אידענטיפיצירט זיך אלס
אייניקל בן בתו פון דעם דערמאנטן ר' אורי במהר"י היממעלשטיין, ושוב אנחנו שואלים, איז דאס דער שווער פון דעם ניו יארקער צדיק נסתר?
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין וואו ס'קומט אריין זיינע דברי תורה אין א גאליציאנער ספר, יכול להיות אז דער ר' יצחק ראובן ארינשטיין האט געוואוינט בילדותו אין מינסק, ווייל ווי ער שרייבט אין חרוזי פנינים איז דער ר' אורי היממעלשטיין געווען זיין מוטער'ס פאטער, און שפעטער ווען ער האט חתונה געהאט האט ער געוואוינט אין קראקא וואס איז אין גאליציע, און דארט האט ער אריינגעדריקט חידושי תורה פון זיין זיידע.
נאך מער, דארט אין חרוזי פנינים ברענגט ער עטליכע חידושי תורה וואס זיין זיידע ר' אורי היממעלשטיין האט נאכגעזאגט בשם הגר"א מווילנא, אויב אזוי שטימט דאך עס זייער גוט אז ס'איז דער זעלבער ר' אורי וואס איז געווען א ליטוואק און נישט א גאליציאנער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 2:27 pm
דורך בן בוזי
פאלגענד זענען עטליכע פונקטן בנוגע הרב בערינשטיין'ס ביאגראפיע וואס איז מיר אונטערגעקומען:
1) איך האב באמערקט אז ס'איז געווען נאך א אורי הימעלשטיין אין מינסק, ער ווערט דערמאנט אין אייזנשטאט'ס דורות האחרונים חלק ג' (וואס איז נישטא אויף די אוצרות פון היברו בוקס און אוצר החכמה) אלס איינער וואס איז נאך בחיים בשנת תרע"ה, אבער ס'איז גאנץ מסתבר אז הרב בערינשטיין איז יא געווען אן איידעם ביי דעם רבי אורי המפורסם וואס אן אייניקל נכד בתו ברענגט זיינע ד"ת אינעם ספר רפדוני בתפוחים און אין חרוזי פנינים הנ"ל.
2) אנדערש ווי אנגענומען, איז הרב בערינשטיין גאר געווען א נהנה מיגיע כפו האבנדיג א גראסערי קראם אין בראנזוויל פון ווי ער האט געצויגן חיונה. אינדערהיים אין סמילאוויטש האט ער זיך פארנומען מיט טישלעריי ווערק.
3) הרב בערינשטיין איז געקומען אויף אמעריקא אליינס אן זיין ווייב, ער האט מיטגעברענגט אום חודש מנחם אב שנת תרנ"א זיינע פיר קינדער 1) לייב (המשכיל המצויין בנימין יהודה לייב), געבוירן אום תרכ"ג; 2)עלקא גאלדא (חתונה געהאט צו נתן ש"ץ) געבוירן אום תרכ"ח; 3) לאה געבוירן אום תרל"ב; 4)עטיל געבוירן אום תרל"ד.
4) ווי געשריבן אנהייב האבן די בערינשטיין'ס געהאט א משיכה צו פאעטישקייט עפעס וואס איז שטארק בולט אויפן מציבה פון הרב זצ"ל זעלבסט וואס איז געשריבן געווארן דורך א גוטער פריינד איינע פון די בעסטע פאעטן און דיכטער -מענדל דאליצקי. לעצטנס האב איך אפגעפונען די מציבה פון הרב בערינשטיין'ס טאכטער און איר מיין. דערנעבן ליגט אויך זייערס א טאכטער א צוויי און צוואנציג יעהריגע אומפארהייראטע מאד וועלכע איז ל"ע געשטארבן מיט בלויז עטליכע טעג אפגעריקט פון איר מוטער. ביידע מציבות זענען געשריבן געווארן מיט פאעטישער טאלאנט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2015 11:41 am
דורך נחוניא
בן בוזי האט געשריבן:פאלגענד זענען עטליכע פונקטן בנוגע הרב בערינשטיין'ס ביאגראפיע וואס איז מיר אונטערגעקומען:
1) איך האב באמערקט אז ס'איז געווען נאך א אורי הימעלשטיין אין מינסק, ער ווערט דערמאנט אין אייזנשטאט'ס דורות האחרונים חלק ג' (וואס איז נישטא אויף די אוצרות פון היברו בוקס און אוצר החכמה) אלס איינער וואס איז נאך בחיים בשנת תרע"ה, אבער ס'איז גאנץ מסתבר אז הרב בערינשטיין איז יא געווען אן איידעם ביי דעם רבי אורי המפורסם וואס אן אייניקל נכד בתו ברענגט זיינע ד"ת אינעם ספר רפדוני בתפוחים און אין חרוזי פנינים הנ"ל.
2) אנדערש ווי אנגענומען, איז הרב בערינשטיין גאר געווען א נהנה מיגיע כפו האבנדיג א גראסערי קראם אין בראנזוויל פון ווי ער האט געצויגן חיונה. אינדערהיים אין סמילאוויטש האט ער זיך פארנומען מיט טישלעריי ווערק.
3) הרב בערינשטיין איז געקומען אויף אמעריקא אליינס אן זיין ווייב, ער האט מיטגעברענגט אום חודש מנחם אב שנת תרנ"א זיינע פיר קינדער 1) לייב (המשכיל המצויין בנימין יהודה לייב), געבוירן אום תרכ"ג; 2)עלקא גאלדא (חתונה געהאט צו נתן ש"ץ) געבוירן אום תרכ"ח; 3) לאה געבוירן אום תרל"ב; 4)עטיל געבוירן אום תרל"ד.
4) ווי געשריבן אנהייב האבן די בערינשטיין'ס געהאט א משיכה צו פאעטישקייט עפעס וואס איז שטארק בולט אויפן מציבה פון הרב זצ"ל זעלבסט וואס איז געשריבן געווארן דורך א גוטער פריינד איינע פון די בעסטע פאעטן און דיכטער -מענדל דאליצקי. לעצטנס האב איך אפגעפונען די מציבה פון הרב בערינשטיין'ס טאכטער און איר מיין. דערנעבן ליגט אויך זייערס א טאכטער א צוויי און צוואנציג יעהריגע אומפארהייראטע מאד וועלכע איז ל"ע געשטארבן מיט בלויז עטליכע טעג אפגעריקט פון איר מוטער. ביידע מציבות זענען געשריבן געווארן מיט פאעטישער טאלאנט.
מאן יימר אז דער משכיל דאליצקי איז געווען א גוטער פריינד פאר הרב בערנשטיין?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2015 1:02 pm
דורך קיקיון
ומאן יימר אז ר" ג י בערינשטיין איז געווען א "הרב" ?